
בערל קאָטלערמאַן
אין איינעם אַ מײַ-טאָג פֿונעם יאָר 1944 האָט דער ייִדישער שרײַבער דער נסתּר געטראָפֿן הינטער די קוליסן פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער אַ דאַר שוואַרץ-אויגיק ייִנגל פֿון אַ יאָר 16, וואָס האָט אויסגעזען צו יונג אַפֿילו פֿאַר די תּלמידים פֿון דער טעאַטראַלער שול. די-אָ מיידלעך און בחורים האָט מען דווקא געקענט זען אין אַלע ווינקלעך פֿונעם טעאַטער-בנין אויף דער בראָנאַיאַ-גאַס און אין די קאָרידאָרן פֿון די הינטערשטע בײַגעבײַדעס, וווּ עס האָבן געוווינט דאָס רובֿ אַקטיאָרן און מיטאַרבעטער און וווּ אין אַ קליין צימערל — אַ בעט, אַ טיש און אַן אַלטע שאַפֿע — האָט געוווינט אויך דער נסתר מיט זײַן פֿרוי, די אַקטריסע לענאַ סעגאַלאָווסקאַ. אויף זײַן פֿראַגע, ווער איז דאָס ייִנגל און וואָס טוט ער דאָ, האָט אים דעם טעאַטערס שול-דירעקטאָר משה בעלענקי דערציילט, אַז דער בחור הייסט סיאָמקע, אַז ער איז אַ יתום פֿון פּוילן, אַ פּאַרטיזאַנער און אַ פּלימעניק פֿונעם פּאָעט לייב אָליצקי; אַז ער איז אַנטלאַפֿן פֿונעם מיליטערישן יוגנט-אינטערנאַט ערגעץ לעבן מאָסקווע און לערנט זיך איצט טאַקע בײַ זיי לויט דער פּערזענלעכער בקשה פֿון מיכאָעלסן גופֿא. אין אַ פּאָר טעג אַרום איז סיאָמקע שוין געזעסן בײַ דעם נסתר אין זײַן צימערל, געגעסן אַ פּענעצל און געהאַלטן אין אויסגיסן זײַן נשמה, פֿול מיט פּײַן, האַס און… האָפֿענונג.
סיאָמקע, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלמהקע פּערלמוטער, האָט געפֿירט אַ טאָגבוך, וווּ ער האָט דעמאָלט פֿאַרשריבן די פֿאָלגנדיקע שורות וועגן דעם נסתּר:
כ’האָב אים ליב געקראָגן פֿון דעם זעלבן מאָמענט, ווען מיר האָבן זיך באַקענט. זײַן פּנים איז ווי בײַ י. ל. פּרצן — שוואַרצע טיפֿע אויגן אונטער די געדיכטע ברעמען. אַ באַשיידענער, אַ קלוגער און אַ גוטהאַרציקער מענטש. ער רעדט שטיל־שטיל. די גאַנצע צײַט האָט ער מיך אויסגעפֿרעגט, וואָס איז געשען מיט מיר און ווי פֿיל איך זיך אין מאָסקווע… ער האָט וואַרשײַנלעך געהערט וועגן די קלעפּ אינעם אינטערנאַט… כ’האָב געפֿילט, אַז כ’קען עפֿענען פֿאַר אים מײַן האַרץ. איך האָב אים געזאָגט, אַז כ’האָב נאָך ניט קיין רו און מסתּמא וועל עס קיינמאָל ניט האָבן… דער נסתּר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איך האָב נאָך כּל־מיני חלומות, וועלכע איך האָב בדעה צו פֿאַרווירקלעכן… מײַן אַנטלויפֿן פֿונעם אינטערנאַט האָט, דאַכט זיך, „אָנגעצונדן‟ ניט נאָר מײַנע „גחלי־רתמים‟, אָבער אויך עפּעס בײַ דעם נסתּר…
