אַ קינדער-מעשׂה וועגן צוויי שערער
דניאל גלאי

תּירוציקס שערערײַ האָט זיך געפֿונען אויף דער הויפּט-גאַס פֿון שטעטל. די תּושבֿים פֿלעגן צו אים קומען, ווער זיך צו שערן, ווער זיך ראַַזירן, און ווער פֿאַר ביידע זאַכן אויך. אַוודאי פֿלעגט מען צו אים געקומען, כּדי ער זאָל זיך מטפּל זײַן מיט אַ באָרד, צי מיט וואָנצעס, וואָס אין יענע טעג איז עס געווען זייער פֿאַרשפּרייט.
נישט ווײַט פֿון תּירוציקן איז געווען אַ צווייטער שערער, קאָנקורענצל האָט ער געהייסן. די באַציִונגען צווישן תּירוציק און קאָנקורענצל זענען ניט געווען אַזוי אײַ-אײַ-אײַ. אייגנטלעך, קיין באַציִונגען צווישן זיי זענען ניט געווען… און שוין יאָרן לאַנג האָבן זיי זיך מיט קיין וואָרט ניט אויסגעטוישט.
פֿון קינדווײַז אָן, פֿלעגט כימענעס זיך שערן בײַ הער תּירוצל. אַזוי זענען פֿאַרבײַ די יאָרן ביז כימענעס איז אויסגעוואַקסן און צו זײַן דרײַסיקסטן געבוירן־טאָג איז ער אַרײַן צו תּירוצל מיט זײַנע ווילד־צעוואַקסענע האָר, זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן בענקל און טרוקן געזאָגט:
— פּליכע. אין גאַנצן!
— אוי וויי! — האָט דער שערער געטראַכט. — וואָס וועט זײַן? אַ מכּה פֿאַר מײַן פּרנסה. זיך אונטערגעבן דעם קליענט? און אויב אַנדערע וועלן, חלילה, אים נאָכמאַכן? ס’קומט נישט אין באַטראַכט. קעמפֿן וועל איך!
— אוי, מײַן בויך…, — האָט תּירוציק געזאָגט. אַ פּײַנלעכער אויסדרוק האָט זיך אויף זײַן פּנים אויסגעמאָלט. — כ’פֿיל זיך נישט מיט אַלעמען. קום מאָרגן.
כימענעס האָט דאָס דערהערט, באַלד אויפֿגעשטאַנען און פֿאַרלאָזט די שערערײַ. אַ וואָך שפּעטער קומט כימענעס ווידער און זעצט זיך אַוועק אויפֿן בענקל.
— אַ פּליכע. אין גאַנצן!
ס’האָט נישט לאַנג געדויערט, תּירוציק האָט באַהערשט אַ שרעק און געזאָגט שטאַרק איבערגענומען:
— כ’האָב געלאָזט אויפֿן פֿײַער עפּעס אין שטוב. גוט וואָס כ’האָב זיך דערמאָנט. כ’מוז לויפֿן!
כימענעס איז אויפֿגעשטאַנען, געזאָגט: „גיי, גיי שוין. כ’האָב פֿאַרשטאַנען‟, — און פֿאַרלאָזט דאָס אָרט.
אַ וואָך שפּעטער — די זעלבע מעשׂה. ס’קומט אַרײַן כימענעס אין דער שערערײַ, זעצט זיך אַנידער, ווײַזט אָן אויף זײַן קאָפּ און זאָגט: „אין גאַנצן!‟.
— אַ לוויה! האָט תּירוציק אויסגערופֿן, מ’פֿאַרמאַכט הײַנט פֿרי. אַנטשולדיקט. קומט מאָרגן.
צומאָרגנס איז כימענעס אַרײַן. תּירוצל האָט זיך שוין געקראַצט דעם שטערן. זיך אָנגעשטרענגט און געזוכט אַ נײַעם תּירוץ.
— גענוג! — האָט כימענעס געפּלאַצט, — כ’גיי איבער צו קאָנקורענצל.
— ניין!!!, — האָט מיט אַ יללה רעאַגירט דער שערער.
