אויטאָגראַף — דניאל גלאַי

דער אַנימאַציע־פֿילם „הימל און ערד‟ איז אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און דיכטער דניאל גלאַי, דעם ייִדיש־אַראַבישן מוזיקאַלישן אַנסאַמבל „קוואַרטטוקאַן‟, און דעם אַנימאַטאָר טל קריכעלי. די קאָמפּאָזיציע איז לכתּחילה פֿאַרטראַכט געווען ווי אַ וויי־געשריי פֿון ערד און הימל קעגן די קאַטאַסטראָפֿאַלע ענדערונגען פֿון דער נאַטור, דער סכּנה פֿון אומברענג, וואָס קומט אַרויס פֿונעם מענטשן גופֿא, פֿון זײַנע ניט־באַטראַכטע מעשׂים.

אין הײַנטיקע טעג, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 7טן אָקטאָבער, קלינגט דאָס ליד ווי אַ וויי־געשריי אויף דער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אַז נאָר אַ צוזאַמען־קעגנשטעלן זיך די בייזע שוואַרצע כּוחות קאָן אָפּשטעלן די מלחמה.

דאָס ליד זינגט מרים טוקאַן, אַ קריסטלעכע אַראַבערין פֿונעם ישׂראלדיקן ייִשובֿ אעבלין (Iblin) אין גליל.

Leave a comment