דעם לשון-קודשדיקן אויסדרוק „גחלי־רתמים‟ האָט שלמהקע דערמאָנט גאָר ניט צופֿעליק. דאָס איז געווען דער נאָמען פֿון אַ יוגנט־קרײַזל, וואָס ער האָט געגרינדעט אין זײַן וואָלינער היימשטעטל ראַטנע אין 1939, מיטן אָנקומען פֿון די „סאָוועטן‟. ס’האָט זיך אים אײַנגעקריצט אין זכּרון, ווי עס האָט אַמאָל דערקלערט זײַן העברעיִש־לערער אין דער קאָוולער „תּרבות‟־גימנאַזיע אַ פּסוק אין תּהלים, וווּ עס ווערן דערמאָנט די גחלי־רתמים, הייסט עס, טליִענדיקע קוילן. און אַזוי שטייט געשריבן אינעם פּסוק: חִצֵּי גִבּוֹרשְׁנוּנִים עִם גַּחֲלֵי רְתָמִים — שאַרפֿע גיבור־פֿײַלן, מיט קוילן פֿון בעזעם-ביימלעך. דער מדרש טײַטשט, אַז די גחלי־רתמים האָבן אַ באַזונדערע סגולה: דאָס פֿײַער באַהאַלט זיך אין זיי גאָר אַ לאַנגע צײַט, און אַפֿילו אַ לײַכט ווינטל קען צעצינדן זיי פֿון ס׳נײַ. „מיר וועלן אויך פֿאַרבאַהאַלטן דאָס ציוניסטישע פֿײַער ביז די פּאַסיקע צײַטן‟, — האָבן די קינדער און שלמהקע בתוכם אַ ברענענדיקע שבֿועה געגעבן בײַם אָרון־קודש אינעם ראַטנער שילעכל פֿון די שטעפֿאַנעשטער חסידים. אין די קומענדיקע חדשים פֿלעגן זיי זיך טרעפֿן בסוד אין פֿאַרבאָרגענע ווינקלעך, לערנען עבֿריתּ און חלומען עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל — ביז די מלחמה האָט זיי געכאַפּט און אומגעבראַכט כּמעט אַלעמען…
דאָס אַלץ האָט שלמהקע דערציילט דעם נסתּר בעת יענער באַגעגעניש זייערס. ער האָט אים אויך דערציילט וועגן דעם אַכזריותדיקן פּאָגראָם אין ראַטנע, וואָס די „גוטע שכנים‟ האָבן געמאַכט נאָך פֿאַרן אָנקומען פֿון די דײַטשן, וועגן זײַנע דערשאָסענע עלטערן, וועגן זײַנע אומגעקומענע קליינע ברידער שײַקע און מאָטל, וועגן זײַן עלטער־זיידן ר’ שלמה־אַהרן אָליצקי פֿון דער דינאַסטיע קאַרלינער צדיקים, וועמענס נאָמען ער האָט געטראָגט. און נאָך האָט שלמהקע דערציילט דעם נסתּר, ווי ער האָט געפֿונען די פּאַרטיזאַנען, ווי ער האָט שפּעטער געשמײַסט דעם נאַצישן אונטערלעקער איוואַן לוקיאַניוק מיט אַ שטעקן און מיט זײַנע אייגענע הענט, מיט דער תּפֿילה „שהחיינו‟ אויף די ליפּן, אַרויפֿגעוואָרפֿן אים די פּעטליע אויפֿן האַלדז און געוויינט דערנאָכדעם, טראַכטנדיק וועגן די אומשולדיקע קרבנות. שלמהקע האָט אויך דערציילט וועגן זײַן כּתבֿ־יד „מײַן חרובֿ-געוואָרענע שטעטל ראַטנע‟, וועלכן ער האָט איבערגעגעבן דעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟, וווּ מע האָט אַלץ איבערגעדרייט, כּדי אונטערצושטרײַכן די העראָיִשע באַמיִונגען פֿון די אָרטיקע מענטשן צו ראַטעווען די ייִדן. „שלמהלע, — האָט צערטלעך אים געזאָגט דער נסתּר, — דערלאָז זיי ניט אָפּצודרוקן עס אויף אַזאַ אופֿן!‟.