כימענעס האָט זיך נישט איבערגענומען. אויפֿגעשטאַנען פֿון אָרט און שוין כּמעט געווען אַרויס פֿון דער שערערײַ…
2
— קום, זיץ. גיי נישט, — האָט תּירוציק געזאָגט, פּרוּוונדיק צו באַרויִקן זײַן קליענט, — מיר’ן מאַכן אַ פּשרה.
— אַ פּשרה?! — האָט כימענעס געפֿרעגט, — אַ פּשרה וועגן וואָס?
— כ’וועל דיך אָפּשערן פּונקט גענוי ווי ס’פֿאַרגליסט דיר, אָבער…
— אָבער וואָס?
— אַ שטרײַף אין מיטן וועל איך לאָזן. מ’קאָן עס שיין באַפֿאַרבן אויך.
— אַ שטרײַף אין מיטן? אַ באַפֿאַרבטן?
— אַ שיינער געדאַנק, האַ? — האָט תּירוצל געפּרוּווט אים איבערצײַגן, — אַ מאָל, אַ מאָל איז עס געווען אין דער מאָדע!
כימענעס האָט זיך אַ רגע געוואַקלט, נאָר צום סוף אָפּגעוואָרפֿן דעם געדאַנק.
— ס’קומט ניט אין באַטראַכט.
— וואָס ביסטו אַזאַ עקסטרעמיסט? — האָט תּירוציק רעאַגירט, — ווייסטו וואָס?… איך טראַכט…
— וואָס-ווען געטראַכט… דעם קאָפּ! אין גאַנצן! אַ פּלי-כע! אַ גלענצנדיקע. דאָס איז עס. אָן פּשרות. ניטאָ וואָס צו רעדן.
— אַ געדאַנק! עפּעס נײַעס!
— וואָס? — האָט דער קליענט געפֿרעגט.
— מיר’ן זיך טוישן, האָט תּירוציק געזאָגט, — זײַ דו דער שערער, און איך זיץ דאָ אויפֿן בענקל. ס’אַרט מיך נישט. כ’בין מוותּר. נו, וואָס זאָגסטו?
— הער מיך אויס, — האָט כימענעס אויסגערופֿן און איז אויפֿגעשטאַנען פֿון בענקל. —קאָנקורענצל! צו אים גיי איך אַריבער. איצטער!
כימענעס האָט זיך געאײַלט צו דער טיר. ער איז אַרויס און נעלם געוואָרן, שיטנדיק קללות אויף לינקס און אויף רעכטס.
3
תּירוציק איז אין דער שערערײַ אַרומגעגאַנגען הין און צוריק. ניט געוווּסט וואָס צו טאָן. ער איז אין אַ ווינקל פֿאַרשטופּט געוואָרן און האָט געמוזט רעאַגירן מיט גרויס פֿלינקייט. מיט אַ שטאַרקן אומווילן, מיט אַ געוואַלדיקן אָנשטרענג, אַן אײַנגעבויגענער און בלית-ברירה, איז ער מיט שווערע טריט צוגעגאַנגען צום טעלעפֿאָן און אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל.
— ווער רעדט? — האָט קאָנקורענצל געפֿרעגט.
— תּירוצל דאָ…
— אַ גוט מאָרגן, גוטער פֿרײַנד! — האָט קאָנקורענצל, שמייכלענדיק געזאָגט. — וואָס ברענגט דיך צו מיר?…
— פֿאַרשליס דאָס געשעפֿט. באַלד. מ’טרעפֿט זיך אין קאַוועהויז.
4
כימענעס קומט אָן צו קאָנקורענצלס שערערײַ און געפֿינט דאָרט די לאָדנס צוגעשלאָסן… דרייט ער אויס דעם קאָפּ און גייט צום דערבײַיִקן קאַוועהויז. דורכן שויפֿענצטער צו דער גאַס באַמערקט ער תּירוצלען און קאָנקורענצלען זיצן דאָרט. זיי סודען זיך בײַ אַ טישל, בשעת זייערע בליקן באַטראַכטן די סבֿיבֿה… ווען זיי האָבן אַנטפּלעקט כימענעס אַרײַנקומען, זענען ביידע פֿאַרגליווערט געוואָרן. כימענעס איז צו זיי צוגעגאַנגען.
