דער ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

קאַפּיטל ב

5

מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט קאַטיע זיך איבערגעצײַגט, אַז זי האָט געהאַט אַ טעות: ס׳איז אָנגעקומען אַ בריװ פֿון מישען. אַ ראָמאַנטישער, אַ היציקער און אַ טרױמערישער, װי זײַן שפּילן. 

קאַטיע האָט באַשלאָסן צו ענטפֿערן נישט תּיכּף, צוּװאַרטן אַ פּאָר טעג, נאָר אױפֿן אַנדערן טאָג איז אָנגעקומען אַן אַנדער בריװ, און אַזױ — אין פֿאַרלױף פֿון עטלעכע טעג. אינעם לעצטן בריװ זײַנעם האָט מישע אָנגעשריבן, אַז מאָרגן פֿליט ער אַװעק קײן װאַרשע אױפֿן קאָנקורס און װעט טראַכטן װעגן קאַטיען די גאַנצע צײַט. „יאָ…‟ — האָט זי זיך דערמאָנט, — „ער האָט דאָך געזאָגט דאַן, אַז ער קלײַבט זיך פֿאָרן אױף אַ קאָנקורס.‟ — זי האָט אָבער זינט דעמאָלט װעגן דעם לגמרי פֿאַרגעסן. אַצינד װעט איר ענטפֿער, װאָס זי האָט אים געהאַט אָפּגעשיקט מיט אַ צװײ–דרײַ טעג צוריק, דערגײן צו אים שױן נאָך זײַן אָפּפֿאָר.

מישע פֿאַרן אָפּפֿאָרן אינעם פֿליפֿעלד האָט טאַקע קאַטיעס בריװ נישט באַקומען. דאָס האָט אים אָבער לחלוטין נישט אַרײַנגעבראַכט אין פֿאַרלעגנהײט: ערשטנס, האָט ער נישט געװוּסט, װי לאַנג גײט די פּאָסט פֿון מאָסקװע קײן לענינגראַד און צוריק, און דער עיקר — ער האָט קײן שום ספֿקות נישט געהאַט, אַז ער װעט געפֿינען דעם װעג צו קאַטיעס האַרץ, װאָס ס׳זאָל נישט זײַן און װיפֿל צײַט עס זאָל נישט נעמען. ער איז געװען אַזױ פֿאַרקאָכט, אַז ר׳האָט נישט דערלאָזט אַפֿילו קײן מינדסטע השערה, אַז עס קאָן זײַן אַנדערש.

אינעם פֿליפֿעלד „שערעמעטיעװאָ‟ איז מישע פֿריִער געװען בלױז אײן מאָל, בעת ער איז געפֿלױגן קײן פּראָג אױפֿן יוגנט–קאָנקורס „קאָנצערטינאָ פּראַהאַ‟. זינט דעמאָלט זײַנען פֿאַרבײַ שױן עטלעכע יאָר, אָנגעזעטיקטע מיט כּל–המינים געשעענישן. װען מישע מיט אַ גרױסער ברױנער װאַליזקע אין האַנט איז אַרײַן אינעם ריזיקן, װי עס האָט זיך אים געדוכט, זאַל, האָט ער לחלוטין נישט געדענקט, װוּהין מע דאַרף גײן. ער האָט לאַנגזאַם געשפּאַנט פֿאָרױס, אַרומקוקנדיק זיך, און פּלוצעם דערהערט פֿון דער װײַטן זײַן נאָמען. אַ קוק געטאָן אין דער זײַט, פֿון װאַנען ס׳האָט זיך געטראָגן דאָס קול, האָט ער דערזען אין מיטן אַ רײ אױף רעגיסטראַציע זײַן מיטשילערין אין דער קאָנסערװאַטאָריע נאַדיאַ גאַװרילענקאָוואַ. זי האָט זיך געלערנט אױף אַ קורס עלטער פֿון מישען, נאָר ער האָט זי געקענט, מחמת זי האָט זיך פֿאַרנומען מיטן אָרגאַניזירן אין פֿאַרשײדענע ערטער װױלטעטיקײט–קאָנצערטן, אין װעלכע מישע האָט זיך אַ פּאָר מאָל באַטײליקט. 

— מישע, קום אַהער! מיר זײַנען שױן אַלע דאָ! — האָט נאַדיאַ אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט. 

מישע איז צוגעגאַנגען צום עק רײ, נאָר נאַדיאַ האָט אים װידער גערופֿן:

— קום צו אונדז, מיר זײַנען דאָך אײן גרופּע!
— ס׳איז סקאַנדאַליעז! איר זײַט דאָ נישט געשטאַנען! — האָט מען אַרום אָנגעהױבן בורטשען. 