אויף דעם נסתּרס פֿראַגע „ווי פֿילט ער זיך אין מאָסקווע‟, — האָט שלמהקע זיך געטיילט מיט אַ גאַנצער סאַגע. און די מעשׂה שהווה כּך הווה:
אין מײַ 1944 אינעם בנין פֿון דער רוסישער טעאַטראַלער געזעלשאַפֿט אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ קבלת־פּנים לכּבֿוד די פּאַרטיזאַנער קאָמאַנדירן, וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן די היטלערישע חיילות אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס. איינער פֿון די קאָמאַנדירן, דער גענעראַל אַלעקסיי פֿיאָדאָראָוו, האָט מיטגעבראַכט מיט זיך אונדזער שלמהקע. דאָס בחורל, וועלכן מע האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם ווי סיאָמקע אָליצקי, איז אַרויף אויף דער בינע און, אַנשטאָט צו דערציילן וועגן דער העלדישקייט פֿון די פּאַרטיזאַנען, האָט דערציילט וועגן דעם ביטערן גורל פֿון ייִדישע קינדער… זײַן געשיכטע האָט שטאַרק גערירט דעם עולם, אין וועלכן עס האׇבן זיך געפֿונען אויך איליאַ ערענבורג און שלמה מיכאָעלס. זיי האָבן איבערגעגעבן סיאָמקע זייערע אַדרעסן און טעלעפֿאָן־נומערן און פֿאַרבעטן אים צו גאַסט. שלמהקע האָט נאָך ניט געוווּסט, אַז די אַדרעסן וועלן אים גאָר אינגיכן צו נוץ קומען.
ערשט מיט אַ חודש פֿריִער איז שלמהקע אׇנגעקומען קיין מאָסקווע פֿון די וואָלינער וועלדער לעבן קאָוועל. וועלכע פֿאַרדינסטן האָט געהאַט דאָס ייִדישע ייִנגל, אַז אַ רוסישער גענעראַל זאָל מיטברענגען דווקא אים? אין זײַנע מעמואַרן „דער לעצטער ווינטער‟ דערמאָנט פֿיאָדאָראָוו אַ ייִנגל מיטן נאָמען „סעניאַ גאַליצקי‟, אַ פֿאַרבינדלער אין איינער פֿון זײַנע פּאַרטיזאַנישע איינהייטן, וואָס האָט דעמאַסקירט דעם פּאָליציסט לוקיאַניוק, וועלכער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ דעזערטיר פֿון דער אוקראַיִנער אויפֿשטאַנד־אַרמיי. און אָט וואָס עס שרײַבט פֿיאָדאָראָוו:
דאָס בחורל האָט שטאַרק געציטערט. דאָס פּנים בײַ אים — בלאַס, די אויגן בלאָנדזשען פֿון פֿאַרצווייפֿלונג.
— חבֿר גענעראַל! צי ווייסט איר, מיט וועמען איר האָט אָקערשט גערעדט? דאָס איז דאָך אַ דײַטשישער זשאַנדאַר, אַ תּלין און אַ מערדער! ער האָט קאָמאַנדעוועט איבער די פּאָליציסטן, ווען זיי האָבן אויסגעקוילעט אַלעמען אין ראַטנע… ער האָט דערשאָסן מײַנע טאַטע־מאַמע…
— אפֿשר האָסטו אַ טעות, סעניאַ?
