די פּראָזע־שרײַבערין שירה גאָרשמאַן (1906־2001) איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל קראָק, ליטע, אין אַן אָרעמער משפּחה. די ליטעראַרישע טעטיקייט האָט זי אָנגעהויבן אין די 1930ער יאָרן, מיט דערציילונגען אין די צײַטונגען „דער שטערן‟ (קיִעוו) און „דער עמעס‟ (מאָסקווע). שפּעטער דרוקט זי זיך אין דער צײַטונג „אייניקייט‟ און אין זאַמלביכער. באַזונדערס דערפֿאָלגרײַך האָט זיך אַנטוויקל איר שרײַבערישער טאַלאַנט אין די 1960ער יאָרן אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אַ מײַסטער פֿון דער קורצער דערציילונג, שילדערט זי טיפֿע פּסיכאָלאָגישע איבערלעבונגען, כאַראַקטערפֿולע שטריכן פֿון מענטשן. דער צענטראַלער העלד פֿון איר שאַפֿונג איז די פֿרוי, ווי אַ פֿאָלקס־געשטאַלט אין דער אומרויִקער און סתּירותדיקער תּקופֿה. אין יאָר 1989 איז שירה גאָרשמאַן עולה געווען קיין ישׂראל, וווּ זי האָט אַרויסגעלאָזט עטלעכע ביכער. געשטאָרבן אין אַשקלון.