דער לעוטאַר

(קליינע פּאָעמע)

משה לעמסטער

אין אונדזער שטעטל בשכנות מיט ייִדן
האָבן געוווינט אײַנגעזעסענע ציגײַנער:
בעל־עגלות, בעל־מלאָכות, שמידן
און לעוטאַרן [1] טאַלאַנטירטע, פֿײַנע.

אין די קאַפּעליעס מיט זיי אין איינעם
האָבן געשפּילט אויך ייִדישע כּלי־זמרס
אויף חתונות פֿריילעכע, שיינע
אין שטעטל, אין מאָלדאַווישע דערפֿער.

געשפּילט האָבן זיי אָפֿטמאָל צוזאַמען
אויף פּורים־שפּילן און אויף בר־מיצוות,
אויף קריסטלעכע חגאות און כראַמען [2],
זייער שפּילן געדענקט מען נאָך איצטער…

נאָר ס’קומט די מלחמה, אויס פֿרידן,
ס’הייבן אָן די פֿאַשיסטן־רשעים
ראַבעווען, הרגענען ייִדן
פֿאַרגוואַלדיקן מיידלעך און פֿרויען…

אין אַ טאָג האָט מען צענויפֿגעטריבן
אויפֿן פּלאַץ צענטראַלן פֿון שטעטל
עטלעכע צענדליקער ייִדן
אויף צו צעשיסן אַ ביסעלע שפּעטער.

עס זענען דאָ אויכעט געשטאַנען
ייִדישע כּלי־זמרס מיט נשמות ריינע
און אויך זייערע אַלטיטשקע מאַמעס,
זייערע פֿרויען און קינדערלעך קליינע…

ס’קומט צו צו זיי, צו די חבֿרים זײַנע,
דער לעוטאַר סטינגאַטש יאָן [3]
אַ פֿידלער פֿון אײַנגעזעסענע ציגײַנער
אַ באַוווּסטער אין שטעטל און אין ראַיאָן.

ער האָט זיך געוואָנדן צום הויפּט־קאָמאַנדיר:
הער מאַיאָר, דערלויב צו זאָגן עטלעכע ווערטער
צווישן די ייִדן, וואָס דאָ שטייען פֿאַר דיר
מײַנע נאָענטע פֿרײַנד, ייִדישע כּלי־זמרס,

מיט זיי כ’האָב געשפּילט אויף חנוכּת־הבית,
אויף קומעטריִעס [4] און אויף די ירידן
אויף שׂימחות, חתונות און אויף לוויות
מיר זײַנען געוואָרן ווי אייגענע ברידער.

דערלויב זשע מיר, געשעצטער מאַיאָר
כ’וויל די ייִדן אַ געזעגן־ניגון שפּילן,
זיי האָבן אים ליב געהאַט ביז גאָר,
ער פֿלעג אויפֿרעגן זייערע געפֿילן.

מע דערלויבט אים. דער ציגײַנער היגער
יאָן סטינגאַטש האָט דעם פֿידל גענומען
און אַ באַוווּסטער רומענישער ניגון
האָט זיך צעקלונגען אין די אַרומען…

דער באַרימטער „טשאָקערליִע‟ [5]־ניגון
האָט פֿאַרכּישופֿט און באַצויבערט
עס האָט זיך געדאַכט, אַז די זון אין הימל
איז שטיין געבליבן דאָרטן אויבן.

אַז די ערד האָט פֿאַרהאַלטן איר גיכן געדריי,
אַלץ ווערט אַנשטילט, נאָר דאָס שפּילן הערט זיך…
אויס צרות, אויס ליידן, אויס בריִיִקער וויי,
שיינע בלומען זיך צעבליִען אין הערצער…

זאָגט דער מאַיאָר צו די געזאַמלטע ייִדן,
טרערן אין זײַנע אויגן עס שײַנען:
קושט די גאָלדענע הענט פֿונעם פֿידלער —
מע וועט אײַך ניט דערשיסן איר וועט לעבן בלײַבן…

מע האָט די מענטשן אין געטאָס געטריבן
יאָן סטינגאַטש האָט זיי געפֿאָכט מיטן פֿידל
דערנאָך געלעגן אויף די גראָזן גרינע —
פֿיל כּוחות זײַנע האָט צוגענומען דאָס שפּילן…

נאָך דער מלחמה זאַמלען ייִדן געלטער
ס’האָבן געקויפֿט אין אַמעריקע קרובֿים
פֿאַר יאָן סטינגאַטש אַ פֿידל אַ זעלטנס
זאָל ער ווײַטער פֿאַרכּישופֿן דעם עולם.

ס’האָט זײַן באַוווּסטער „טשאָקערליִע‟־ניגון
נשמות פֿון מענטשן באַצויבערט, געפֿאַנגען
מיט נײַע פֿאַרבן, טענער און פֿליגל,
מיט נײַע שיינע, פּרעכטיקע קלאַנגען.

ס’פֿלעגט די זון בלײַבן שטיין אין הימל,
די ערד האָט איר גיכן געדריי פֿאַרהאַלטן…
יאָן סטינגאַטש האָט געשפּילט אויף זײַן פֿידל
און עס זענען די מענטשן געוואָרן גוטהאַרציק…

[1] לעוטאַר (רומ.) — אין מאָלדאָווע און רומעניע אַ פֿאָלקס־מוזיקאַנט, כּלי־זמר;
[2] כראַמען (רומ.) — אַ חגא, געווידמעט דעם טאָג, ווען מע האָט געהייליקט דעם אָרטיקן קלויסטער;
[3] יאָן סטינגאַטש — געווען אַזאַ מוזיקער אין שטעטל יעדינעץ;
[4] קומעטריִע (רומ.) — טויפֿמאָלצײַט בײַ די קריסטן;
[5] טשאָקערליִע (לאַרך — רומ.) — אַ באַוווּסטער רומענישער און מאָלדאַווישער ניגון, וועלכן עס שפּילן אַ סך באַרימטע פֿידלערס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s