איר מעגט אַרויפֿפֿליִען (סוף)

מרדכי יושקאָווסקי

פֿאַרן ערשטן באַזוך אין דעם אַרכיפּאָוו-געסל איז עס שוין געווען פֿאַר אים איבערגענוג. ער האָט זיך אָנגעפֿילט מיט אייַנדרוקן און האָט געוואָלט שוין אַוועקגיין, נאָר אַן עלטערער ייִד האָט זיך אָנגערופֿן צו אים:

— יונגער־מאַן, זייַט איר אַ מאָסקווער צי אַן אַרײַגעקומענער?
— איך שטאַם פֿון ווייַסרוסלאַנד, לערן זיך אין מאָסקווע, — האָט געענטפֿערט פֿימע מיט אַ געוויסער שטוינונג. — פֿאַר וואָס פֿרעגט איר?
— צי טראַכט איר חתונה האָבן? אויב יאָ, קאָן איך אייַך זייער העלפֿן צו געפֿינען אַ פּאַסיק מיידל פֿון אַ באַלעבאַטיש הויז, וועט איר טרעפֿן מיט איין שאָס אין צוויי האָזן — שאַפֿן אַ ייִדישע משפּחה און זיך פֿאַרזאָרגן מיט דער מאָסקווער „פּראָפּיסקע‟ (וווין-אייַנמעלדונג).

דער דאָזיקער פֿאָרשלאַג איז פֿאַר פֿימען געווען נאָך איין איבערראַשונג. אויף אַזוינס האָט ער זיך זיכער ניט געריכט, און מיט אַ נאַיִוון שמייכל געענטפֿערט:

— זייַט מיר מוחל, דערווייַל טראַכט איך ניט וועגן חתונה האָבן. איך האָב זיך ערשט אָנגעהויבן לערנען אין אינסטיטוט, און עס ליגט מיר ניט אין זינען איצטער זוכן אַ כּלה.
— יונגער־מאַן, — איז ממשיך געווען דער ייִד, — קיינער ווייסט ניט, ווען איז די רעכטע צייַט פֿאַר דעם. אויף ייִדיש זאָגט מען: אַז עס קומט דער באַשערטער, ווערט עס אין צוויי ווערטער.

דער ייִד האָט געוואָלט איבערזעצן דאָס ווערטל אויף רוסיש, אָבער פֿימע האָט אים מקדים געווען אויך אויף ייִדיש:

— איר דאַרפֿט מיר ניט איבערזעצן. כ’האָב פֿאַרשטאַנען גאַנץ גוט וואָס איר האָט געזאָגט.
— אַזוי גאָר… אַזאַ יונגער מאַן און רעדט אויף ייִדיש, — טאַקע אַ זעלטנהייט אין אונדזער צייַט. קומט אייַך טאַקע אַ גוט מיידל מיט אַלע מעלות. און איך האָב איינע אַזאַ אין מייַן רשימה…
— אַנטשולדיקט מיך, — האַָט פֿימע איבערגעריסן דעם שדכן, — ס’איז איצט ניט די צייַט צו רעדן וועגן דעם.
— נו, גוט, נעמט מייַן טעלעפֿאָן-נומער, — דער ייִד האָט אַרויסגענומען פֿון דער קעשענע אַ שטיקל פּאַפּיר, אויף וועלכן ס’איז געווען אָנגעשריבן דער נומער דער נאַמען „אַהרון מויסעיעוויטש‟, און האָט עס דערלאַנגט פֿימען. — ווען איר וועט פֿילן, אַז איר זייַט גרייט צו אַן ערנסטער באַקאַנטשאַפֿט מיט אַ מיידל, טעלעפֿאָנירט צו מיר. איך זאָג אייַך צו, אַז כ’וועל אייַך אַרויסהעלפֿן אויפֿן בעסטן אופֿן. דערווייַל אפֿשר קאָנט איר מיר געבן אַ פּאָר רובל אויף אַ טאַקסי?

