נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 67

דעם חודש האָב איך באַקומען צוויי וויכטיקע ידיעות. ווי עס ווערט דערציילט אינעם באַקאַנטן וויץ — אַ גוטע ידיעה און אַ טרויעריקע. לאָמיך אָנהייב פֿון דער לעצטער.

אין ישׂראל איז געשטאָרבן לאה שלאַנגער ז״ל. זי איז באַקאַנט געווען סײַ אין לאַנד און סײַ איבער דער ייִדישער וועלט אַ דאַנק אירע פֿאַרשיידענע טאַלאַנטן — אַקטריסע, געשפּילט אין ייִדישן, העברעיִשן און פּויליש — אין טעאַטער און קינאָ, געווען אַ ראַדיאָ־מענטש אויף „קול־ישׂראל‟ און ראַדיאָ „רקע‟, זי האָט געשריבן אַרטיקלען פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און „ייִדיש בראַנזשע‟, — מיט איין וואָרט, געווען אַ שיינע וווילע פֿרוי. מיר וועלן זי געדענקען!

און די צווייטע, די גוטע ידיעה איז פֿאַרבונדן מיט יחיאל שרײַבמאַנס 110טן געבוירן־טאָג. לכּבֿוד דעם שרײַבער איז אין קעשענעוו אָנגערופֿן געוואָרן אַ גאַס אויף זײַן נאָמען, און די ייִדישע שטאָט־ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען האָט אין דעם טאָג, דעם 12טן מאַרץ דורכגעפֿירט אַ מין טאָגיקן ווידעאָ־מאַראַטאָן, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט שרײַבערס, פֿאָרשערס, סטודענטן און קינדער — אויף ייִדיש, רומעניש, רוסיש…

איך האָב געבעטן שרײַבמאַנס זון, עדיק שרײַבמאַן, וואָס וווינט אין פֿלאָרידע, זיך טיילן מיט אייניקע זײַנע דערינערונגען וועגן דעם טאַטן.

כּמעט יעדן זומער פֿאָר איך קיין קעשענעוו, אינעם לאַנד, וווּ כ׳האָב פֿאַרבראַכט מײַנע קינדער־יאָרן און די יאָרן פֿון יוגנט און רײַפֿקייט. כ׳קום, ווי מע זאָגט, צו מײַנע אייגענע וואָרצלען. אָבער דער זומער 2022 איז געווען פֿאַר מיר באַזונדערס באַדײַטנדיק און האָט פֿאַרשאַפֿן אַ סך פֿרייד. דהײַנו, אין קעשענעוו האָט זיך באַוויזן אַן אָרט, וואָס טראָגט מײַן טאַטנס נאָמען — יחיאל שרײַבמאַן־גאַס. אַ נײַ־אויפֿגעבויטע געגנט מיט שיינע מאָדערנע הײַזער מיט אַ בערגל־פֿאַרביקן פּייסאַזש — אַ טיפּיש מאָלדאַווישער רעליעף.

דאָס צוטיילן דעם נאָמען פֿון אַ ייִדישן שרײַבער איז נישט בלויז אַ כּבֿוד פֿאַר שרײַבערס אָנדענק; ס׳איז אַן אָנערקענונג פֿונעם בײַטראָג, וועלכן די בעסאַראַבער ייִדן האָבן אַרײַנגעבראַכט אינעם אַנטוויקלען דעם קאַנט אין כּלערליי געביטן: קונסט, ליטעראַטור, מוזיק, אַרכיטעקטור, מעדיצין און וויסנשאַפֿט… דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי די שרײַבערס — ליוויו דעליאַנו (גליגמאַן), פּאַול מיכניאַ (שילמאַן), סאַמסאָן שליאַכו (שלייזער), לעאָניד קאָרניאַנו (קאָרנפֿעלד), קאָנסטאַנטין קאָנדריאַ (כּהן), באָריס וולעסטאַרו (וועקסלער) און אַנדערע. ווי אויך די קאָמפּאָזיטאָרן — דוד גערשפֿעלד, סאָלאָמאָן לאָבעל, פּאַוועל ריוויליס, זלאַטאַ טקאַטש, אַלכּסנדר סאָקיריאַנסקי, אַלכּסנדר מוליאַר, דוד פֿעדאָוו. אַ ממשותדיקן חלק אין פֿאָלקס־מוזיק האָט אַרײַנגעבראַכט דער פֿידלער איסידאָר בורדין, וועלכער האָט דערצויגן באַקאַנטע זינגערס און מוזיקער אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר. איך וויל דאָ דערמאָנען דעם באַקאַנטן אָנפֿירער פֿונעם פּאָפּולערן דזשאַז־אָרקעסטער שיקאָ אַראַנאָוו (אַראַנאָוויטש)

