אויטאָגראַף — לייזער בורקאָ

לייזער איז גוט באַקאַנט די ייִדישיסטן אויף דער ייִדישער גאַס. אַ שטיקל צײַט האָט ער געאַרבעט אינעם „פֿאָרווערטס‟, געשריבן און שרײַבט ביז הײַנט אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, רעפּאָרטאַזשן. שוין עטלעכע יאָר ווי ער האָט געמאַכט אַ דאָקטאָראַט און געאַרבעט אינעם אוניווערסיטעט פֿון בערקלי. לייזער איז אַ מענטש, וואָס זיצט נישט לאַנג אויף אַן אָרט; ער געפֿינט זיך כּסדר אין זוכענישן — נישט ווײַל ער זוכט, וווּ ס׳איז בעסער, לײַכטער, רײַכער… ער זוכט, וווּ ס׳איז אים אינטערעסאַנטער. מעגלעך, אויך צוליב דעם האָט ער הײַנטיקן זומער באַזוכט פּוילן. וועגן דעם אייגנטלעך דערציילט ער אונדזערע לערער.

Leave a comment