מישע האָט זיך צעמישט, נאָר נאַדיאַס רויִקע, זיכערע שטים פֿון אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיוג–קאָמיטעט האָט אים דערמוטיקט:

— מיר פֿליִען אַלע צוזאַמען. מיר זײַנען אײן גרופּע!

לעבן נאַדיאַן זײַנען געשטאַנען אינאַ סמאָליאַקאָװסקאַיאַ, װאָס האָט שטודירט אױפֿן לעצטן קורס פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע, און װוּסאַלאַ טאַליאַט–זאַדע פֿון באַקו. מישע האָט זיך באַקענט מיט זײ בײדן מיט עטלעכע חדשים פֿריִער בשעתן אָפּקלײַב פֿון די באַטײליקטע צום קאָנקורס. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די ערשטע האָט אים דערזען דװקא װוּסאַלאַ: זי האָט געטראָגן ברילן, װאָס האָבן אױסגעזען זײער נאַטירלעך אױף איר חנעװדיק דרומדיק פּנים, באַרעמלטן מיט אַ װאַלד געקרײַזלטע שװאַרצע האָר. נאַדיאַ, די סאַמע הױכע פֿון די מײדלעך, װאָס אין איר אױסזען איז געװען עפּעס אַריסטאָקראַטישס, — אַן אָװאַל פּנים מיט צאַרטע געזיכט–שטריכן, שײנע לאַנגע האָר — איז אױך געװען קורצזיכטיק, נאָר צוליב עפּעס אַ סיבה האָט זי קײן ברילן נישט געטראָגן. װאָס שײך אינאַן, אַ ליבלעכע קלײנװוּקסיקע פֿרױ מיט אױסדריקלעכן בליק פֿון גרױסע טונקעלע אױגן און אַ טשופּרינקע פֿון טונקעלע האָר אױפֿן שטערן, — איז זי געװען עפּעס פֿאַרטראַכט און האָט כּמעט נישט געלײגט קײן אַכט אױף דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען אַרום איר.

— זאָלסט װיסן, מישע, מ׳האָט מיך באַשטימט, כ׳זאָל זײַן די עלטסטע, דעריבער גיב מיר דײַן פּאַספּאָרט, — האָט נאַדיאַ געזאָגט רויִק און ערנסט, אויסשטרעקנדיק די האַנט. דער טײַט– און גראָבער פֿינגערס האָבן אַרויסגעשטעקט און די איבעריקע דרײַ — האָבן צוגעדריקט צו דער דלאָניע דרײַ דינע רױטע פּאַספּאָרט־ביכעלעך.

מישע האָט דערפֿילט, אַז נאַדיאַ באַציט זיך זײער פֿאַראַנטװאָרטלעך צו אירע פֿליכטן און אױף איר װעט מען שטענדיק קאָנען זיך פֿאַרלאָזן. 

אינעם עראָפּלאַן האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אַלע פֿיר קאָנקורסאַנטן זיצן צעװאָרפֿן אין פֿאַרשײדענע עטרעט, כאָטש דער סאַלאָן איז געװען האַלבלײדיק. דאַן האָט זיך נאַדיאַ געװאָנדן צו אַ יונגער, שטאַלטנער סטיואַרדעסע אין אַ טונקל–בלױען קאָסטיום און אױפֿן קאָפּ אַ היטעלע מיט אַן אָװאַלן דעניק, דערקלערנדיק איר, אַז „מיר זײַנען אײן גאַנצע גרופּע‟. יענע האָט װידער דורכקאָנטראָלירט אַלעמענס בילעטן און דערלױבט זיך אַוועקצוזעצן אין דער זעלבער רײ.

— נו, גוט, מײדעלעך, זעצט זיך צוזאַמען, און איך אַנטקעגן, — האָט מישע פֿאָרגעלײגט.
— און מיט אונדז, מיט די מײדעלעך, װילסטו נישט זיצן? — האָט װוּסאַלאַ אַ פֿרעג געטאָן מיט לײַכטער שפּילעװדיקײט.

מישע האָט זיך אַ ביסל פֿאַרלױרן, װײַל דאָס האָט געמײנט, אַז אײנע פֿון זײַנע מיטרײַזנדע װעט מוזן זיצן אָפּגעזונדערט, נאָר אינאַ האָט אונטערגעכאַפּט:

— יאָ, מישע, זעץ זיך מיט די מײדעלעך, און איכ׳ל זיצן דאָ, — און זי האָט אָנגעװיזן אױפֿן פֿאָטעל פֿון דער אַנדערער זײַט דורכגאַנג.

מישע האָט זיך פֿאַרחידושט, נאָר דערפֿילט, אַז זי װיל עס טאַקע באמת.

