יצחק באַשעוויס־זינגער און זײַן זון ישׂראל זמיר

לאה שלאַנגער

דער באַוווּסטער פּוילישער דראַמאַטורג טאַדעוש סלאָבאָֺדזיאַנעק, וואָס זײַנע פּיעסן שפּילט מען אין 28 לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל, האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ נײַע פּיעסע, „פֿאַטאַליסט‟ לויט יצחק באַשעוויס-זינגערס שאַפֿונגען. נאָכן איבערלייענען די פּיעסע האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן שמועס מיט באַשעוויסעס זון, ישׂראל זמיר, אין וואַרשע אויף איינעם פֿון די פֿעסטיוואַלן „זינגערס וואַרשע‟. דעמאָלט האָט ער מיר דערציילט וועגן זיך, וועגן זײַן פֿאָטער און אויך וועגן זייער באַגעגעניש נאָך 20 יאָר.

איידער כ׳וועל אײַך באַקענען מיט אונדזער שמועס, וויל איך פֿריִער זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן ישׂראל זמיר גופֿא.

זמיר ישראל 005
ישׂראל זמיר אין דער היים

ישׂראל זמיר איז געווען אַ שרײַבער, זשורנאַליסט און איבערזעצער אויף העברעיִש, קודם־כּל, פֿון זײַן פֿאָטערס ווערק. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 28סטן יוני 1929 אין וואַרשע אויף דער לעשנאַ־גאַס, 57. זײַן מוטער האָט געהייסן רחל שאַפּירא. דעם פֿאָטער, האָט זיך דערמאָנט זמיר, פֿלעגט ער זעלטן זען. יענער האָט זיך געדונגען אַ צימער, „מ’זאָל אים נישט שטערן שרײַבן‟. ווען ישׂראל איז אַלט געווען פֿינף יאָר, האָבן די עלטערן זיך צעשיידט. דער פֿאָטער איז נאָכגעפֿאָרן זײַן ברודער, דעם שרײַבער י.י. זינגער, קיין אַמעריקע. ישׂראל איז געבליבן מיט זײַן מוטער.

אין אַ טאָג, אַזוי דערציילט ער, האָט מען די מוטער אַרעסטירט פֿאַר פּאָליטישער טעטיקייט. זי איז געווען אַן אָנהענגערין פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און פֿאַרנומען זיך, צוזאַמען מיט אירע חבֿרטעס, מיט פֿאַרשפּרייטן פּאָליטישע פּראָקלאַמאַציעס. דאָס 5־יאָריקע קינד האָט זי געקאָנט זען נאָר פֿון דער ווײַטנס, פֿון הינטער דער צוים. נאָך פֿינף חדשים תּפֿיסה איז זי באַפֿרײַט געוואָרן און באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן פּוילן. זי מיטן זון זײַנען אַוועק קיין מאָסקווע. דאָרט איז זי באַשעפֿטיק געווען מיטן איבערזעצן פֿון פּויליש אויף ייִדיש אַרטיקלען פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג.

אין יאָר 1938 האָבן זיי פֿאַרלאָזט מאָסקווע און ערשט נאָך 9 חדשים זיך וואַלגערן אין איסטאַמבול זײַנען זיי סוף־כּל־סוף זוכה געווען אַרויסצופֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. ישׂראלס באָבע פֿון דער מוטערס צד האָט געוווינט אין תּל-אָבֿיבֿ. געווען זייער פֿרום, האָט זי אײַנגערעדט די טאָכטער אָפּגעבן דעם 9־יאָריקן ישׂראלן אין דער רעליגיעזער שול „מוֺריה‟ אין תּל-אָבֿיבֿ. ער האָט זיך אָבער נישט געקאָנט אײַנלעבן דאָרט, נישט פֿאַרשטאַנען די שפּראַך און פֿאַרנומען זיך, אפֿשר צוליב לאַנגווײַליקייט, מיט פֿאַרשיידענע נאַרישקייטן. האָט מען אים באַזײַטיקט פֿון „מוֺריה‟־שול. זײַנען זיי אַריבערגעפֿאָרן צו אַ קרובֿ אין ירושלים.

