יעווגעני קיסין
קאַפּיטל ב
6
אין לענינגראַד זײַנען אָנגעקומען כמאַרנע, אָפֿט רעגנדיקע אָקטאָבער־טעג. די לימודים אינעם אינסטיטוט האָבן פֿאַרכאַפּט, װי געװײנטלעך: די לעקציעס אין דער פֿאָנעטיק, גראַמאַטיק, טעאָריע און געשיכטע פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך האָבן זיך געביטן לױט דער רײ מיט דער נודנער סמאָטשקע — געשיכטע פֿון דער ק.פּ.ס.פֿ., װיסנשאַפֿטלעכן קאָמוניזם און פּאָליטישער עקאָנאָמיע. צונױפֿגעדרוקט די צײנער, האָט קאַטיע, װי פֿריִער, עקשנותדיק געהאַלטן אין אײן אײַנחזרן אַלע קעגנשטאַנדן, כּדי צו באַקומען די געהעכערטע סטיפּענדיע: נישט פֿערציק, נאָר פֿופֿציק רובל אין חודש. װי ס׳רובֿ מענטשן אין לאַנד, האָבן קאַטיעס עלטערן קײן גרױס געהאַלט נישט געהאַט, אַזױ אַז קײן קאָפּיקע איז פֿאַר דער משפּחה נישט געװען איבעריק.
דער אינסטיטוט האָט זיך געפֿונען עטלעכע מינוט גאַנג פֿון נעװסקי פּראָספּעקט, און אױפֿן װעג אַהין האָט קאַטיע זיך יעדעס מאָל דערמאָנט, װי זי האָט געהאַט שפּאַצירט דאָרטן מיט מישען. װען זי האָט אים געזאָגט, אַז זי לערנט זיך דאָ נישט װײַט, האָט ער איר געבעטן װײַזן אים איר אינסטיטוט, און זי האָט אים געפֿירט לענג–אױס דעם סטראָגאַנאָװ פּאַלאַץ און מױקע–טײַך צום אַלטן בנין, װאָס אַנטקעגן אים איז געשטאַנען קאָנסטאַנטין אושינסקיס דענקמאָל. די הענט האָט דער בראָנדזענער גרינדער פֿון דער רוסלענדישער פּעדאַגאָגיק געהאַלטן, װי שטענדיק, פֿאַרלײגט הינטערן רוקן, און מישע האָט דעמאָלט אױך פֿאַרלײגט די הענט הינטערן רוקן און לאַנג געקוקט, װי אַ פֿאַרכּישופֿטער, אױף דער העל–געלער געבײַדע מיט װײַסע קאָלאָנעס אױף דער ליניע פֿונעם צװײטן און דריטן גאָרנס.
אַפֿילו װען נאָך זײַן אָפּפֿאָרן קײן װאַרשע האָט קאַטיע במשך פֿון אַ װאָך צײַט נישט באַקומען פֿון מישען קײן ידיעות, איז ער איר סײַ–װי נישט אַרױס פֿון קאָפּ. פֿון מאָל צו מאָל האָט איר האַנט זיך געצױגן צו זײַנע בריװ, און פֿון די שורות אױפֿן געקעסטלטן פּאַפּיר איז ער װי אױף ס׳נײַ אױפֿגעשטאַנען פֿאַר אירע אויגן — אָט שפּילט ער שאָפּענען אױף דער בינע פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן זאַל, אָט דעקלאַמירט ער לידער און קוקט אױף איר מיט זײַנע גרױסע אַנציקטע אױגן. ער איז טאַקע געװען נישט ענלעך אױף קײנעם פֿון אירע פֿרײַנד און באַקאַנטע. צי קאָן מען דאָס אַלץ אױסמעקן פֿון האַרצן? און אױב אַפֿילו יאָ, צי װעט זי זײַן גליקלעך דערפֿון?