— ווי האָט מען געקאָנט האָבן אַ טעות, חבֿר גענעראַל, אַז איך האָב זיך פֿאַרבאַהאַלטן אויפֿן בוידעם און געזען אַלץ! איך וועל אים געדענקען דאָס גאַנצע לעבן… עס זענען פֿאַראַן נאָך ייִדן אין דעם ציווילן לאַגער, וועלכע וועלן דעם רשע קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן. אוי, ווי פֿיל בלוט איז אויף אים, ווי פֿיל בלוט!..
ווען לוקיאַניוק האָט געכאַפּט, אַז מ’האָט אים דערקענט, האָט ער ציניש אָנגעהויבן בראַווירן מיט זײַן „גבֿורה‟ קעגן ייִדן. די פּאַרטיזאַנען האָבן אויפֿגעהאָנגען דעם מערדער אין פֿעברואַר 1944. די עקזעקוציע איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין אַ דאָקומענטאַרן פֿילם, געמאַכט פֿון אַ ייִדישן קינאָ־אָפּעראַטאָר מיכאַיִל גלידער, וועלכער דערציילט דערפֿון אין זײַנע זכרונות „מיטן קינאָ-אַפּאַראַט אין שׂונאהס הינטערלאַנד‟. גלידער האָט אויך געמאַכט אַ פּאָר פֿאָטאָס פֿון אונדזער שלמהקע.
שלמהקען האָט מען דערווײַל אַרײַנגענומען אינעם פּרעסטיזשפֿולן אינטערנאַט פֿאַר יתומים־פּאַרטיזאַנען לעבן מאָסקווע. איין מאָל איז ער אַרויס אויף אַ שפּאַציר איבער די מאָסקווער גאַסן. ערגעץ-וווּ האָט ער געקויפֿט עטלעכע ביכער אויף זײַן מאַמע־לשון און געבראַכט זיי אינעם אינטערנאַט. דאָס זײַנען געווען די ייִדישע ביכער פֿון בערגעלסאָן, פֿעפֿער און מאַרקיש. זײַנע אינטערנאַט־פֿרײַנט האָבן זיך פֿריִער ניט זייער אינטערעסירט מיט „סיאָמקעס‟ אָפּשטאַם. די ביכלעך אָבער האָבן קלאָר געמאַכט דעם מצבֿ, און אין דער זעלבער נאַכט האָט דאָס בחורל „זוכה‟ געווען צו אַן אַנדער „קבלת־פּנים‟, פֿון וועלכן ער האָט זיך קוים אויסגעדרייט און אַ צעממיתטער אַנטלאָפֿן אין דער שטאָט אַרײַן. אויף מאָרגן אין דער פֿרי איז ער געקומען אין „מעטראָפּאָל‟־האָטעל, וווּ עס האָט געוווינט איליאַ ערענבורג. ערענבורג האָט אים באַרויִקט, געגעבן צו עסן און דערנאָך זיך פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן. יענער האָט גענומען שלמהקע ווי אַ תּלמיד אין דער טעאַטראַלער שול בײַם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער.