פֿימע האָט אַ שמייכל געטאָן, געוווּנטשן דעם ייִדן געזונט און זיך געלאָזט גיין אַרויף-צו אין דער ריכטונג צו דער מעטראָ-סטאַציע „פּלאָשטשאַד נאָגינאַ‟. הינטער זיך האָט ער דערהערט, ווי אַ פּאָר באַיאָרטע פֿרויען, ווייַזט אויס, מאַמעס פֿון פּאָטענציעלע כּלות, האָבן אַרומגערינגלט דעם שדכן און בייַ אים אויסגעפֿרעגט: „וואָס זוכט דער בחור? ווער איז ער? פֿון וואַנען איז ער?‟…

פֿימע האָט געשפּאַנט צום מעטראָ אין אַ דערהויבענער שטימונג, געשמייכלט צו זיך, טראַכטנדיק, אַז ער האָט זיך געריכט אויף פֿאַרשיידענע זאַכן, נאָר ער וואָלט קיינמאָל ניט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן, אַז דאָ, לעבן דער שיל, פֿאַרנעמט מען זיך אויך מיט שידוכים. פֿון דער אַנדערער זייַט, וווּ נאָך איז עס געווען מעגלעך? ס’איז דאָך ניט באָברויסק, וווּ אַלע קענען אַלעמען. און דאָ, אויב אַ ייִדישער בחור וויל זיך באַקענען מיט אַ ייִדיש מיידל, וווּ גייט מען? וווּ זוכט מען? צו וועמען ווענדט מען זיך? און אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין האָט ער, בייַ אָט די געדאַנקען, אין דער שטיל דורכגעמורמלט אַ פּאָר שורות פֿון אַ באַקאַנט רוסיש ליד:
פּערווים דיעלאָם, פּערווים דיעלאָם סאַמאָליאָטי,
נו אַ דיעוווּשקי, אַ דיעוווּשקי פּאָטאָם”…

(קודם-כּל, קודם-כּל עראָפּלאַנען, און מיידלעך, מיידלעך — אויף שפּעטער).

דורכגייענדיק דאָס גאַנצע אַרכיפּאָוו-געסל אַרויף-צו, האַָט פֿימע פֿאַרקערעוועט אויף לינקס אין דער ריכטונג צום מעטראָ און אַנטפּלעקט פֿאַר זיך נאָך אַ „סורפּריז‟. די ברייטע גאַס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון באָגדאַן כמעלניצקי ימ”ש. „זייער אַ ׳פּאַסיק׳ שכנות מיט דער גרויסער שיל, — האָט ער אַ טראַכט געטאָן, — קיין בעסערער נאָמען פֿאַר דער גאַס איז בייַ זיי מסתּמא ניט געבליבן‟…

