אונדזער גאַסט ליובע לאַווראָוואַ איז ווייניק באַקאַנט די לייענער פֿון “ייִדיש בראַנזשע”. זי האָט זיך באַטייליקט אין מײַן מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע און זיך אויסגעצייכנט מיט אירע מיניאַטורן. ליובע האַלט נאָך בײַם אָנהייב פֿון דעם לאַנגן שאַפֿערישן וועג, אָבער מע דאַרף האָפֿן, אַז זי וועט געפֿינען אין זיך כּוח און צײַט זיך אָפּגעבן מיט ייִדישער שאַפֿערישקייט אין פֿולער מאָס. גענוי וועגן איר טעטיקייט דערציילט זיך אין דעם ווידעאָ־אויטאָגראַף.