ביראָבידזשאַנער יתומים־היים פֿאַר ייִדישע קינדער

יוסף ברענער

דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן קינדער־שטעטלעך פֿאַר ייִדישע יתומים, געבליבן נאָך דער מלחמה, האָט באַגײַסטערט אַ סך אײַנוווינער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, ווי אויך די פֿירערשאַפֿט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז נישט געבליבן צו אָט דער אידעע גלײַכגילטיק דער אַמעריקאַנער ביראָבידזשאַנער קאָמיטעט „אַמבידזשאַן‟.

צופֿעליק האָבן זיך אָפּגעזוכט אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿון ייִדישער געשיכטע (CAHJP, ישׂראל) פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קינדער־היימען מיט אונטערשריפֿטן אויף ייִדיש. זיי האָבן זיך געפֿונען אינעם אַלבאָם (131 בילדער), וועלכן די פֿירערשאַפֿט פֿון ביראָבידזשאַן האָט געשיקט דעם קאָמיטעט „אַמבידזשאַן‟. אויפֿן יסוד פֿון אָט די בילדער איז אין אַמעריקע געשאַפֿן געוואָרן אַ בוקלעט. אין מײַן אַרטיקל „אַמבידזשאַן — ביראָבידזשאַן: די געשיכטע פֿונעם פֿאָטאָאַלבאָם, געווידמעט דעם 20סטן יאָרגאַנג זינט די ייִדן האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין ביראָבידזשאַן‟ (Judaica Petropolitana», 2017), האָב איך געשריבן, אַז אין דער אַנאָטאַציע צום פֿאָטאָ־בוקלעט איז באַזונדערס באַטאָנט געוואָרן, אַז די ייִדישע יתומים ווערן אויסגעהאַלטן און דערצויגן מיט זייער, „אַמבידזשאַנס‟, באַטייליקונג; עס איז אויך אויסגעדריקט געוואָרן דער וווּנטש, אַז ביראָבידזשאַן זאָל באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ „ייִדישער רעפּובליק‟, וואָס וועט ווערן אַ היים פֿאַר פֿיל ייִדן־איבערוואַנדערער.

די ערשטע מאַטעריאַלן אויף דער טעמע האָבן זיך באַוויזן אין דער ביראָבידזשאַנער פּרעסע אין די סוף 1930ער יאָרן; אַ באַזונדערע ווערט האָבן זיי באַקומען אין 1944, ווען די אָרטיקע פֿירער האָבן געשטעלט די פֿראַגע צו שאַפֿן אויף דער טעריטאָריע פֿון דער געגנט ספּעציעלע היימען פֿאַר ייִדישע קינדער־יתומים, געבליבן נאָך דער מלחמה. אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ (מערץ 25, 1944) איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די מיטטיילונג וועגן דער צוזאַמענזיצונג פֿונעם געגנט־ביוראָ בײַ דער רוסלענדישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און דעם געגנט־אויספֿירלעכן קאָמיטעט, וואָס האָט גוטגעהייסן די איניציאַטיוו פֿון אַ צאָל אַרטעלן און קאָמיוגישע אָרגאַניזאַציעס צו זאַמלען געלטמיטלען, כּדי צו בויען קינדער־היימען פֿאַר יתומים, וועלכער האָבן געליטן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

דער דאָזיקער באַשלוס האָט באַקומען אַ שטיצע סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויסלאַנד. די פֿירערשאַפֿט פֿון ביראָבידזשאַן האָט זיך געוואָנדן צו סטאַלינען מיט אַן אָפֿענעם בריוו, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ (28סטער מײַ, 1944): „די אַרבעטער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט האָט געזאַמלט איין מיליאָן 662 טויזנט רובל אינעם פֿאָנד צו העלפֿן די קינדער, וועלכע האָבן געליטן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע… טויזנטער ייִדישע קינדער, עוואַקויִרט פֿון די געפֿערלעכע ראַיאָנען, זײַנען פֿאַרבליבן יתומים. שטרעבנדיק לײַכטער צו מאַכן די זאָרג וועגן די קינדער־יתומים, בעטן מיר אַ דערלויבעניש צו אָרגאַניזירן אין אונדזער געגנט צוויי קינדער־שטעטלעך פֿאַר ייִדישע יתומים אויף 2־2,5 טויזנט מענטשן און אויסגעבן אויף דעם צוועק דאָס געלט, געזאַמלט פֿון די ביראָבידזשאַנער אײַנוווינער.‟