אַ חודש נאָך דער באַגעגעניש בײַ דעם נסתּרן האָט די צײַטונג „אייניקײַט‟, דער אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אָפּגעדרוקט אַ הייסן פּאַמפֿלעט מיטן נאָמען „האַס‟, געווידמעט אונדזער שלמהקע. און אַזוי האָט שלמהקע געשריבן אין זײַן טאָגבוך: „דער נסתּר האָט אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג ׳אייניקײַט׳ אַ פֿאַרצייכענונג מיטן נאָמען ‘האַס’, וווּ ער דערציילט וועגן מיר און גיט מיר אויך אַ פּאָר עצות… גוטע עצות. אין דער טעאַטער־שול האָבן מיך אַלע געגריסט… כ’האָב געלייענט ווידער און ווידער די פֿאַרצייכענונג… מײַן טײַערער דער נסתּר, אַ גרויסן דאַנק דיר פֿאַר דײַנע ברכות און נבֿואות!‟
וועלכע נבֿואות האָט געמיינט שלמהקע? זעט אויס, דאָס ייִנגל, וואָס האָט זיך דערצויגן אין דער העברעיִשער גימנאַזיע, האָט זייער גוט פֿאַרשטאַנען דעם ייִדישן שרײַבערס כּוונה, אפֿשר טאַקע בעסער ווי די סאָוועטישע צענזור, וואָס האָט אַדורכגעלאָזט דעם נסתּרס גאָר „חוצפּהדיקע‟ פּובליקאַציע, וועלכע מע קען לייענען הײַנט אין דער באַוווּסטער אַנטאָלאָגיע „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין‟ אונטער חנא שמערוקס רעדאַקציע. שלמהקעס גורל האָט בפֿירוש שטאַרק „אָנגעצונדן‟ דעם שרײַבער, וואָס האָט זיך געפֿונען דעמאָלט אין אַ קאָמפּליצירטן פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד — אי צוליב דעם שרעקלעכן חורבן, אי צוליב זײַן פּערזענלעכער קאַטאַסטראָפֿע: זײַן טאָכטער האָדעלע איז געשטאָרבן פֿון הונגער אין באַלאַגערטן לענינגראַד. הגם דער טיטל „האַס‟ רופֿט זיך איבער מיט דער פּאָפּולערער דערציילונג פֿונעם רוסישן שרײַבער מיכאַיִל שאָלאָכאָוו “וויסנשאַפֿט פֿון האַס‟, פֿאַרעפֿענטלעכט אין „פּראַוודאַ‟ מיט צוויי יאָר פֿריִער, איז דעם נסתּרס עסיי געבויט אויף די תּשעה־באָבֿ אַלוזיעס און אויף ישעיהוס משיחישע נבֿואות.
אין אָנהייב דערציילט דער נסתּר פֿון שלמהקעס ביטערן גורל: דאָס בחורל האָט איבערגעלעבט אַזוי פֿיל, אַז ער איז געוואָרן עלטערער פֿון מתושלחן. אָבער „לאָמיר זיך טרייסטן, שלמהקע‟, — ברענגט דער שרײַבער דעם רמז אויף ישעיהו הנבֿיא, וועלכן מע לייענט אין דער הפֿטרה אויף שבת־נחמו, פּונקט נאָך תּשעה-באָבֿ: „נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי — טרייסט, טרייסט מײַן פֿאָלק‟. און אַ ביסל ווײַטער ס’אַנטדעקט זיך שוין דעם מחברס „אַני מאמין‟ אָן שום מטושטשקייט: „האָסט דאָך געלערנט: ווער ס’האָט געזען די שאַקאַלן אויף די חורבֿות פֿון אונדזער באַרג, דער וועט אויך זען ווי מע וועט דאָרט בויען‟.
פֿון זײַן קליין מאָסקווער צימערל האָט דער נסתּר, קוקנדיק אויף שלמהקע, געזען מיטן אינערלעכן בליק „אונדזער באַרג‟ אין ירושלים. זײַנע ווערטער האָבן געמוזט דערמאָנען די באַוווּסטע תּלמודישע מעשׂה פֿון דער מסכתּא „מכּות‟ וועגן רבי עקיבֿא, וואָס האָט געלאַכט, ווען זײַנע מיטגייערס האָבן געוויינט אויף די חורבֿות פֿון בית־המקדש. און אַזוי שטייט געשריבן אין דער מסכתּא:
אמרו לו: מקום שכתוב בו “והזר הקרב יומת” ועכשיו שועלים הלכו בו ולא נבכה? אמר להן: לכך אני מצחק. דכתיב: “ואעידה לי עדים נאמנים את אוריה הכהן ואת זכריהו בן יברכיהו”. וכי מה ענין אוריה אצל זכריה, אוריה במקדש ראשון וזכריה במקדש שני? אלא תלה הכתוב נבואתו של זכריה בנבואתו של אוריה, באוריה כתיב: “לכן בגללכם ציון שדה תחרש”, בזכריה כתיב: “עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים”. עד שלא נתקיימה נבואתו של אוריה הייתי מתיירא שלא תתקיים נבואתו של זכריה, עכשיו שנתקיימה נבואתו של אוריה בידוע שנבואתו של זכריה מתקיימת.