— אײַך געפּאַקט האָב איך!
— וואָס עפּעס נײַעס, כימענעס? וואָס דערציילסטו? — האָט מען אים געפֿרעגט.
— ממש וווּנדערבאַר!
— טרינקסט עפּעס?
זיי האָבן זיך אַ קאַפּיטשקע געוווּנדערט, אַז כימענעס איז מסכּים און זעצט זיך אַוועק בײַ זייער טישל.
— כ’האָב באַשלאָסן.
תּירוציק און קאָנקורענצל האָבן זיך איבערגעקוקט. ניט געוווּסט וואָס צו דערוואַרטן.
— כ’עפֿן אַ סאַלאָן. „סאַלאָן דע לוקס‟. פֿריזור און שערערײַ פֿאַר פֿרויען און מענער. מיט צוויי מאָנאַטן פֿריִער באַשטעלט מען אַן אָרט.
תּירוציק און קאָנקורענצל זענען שיִער ניט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון בענקל.
— כ’דאַרף נישט קיין פּליכע.
5
„כימענעס דע לוקס‟. אַ צוציִענדיקער שילד איז שוין געהאָנגען איבער דער נײַער שערערײַ. ביסלעכווײַז זענען אַהין אָנגעהויבן אַרײַנקומען פֿרויען און מענער, באָבעס מיט קליינע קינדער, און יעטוועדע באַשעפֿעניש, וואָס שערט זיך אָפּ חודשלעך. בעיקר, פֿאַר שבת און יום-טובֿ איז דאָרט געווען געפּאַקט — אַ משוגעת! אַן אָרט דאָרטן האָט מען באַשטעלט לאַנג פֿון פֿאָרויס. דאַקעגן צו תּירוציק און קאָנקורענצן איז מען קוים אַרײַנגעגאַנגען. אַ מידבר. טויט-שטיל.
תּירוציק איז באַהערשט געוואָרן פֿון אַ מרה-שחורה. אויך אַ חרטה-געפֿיל האָט אים באַנומען. פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס האָב איך אים ניט אָפּגעשוירן? בײַ זײַן קאָלעגע איז דער מצבֿ ניט געווען בעסער. „אויב תּירוצל, — האָט קאָנקורענצל געקלערט, — וואָלט מיר ניט אָנגעקלונגען, וואָלט איך גלײַך אָפּגעשוירן כימענעסן און געענדיקט די גאַנצע מעשׂה… ס’וואָלט אָבער קיין מאָל, קיין מאָל אין לעבן בײַ דעם פֿאַרשוין קיין שום געדאַנק זיך אויפֿגעוועקט פֿון עפֿענען אַן אייגענעם סאַלאָן, און מיר וואָלטן איצט ניט געליטן אַזאַ מפּלה. ווי אַ געפּליכעטער וואָלט אים דען אײַנגעפֿאַלן אַזאַ געדאַנק צו עפֿענען אַ שערערײַ?! לעכערלעך!‟
— אַ שטרײַפֿל אין מיטן קאָפּ, האָב איך אים פֿאָרגעלייגט, — האָט זיך פֿאַרענטפֿערט תּירוציק… — אָבער כימענעס האָט בייז אָפּגעוואָרפֿן מײַן פֿאָרשלאָג.
— אויב דו וואָלסט מיט מיר ניט גערעדט, — האָט קאָנקורענצל געענטפֿערט, — וואָלט איך כימענעסן גלײַך געמאַכט פֿאַר אַ פּליכעוואַטן, און מיר וואָלטן הײַנט ניט געזעסן דאָ אַרבעטסלאָזע.
— האָסט אים לעצטנס געזען? — האָט תּירוציק געפֿרעגט.
— ניין…
— אַ באָרד פֿאַרלאָזט ער זיך. אַזוינס האָב איך געהערט.