מורשת קרב גדוד 13 (38)
ישׂראל זמיר מיט די סאָלדאַטן פֿון דער גרופּע 13

רחל (רוניאַ) שאַפּירא האָט באַהערשט עטלעכע שפּראַכן, אָבער געמוזט רוימען אין די שילן, כּדי אויסצוהאַלטן זיך און איר זון (שפּעטער, נאָך דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה איז זי געווען אַ לערערין פֿון ענגליש). ישׂראלן האָט מען געשיקט זיך לערנען אין אַ יוגנט־דאָרף אין אַן אָרקעסטער פֿון מאַנדאָלינען; אָבער די מוטער האָט געהאַלטן, אַז ער דאַרף זיך לערנען אַ פֿאַך און אים געשיקט קיין תּל-אָבֿיבֿ. דאָרט האָט ער זיך פֿאַרחבֿרט מיט עטלעכע מיטגלידער פֿון אצ”ל (אומלעגאַלע מיליטערישע קאַמפֿס־אָרגאַַניזאַציע). זיי האָבן פֿאַרשפּרייט אַנאָנסן קעגן די ענגלענדער און ישׂראל האָט זיי אַרויסגעהאָלפֿן. ווען זײַן מוטער האָט זיך וועגן דעם דערוווּסט, האָט זי אים געוואָרנט, אַז אויב די ענגלענדער וועלן זיך דערוויסן, וועט מען זיי פֿאַרטרײַבן פֿונעם לאַנד.

אין 1945, בײַ 16 יאָר איז ישׂראל אַרײַן זיך לערנען אינעם דערציִונגס־אַנשטאַלט בײַם 
שומר־הצעיר‟ אין קיבוץ בית־אַלפֿאַ. אַגבֿ איז דער קיבוץ געוואָרן זײַן היים ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן.

אין דער באַפֿרײַונגנס־מלחמה האָט ישׂראל געדינט אין דער בריגאַדע „גולני‟ , אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן פֿאַר נצרת און לעבן ח׳אן־יונס. אין זײַן בוך „לכבות את השמש‟ (פֿאַרלעשן די זון) באַשרײַבט ער די נאַכט פֿון דער דאָזיקער שלאַכט. דאָרט, אין מיליטער, האָט ער געביטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען אויף זמיר, וואָס איז, אייגנטלעך, אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון זינגער.

נאָך דער מלחמה האָט ישׂראל זמיר זיך אומגעקערט אין קיבוץ. אין 1955 איז ער פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג געשיקט געוואָרן, ווי אַ שליח, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ נאָך 20 יאָר, האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן פֿאָטער. זייער באַגעגעניש איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין אַ פֿילם.

אביבה בת 70 191
זמיר מיט זײַן פֿרוי אַבֿיבֿה און דער טאָכטער

נאָך 2 יאָר שליחות האָט ישׂראל זמיר זיך אומגעקערט אין קיבוץ בית-אַלפֿאַ, און געשיקט געוואָרן אין אַ דערציִונגס-סעמינאַר „אורנים‟. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט אַבֿיבֿה און אין 1960 האָבן זיי חתונה געהאַט, צוזאַמען מיט נאָך 4 פּאָרלעך, ווי ס’פֿלעגט דאַן פֿאָרקומען אין די קיבוצים. אין 1966 האָט זיך אָנגעהויבן זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע אין „על המשמר‟. ער האָט געשריבן וועגן זײַנע טרעפֿונגען מיט מענטשן פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער קהילה.

ישׂראל זמיר האָט אַרויסגעגעבן אַרום 10 ביכער, צווישן זיי „אבי יצחק באַשעוויס-זינגגער‟. אין 1994 איז דאָס בוך „דער וועג צו מײַן פֿאָטער י. באַשעוויס-זינגער‟, איבערגעזעצט געוואָרן אויף עטלעכע שפּראַכן. לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן, אַַז ער האָט איבערגעזעצט אַ געוויסע צאָל פֿון זײַן פֿאָטערס ביכער אויף העברעיִש.

ישׂראל האָט מיר דערציילט, אַז דער פֿאָטער האָט אים איין מאָל געזאָגט: „וואָס דאַרפֿסטו שרײַבן אַליין, זעץ בעסער איבער מײַנע ביכער.‟ אין יענע יאָרן האָבן זיי זיך דערנענטערט, דער פֿאָטער מיטן זון.

4 doyres zinger
ישׂראל זמיר מיט זײַן זון און אייניקל

אויפֿן זינגער־פֿעסטיוואַל אין וואַרשע, וווּהין זמיר איז אײַנגעלאַדן געוואָרן מיט זײַן זון און טאָכטער, האָט ער אין גרויסן זאַל פֿונעם יידישן טעאַטער, וואָס האָט נאָך עקזיסטירט אויפֿן פּּלאַץ גזשיבאָווזקי, געהאַלטן אַ רעדע פֿאַר אַ פֿולן זאַל. איך ברענג ווײַטער עטלעכע אויסצוגן פֿון זײַן רעדע.