— נו, גײ פֿאַרבײַ אין דער מיט, װעסטו זיצן צװישן אונדז! — האָט נאַדיאַ פֿאָרגעלייגט מיט אַ שמײכל.

נאָך דער נסיעה קײן לענינגראַד האָט מישע לחלוטין נישט געקאָנט רעאַגירן אױף קײן אַנדערע פֿרױען, נאָר הלמאַי זיך נישט באַקענען נעענטער מיט יענע, מיט װעלכע ער װעט אפֿשר מוזן פֿאַרברענגען גאַנצע דרײַ װאָכן אין אַ פֿרעמד לאַנד? אַפּנים, האָבן די מײדלעך אױך געפֿילט, אַז מישע װעט זיך אױפֿפֿירן לײַטיש.

— װאָס, די אױערן זײַנען פֿאַרלײגט געװאָרן? — האָט װוּסאַלאַ, וואָס איז געזעסן בײַם פֿענצטער, אַ פֿרעג געטאָן מיט מיטגעפֿיל, זעענדיק װי מישע האָט פֿאַרקרימט דאָס פּנים, װען דער עראָפּלאַן האָט אָנגענומען די הױכקײט, — ס׳מאַכט נישט אױס, מישע, ס׳װעט איבערגײן. מ׳דאַרף שלינגען די גאַנצע צײַט — און ס׳װעט װערן גרינגער.

ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז װוּסאַלאַ, װאָס איז געװען אױף דרײַ יאָר עלטער פֿון מישען און שױן אַ חתונה–געהאַטע, האָט געהאַט אַ רײַכע דערפֿאַרונג פֿון פֿליִען אין עראָפּלאַנען און אַפֿילו נישט אינעם פּאַסאַזשיר–סאַלאָן, נאָר דװקא אין דער פֿליִער–קאַבינע, מחמת איר פֿעטער איז געװען אַ פּילאָט און האָט זי אַ סך מאָל גענומען מיט זיך אין פֿאַרשײדענע שטעט. אין אױסלאַנד אָבער איז זי נאָך קײן מאָל נישט געװען. װאָס שײך נאַדיאַן, איז זי, װי מישע, געפֿלױגן בלױז צװײ מאָל אין לעבן און אױך אין אױסלאַנד. אין אונטערשײד פֿון אים אָבער, איז זי געװען אין אַ „קאַפּיטאַליסטיש‟ לאַנד: אין פּאַריז, װוּ זי האָט באַקומען די דריטע פּרעמיע אױף אַ קאָנקורס.

— אין פּאַריז?! — האָבן מישע און װוּסאַלאַ צוזאַמען אױסגעשריגן.
— און װי איז עס אין פּאַריז? װאָס האָסטו דאָרטן געזען? — האָט מישע אָנגעהױבן אױספֿרעגן.
— כּמעט גאָרנישט, — האָט נאַדיאַ געענטפֿערט, — מיר האָבן געאַרבעט די גאַנצע צײַט. בלױז אײן מאָל, אױפֿן דריטן טאָג, װען מיר זײַנען אַרױס נאָך דער רעפּעטיציע, האָבן מיר פּלוצעם דערזען, אַז סע װאַרט אױף אונדז עפּעס אַ מענטש, אַ באַיאָרטער. גײט ער צו אונדז צו און זאָגט אױף רוסיש: „גוטהעלף, איך בין אַ װײַסער אָפֿיצער. איך בין געקומען צו װײַזן אײַך פּאַריז.‟ — עטלעכע שעהען האָט ער אונדז געפֿירט אַרום פּאַריז, געװיזן, דערצײלט. צום סוף האָט ער אונדז אײַנגעלאַדן אױף אַ װעטשערע אין רעסטאָראַן. און גאָר…
— אַ װײַסער אָפֿיצער?! — די פֿײַערלעך אין מישעס אױגן זײַנען געװאָרן נאָך שטאַרקער, — און װעגן דער בירגער–מלחמה האָט ער דערצײלט?
— נײן, — האָט נאַדיאַ געזאָגט מיט אַזאַ אױסדרוק אויפֿן פּנים, אַז ס׳איז גלײַך געװאָרן קלאָר: עס װאָלט איר קײן מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן דאָס.

