
אלי שאַרפֿשטיין
ווילנע, יאָר 1962. דער איבערבראָך צווישן ראַטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז שוין דערגאַנגען ביזן הויכפּונקט. די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע איז מצליח אָנוואַרפֿן אַ שרעקן אויף די פּשוטע סאָוועטישע בירגער. דאָס לאַנד גרייט זיך צו אַן אַטאָמישן קריג. דער אָנדענק פֿון דער לעצטער גרויסער מלחמה איז נאָך פֿריש בײַ די דערוואַקסענע. אין דער שטאָט זײַנען נאָך דאָ גענוג חרובֿע און אָפּגעברענטע הײַזער. די קינדער לערנען וועגן דער מלחמה פֿון ביכער און קינאָ־פֿילמען. די קינאָס זענען פֿול מיט מלחמה־פֿילמען. אויף די גאַסן דרייען זיך אַרום רייד, אַז מע צעטיילט שוין די גאַז־מאַסקעס. די אָנגעשטרענגטע אַטמאָספֿער ווירקט אויף אַלעמען.
פֿינף גוטע חבֿרים, ייִנגלעך פֿון עלף-צוועלף יאָר, בויען אַ „פּאַרטיזאַנער אָפּטיילונג‟, צו ראַטעווען דאָס היימלאַנד.
— וואָס דאַרפֿן מיר האָבן די שטיינער? וואָס וועלן זיי אונדז העלפֿן? — האָט זיך געקלאָגט מישקע. אים איז טאַקע געווען שווערער פֿון אַלעמען שלעפּן די שווערע ציגל צו דעם צווייטן שטאָק און ווײַטער אויפֿן בוידעם. ער איז געווען זייער אַ דיקער מיט גראָבע הענט און קורצע גראָבע פֿיס.
— שלעפּ! שלעפּ שוין און שווײַג! — האָט געפּסקנט איליושע.
— וואָס דאַרפֿן מיר זאַמלען אַזוי פֿיל שטיינער אויפֿן בוידעם? וואָס וועלן מיר טאָן מיט זיי?
— מיר וועלן הרגענען די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. פֿון אויבן גיט מען אַ שלײַדער אַ שטיין איז ער שוין טויט.
— נו, האָסטו שוין געהרגעט אַ סאָלדאַט. וואָס ווײַטער?
— ווײַטער? בײַ אַ טויטן סאָלדאַט איז לײַכטער צונעמען דאָס געווער. און אונדז פֿעלט געווער: ביקסן, נאַגאַנעס, רעוואָלווערס און גראַנאַטן. יאָ… און קוילן אַוודאי. אַ סך קוילן. אַ ביקס אָן קוילן איז סתּם אַ בעזעם.
— וואָס וועלן מיר טאָן מיט די ביקסן? וועמען וועלן מיר שיסן?
— איך האָב דיר שוין דערקלערט טויזנט מאָל! מיר וועלן הרגענען די אַמעריקאַנער און ראַטעווען אונדזער טײַער היימלאַנד.
— הרגענען?! וואָס האָבן זיי אונדז געטאָן שלעכטס?
— זיי האָבן בויקאָטירט קובאַ. און די קובאַנער זענען אונדזערע ברידער.
— מיר האָבן ברידער אין קובאַ?
— אוודאי!
— און מ’האָט זיי בויקאָ… וואָס?
— מ’האָט געמאַכט אַ בויקאָט אויף זיי. דאָס איז… ווי אַ בלאָקאדע. געדענקסט די לענינגראַדער בלאָקאַדע אין צײַט פֿון דער מלחמה?
— די אַמעריקאַנער האָבן געמאַכט אַ בויקאָט אויף לענינגראַד?
— ניין, די דײַטשן… די אַמעריקאַנער האָבן אַרומגערינגלט קובאַ.
— און וואָס זאָגט אויף דעם אונדזער רעגירונג?
— כרושטשאָוו האָט געשיקט אַ פּאָר שיפֿן מיט ראַקעטן צום אינדזל.