טײַטש: מ’האָט אים געזאָגט: אינעם אָרט, וועגן וועלכן עס שטייט געשריבן „און דער פֿרעמדער, וואָס דערנענטערט זיך, זאָל געטייט ווערן‟, גייען אום פֿוקסן הײַנט, וויאַזוי זשע זאָלן מיר ניט וויינען? האָט ער זיי געענטפֿערט: און איך לאַך, ווײַל עס שטייט געשריבן: „און איך זאָל מיר שטעלן באַגלייבטע עדות, אוריה דעם כּהן און זכריהו בן יברכיהו‟. נאָר וואָס איז שייך אוריה צו זכריהן, אוריה האָט דאָך געלעבט בעת דעם ערשטן בית־המקדש בשעת־ווען זכריה בעת דעם צווייטן? די תּורה אָבער האָט אָנגעהאָנגען די נבֿואה פֿונעם ערשטן אָן דער נבֿואה פֿונעם צווייטן. עס שטייט געשריבן וועגן אוריה: „דערום וועט ציון איבער אײַך ווי אַ פֿעלד צעאַקערט ווערן‟. און וועגן זכריה שטייט געשריבן: „עס וועלן נאָך זיצן זקנים און זקנות אין די גאַסן פֿון ירושלים‟. כּל־זמן די נבֿואה פֿון אוריה איז ניט מקוים געוואָרן האָב איך מורא געהאַט, אַז אויך די נבֿואה פֿון זכריה וועט ניט מקוים ווערן. איצט, ווען די נבֿואה פֿון אוריה איז מקוים געוואָרן, ווייסט מען שוין אַז אויך די נבֿואה פֿון זכריה ווערט מקוים‟.
דער נסתּר באַרויִקט שלמהקען און מסתּמא אויך זיך אַליין: „דו ביסט אַליין די טרייסט‟ — כּמעט מיט די ווערטער, מיט וועלכע עס פֿאַרענדיקט זיך די אויבנדערמאָנטע אַגדה: „בלשון הזה אמרו לו: עקיבֿא ניחמתנו, עקיבֿא ניחמתנו — מען האָט אים געזאָגט בזה־הלשון: עקיבֿא, האָסט אונדז געטרייסט, עקיבֿא, האָסט אונדז געטרייסט‟.
„והיה ביום ההוא‟, — פֿאַרסכהכּלט דער נסתּר זײַן עסיי שוין ממש אויף לשון־קודש און אַזוי אַרום דערמאָנט ער ווידער די ברייטבאַוווּסטע נבֿואה פֿון ישעיהו: וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא, יִתָּקַע בְּשׁוֹפָר גָּדוֹל, וּבָאוּ הָאֹבְדִים בְּאֶרֶץ אַשּׁוּר, וְהַנִּדָּחִים בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם; וְהִשְׁתַּחֲווּ לה’ בְּהַר הַקֹּדֶשׁ, בִּירוּשָׁלִָם (און עס וועט זײַן אין יענעם טאָג, עס וועט געבלאָזט ווערן אין אַ גרויסן שופֿר, און עס וועלן קומען די פֿאַרלאָרענע אין לאַנד אשור, און די פֿאַרשטויסענע אין לאַנד מצרים, און זיי וועלן זיך בוקן צו גאָט אויפֿן הייליקן באַרג אין ירושלים).