אין יענע טעג האָט קאַטיע געהאַט אײן ראַנדעװוּ מיט איר פּאָרטוגאַלישן חבֿר. באַלד נאָך זײַן אַװעקגײן האָט זי װידער אָנגעהױבן טראַכטן װעגן מישען, אַפֿילו זיך פֿאָרגעשטעלט עפּעס אינטימס מיט אים, און עס האָט זיך איר נישט געוואָלט זיך צעשײדן מיט אָט די פֿאַנטאַזיעס. פֿון דעם האָט זי געמאַכט דעם אױספֿיר, אַז װער–װער, נאָר דער פּאָרטוגאַלער טױג איר בפֿירוש נישט. פֿון יענעם טאָג אָן האָט זי גענומען אים אױסמײַדן, און מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָבן װידער אָנגעהױבן אָנקומען בריװ פֿון מישען, אײן בריוו נאָכן אַנדערן, אַצינד שױן אין קאָנװערטן מיט פּױלישע מאַרקעס. געװען זײַנען זײ נישט זײער לאַנג, אײניקע אַפֿילו גאָר קורץ, נאָר אין יעדן בריװ האָבן זיך איבערגעחזרט די װערטער: „כ׳טראַכט װעגן דיר די גאַנצע צײַט…‟. נאָך מער: פֿון מישעס דערצײלונגען האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז געקומען צו פֿליִען קײן װאַרשע איז ער מיט דרײַ יונגע פֿרױען, אַז זײ זעען זיך אַלע טאָג, העלפֿן אײנער דעם אַנדערן, — און דאָך איז געװען לגמרי קלאָר, אַז ער קוקט לחלוטין נישט אױף זײ װי אױף פֿרױען, אַז ער טראַכט באמת די גאַנצע צײַט װעגן איר, קאַטיען.
זי האָט ממש נישט געװוּסט, װאָס צו טאָן. די עלטערן האָבן געזען, אַז יעדן טאָג קומען קאַטיען בריװ פֿון װאַרשע; זײ האָבן פֿאַרשטאַנען, פֿון װעמען זײַנען אָט די בריװ, נאָר געשװיגן, האַלטנדיק, אַז די טאָכטער, אױב ס׳װעט זײַן נײטיק, װעט אַלײן זײ אַלץ דערצײלן. אײן מאָל האָט קאַטיען זיך פֿאָרט פֿאַרװאָלט זיך טײלן מיט עמעצן, אױב נישט מיט די עלטערן, איז מיט איר נאָענטער חבֿרטע. פֿון דעסטװעגן, האָט זי זיך אײַנגעהאַלטן דערפֿון. זי האָט געהאַט אַ מאָדנע, ביז יענער צײַט נאָך אַן אומבאַקאַנט געפֿיל, אַז דאָ ליגט עפּעס העכסט פֿאַרבאָרגנס, טיף–אינעװײניקס, און אױב זי װעט עס דערצײלן עמעצן, װעט זי פֿאַרראַטן… װעמען, מישען? זי האָט אים געטראָפֿן בלױז אײן מאָל אין לעבן, זי האָט אים גאָרנישט ניט צוגעזאָגט און איז אים גאָרנישט שולדיק געװען. ס׳האָט זיך באַקומען, — הגם קײן שום לאָגיק, האָט זיך געדוכט, איז אין דעם נישט געװען — אַז פֿאַרראַטן װעט זי דװקא זיך אַלײן.
אַן אַנדער משונהדיקײט פֿון דער סיטואַציע איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס לױט דער נאַטור איז קאַטיע געװען אַן אַקטיװער, פֿירנדיקער מענטש, געװױנט צו באַשליסן אַלײן, װאָס צו טאָן אין לעבן, און האַנדלען אין הסכּם מיט די אײגענע באַשלוסן. אַװדאי נישט אַלץ, װאָס זי האָט געװאָלט, איז געװען מעגלעך; צום בײַשפּיל, אינעם לענינגראַדער אוניװערסיטעט, װוּ זי װאָלט געװאָלט זיך לערנען, האָט מען קײן ייִדן נישט אָנגענומען, לכן האָט זי געמוזט אָנקומען אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. און דאָך, אין די ראַמען פֿון דעם, װאָס ס׳איז געװען יאָ מעגלעך, האָט קאַטיע זיך אויף קיינעם נישט פֿאַרלאָזט און אַפֿילו נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער קאָן װירקן אױף אירע מעשׂים און זי אָפּקערעװען פֿונעם אָנגעמערקטן װעג. און פּלוצעם איז אין איר לעבן אַרײַן עפּעס לגמרי אומגעריכטס, אַרײַן להיפּוך צו איר װילן און פּלענער — נאָר איר האָט זיך בפֿירוש נישט געװאָלט זיך צו דעם קעגנשטעלן!
