אַ סך־הכּל אָן סך־הכּלען

ס׳איז אונטערגעגאַנגען דאָס יאָר 5783. ווי יעדעס יאָר אין דער צײַט כאַפּן דאָס האַרץ אַרום צוויי היפּוכדיקע געפֿילן — דאָס געפֿיל פֿון דעם אַוועקגעגאַנגען און דאָס געפֿיל פֿון דערוואַרטונג. איך האָב נישט ליב אונטערציִען קיין סך־הכּלען, הגם דאָס ייִדישע ווערטל זאָגט, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. עס וויל זיך גלייבן, אַז די 12 נומערן פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, וועלכע זײַנען דערשינען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, וועלן נישט פֿאַרלוירן גיין אין דעם אָן־סופֿיקן עלעקטראָנישן זכּרון; אַ סך פֿון יענע פּראָזע־ווערק, לידער, נאָטיצן, ווידעאָס און אַנדערע מאַטעריאַלן וועלן געלייענט, געזען און באַטראַכט ווערן. 

דער פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט הײַיאָר אַרויסגעלאָזט דרײַ ייִדישע ביכער: מרדכי יושקאָווסקיס פּראָזע־בוך „אַ בריק איבערן טײַך פֿון זכּרון‟, דאָס בוך דערציילונגען „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ פֿון אלי שאַרפֿשטיין און שלום בערגערס לידער־זאַמלונג „קאָוויד‟. איך וויל זייער האָפֿן, אַז די טאַלאַנטירטע אַרבעט פֿון מײַנע פּען־ברידער וועט געפֿינען אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער ביכער־פּאָליצע בײַם ייִדישן לייענער. 

יעדער מחבר פֿון אונדזער אויסגאַבע פֿאַרשפּאַרט זיך נישט אין די דלתּ אַמת פֿון דער ייִדישער גאַס; און הגם „ייִדיש בראַנזשע‟ איז נישט קיין פּאָליטישע און אַפֿילו נישט קיין פּובליציסטישע אויסגאַבע, קלאַפּט דער דופֿק פֿון הײַנטיקע געשעענישן כּמעט אין יעדן ווערק סײַ, וואָס שייך די פּאָליטישע סיכסוכים אין ישׂראל און סײַ דער אַגרעסיווער מלחמה אין אוקראַיִנע.

איך וויל באַדאַנקען און אויסדרוקן אַ האַרציקן יישר־כּוח אַלע מחברים פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, אונדזער גראַפֿיקער באָריס בודיאַנסקין און באַזונדערס דעם שטיצער און מחבר יעווגעני קיסינען. אָן אײַער געטרײַשאַפֿט צו דער אויסגאַבע, אײַער ליבע און איבערגעגעבנקייט דעם ייִדישן וואָרט, וואָלט נישט דערשינען קיין איין נומער. מיר זײַנען אַלע איין משפּחה! 

גמר חתימה טובֿה!

תּישרי ,14, 5784 (סעפּטעמבער, 29, 2023) ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a comment