— וואָס פֿאַר אַן אינדזל?
— קובאַ.
— קובאַ איז אַן אינדזל?
— אַוודאי. קענסט ניט קיין געאָגראַפֿיע?
— איך קען אַריפֿמעטיקע.
— דאָס איז ניט שײַך…
— לויט מײַן חשבון, פֿאַרמאָגט אונדזער לאַנד אַ סך מערער מענטשן ווי אַמעריקע. הייסט עס, אַז אונדזער אַרמיי איז אויך שטאַרקער און גרעסער. אויב אַזוי, ווער דאַרף האָבן אונדזער פּאַרטיזאַנער אָטריאַד? פֿינף קינדער מיט שטיינער אויפֿן בוידעם, מיט איין פֿאַרזשאַווערטן נאַגאַן אָן קוילן, און מיט פֿײַל־און־בויגן אָן אַפֿילו איין פֿײַל אויף אַ רפֿואה־שלמה! ווער דאַרף אונדז האָבן?
— זאָרג ניט, פֿײַלן וועלן זײַן. און מיר זענען אַוודאי נייטיק אין די קומענדיקן קריג.
— נייטיק פֿאַר וועמען?
— פֿאַר אונדזער לאַנד.
— איך פֿאַרשטיי ניט…
— דו ניט. און דאָס איז דווקא די סיבה, אַז איך בין דער קאָמאַנדיר און דו ביסט אַ סאָלדאַט.
— נאָר איך מיין, אַז…
— פֿאַרשפּאָר צו מיינען. איך טראַכט פֿאַר דיר. איך דערקלער, פֿאַרשטייסט.
— נאָר… איך בין ניט זיכער… איך בין ניט זיכער, אַז מיר זענען גערעכט…
— דו דאַרפֿסט ניט זײַן זיכער. דו מוזט מיר גלייבן. פּשוט גלייבן! איך בין דער קאָמאַנדיר. איך גיב אַ באַפֿעל, און דו פֿילסט אים אויס.
— און אויב איך וויל ניט?
— דו ווילסט ניט? וועסטו זײַן געמישפּט, און נאָך דעם וועסטו דערשאָסן ווערן. בשעת אַ מלחמה איז ניטאָ קיין צאָך-מאָך! מיר האָבן ניט קיין רחמנות אויף די פֿאַררעטערס!
— אָבער… איך בין ניט קיין פֿאַררעטער!
— דאָס וועסטו דאַרפֿן דערווײַזן.
— און וואָס וועט זאָגן גרישקע, מײַן שוועסטערקינד?
— גרישקע איז מײַן אונטער־קאָמאַנדיר און אויך דער ריכטער פֿון אונדזער טריבונאַל. ער ווייסט וואָס צו טאָן.
— און ער וואָלט גרייט געווען מישפּטן זײַן קרובֿ? מישפּטן אים צום טויט־שטראָף?
— אַוודאי, אָן קיין ספֿק.
— און וווּ איז ער איצטער, דײַן אונטער־באַהעלפֿער? מיר שלעפּן די שטיינער און ער דרייט זיך אַרום.
— די שטיינער קענען מיר שלעפּן אַליין — איך און דו. גרישקע איז פֿאַרנומען. ער מיט נאָך צוויי יאַטן, וואָווקאַ און גענקע, פֿאַרשאַרפֿן די שפּיצן פֿון די פֿײַלן, וואָס מיר האָבן געמאַכט פֿון באַמבוק מיט דראָט. פֿאַרשאַרפֿטע פֿײַלן וועלן קענען דורכהאַקן די בראָניר־וועסטלעך פֿון די אַמעריקאַנער, און זיי טויט מאַכן.
— טויט מאַכן… וואָס וועלן מיר טאָן מיט אַזוי פֿיל טויטע?
— זאָרג ניט, דאָס איז ניט אונדזער דאגה. דער פּאָליאַק, אונדזער דוואָרניק [1], זאָל ער טראַכטן, וואָס צו טאָן מיט די טויטע. ער איז דער גאַסן־קערער!