אין איינעם פֿון מײַנע באַזוכן אין ניו-יאָרק האָב איך מיטגענומען דעם Doctorat honoris causa, וואָס איז צוגעטיילט געוואָרן מײַן טאַטן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ער האָט אַ קוק געטאָן אויף דעם און מיט אַ שמייכל געזאָגט: „איך — אַ דאָקטאָראַט? וועסט זיך אפֿשר וווּנדערן, אָבער כ’האָב אַפֿילו נישט געענדיקט אַ מיטלשול. מ’קאָן זאָגן, אַז מײַן בילדונג האָב איך געשעפּט, זיצנדיק אויף אַן עפּל־בוים אין בילגאָרײַ‟.

יומולדת 4 לאורי זמיר (1)
מיט דער משפּחה

אין אַ טאָג האָט מײַן פֿאָטער געבעטן כ’זאָל איבערזעצן אויף העברעיִש זײַן בוך „שׂוֺנאים — אַ ליבע־געשיכטע‟. כ’האָב אים געזאָגט, אַז מײַן ייִדיש איז אַ שוואַכער. האָט ער געזאָגט, אַז ס׳קאָן זײַן אַ מעלה, ווײַל כ’וועל עס נישט קאָנען פֿאַרגלײַכן מיטן ייִדישן טעקסט. כ’בין מסכּים געווען. דער אמת איז, אַז פֿון 1954 האָט זיך דער טאַטע ערנסט באַצויגן צו די איבערזעצונגען אויף ענגליש. געוואָלט פֿאַרבעסערן דעם אָריגינאַל. מאַכן דאָס ווערק פֿאַרשטענדלעכער פֿאַרן ברייטן לייענער. בשעתן לייענען די ענגלישע איבערזעצונג, האָט ער אויסגעפֿונען די שוואַכקייטן פֿונעם סוזשעט. צוליב דער רײַכקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, זײַנען פֿון אים פֿאַרבאַהאַלטן געוואָרן די שוואַכקייטן פֿונעם סוזשעט. ער האָט געהאַלטן, אַז די ענגלישע איבערזעצונג איז אַ באַזונדערע ליטעראַרישע דערגרייכונג. פֿאַרשטענדלעך, אַז עס זײַנען געווען אונטערשיידן, אָבער ער האָט געהאַלטן, אַז זיי האָבן די זעלבע קינסטלערישע ווערטן.

יעדעס מאָל, ווען כ’האָב פֿאַרענדיקט איבערצוזעצן, בין איך געפֿאָרן קיין ניו-יאָרק און מיר האָבן צוזאַמען געאַרבעט איבער דער איבערזעצונג. גאַנצע שעהען האָבן מיר געזוכט ווערטער, דיסקוטירט וועגן אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט, וועגן געפֿילן. ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַן לעבן, איך — וועגן מײַנס און וועגן דער באַפֿרײַונגס־מלחמה אין 1948, ווען כ’בין כּמעט דערהרגעט געוואָרן. האָט ער אַ קוק געטאָן אויף מיר מיט זײַנע צוויי בלויע אויגן און געפֿרעגט: „איז דאָס געווען דעם 23סטן דעצעמבער 1948?‟ — „פֿון וואַנען ווייסטו?‟, — האָב איך אים געפֿרעגט, — „כ’האָב פּונקט געגעסן אין שטיינבערגס רעסטאָראַן און פּלוצעם דערפֿילט, אַז דו ביסט אין אַ סכּנה. כ’בין צוגעלאָפֿן צום טעלעפֿאָן, כּדי קלינגען צו דיר. כ’האָב זיך נישט געקאָנט פֿאַַרבינדן. בין איך געשטאַנען אין דער טעלעפֿאָן־בודקע און געזאָגט קדיש.‟ — „באמת?‟ — „יאָ!‟ — האָט ער געענטפֿערט.