סטאַלין האָט אין זײַן ענטפֿער פֿאַרזיכערט, אַז „דער וווּנטש פֿון די ביראָבידזשאַנצעס וועט זײַן באַגיטיקט.‟, אָבער אָן דעם אָנווײַז — פֿאַר ייִדישע קינדער־יתומים און אָן דעם נאַציאָנאַלן סטאַטוס פֿון די קינדער־היימען. אָט דער בריוון־אויסטויש איז באַקאַנט געוואָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אויסלאַנד. אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟ (דעם 6סטן יולי, 1944) זײַנען איבערגעדרוקט געוואָרן ביידע בריוו אונטערן קעפּל: „די ייִדישע אויטאָנאָמער געגנט בויט צוויי ייִדישע יתומים־היימער‟ — און ס׳איז באַטאָנט געוואָרן דער פּאָליטישער און נאַציאָנאַלער כאַראַקטער פֿון אָט דער אַקציע.

דער שרײַבער דער נסתּר האָט אין זײַן אַרטיקל „מיטן צווייטן עשעלאָן‟ („אייניקײַט‟, 1947) דערציילט וועגן זײַן דרײַ־וואָכיקער רײַזע פֿון מאָסקווע קיין ביראָבידזשאַן, אין איין עשעלאָן מיט די איבערוואַנדערער, וועלכע זײַנען געפֿאָרן אין 45 וואַגאָנען. ער באַטאָנט, אַז „… פֿון 993 פּאַסאַזשירן באַשטייט די צאָל קינדער פֿון אַ יאָר ביז זעכצן יאָר בערך אַ דריטל…‟ — דער שרײַבער באַשרײַבט עטלעכע קינדער און וויִאַזוי זיי ווערן געפֿירט אין אַ ספּעציעלן וואַגאָן, וואָס האָט גלײַך באַקומען דעם נאָמען „קינדער־היים‟, און וווּ סע שטייט אַפֿילו אַ פֿאָרטעפּיאַן. ער האָט באַמערקט, אַז די קינדער פֿון וויניצע באַגלייט אַ פֿאָרשטייער פֿון ביראָבידזשאַן אַבֿרהם הערשקאָוו, מיט וועלכן ער האָט זיך באַפֿרײַנדט, און נאָך עטלעכע דערציִערס.

יוסף ברענער (רעכטס) און משה צעכטיק

בשעתן אויספֿאָרשן די מאַטעריאַלן האָב איך זיך באַקענט מיטן געוועזענעם דערצויגלינג פֿונעם ביראָבידזשאַנער קינדער־היים משה צעכטיק, וועלכער האָט מיר דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה. זײַן פֿאָטער איז אומגעקומען אויף דער מלחמה, די מוטער איז שווער קראַנק געוואָרן און געשטאָרבן אין כאַבאַראָווסק. אים און זײַן ברודער אַבראַשע האָט מען אָפּגעגעבן אין וואַלדהיימער קינדער־היים. „… קיין שום געפֿיל פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה איז נישט געווען, — דערמאָנט זיך משה, — אַן אויסנאַם איז געווען נאָר דאָס, וואָס מיר האָבן אָרגאַניזירטערהייט אָנגעהויבן גיין אין אַן אמתע ייִדישע מיטלשול, וווּ מיר האָבן געלערנט ייִדיש, געהערט אַ ייִדיש וואָרט און זיך געלערנט לייענען און שרײַבן ייִדיש. נאָך דער שול פֿלעגן מיר זיך אומקערן צוריק אין רוסישער קינדער־היים, וווּ די דערציִערס, דווקא ייִדן, האָבן מיט אונדז ייִדיש נישט גערעדט, נאָר רוסיש. בלויז דעמאָלט, ווען מיר פֿלעגן זיי בעטן אונדז אַרויסהעלפֿן, עפּעס דערקלערן, האָבן זיי עס געטאָן אויף ייִדיש.