אַזױ זײַנען פֿאַרבײַ טעג און װאָכן. קאַטיע האָט געפּרוּװט אָן שום דערפֿאָלג זיך פֿונאַנדערקלײַבן אין זיך אַלײן, און דערװײַל איז איר געװען קלאָר בלױז אײנס: לאַנג קאָן עס אַזױ נישט אָנגײן, פֿריִער צי שפּעטער װעט די סיטואַציע אומבאַדינגט געלײזט װערן. זי האָט אָבער געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל, אַז דער אופֿן, װי אַזױ עס װעט אַלץ געשען, װעט זיך װענדן נישט פֿון איר…
7
„קאַטיע, טײַערע! נו, ס׳דוכט זיך, איך האָב געשפּילט גוט. די מײדעלעך פֿאַרזיכערן מיך, אַז אַלץ איז באמת טאַקע געלונגען. מירן זען, װאָס דער זשורי װעט באַשליסן… דעם עולם, דאַכט זיך, איז מײַן אױפֿטריט געפֿעלן געװאָרן; אײניקע צוהערערס זײַנען דערנאָך צוגעקומען און האָבן מיך באַגריסט. איבערמאָרגן װעל איך װידער שפּילן די זעלבע פּראָגראַם אינעם צירק: װי כ׳האָב דיר געשריבן, װערן אַלע אױפֿטריטן איבערגעחזרט דאָרטן בלױז פֿאַר דעם פּובליקום, פֿאַר יענע, װעמען ס׳האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אַרײַנקומען אױפֿן קאָנקורס. נו, כ׳מײן, אַז דאָס װעט שױן זײַן אַ ביסל רויִקער.
כ׳טראַכט װעגן דיר… בעת כ׳האָב הײַנט געשפּילט די באַלאַדע, האָב איך פֿון דיר געטראַכט…
דײַן, מישע.‟
„קאַטיע, טײַערע, מיר זײַנען אַלע דורכגעגאַנגען אױפֿן צװײטן טור! װי כ׳האָב דיר שױן געשריבן, איז װוּסאַלאַס טאַטע אױך געקומען צו פֿליִען קײן װאַרשע און האָט זיך דאָ אָפּגעשטעלט בײַ זײַנעם אַ פֿרײַנד. הײַנט אין אָװנט האָט ער אונדז אַלעמען אײַנגעלאַדן אין אַ רעסטאָראַן, און ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז געקומען צו פֿליִען איז ער אַהין מיט… ראַסול גאַמזאַטאָװן! און איך, ס׳איז מיר אַ בזיון צו זאָגן, האָב זײַנע לידער נישט געלײענט… גוט, װאָס נאַדיאַ האָט זײ יאָ געלײענט. זײער אַ װױלער, האַרציקער מענטש איז אַקראַם אַזעראָװיטש, װוּסאַלאַס טאַטע!
נו, מירן זיך צוגרײטן צום צװײטן טור.
כ׳האָף, אַז אַלץ איז בײַ דיר אין אָרדענונג. כ׳טראַכט װעגן דיר די גאַנצע צײַט…
תּמיד דײַן, מישע.‟
„קאַטיושע, טײַערע! הײַנט — טפֿו–טפֿו! — איז עס, דוכט זיך, אױך געלונגען… ס׳איז שװער אָנצוהײבן פֿון דער 2טער סקערצאָ, אױסצושפּילן רײן דעם ערשטן פּאַסאַזש, דעריבער האָב איך אים איבערגעחזרט די גאַנצע צײַט אינעם אַרטיסטן–צימער פֿאַרן אַרױסגײן אױף דער בינע. דער עולם אָבער האָט מיך װאַרעם באַגריסט, דאָס האָט מיך דערמוטיקט, אַלץ האָט זיך באַקומען גוט — און אין דער טעמע גלײַך נאָך די ערשטע פּאַסאַזשן האָב איך גענומען טראַכטן װעגן דיר… און אין מיטן פֿון דער סקערצאָ, אין די מאַזורקעס, און אױך אין דער סאָנאַטע האָב איך געטראַכט פֿון דיר…
די צוהערערס זײַנען בפֿירוש געװען צופֿרידן. װאָס זשע װעט באַשליסן דער זשורי? כ׳האָב געטאָן אַלץ, װאָס כ׳האָב געקאָנט. מירן װאַרטן…
כ׳האָף, אַז דו ביסט געזונט און אַז אַלץ בײַ דיר איז גוט.