— און אויב ער וועט ניט מסכּים זײַן?
— וועלן מיר אים דערשיסן. ער איז במילא אַן אַנטיסעמיט, קומט אים אַ קויל אין קאָפּ.
— וואָס הרגעסטו אַלעמען?
— דאָס איז דער דין, דער געזעץ. מיר האָבן ניט קיין רחמנות אויף פֿאַררעטערס.
— אָבער אים וויל איך טאַקע דערשיסן. גוט? מיט מײַנע אייגענע הענט. מעג איך?
— פֿאַרוואָס ניט? דו ביסט דאָך איינער פֿון אונדז, און ער איז אַ שרעקלעכער אַנטיסעמיט. ער איז אַ שׂונא און ער האָט אונדז פֿײַנט.
— ווי זאָל ער אונדז ליב האָבן, אַז מיר ווילן אים דערשיסן?
— ער איז תּמיד געווען אַ שׂונא פֿון ייִדן. ווען ער וואָלט ניט געווען אַזאַ באַנדיט, וואָלט ער אפֿשר געבליבן לעבן.
— אפֿשר?
— מישקע! מיר רעדן און רעדן, און די אַרבעט שטייט. שטעל אָפּ די ריידעלעך און שלעפּ שוין די שטיינער. מיר האָבן כּמעט פֿאַרענדיקט.
— נאָר… זאָג מיר, איליושע…
— וואָס פֿאַר אַ „איליושע‟ בין איך פֿאַר דיר? איך בין דײַן קאָמאַנדיר! פֿאַרשטייסט? דו ווילסט עפּעס פֿרעגן? אַדרבא! נאָר קודם־כּל שטיי גלײַך, ווי אַ סאָלדאַט און סאַלוטיר! ערשט דאַן וועסטו קענען פֿרעגן.
—יאָ, חבֿר קאָמאַנדיר! — מישקע האָט געטאָן, וואָס דער קאָמאַנדיר האָט פֿון אים געפֿאָדערט, — דאָס איז וועגן די פֿײַלן. ווי אַזוי פֿאַרשאַרפֿן זיי די פֿײַלן, גרישקע מיט די מיט ייִנגלעך?
— ווי אַזוי פֿאַרשאַרפֿט מען פֿײַלן? זייער פּשוט. מ’רײַבט דעם שפּיץ פֿונעם פֿײַל אָן די שטיינער פֿונעם טראָטואַר, ביז ס׳ווערט שאַרף.
— איך האָב אַ בעסערע אידעע.
— נו, לאָמיר הערן…
— מײַן טאַטע אַרבעט אין אַ קראָם פֿון כּלים. איך קען בײַ אים לײַען אַ שאַרף־שטיין צו פֿאַרשאַרפֿן די פֿײַלן.
— זייער שיין! מיר געפֿעלט עס, — און איליושע האָט אַוועקגעלייגט זײַן לינקע האַנט אויף מישקעס רעכטן אַקסל, — נאָר קיינער טאָר פֿון דעם ניט וויסן. כ׳מיין, וואָס מיר טוען מיטן שאַרף־שטיין. איין איבעריק וואָרט, און מיר וועלן מוזן…
— וואָס, ווידער שיסן?
— יאָ…
— און וווּ איז דאָס אָנגעשריבן? ווער האָט אײַנגעפֿירט די נאַרישע געזעצן?
— איך און גרישקע. מיר האָבן געשריבן די געזעצן.. און פֿאַרן וואָרט „נאַרישע‟ וועסטו מוזן אָפּגעבן אַ חשבון.
— אוי, ס’איז דאָך געווען אַ וויץ… איך האָב אַפֿילו ניש געטראַכט וועגן…
— ווידער אַמאָל טראַכטסטו? ניט גוט מישקע, ניט גוט…
זיי זענען שוין דערגאַנגען צום בוידעם, אַוועקגעלייגט די ציגל, האָבן זיי זיך אַוועקגעזעצט זיך אָפּרוען.
