דוד קליינמאַן
אונטער דעם נאָמען איז אין דער עלטער־היים פֿון נהריה „גיל הזהבֿ‟ דורכגעגאַנגען דער פּאָעטיש־מוזיקאַלישער אָוונט, געווידמעט דער ייִדישער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן. ס׳איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז זינט אינעם עלטער־היים האָט אָנגעהויבן אַרבעטן די נײַע פֿאַרוואַלטערין פֿאַר קולטור לודמילאַ ראָזענטאַל, איז מיט ייִדיש־טעטיקייט געוואָרן לעבעדיקער. לעצטנס זײַנען דאָ פֿאָרגעקומען אונטערנעמונגען לזיכּרון די אומגעבראַכטע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער זינגערין נחמה ליפֿשיץ.

ליובע וואַסערמאַן איז געווען אַ מענטש מיט אַ טראַגישן גורל. געבוירן געוואָרן אין אָרעמשאַפֿט אינעם פּוילישן שטעטל סלאַוואַטיטש, איז זי אין עלטער פֿון 19 יאָר אַוועקגעפֿאָרן צו איר ברודער קיין פּאַליסטינע. דאָרט האָט זי שווער געהאָרעוועט אין אַ ירושלימער שפּיטאָל, אין פּריוואַטע הײַזער ווי אַ דינסט, בײַם בויען שאָסיי־וועגן. אין 1931 לאָזט ליובע אַרויס אַ פּאָעטישע לידער־זאַמלונג „פֿאַרנאַכטן‟ — דווקא אויף ייִדיש.
פֿון די לידער, אײַנגעשלאָסן אין אָט דער זאַמלונג, האָט זיך דער אָוונט אָנגעהויבן. די פּראָגראַם איז געבויט געוואָרן אויף אַזאַ אופֿן, זי זאָל זײַן צוטריטלעך סײַ פֿאַר די מענטשן, וואָס קענען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש און סײַ פֿאַר יענע, וואָס האָבן זייער מאַמע־לשון נאָך געדענקט. דעריבער האָבן די פּאָעטישע שורות געקלונגען סײַ אין אָריגינאַל און סײַ אין דער רוסישער איבערזעצונג, געמאַכט פֿון לעאָניד שקאָלניקן, ליובע וואַסערמאַנס ליטעראַטור־תּלמיד. אויף ייִדיש האָט די לידער רעציטירט סערגאָ בענגעלסדאָרף, דער זון פֿון דער דיכטערין און אויף רוסיש האָט זיי געלייענט לודמילאַ ראָזענטאַל.

דאָס פּאָעטישע וואָרט האָט זיך אָרגאַניש צונויפֿגעגאָסן מיטן ייִדישן ניגון. דער פֿידלער אַלעקס מאָלדאַווסקי און דער זינגער דימע דאַנאָווסקי, צוזאַמען מיטן פּיאַנע־באַגלייטער סערגאָ בענגעלסדאָרף האָבן געשאַפֿן אַן אויסדריקפֿולן הינטערגרונט. אינעם ערשטן טייל פֿון דער פּראָגראַם זײַנען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן די יוגנט־לידער — וועגן דעם שטעטל סלאַוואַטיטש און דער יונגער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ. ווײַטער, נאָכפֿאָלגנדיק דעם לעבנס־גאַנג פֿון דער דיכטערין, האָבן זיך געהערט די פּאָעטישע שורות וועגן ביראָבידזשאַן, וווּהין ליובע איז אַוועקגעפֿאָרן אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, נאָך דעם, ווי זי איז אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון פֿאַלעסטינע פֿאַר איר אַנטיקאָלאָניאַלן קאַמף קעגן די ענגלענדער.
די יונגע דיכטערין איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ערשטער שרײַבערישער גרופּע אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. אין וואַסערמאַנס לידער זײַנען אויף שטענדיק אַרײַן די ביראָבידזשאַנער גאַסן און פּאַרקן, טאָפּאָל־אַלעען און די וווּנדער־שיינע זונפֿאַרגאַנגען איבערן טײַך בירע — אַ באַזונדערער מאָטיוו אין איר שאַפֿונג. אין די סוף 1940ער, אין דער צײַט פֿון דעם צעיושעוועטן מלוכישן אַנטיסעמיטיזם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען זי, ווי כּמעט אַלע אַנדערע ייִדישע שרײַבערס אין ביראָבידזשאַן, פֿאַרמישפּט אויף לאַנגע יאָרן קאַטערגע. אָפּגעזעסן 7 יאָר איז וואַסערמאַן באַפֿרײַט געוואָרן. אַ קראַנקע און צעבראָכענע מאָראַליש האָט זי אין אירע 49 יאָר אויסגעזען ווי אַ זקנה. אָט די טראַגישע יאָרן איז געווידמעט געוואָרן דער לעצטער טייל פֿונעם אָנדענק־אָוונט. סערגאָ האָט נאָך זײַן מוטערס טויט אין יאָר 1975 געפֿונען אין איר אַרכיוו אַ העפֿט לידער, אָנגעשריבן אין פֿאַרשפּאַרטקייט. די דאָזיקע לידער זײַנען אַרויס אין ביראָבידזשאַן און אין תּל־אָבֿיבֿ. אויפֿן אָוונט אין נהריה האָט מען זיי געלייענט אויף ייִדיש און אין דער רוסישער איבערזעצונג.

און דאָך האָט דער אָנדענק־אָוונט זיך פֿאַרענדיקט אויף אַ הויכער אָפּטימיסטישער נאָטע. עס האָבן געקלונגען די באַליבטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, אויסגעפֿירט פֿון דימע דאַנאָווסקי. ווי אַ הימען צום לעבן האָט זיך געטראָגן דאָס ליד פֿון יוסף קערלערן „עם ישׂראל חי!‟, אונטערגעכאַפּט פֿונעם עולם. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ שטימונג, אַז אויך ליובע וואַסערמאַן זינגט צוזאַמען מיט אַלע…
יאָ, נאָך צענדליקער יאָר האָט די פּאָעטעסע זיך אומגעקערט אינעם לאַנד, וואָס זי האָט אַמאָל אויך צוגעלייגט איר האַנט צום אויפֿשטעלן דאָ אַ ייִדישע היים „אויף צולהכעיס אַלע שׂונאים!‟ זי האָט זיך ווידער אַהער אומגעקערט מיט איר פּאָעזיע, זון, אייניקלעך און אוראייניקלעך. גלגל־החוזר!