זינט דאַן האָט פֿימע פֿון מאָל צו מאָל באַזוכט „דאָס בערגל‟ אין די שבתים, זיך באַקענט נעענטער מיט עטלעכע באַבערדיקטע יונגע־לייַט, זיך געפֿילט שוין דאָרט מער היימיש, און האָט מיט אומגעדולד געוואַרט אויפֿן נאָענטסטן גרויסן יום-טובֿ פּורים, כּדי צו זען מיט די אייגענע אויגן דעם המון, וואָס פֿאַרפֿלייצט דאָס דאָזיקע געסל. אַלע מאָל האָט ער באַוווּנדערט אָט דאָס פּלאַץ און אַנטפּלעקט נײַע פֿאַר זיך שטריכן. ס׳רובֿ ייִדן, וואָס קלייַבן זיך צונויף אינעם אַרכיפּאָוו-געסל, גייען אַפֿילו ניט אַרייַן אין דער שיל. דאָרטן, אינעווייניק, פֿלעגן דאַוונען בדרך-כּלל נאָר עלטערע מענער, און אין דרויסן איז אָנגעגאַנגען אַן אַנדער סאָרט לעבן, ווייַט פֿון רעליגיעזע שטימונגען. דאָס איז געווען אַ מין ניט קיין אָפֿיציעלער קהילה-צענטער, און אויך דער צענטער פֿון דער אומלעגאַלער ציוניסטישער טעטיקייט. אין פֿאַרגלייַך מיט יענער ייִדישער סבֿיבֿה, וועלכע ער האָט געקענט אין זייַן פּראָווינציעלן באָברויסק, פֿול מיט אייביקער מורא און טאָג־טעגלעכן אויסשטיין די אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען, האָט דאָס דאָזיקע פּלאַץ אויסגעזען פֿאַר פֿימען מער ווי אַ חלום, איידער וואָר. דער גייַסט, וואָס איז געווען דאָ צו פֿילן אין דער לופֿטן, איז געווען נייַ און אָפּפֿרישנדיק. די יוגנט, וואָס פֿלעגט זיך פֿאַרזאַמלען דאָ, האָט אויך אויסגעזען אַנדערש פֿון די פּראָווינציעלע ייִדישע יונגע־לייַט. די היגע, מאָסקווער, האָבן געהאַט אַ מין פֿייַערל אין די אויגן און זיך ווייניקער געשראָקן פֿאַר דער מאַכט. כּמעט יעדן שבת האָט מען דאָ געטראָפֿן אויך ייִדן-טוריסטן פֿון אויסלאַנד, און דאָס האָט צוגעגעבן מער זיכערקייט.

און אָט זייַנען געקומען אין מאָסקווע די ערשטע וואַרעמע פֿרילינג-טעג, און דעם 12טן מערץ אויפֿדערנאַכט האָט זיך אָנגעהויבן דער פֿריילעכער יום-טובֿ פּורים. זיך דערמאָנענדיק מיט אַ וואַרעמער נאָסטאַלגיע אָן די געשמאַקע המן-טאַשן מיט מאָן, וועלכע מע עסט הייַנט אין זייַן באָברויסקער היים, איז פֿימע יענעם אָוונט געגאַנגען מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ אויף דעם „בערגל‟. בייַם אַרויסגאַנג פֿון דער מעטראָ-סטאַציע האָט ער דערזען אַ בילד, וואָס האָט אים גורם געווען צו שמייכלען. עס איז געשטאַנען אַן עלטערער ייִד, אָנגעלענט אויף אַ שטעקן. ער איז קוים אַרויפֿגעגאַנגען פֿון מעטראָ אויף דער סאָליאַנקאַ-גאַס און געפֿרעגט בייַ די דורכגייער אויף רוסיש מיט אַן אויסגעשפּראָכענעם ייִדישן אויסרייד און אַ שטאַרק גאָרגלדיקן „ר‟: „מאָזשעט ווי זנאַיעטיע קאַק פּראָיטי וו רעדאַקציו גאַזעטי “סאָוועטסקי ספּאָרט” (אפֿשר ווייסט איר, ווי גייט מען צו דער רעדאַקציע פֿון דער צייַטונג „סאָוועטישער ספּאָרט‟)? כאָטש די צייַט איז געווען אַרום זיבן אין אָוונט, און אַלע רעדאַקציעס האָבן שוין געהאַט פֿאַרענדיקט זייער אַַרבעט צו דער שעה. פֿאַרשטייט זיך, פֿימע האָט זיך גלייַך דערמאָנט, אַז נאָך אין באָברויסק האָט מען אים דערציילט, אַז די רעדאַקציע פֿון „סאָוועטסקי ספּאָרט‟ שטייט ממש צוגעקלעפּט צו דער גרויסער שיל, און דער נאָמען פֿון אָט דער צייַטונג ווערט געניצט ווי אַ מין „קאָד‟ פֿאַר ייִדן, וואָס קומען פֿון אַנדערע שטעט און ווילן געפֿינען די מאָסקווער שיל. פֿימע איז צוגעגאַנגען צום אַלטיטשקן און האָט אים שטיל געזאָגט אויף ייִדיש:

— קומט מיט מיר, זיידעשי, איך גיי אויך אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטסקי ספּאָרט‟.
— אוי, געזונט אויף אייַער קאָפּ, — האָט זיך דער אַלטער צעשמייכלט. — איך שטיי דאָ און פֿרעג. קיינער ענטפֿערט ניט. מע לויפֿט, מע האָט קיין צייַט ניט.
— פֿון וואַנען זייַט איר? — האָט פֿימע געפֿרעגט?
— איך בין אַ טשערנאָוויצער, געקומען צוגאַסט צו קרובֿים, וויל איך אויף פּורים זייַן אין שיל. האָבן מיך די קרובֿים געסטראַשעט, איך זאָל ניט פֿרעגן, חלילה, וווּ איז די שיל, נאָר איך זאָל זוכן „סאָוועטסקי ספּאָרט‟. אַזאַ מעשׂה… וווּ בין איך, און וווּ איז ספּאָרט, — האָט זיך דער אַלטער צעלאַכט.

אַרײַנגעקערעוועט אינעם אַרכיפּאָוו-געסל, האָט פֿימע דערזען אַ ים מיט מענטשן. ניט נאָר די טראָטואַרן זייַנען געווען פֿול, נאָר אויך דער דורכפֿאָר-פּאַס. ער האָט צוגעפֿירט דעם זקן־, אים געהאָלפֿן אַרויפֿצוגיין אויף די עטלעכע טרעפּ פֿון דער שיל, און אַליין זיך צונויפֿגעגאָסן מיטן ייִדישן המון. אַלץ איז פֿאַר אים געווען סייַ מאָדנע, סייַ נאָענט. דאָ און דאָרט האָט ער דערבליקט זייַנע באַבערדיקטע באַקאַנטע, וועלכע האָבן געפֿאָכעט און געוווּנקען צו אים. ער האָט זיך אויף אַ צייַט אַרייַנגעכאַפּט אינעווייניק אין דער שיל, זיך צוגעהערט צום לייענען די מגילה און צו די קלאַפּנדיקע גראַגערס. ווען ער איז אַרויס פֿון דאָרט, איז דאָס געסל געווען נאָך מער פֿאַרפֿלייצט. דאָ און דאָרט זייַנען געשטאַנען קרייַזלעך פֿון יונגע חבֿרה, וועלכע האָבן געזונגען און געטאַנצט, און פֿימע איז געגאַנגען פֿון איין קרייַז צום אַנדערן. דאָס זייַנען געווען לרובֿ חבֿרה פֿון זייַן עלטער און אַ ביסל עלטער, וועלכע האָבן ניט געקענט קיין וואָרט ייִדיש, אָדער העברעיִש. זיי האָבן גאָר ווייניק געוווּסט וועגן דער רעליגיעזער ייִדישקייט אָדער וועגן דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, אָבער דער דראַנג אָפּצוהיטן דעם אייגענעם „איך‟, דעם נאַציאָנאַלן באַוווּסטזייַן, איז געווען בייַ זיי זייער שטאַרק. דאָס רובֿ האָבן געקענט ניט מער ווי צוויי ייִדישע מעלאָדיעס — „הבֿה נגילה‟ און „הבֿאנו שלום עליכם‟, און פֿימע איז פּשוט איבערראַשט געוואָרן פֿון דעם, וויִאַזוי די דאָזיקע יונגע חבֿרה שאַפֿן אויף אָט די צוויי מעלאָדיעס קופּלעטן און זינגען זיי אָפֿן, אָן מורא. אין איינעם אַ קרייַז האָט אַ גרופּע יונגע־לייַט געזונגען מיטן ניגון פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟:

(אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז די ייִדן-פֿראַגע געלייזט, ייִדן מעגן אַפֿילו אין מעטראָ אַרייַנגיין פֿרייַ).