— צו איבערברעכן די אַמעריקאַנער אימפּעריאַליסטן, זענען אַלע מיטלען כּשר, — האָט פּלוצעם געמאָלדן איליושע מיט אַן ערנסטער מינע.
— וואָס ווילסטו דערמיט זאָגן?
— איך האָב אָנגעזאָגט גענקען, ער זאָל ברענגען זײַן שוועסטער ליודקע צו אונדז אין אָטריאַד. געדענקסט זי? איך האָב פֿאַר איר אַ ספּעציעלע אויפֿגאַבע.
— וואָס קען אַ מיידל אונדז העלפֿן? זי איז דאָך עלטער פֿון אונדז אויף אַ יאָר פֿיר-פֿינף?!
— דאָס מאַכט עס נאָך מער פּאַסיק, ממש צוגעמאָסטן פֿאַר אונדז.
— ווי אַזוי?
— דו געדענקסט, ווי ס׳איז געווען איר צונאָמען? ווי מיר האָבן זי גערייצט?
— אַוודאי… „ליודקע-פּראָסטיטוטקע!‟
— שיין, אַז דו געדענקסט. זי וועט „פֿאַרנאַרן‟ די אַמעריקאַנער צו זיך אַהיים, און מיר וועלן זיי פֿאַרכאַפּן אין פּלען!
— און אויב זי וועט זיך אָפּזאָגן?
— מיר וועט זי ניט אָפּזאָגן. זי איז פֿון אונדזעריקע.
— פֿון אונדזעריקע? וואָס הייסט עס? זי איז דאָך אַ שיקסע!
— זי איז אַ סאָוועטישע שיקסע. זי האָט ליב דאָס לאַנד, און זי איז גרייט אַפֿילו צו שטאַרבן פֿאַר אונדזער היימלאַנד!
— קען זײַן… איך קען פֿרעגן נאָך אַ פֿראַגע?
— פֿרעג שוין…
— ווי קענען מיר זײַן זיכער, אַז די אַמעריקאַנער וועלן קומען דווקא צו אונדז, דווקא אין ווילנע?
— דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער. געדענקסט די פֿילמען וועגן דער מלחמה? געדענקסט ווי די סאָלדאַטן האָבן פֿאַרנומען אונדזערע דערפֿער און שטעט?
— נו, באמת… דאָס זענען דאָך געווען די דײַטשן.
— ריכטיק, די דײַטשן. און יעצט וועלן קומען די אַמעריקאַנער.
די אַמעריקאַנער — ס׳איז אין גאַנצן אַן אַנדער זאַך.
— וואָס איז דען אַנדערש?
— יענע זענען געווען פֿאַשיסטן. און די…
— און די זענען אימפּעריאַליסטן. געדענקסט, ווי אַלעקסאַנדער ניעווסקי האָט געזאָגט אין קינאָ: „ווער ס׳קומט צו אונדז מיט אַ שווערד, וועט פֿון אַ שווערד אומקומען! ניט וויכטיק צי ער איז אַ דײַטש אָדער אַ יאַנקי.
— ווער איז דער „יאַנקי‟, וואָס מיר שיסן שוין ווידער?
— אַנקי… יאַנקי איז אויך אַן אַמעריקאַנער, נאָר אַ יאַנקיוואַטער… צוריק גערעדט, פֿאַר וואָס דאַרף מיר אים שיסן? זײַ רויִק! מיר האָבן נאָך קיינעם ניט געשאָסן. דער שׂונא איז נאָך ווײַט פֿון אונדז.
— ווי ווײַט?
— ווײַט. זייער ווײַט. שלעפּ שוין, שלעפּ שוין די שטיינער… אוי, ביסטו אַ קליאַטשע, ביסטו…
די צוגרייטונגען צו דער מלחמה מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אָנגעגאַנגען ווײַטער, לויטן פּלאַן, געמאַכט פֿון איליושען און דער כאָפּטע יונגע ווילנער „פּאַרטיזאַנער‟.
[1]דוואָרניק (רוס.) — הויף־קערער
פֿעברואַר, 2023