„ווילט זיך דאָ נוצן דאָס פֿײַערלעכע נבֿיאים־וואָרט‟, — שרײַבט דער נסתּר אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟, — „ס’וועט זײַן אין יענעם טאָג, ווען דאָס מלכות פֿון שלעכטס וועט אויסרינען… ווען דו, שלמהקע, דו צעשעדיקט קינד פֿון פֿאָלק, וועסט שוין האָבן פֿאַרגעסן דײַנע מתושלח־יאָרן און וועסט צוריק יונג ווערן… אָט דעמאָלט (אַזוי האָפֿן מיר, און מיט אָט דער האָפֿענונג לעבן מיר) וועלן מיר דיך זען צווישן די בויער און אויפֿריכטער פֿון יענע חורבֿות אויף אונדזער באַרג, וווּ פֿריִער, ערשט־אָ, האָבן אומשפּאַצירט די שאַקאַלן…‟, — גלײַך ווי דער שרײַבער זאָל האָבן געבעטן פֿאַרריכטן די פּעסימיסטישע שורות פֿון „איכה‟: עַל הַר-צִיּוֹן שֶׁשָּׁמֵם שׁוּעָלִים הִלְּכוּ בוֹ (איבער דעם באַרג ציון וואָס איז וויסט — פֿוקסן גייען אום אויף אים).
ווער וועט אָבער זוכה זײַן אופֿצובויען דעם ייִדישן „בנין‟, צי נאָר דער יונגער שלמהקע? „מיר, אַלטע, גראָווע קעפּ, וועלן ווי ווײַט מעגלעך העלפֿן און אַ האַנט צולייגן צו דער בויונג, און אויב צו דער אוממיטלבאַרער אַרבעט וועלן אונדז שוין קיין כּוחות ניט קלעקן, וועלן מיר שטיין, קוקן, און אונדזערע ליפּן וועלן ברענגען אַ בענטשונג: והיה ביום ההוא… ס’וועט זײַן אין יענעם טאָג, דער טאָג פֿון אויפֿריכטונג…‟, — פֿאַרענדיקט דער נסתּר מיט גרויס פּאַטאָס זײַן טרויעריק־התלהבֿותדיקע פֿאַרצייכענונג, אָנגעווענדט דירעקט צו די פֿאַרוווּנדעטע הערצער פֿון די אַלע, וואָס האָבן נאָר וואָס איבערגעלעבט און איבערגעליטן דעם שרעקלעכסטן חורבן…
„מײַן טײַערער דער נסתּר, אַ גרויסן דאַנק דיר פֿאַר דײַנע ברכות און נבֿואות! איך וועל טאָן אַלץ, כּדי דו זאָלסט מיך זען צווישן די בויער פֿון די חורבֿות פֿון אונדזער טײַערן עבֿר…‟ — האָט פֿאַרשריבן דעמאָלט שלמהקע אין זײַן טאָגבוך. אין אַ יאָר אַרום האָט ער פֿאַרלאָזט מאָסקווע און געפֿאָרן קיין חרובֿ־געוואָרענעם ראַטנע, דערנאָך קיין קאָוועל, קיין לוואָוו און ווײַטער קיין פּוילן. אין 1946 האָט ער שוין דערגרייכט ארץ־ישׂראל, אָבער די ענגלענדער האָבן אים געכאַפּט און געשיקט קיין ציפּרעס. אין דעם זעלבן יאָר האָט ער סוף-כּל-סוף זיך דורכגעריסן צו דעם לאַנד פֿון זײַנע אָבֿות און צוקונפֿטיקע קינדער און קינדסקינדער. בעת דער אומאָפּהענגיקייט-מלחמה האָט שלמה פּערלמוטער באַשיצט דעם וועג קיין ירושלים אין באַשטאַנד פֿון „גדוד מוריה‟, דערנאָך זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, געווען אַ סעקרעטאַר פֿונעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, אָפּגעאַרבעט כּמעט דאָס גאַנצע לעבן ווי אַ שול-לערער פֿון געשיכטע און אַזוי אַרום אויסגעפֿילט דעם אַלטן שרײַבערס נבֿיאישע צוואה.