„אויפֿן בנין פֿון דער יתומים־היים איז געהאָנגען אַ שילד אויף רוסיש. מעגלעך, אַז די געשעענישן, פֿאַרבונדן מיט די אַנטיסעמיטישע רעפּרעסיעס אין לאַנד, האָבן געווירקט אויף דער אָרטיקער מאַכט. אין 1949 האָט מען געשלאָסן די ייִדישע שול. ווי מ׳האָט אונדז דערקלערט, האָט מען עס געטאָן לויט די ביטעס פֿון די עלטערן, וועלכע האָבן נישט געזען קיין זין צו לערנען זייערע קינדער ייִדיש, ווײַל צוליב דעם איז פֿאַר די קינדער נישטאָ קיין שום פּערספּעקטיוו…

„אין סעפּטעמבער 1951, — דערציילט משה ווײַטער, — האָט אונדזער קינדער־היים באַזוכט דער פֿאַרטרעטער פֿון דער אַנטווערקער־שול נומ׳ 2 אין דער שטאָט קאָמסאָמאָלסק־נאַ־אַמוריע. ער איז געקומען אָנצונעמען קינדער זיך לערנען אַ פֿאַך. בדרך־כּל האָט אונדזער פֿאַרוואַלטונג זיך געסטאַרעט אָפּצושיקן אַהין פּראָבלעמאַטישע קינדער — זיך שלעכט געלערנט, אַ שלעכטע דיסציפּלין. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען געקאָנט פֿון זיי פּטור ווערן אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן. און פּלוצעם נאָכן אָפּקלײַב האָט איינער פֿון די דערצויגלינגען, פֿימע פֿײַמאַן, זיך אויפֿגעהויבן און געזאָגט: ׳פֿאַר וואָס האָט מען בעת דער מעדיצינישער באַטראַכטונג אָפּגעטיילט די געמלעטע ייִנגעלעך צו שיקן זיי אין אַנטווערקער־שול, און די נישט געמלטע האָט מען געלאָזט אין קינדער־היים?׳ — צו יענער צײַט זײַנען אין קינדער־היים געווען ייִנגעלעך פֿון ייִדישע טראַדיציאָנעלע משפּחות, און ייִנגעלעך, וואָס זייערע עלטערן זײַנען געווען קאָמוניסטן. דער פֿאָרשטייער האָט נישט לאַנג געטראַכט און אויסגעשאָסן: ׳ווײַל איר זײַט כיטרע זשידעס. איר לערנט זיך דאָ און באַקומט אַ דערציִונג, און מיר, רוסישע, מוזן פֿאַר אײַך האָרעווען!׳

„מיר זײַנען ממש פֿאַרגליווערט געוואָרן. זיך איבערגעקוקט, געפּרוּווט צו באַנעמען, וואָס איז דאָ געשען. צום באַדויערן, האָבן אונדזערע לערערס קיין וואָרט נישט פֿאַרלוירן, נישט געוואַגט צו ענטפֿערן דעם צעווילדעוועטן אַנטיסעמיט. אין יענעם יאָר האָט מען אַוועקגעפֿירט אַ סך ייִדישע קינדער, און די קינדער־היים האָט אין גאַנצן פֿאַרלוירן איר ביסל ייִדישן גײַסט. דאָס היימישסטע, וואָס איז געווען אין אונדזער קינדער־היים — די קלינגעוודיקע ייִדישע נעמען פֿון קינדער…‟

די צײַטן פֿון רעפּרעסיעס קעגן ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן פֿאַרטשעפּעט אויך ביראָבידזשאַן בכלל און די קינדער־היים, די ייִדישע שול און ייִדישע קולטור בפֿרט. די ביראָבידזשאַנער קינדער־היים איז פֿאַרבליבן נאָר אינעם זכּרון פֿון די געוועזענע דערצויגלינגען, וואָס ווערן אויך אַלץ שיטערער און שיטערער. די געשיכטע פֿון דער ביראָבידזשאַנער קינדער־היים האָט אין די מיט 1940ער יאָרן צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון טויזנטער און טויזנטער מענטשן פֿון פֿאַרשידענע לענדער. די טראַגעדיע פֿון ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייערע טאַטע־מאַמעס אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געבליבן בלויז ווי אַ טיילעכל פֿון דער גרויסער מענטשלעכער טראַגעדיע אין 20סטן יאָרהונדערט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s