אונדזער גאַסט, זכריה שולמאַן, איז הײַנט איינער פֿון די אַקטיווסטע ייִדיש־טוערס אויף דער ייִדישער גאַס אין ביידע אַמעריקעס. אין דעם אינטערוויו דערציילט ער וועגן זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקער אַרבעט סײַ ווי אַן איבערזעצער און שרײַבער, און סײַ ווי אַ קולטור־און־געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אויב ס׳איז ווייניק, דערציט ער מיט זײַן פֿרוי, דער באַקאַנטער ייִדיש־לערערין און פֿאָרשערין, אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן, אַ געראָטן טעכטערל, אַ יונגע ייִדישיסטקע.
לאָמיר ווינטשן אים געזונט און כּוח ממשיך צו זײַן די וויכטיקע אַרבעט זײַנע אין אַלע געביטן.