אויטאָגראַף — שלום בערגער

שלום בערגער איז אַ פּאָעט, איבערזעצער און פּראָזאַיִקער. ביז אַהער האָט ער אַרױסגעגעבן דרײַ ביכער לידער, דאָס לעצטע — „װי לעבט זיך דאָרטן“ (2019). שױן צװײ יאָרצענדליקער װי ער דרוקט זײַנע אַרטיקלען און לידער אין „פֿאָרװערטס“; ער שרײַבט אױך אַ מאָל פֿאַר חסידישע אױסגאַבעס. זײַן איבערזעצונג אױף ענגליש פֿון אַ. סוצקעװערס׳ פּראָזע־װערק װעט אַרױס אין 2021.

פֿון פֿאַך איז ער אַ דאָקטער און ביאָעטיקער. וווינט אין באַלטימאָר.

Leave a comment