דײַן, מישע.‟
„קאַטיושע, טײַערע!
דער מענטש, װאָס מיר האָבן אים באַגעגנט אײערנעכטן אין דער אױדיטאָריע (דער פּיאַנע–לערער), איז געקומען צו אונדז אין האָטעל הײַנט אין אָװנט. ער האָט אונדז דערצײלט אַ סך װעגן זײַן לעבן. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ער איז אַ ייִד און איז געװען אין דער װאַרשעװער געטאָ בשעת דער מלחמה. אים האָט זיך אײַנגעגעבן אַנטלױפֿן, און זײַנע פּױלישע פֿרײַנד האָבן אים געראַטעװעט, נאָר די גאַנצע משפּחה זײַנע האָבן די פֿאַשיסטן דערהרגעט…‟
װען אין יענעם אָװנט האָט דער באַיאָרטער, מאָגערלעכער, מיטלװוּקסיקער מענטש מיט גרױע האָר און גלאַט אָפּגעגאָלטן, געקנײטשטן פּנים דערצײלט די פֿיר יונגע פּיאַניסטן פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד מכּוח זײַן טראַגישן גורל, האָט װוּסאַלאַ פּלוצעם אַ פֿרעג געטאָן: „זײַט איר אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ פֿאַרן אױפֿשטאַנד?‟
בײַ מישען האָט זיך אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל פֿון חידוש: פֿון װאַנען װײסט זי, אַ יונגע אַזערבײַדזשאַנערין, װעגן דעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ? בעת װוּסאַלאַ און מישע האָבן באַגלײט דעם גאַסט ביזן אַרױסגאַנג פֿונעם האָטעל, האָט יענער דערמאָנט, אַז ס׳איז דאָ אַ מאָנומענט לכּבֿוד די געטאָ–העלדן אױף דער זאַמענהאָף־גאַס. געזעגנט זיך מיט אים, האָבן זײ געשװיגן עטלעכע רגעס, און װוּסאַלאַ האָט געפֿרעגט:
— װילסט גײן אָנקוקן דעם מאָנומענט?
— יאָ, — האָט מישע שטיל געענטפֿערט.
— איז לאָמיר גײן צוזאַמען!
מישע האָט עס אַפֿילו נישט געקאָנט באַזיניקן, װי לאַנג זײ זײַנען געשטאַנען פֿאַרן ריזיקן גרױען דענקמאָל. פֿון מאָל צו מאָל האָט פֿונעם גרױען כמאַרנעם הימל געמראַקעט, נאָר ער האָט עס לחלוטין נישט באַמערקט. די געפֿילן, װאָס ער האָט איבערגעלעבט, האָט ער פֿאַרגעדענקט אױף לאַנגע יאָרן.
פּונקט װי פֿאַרן באַגעגענען קאַטיען האָט מישע קײן מאָל נישט געהאַט געזען קײן ייִדישע יפֿת–תּוארס, האָט ער אױך נאָך קײן מאָל נישט געטראָפֿן קײן ייִדישע גיבורים. יאָ, װען–ניט–װען איז אים אױסגעקומען לײענען קורצע דערמאָנונגען מכּוח ייִדישער גבֿורה און העלדישקײט. למשל, אין משה בעלענקיס בוך „װאָס איז אַזױנס תּלמוד‟, װוּ דער מחבר האָט דערצײלט, אַז דער אױפֿשטענדלער בר־כּוכבא איז געװען „אַ מענטש פֿון אַ ריזן–קאָמפּלעקציע‟. אינעם באַרימטן סאָװעטישן ראָמאַן „װי אַזױ האָט זיך פֿאַרהאַרטעװעט דאָס שטאָל‟ איז געװען באַשריבן דער שמיד נחום, „אַ שמיד אַ גבֿר, אָנגעגאָסענער מיט אַ כּוח פֿון פֿיר און צװאַנציק יאָר, מיט שטאָלענע מוסקלען פֿון אַ האַמערקלאַפּער‟. אינעם בוך װעגן שלמה מיכאָעלסן זײַנען געװען ציטירט מיכאָעלס׳ װערטער מכּוח „די העלדנטאַטן פֿון ייִדישע