איישע בייריך דערציילט מיט שטאָלץ וועגן זײַן ייִחוס און די ערשטע טריט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געווען איינער פֿון דער גרופּע צוהערערס, וואָס האָבן זיך פֿאַרשריבן אין מײַן מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן סוף פֿאַרגאַנגענעם ווינטער. דערווײַל איז נאָך שווער צו זאָגן וווּהין ס׳וועט אים ברענגען זײַן שאַפֿערישער וועג, כ׳בין אָבער זיכער, אַז איישע האָט גענוג טאַלאַנט, וויסן און זיצפֿלייש, כּדי אויף אָט דעם דרך צו געפֿינען זײַן אייגענע שרײַבערישע קאָלייע.
מיט הצלחה!
באָריס סאַנדלער