6
תּרוציק און קאָנקורענצל האָבן באַנקראָטירט און געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס שטעטל. יעדער איינער האָט געעפֿנט אַ שערערײַ אויף זײַן נאָמען. יעדער איינער האָט זיך אויך פֿאַרלאָזט אַ באָרד, ווי ס’האָט פֿריִער געטאָן כימענעס, זײַענדיק זיכער, אַז דאָס וועט זיי טאַקע ברענגען מזל… נאָר וואָס איז געשען?… פּונקט דעם זעלבן יאָר, ווי אַ סורפּריז פֿאַר אַלע שערערס, האָט זיך פֿאַרשפּרייט די מאָדע זיך פֿאַרלאָזן אַ באָרד. ממש אַ מגיפֿה. אין אַזאַ אַטמאָספֿער, ווער האָט בכלל געטראַכט אַרײַנגיין צו אַ שערער? דער מצבֿ איז אַזוי גיך געגאַנגען באַרג אַראָפּ, אַז צו אונדזערע צוויי שערערס איז מען בכלל נישט אַרײַנגעקומען… כימענעס האָט געהאַט אַ בעסער מזל. פֿרויען זענען ווײַטער צו אים געקומען פֿאַר אַ פֿריזור, און אַזוי אויך קינדער און יוגנט, וואָס האָבן געהאַט זייערע אייגענע קאַפּריזנע פֿאַרלאַנגען. נאָר קיין אָרט האָט מען שוין ניט געדאַרפֿט רעזערווירן בײַ זיי פֿון פֿאָרויס.
7
כימענעס האָט דערווײַל זיך אָפּגעשוירן די באָרד, ווײַל בײַ אים זיך פֿירן אַנדערש איז געווען ממש אַ פּרינציפּ. און פּלוצעם, אין אַ העלן טאָג, האָט ער באַמערקט פֿון דערווײַטנס ווי צוויי באַבערדטע מענער דערנענטערן זיך צו אים. די פֿרעמדע האָבן זיך אָפּגעשטעלט און געקוקט אויפֿן שילד „כימענעס — שערער דע לוקס‟. כימענעס האָט זיי לאַנג באַקוקט ביז ער האָט שוין קיין ספֿק ניט געהאַט. דאָס זענען געווען תּרוצל און קאָנקורענצל בכּובֿדם־ובעצמם.
צומאָרגנס זענען שוין די דרײַ לצנים געזעסן אין אַ דערבײַיִקן קאַוועהויז.
— הער מיך אויס, כימענעס… — האָט שטיל גערעדט תּירוציק, — זאָג מיר דעם ריינעם אמת.
— נאָר דעם אמת, — האָט כימענעס געענטפֿערט.
— ווי גייט עס מיטן געשעפֿט?
כימענעס האָט געשוויגן. די פֿראַגע האָט אים געוווּנדערט. ר’האָט געצווײפֿלט וואָס צו ענטפֿערן. קאָנקורענצל האָט זיך אָנגעפֿילט מיט מוט, געמאַכט אַ שריט פֿאָרויס און פֿאָרגעלייגט מיט זיכערקייט:
— פֿאַראייניקן די כּוחות! כימענעס, תּירוציק און קאָנקורענצל! אַ ריזיקער שילד און טויזנטער קליענטן! — און אין אַ שטילערן טאָן: — וואָס מיינסטו? וואָס זאָגסטו?
— כ’ווייס נישט… כ’מיין נישט… לאָזט מיך איבערטראַכטן… נישט זיכער… — האָט כימענעס געשטאַמלט. דערנאָך האָבן זיי זיך העפֿלעך געזעגנט.
נישט געקוקט דערויף, אַ וואָך שפּעטער איז איבער דער זעלבער שערערײַ שוין געהאָנגען אַ נײַ-ריזיקער שילד, וואָס האָט צוגעצויגן אַלע אויגן פֿון שטעטל:
„כימענעס און שותּפֿים — שערערײַ דע לוקס‟
די תּושבֿים פֿון שטעטל האָבן זיך שטאַרק געפֿרייט עס צו זען. תּירוצל און קאָנקורענצל — אין גאַנצן נישט.
יאַנואַר 31, 2023