פּאַרטיזאַנער און פּאַרטיזאַנקעס‟ בעתן קריג… פֿון דעסטװעגן, זײַנען די דערמאָנונגען פֿון אַזאַ מין געװען אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד ביז גאָר זעלטענע, און דער עיקר — זײַנען דאָס אַלץ געװען בלױז װ ע ר ט ע ר… אָבער ממשותדיק, צו זען אַ ייִדישן גיבור מיט די אײגענע אױגן איז מישען קײן מאָל נישט אױסגעקומען. סײַדן אין צירק, אױף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דעם באַרימטן ייִדישן אַטלעט גריגאָרי נאָװאַק און זײַנע צװײ זין. צוריק געשמועסט, נישט געקוקט אױף זײער אױסערגעװײנטלעכן פֿיזישן כּוח, האָבן זײ פֿאָרט נישט אױסגעזען װי גיבורים: די זין זײַנען געװען מיטלװוּקסיקע, דער פֿאָטער — גאָר אַ קלײנטשיקער. דערצו נאָך האָבן זײערע אײַנדרוקפֿולע אַטלעטישע קונצן נישט געהאַט קײן שײַכות צו אַ קאַמף, צו העלדנטאַט. אַצינד, דערגאַנגען צום מאָנומענט אױף דער זאַמענהאָף־גאַס, האָט מישען זיך תּיכּף געװאָרפֿן אין די אױגן די גאַנצקײט פֿון דער צענטראַלער פֿיגור — דער אומגעהײַער װוּקסיקער מאַן פֿון אַ ריזן–קאָמפּלעקציע, מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, אַ דרײסטן קוק און אַ גראַנאַטע אין דער האַנט — אַ ייִד אַ גיבור, אַ ייִד אַ העלד!
מיט עטלעכע מינוט שפּעטער, געקומען צו זיך, האָט מישע אױסגעקערעװעט דעם קאָפּ צו זײַן מיטבאַגלײטערין. װוּסאַלאַ האָט געקוקט אױף אים מיט אױגן, װאָס פֿאַרשטײען אַלץ. נישט אַרױסגעזאָגט קײן אײן װאָרט, האָבן זיי זיך געלאָזט צוריק צו דער קאָנסערװאַטאָריע. דורכגעגאַנגען אַ פּאָר קװאַרטאַלן, האָט װוּסאַלאַ פּלוצעם שטיל געזאָגט, װי ענטפֿערנדיק אױף דער שאלה, װאָס איז אױפֿגעקומען מישען נאָך נעכטן:
— בײַ אונדז אין שול איז געװען זײער אַ גוטער לערער פֿון געשיכטע, ער האָט אונדז דערצײלט װעגן דער װאַרשעװער געטאָ און װעגן דעם אױפֿשטאַנד…
— אַ–אַ–אַ… — האָט מישע שטיל צעצױגן דעם אײנציקן קלאַנג און אַ טראַכט געטאָן: „אַ מין װױל מײדעלע איז זי, װוּסאַלאַ!‟
דעם רעשט פֿונעם װעג זײַנען זײ דורכגעגאַנגען שװײַגנדיק. שפּעטער האָבן זיי קײנעם נישט דערצײלט, װוּ זײ זײַנען געװען.
אומגעקערט זיך אין קאָנסערװאַטאָריע, האָט מישע זיך געזעצט בײַם פֿאָרטעפּיאַן אַרבעטן. אין די אַרײַנפֿיר–אַקאָרדן פֿון שאָפּענס 1טן קאָנצערט האָט ער איצט זיך פֿאָרגעשטעלט נישט דעם שטאָלצן פּױלישן גײַסט, װי פֿריִער, נאָר יענעם בראָנדזענעם ייִדישן גבֿר מיט דער גראַנאַטע אין האַנט. מיט עטלעכע טעג שפּעטער, בעת ער איז אַרױס אױף דער בינע פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן זאַל, כּדי אױסצושפּילן אָט דעם קאָנצערט אױפֿן דריטן טור, האָבן אים צוגעגעבן מוט נישט בלױז דעם עולמס װאַרעמע אַפּלאָדיסמענטן, נאָר אױך יענע העראָיִשע געשטאַלט, װאָס האָט זיך אײַנגעבאַקן אין זײַן נשמה…
המשך קומט