נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 68


זיידע־באָבעס האָבן וואָס צו דערציילן זייערע אייניקלעך

דאָס צענטראַלע סטאַטיסטישע ביוראָ אין ישׂראל האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די צאָל אײַנוווינער אין לאַנד ערבֿ דעם 75סטן יום־העצמאות. אין מדינת־ישׂראל וווינען הײַנט 9 מיליאָן 727 טויזנט נפֿשות, פֿון זיי זײַנען 7 מיליאָן 145 טויזנט ייִדן (73.5%), 2 מיליאָן 048 טויזנט אַראַבער (21.0%) און 534 טויזנט אַנדערע פֿעלקער (5.5%).

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אַפּריל האָט מדינת־ישׂראל געפֿײַערט דעם 75סטן געבוירן־טאָג. פֿאַר אַ מדינה, אַנטשטאַנען נאָך אַזאַ חורבן, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן מיט פֿײַער און רויך אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק; אַרומגערינגלט מיט לענדער־שׂונאים, וועלכע לאָזן נישט דורך קיין טאָג, ניט צו דערמאָנען, אַז די סכּנה לויערט איבערן קאָפּ פֿון יעדן ישׂראל־בירגער, — איז עס באמת אַ פֿאַרדינטע, בכּבֿודיקע יוביליי־דאַטע…

פֿון מײַן קינדשאַפֿט האָבן זיך מיר פֿאַרגעדענקט צוויי דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט מדינת־ישׂראל. מײַן באָבע, זאָל זיך מיִען, פֿאַרטאָן אין איר שטענדיקער אַרבעט אין שטוב, האָט עס געטאָן, ווי איר שטייגער איז געווען, מיט אַ לידעלע אויף די ליפּן. מיר איז איר לידעלע בפֿירוש געפֿעלן געוואָרן. האָב איך זי געפֿרעגט: „באָבע, וואָס זינגסטו?‟ — מײַן פֿראַגע האָט זי, אַפּנים, אַ ביסל צעמישט, פֿון דעסטוועגן, האָט מיר די באָבע שטיל געענטפֿערט: „ס׳איז אַ בעסאַראַבער פֿאָלקס־לידל… כ׳האָב עס געהערט פֿון מײַן טאַטן עליו־השלום…‟ אויך פֿון מײַן באָבע האָב איך געוווּסט, אַז איר טאַטע, דאָס הייסט, מײַן עלטער זיידע, איז געווען אין בעלץ אַ באַקאַנטער חזן.

מיט יאָרן שפּעטער, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל דערהערט דעם ישׂראל־הימען „התּיקווה‟, האָבן שוין די ערשטע קלאַנגען מיך אַריבערגעטראָגן אין מײַן באָבע־זיידעס היים; כ׳האָב אין דעם דערהויבענעם געזאַנג, דעם סימבאָל פֿון ישׂראל־מלוכהשקייט, דערהערט די האַרציק־וואַרעמע קלאַנגען פֿון מײַן באָבעס זינגען. צי האָט מײַן באָבע געוווּסט, אַז איר „בעסאַראַבער פֿאָלקס־לידל‟ איז געוואָרן דער הימען פֿון דער נישט לאַנג אויפֿגעשטאַנענער ייִדישער מדינה? כ׳האָב עס בײַ איר קיין מאָל נישט געפֿרעגט; עפּעס האָט מיך דערפֿון אין יענער צײַט אָפּגעהאַלטן. הײַנט טראַכט איך, אַז איר פּלוצעמדיקע צעמישטקייט און איר ענטפֿער, אַרויסגעבראַכט שיִער ניט מיט אַ שעפּטש, זײַנען געווען גאָר נישט קיין צופֿעליקייט…

אויף אַזאַ מוזיקאַלישן אופֿן האָט זיך אָנגעקניפּט מײַן אייגענע „אַלטע היים‟ מיט דער היים פֿון אַלע ייִדן אין דער וועלט.

די צווייטע דערמאָנונג האָט זיך פֿאַרגעדענקט פֿון מײַן זיידן ז״ל, אַ בעסאַראַבער פֿרומען ייִד, אַ שוחט און אַ מוהל אין בעלץ. פֿון אים האָב איך געהערט די מעשׂה וועגן דער „גרויסער שחיטה‟, וואָס איז געשען אין די אוראַלטע צײַטן. יעדע מלוכה האָט דעמאָלט געשיקט אויף דער מלחמה נישט קיין חיילות, נאָר געבראַכט אויפֿן שלאַכט־פֿעלד דעם שטאַרקסטן האָן אינעם לאַנד. איין האָן איז געווען גרעסער פֿונעם צווייטן! די שלאַכט איז געווען אַ בלוטיקע און איז אָנגעגאַנגען זיבן טעג און זיבן נעכט. אויפֿן אַכטן טאָג איז קיין איין לעבעדיקער האָן נישט געבליבן. קיין איין מלוכה האָט די מלחמה נישט געוווּנען… און דאָך האָט זיך פּלוצעם דערהערט אין דער טייטלעכער שטילקייט אַ שוואַך פּישטשענדיק קולכל: „קוקערי־קו!‟ — „ווער פּישטשעט דאָרטן?‟ — האָבן זיך פֿאַרחידושט די אַלע מלכים, קיסרים און אימפּעראַטאָרן אין דער וועלט. אַ קליין נעבעכדיק הענדעלע איז אַרויסגעקראָכן פֿון אונטערן פֿליגל פֿון אַ דערהרגעטן ריזן־האָן און אויסגעשריִען: „איך, ישׂראליק!‟…

אַנטקעגן וואָס האָט מיר מײַן קלוגער זיידע דערציילט דווקא אָט דאָס מעשׂהלע? מעגלעך, ווײַל אין יענער צײַט האָבן נאָך געיאַטערט די ניט־פֿאַרהיילטע וווּנדן און ניט־פֿאַרצויגענע שראַמען, געבליבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; און אין דער זעלבער צײַט האָבן די שטאָלענע שנאָבלען און שאַרפֿע נעגל פֿון סטאַלינס הענער און אַראַבישע פֿאַנאַטיקער זיך געריסן צערײַסן אויף שטיקלעך דאָס קליינע הענדעלע ישׂראליק.

 די זיידעס און באָסעס, געבוירן אין 1948, אינעם יאָר פֿון ישׂראלס אַנטשטייונג, איז אויסגעקומען איבערצולעבן ניט איין מלחמה און גענוג נסיונות פֿאַר די 75 יאָר, אָבער פֿאָרט זײַנען זיי אויסגעשטאַנען און אויפֿגעשטעלט אַ שטאַרקע און שיינע מדינה. זיי האָבן וואָס צו דערציילן זייערע אייניקלעך.

און זייערע אייניקלעך, בתוכם די הײַיאָר־געבוירענע צברלעך שטייט פֿאָר צו פֿירן די ייִדישע מדינהשקייט ווײַטער. נישט קיין גרינגער עסק, נאָר קיין אַנדער ברירה איז ניטאָ, ווי ס’איז ניטאָ אויף דער וועלט אַזאַ צווייטע מדינה.

אַפּריל 29, דירפֿילד־ביטש — ברוקלין, ניו־יאָרק, 2023

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s