מישע איז געװאָרן אַ ביסל מבֿולבל, הגם גאָרנישט „קאָנטר–רעװאָליוציִאָנערס‟ האָט ער לחלוטין ניט געמײנט. ער האָט זיך פּשוט דערמאָנט אין אײן עפּיזאָד פֿון אַ ביכעלע, אָנגעשריבן פֿון אײנעם אַ סאָװעטישן שאָך–גראָסמײַסטער. אין יענעם עפּיזאָד האָט דער מחבר דערצײלט, װי בשעת זײַן רײַזע אַרום אױסטראַליע האָט ער זיך געלײגט אין שפּיטאָל און זיך באַקענט דאָרטן מיט אַ רוסישן סאַניטאַר, װאָס האָט זיך געהאַט געשלאָגן מיט די רױטע בעתן בירגער–קריג. דער גראָסמײַסטער האָט אָנגעשריבן, װי פֿאַרכאַפּנדיק דעם סאַניטאַרס געשיכטעס זײַנען געװען, און מישע האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז אפֿשר האָט יענער װײַסער אָפֿיצער אין פּאַריז אױך געהאַט דערצײלט עפּעס אַזוינס אינטערעסאַנטס, אָן אַ װאָסערן–ניט–איז אידעאָלאָגישן אונטערגרונט.

— אַ שאָד, אַװדאי, — האָט נאַדיאַ געזאָגט פֿאַרקלערטערהײט, — װאָס סע האָט זיך אונדז נישט אײַנגעגעבן אַרײַנגײן אין קײן מוזײען. אַזױ פֿיל האָב איך געלײענט װעגן אימפּרעסיאָניסטן…

— טאַקע? — האָט װוּסאַלאַ אונטערגעכאַפּט, — איך האָב אױך ליב אימפּרעסיאָניסטן. און װאָס האָסטו װעגן זײ געלײענט?

דאָ האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז נאַדיאַ באַזוכט אַ פֿאַקולטאַטיװן קורס פֿון פֿראַנצײזישער מאָלערײַ, װאָס מישע האָט אַפֿילו נישט געװוּסט, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ קורס אין דער קאָנסערװאַטאָריע. אין אונטערשײד פֿון אים און װוּסאַלאַן, האָט נאַדיאַ ניט בלױז ליב געהאַט מאָלערײַ, נאָר זיך פֿונאַנדערגעקליבן אין איר אױף אַ ניװאָ, װאָס האָט זיך דערנענטערט צו אַ פּראָפֿעסיאָנעלן.

פּלוצעם האָט נאַדיאַ, און נאָך איר אױך מישע און װוּסאַלאַ, זיך אומגעקוקט און אַ קוק געטאָן אױף אינאַן. יענע איז געזעסן מיט פֿאַרמאַכטע אױגן, נאָר בפֿירוש נישט געשלאָפֿן: איר פּנים איז געװען אָנגעשטרענגט און די הענט צונױפֿגעדריקט אין פֿױסטן.

— זי איז מסתּמא אומרויִק, — האָט װוּסאַלאַ אַ שעפּטשע געטאָן, און נאַדיאַ האָט מיט פֿאַרשטאַנד אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.

דאָ איז מישען צום ערשטן מאָל אײַנגעפֿאַלן, װי מאָדנע עס איז: זײ פֿליִען אױפֿן קאָנקורס צוזאַמען, זײ װעלן געװיס איבערלעבן אײנער פֿאַרן אַנדערן און אונטערהאַלטן אײנער דעם אַנדערן — און אין דער זעלבער צײַט װעלן זײ אומפֿאַרמײַדלעך זיך פֿאַרמעסטן נישט בלױז מיט די אַנדערע באַטײליקטע, נאָר אױך אײנער מיטן אַנדערן… אפֿשר האָט זיך אױף זײַן פּנים אָפּגעשפּיגלט עפּעס אַזױנס, און זײַנע מחשבֿות האָבן זיך איבערגעגעבן צו װוּסאַלאַן און נאַדיאַן.

— נו, מירן פּרוּװן איר צוהעלפֿן, — האָט ער אַ שעפּטשע געטאָן, װי פֿאַרטרײַבנדיק פֿון זיך אָט דעם געדאַנק.


                             * * *

„טײַערע קאַטיע!
כ׳האָף, אַז כ׳װעל קאָנען באַלד קריגן אַ קאָנװערט מיט אַ מאַרקע און אָפּשיקן דיר אָט דעם בריװ. איך בין געקומען צו פֿליִען קײן װאַרשע. מאָרגן איז דאָס גורל–װאַרפֿן; יעדן טאָג װעט מען קאָנען אַרבעטן אין דער היגער קאָנסערװאַטאָריע, װיפֿל מע װיל. דאָס איז אַלץ, װאָס איך װײס דערװײַל. 

כ׳טראַכט װעגן דיר די גאַנצע צײַט… כ׳האָף זײער, אַז דו ביסט געזונט און אַלץ איז בײַ דיר כּשורה. כ׳װעל שרײַבן װידער.

תּמיד דײַן, מישע.‟

המשך קומט 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s