די בשותּפֿותדיקע אַרבעט האָט געעפֿנט אונדזערע הערצער. אַ דאַנק דער איבערזעצונג פֿון זײַנע ביכער, זײַנען מיר געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און, ווײַזט אויס, אַז מיר האָבן אויסגעפֿילט דאָס, וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן אין די 20 יאָר פֿון אָפּגעזונדערטקייט. ער איז געבליבן צופֿרידן פֿון מײַנע איבערזעצונגען. דער טאַטע האָט זיך אויסגעלערנט, אַז כּדי צו זײַן דערפֿאָלגרײַך אויפֿן מאַרק, דאַרף מען מיטאַרבעטן מיט די רעדאַקטאָרן און פֿאַרלעגער. אַזוי איז געווען מיט „שאָשע‟, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿון 6 חדשים. ווען אַלע קאַפּיטלעך זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס בוך האָט קנאַפּע 700 זײַטן. דער פֿאַרלעגער שטראַוס, האָט געדרוקט אויפֿן פֿאָטער ער זאָל קירצן אַ העלפֿט, אָבער דער טאַטע איז נישט געווען אומשטאַנד עס צו טאָן. דאָס איז געווען פֿאַר אים, ווי מ’וואָלט אַרויסגעריסן אַ שטיק פֿלייש פֿון זײַן לײַב. האָט ער געבעטן זײַן גוטע פֿרײַנדינע רחל מעק-קענזי, די רעדאַקטאָרין פֿון „ניו-יאָרקער‟, זי זאָל עס טאָן. דאָס בוך איז אַרויס מיט 277 זײַטן. „שאָֺשע‟ איז דעם טאַטנס איינציקע דערציילונג, וואָס איז געווען אויף דער ליסטע פֿון בעסטסעלערס אַ סך חדשים. דער טאַטע האָט זיך אויסגעלערנט, אַז אַ מאָל קאָן אויך אַ רעדאַקטאָר ראַטעווען די יצירה.

נאָכן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז, האָט מען דעם טאַטן פֿאַרבעטן אין אַ ריי לענדער בתוכם ישׂראל, אָבּער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט.

This slideshow requires JavaScript.

אין 1978, ווען מנחם בעגין איז געווען דער פּרעמיער־מיניסטער, איז אויפֿן וועג קיין אָסלאָ, וווּ ער האָט באַדאַרפֿט אָפּנעמען דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום, האָט בעגין זיך אָָפּגעשטעלט אין ניו-יאָרק. ער האָט פֿאַרבעטן דעם טאַטן אין האָטעל. בעגין איז געווען זייער וואַרעם און פֿרײַנדלעך — צוויי פּוילישע ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש, צופֿרידן פֿון דער באַגעגעניש. ווען אין צימער איז אַרײַן די טעלעוויזיע־חבֿרה מיט דער קאַמערע, האָט בעגין זיך אויפֿגעשטעלט און אַ געשריי געטאָן: „ס’איז אוממעגלעך אָנצופֿירן מיט אַן אַרמיי אין ייִדיש: שטיי גלײַך, שטיי פֿרײַ!‟ — און ווײַטער אָפּגעלאַכט פֿון דער שפּראַך.

מײַן פֿאָטער איז באַלוינט געוואָרן פֿון דער שוועדישער אַקאַדעמיע מיטן כּבֿוד פֿאַר ייִדיש; ייִדיש איז געווען אָנערקענט און געשעצט פֿון דער גאַנצער וועלט, און בעגין האָט פֿון זײַן מאַמע־לשון געמאַַכט חוזק. דער פֿאָטער האָט זיך געפֿילט באַליידיקט, דערקלערט, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿון פֿרידן, צוזאַמענלעבן, און דעריבער האָט עס נישט אין איר אַַרסענאַל ווערטער, וואָס באַשרײַבן געווער, אָדער מיליטערישע באַפֿעלן. ייִדישע מענטשן האָבן ליב זיך לערנען, לייענען און לעבן אין שלום. די טרעפֿונג האָט זיך געענדיקט נישט אָנגענעם. דער טאַטע האָט זיך שוין מער נישט געטראָפֿן מיט בעגינען.

בית העלמין (36)
דער קבֿר פֿון ישׂראל זמיר אין קיבוץ בית־אַלפֿאַ

ווען ישׂראל זמיר איז געוואָרן אַ בן־שמונים, האָט מען לכּבֿוד אים געמאַכט אין קיבוץ בית־אַלפֿאַ אַ מסיבה און אַ פֿילם וועגן אים און זײַן לעבנס־געשיכטע. ער איז געשטאָרבן דעם 22סטן נאָוועמבער 2014. זײַן ווײַב איז געשטאָרבן מיט 3 יאָר פֿריִער פֿון אים. זיי האָבן איבערגעלאָזט אַ טאָכטער, 3 זין און 9 אייניקלעך. ישׂראל זמיר איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אין זײַן קיבוץ בית־אַלפֿאַ.

פֿאָטאָס פֿון דוד עינב

1 Comments

  1. Thank you Lea for a very interesting article. My father Israel Zamir was a great person and it is a joy to read about him!!

    Like

Leave a comment