דיאַנע שפּירא איז מעגלעך אַ פּנים־חדשות פֿאַר אונדזערע לייענער. אַ יונגע שיינע פֿרוי מיט אַ ווילנער ייִחוס און אַ ישׂראלדיקער בירגערשאַפֿט, האָט זי פֿאַרשפּרייט איר טעטיקייט אויף צוויי פֿעלדער — אַקאַדעמישן און שרײַבערישן. וועגן דעם דערציילט דיאַנע אין איר אויטאָגראַף. לאָמיר האָפֿן, אַז די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ וועלן האָבן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען אין גיכן אויך מיט איר פּראָזע.