אינעם הײַנטיקן אומאָפּהענגיקן לאַנד מאָלדאָווע, וואָס האָט אָנגענומען אַן אייראָפּעיִשן וועג פֿון אַנטוויקלונג, זעען זיך בולט אָן נײַע פּאָזיטיווע ענדערונגען. דאָס דריקט זיך אויך אויס אין די באַציִונגען צו דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אין קעשענעוו אַרבעטן 2 ייִדישע שולן, אַ ייִדישער קינדער־גאָרטן, 3 שילן, אַ קולטור־צענטער „קדם‟, די אָרגאַניזאַציע „חסד‟, וואָס העלפֿט אַרויס די עלטערע ייִדן, ווי אויך די צײַטונג „אונדזער קול‟. נאָכן באַשלוס פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג איז אינעם דאָרף וואַדול־ראַשקאָוו, דאָס געבוירן־אָרט פֿון יחיאל שרײַבמאַנען, באַשריבן אין אַ סך זײַנע ווערק ווי דאָס שטעטל ראַשקעוו, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן זײַן דענקמאָל.

איך וויל אָבער איצט דערמאָנען די נאָכמלחמהדיקע מאָלדאַווישע סאָוועטישע רעפּובליק. עס שטייט מיר פֿאַר די אויגן אויף דעם טאַטנס טרויעריק פּנים. צו יענער צײַט האָט די סאָוועטישע מאַכט געשלאָסן די ייִדישע פֿאַרלאַגן, טעאַטערס, אויסגאַבעס. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ רדיפֿה אויף ייִדישע שרײַבערס. דעם טאַטן האָבן זײַנע גוטע פֿרײַנד געעצהט אַריבערגיין צו שרײַבן אויף מאָלדאַוויש, וואָס דער טאַטע האָט געקענט גלענצנדיק. שרײַבמאַן פֿלעגט קאַטעגאָריש אָפּהאַקן אַזעלכע „פֿרײַנדלעכע עצות‟, און ממשיך געווען צו שאַפֿן אויף זײַן מאַמע־לשון. נישט אומזיסט איז אויף זײַן מצבֿה אויסגעקריצט: „אויף ייִדיש שרײַב איך נישט. ייִדיש קוש איך.‟

איך געדענק, ווען אין די גוטע 1950ער יאָרן איז דער טאַטע געקומען פֿונעם פֿאַרלאַג, וווּ מ׳האָט געהאַלטן בײַם אַרויסלאָזן זײַן בוך אין דער מאָלדאַווישער איבערזעצונג, אַן אויפֿגעבראַכטער, אַ פֿאַרווייטיקטער… וואָס איז? דער פֿאַרלאַג האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצוּווײַזן, אַז די דערציילונגען זײַנען איבערגעזעצט פֿון ייִדיש…

איך אַליין בין אַ פֿידלער. אין מײַן לעבן איז געווען אַזאַ פֿאַל, ווען בשעת אַ קאָנצערט האָט מען מיך פֿאָרגעשטעלט מיטן נאָמען — יאָן זנאַקאָוואַן. נאָכן קאָנצערט האָב איך געפֿרעגט, הלמאַי האָט מען נישט אָנגערופֿן מײַן אמתן פֿאַמיליע־נאָמען, נאָר געביטן אים און אַפֿילו מיך נישט געפֿרעגט. דער ענטפֿער איז געווען: „אײַער פֿאַמיליע־נאָמען קלינגט נישט גענוג הויך!‟

וויל איך איצט טאַקע זאָגן: יחיאל שרײַבמאַן־גאַס — קלינגט בפֿירוש הויך!

*

אין לעצטן מאָמענט פֿאַרן שליסן אָט דעם נומער איז פֿון ישׂראל אָנגעקומען נאָך איין טרויערדיקע בשׂורה: אויפֿן 98סטן יאָרגאַנג פֿון איר לעבן איז געשטאָרבן אונדזער באַליבטע פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל.

רבֿקה איז געווען די לעצטע פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ישׂראל‟, די לעצטע פֿון די פֿרוכפּערדיקע ייִדישע מחברים, וועלכע האָבן געבראַכט פֿון דער חרובֿער אייראָפּע דאָס געראַטעוועטע קערנדל פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט און עס פֿאַרפֿלאַנצט אין דעם זאַמדיק־שטיינערדיקן באָדן פֿון דער יונגער מדינה.

מיר וועלן געדענקען די שיינע האַרציקע רבֿקהלע, איר לירישע פּאָעזיע, פֿול מיט ליבע און בענקשאַפֿט, וועט נישט לאָזן זי צו פֿאַרגעסן.

כּבֿוד איר אָנדענק!

אַן אויסצוג פֿונעם ווידעאָ “אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז”

דאָס בילד אויף דער ערשטער זײַט: נאַטאַלי ווײַצמאַן־בעלענקי

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s