                      „אַ וו סאָוועסקאָם סאָיוזע וואָפּראָס יעוורעיסקי רעשאָן,
                      יעוורעיאַם ווכאָד וו מעטראָ סוואָבאָדני דאַזשע ראַזרעשאָן‟

אין אַן אַנדער קרייַזל האָט מען אויף דעם זעלבן ניגון געזונגען:

“דאָידיאָם דאָ קראַסנאָגאָ מאָריאַ, אי נאַד פּראָסטאָראַמי מאָריאַ
ווזאָידיאָט אי יאַרקאָ זאַסיִיאַיעט שעסטיקאָנעטשנאַיאַ זוועזדאַ‟

(מיר וועלן דערגיין ביזן ים-סוף (רויטן ים), און איבער די רחבֿותן פֿונעם ים וועט אויפֿגיין און זיך צעשייַנען דער מגן-דוד (זעקסעקיקער שטערן)).

פֿימע האָט ניט געקאָנט בלייַבן גלייַכגילטיק צו אָט דעם בילד. עס האָט אים צוגעצויגן ווי צו אַ מאַגנעט, און ער האָט איבערגעהיפּערט פֿון איין קרייַזל צום אַנדערן. די אַטמאָספֿער איז געווען אַ זעלטענע, אַ דערהויבענע. אינעם אונטערשטן טייל געסל האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ גרעסער קרייַזל, און עס האָבן זיך געטראָגן פֿון דאָרט שיינע קלאַנגען פֿון העברעיִשע לידער. כאָטש העברעיִש האָט ער אינגאַנצן ניט פֿאַרשטאַנען, אָבער עצם דער פֿאַקט, אַז דאָ, אין צענטער מאָסקווע, קלינגט אָט-אָ די „פֿאַרבאָטענע‟ שפּראַך, האָט אים אויפֿגערודערט. צוגייענדיק צו יענעם קרייַזל, האָט פֿימע דערזען אַ שיין יונג מיידל מיט אַ גיטאַרע. מיט איר אויסערגעוויינלעך שיינער שטימע האָט זי געזונגען איינס נאָכן אַנדערן העברעיִשע לידער און זיך אַליין צוגעשפּילט. די דאָזיקע לידער האָבן צערטלעך געגלעט זייַן נשמה, אַרויסגערופֿן פֿאַרבאָרגענע געפֿילן, וועלכע איז שווער געווען צו באַצייכענען מיט ווערטער, און פֿון מאָל צו מאָל האָט ער דערפֿילט אַפֿילו אַ קנויל אין האַלדז. די כּישופֿדיקע קלאַנגען האָבן אָנגעפֿילט דעם גאַנצן אַרום, און דאָס מיידל האָט געזונגען אָן אַן אויפֿהער:

„אלה חמדה ליבי…‟

דערנאָך:
„שישו את ירושלים, גילו בה…‟
און ווייַטער:
„עושה שלום במרומיו…‟

איין ליד איז אַריבער אינעם אַנדערן, און עס האָט זיך באַקומען אַ לאַנגער אין-סופֿיקער מוזיקאַלישער לידער־קראַנץ. לעבן דעם מיידל, וואָס האָט געזונגען, האָט פֿימע דערזען עדיקן, איינעם פֿון זייַנע נייַע באַקאַנטע. יענער האָט צוגעהאָלפֿן איר זינגען די פּיזמונים. קוקנדיק אויפֿן זינגענדיקן מיידל, האָט ער דערפֿילט, ווי אַ מין מאָדנער שטראָם איז אַדורכגעלאָפֿן איבער זייַן לײַב און אים צוגעפֿעסטיקט צו דעם פּלאַץ. ער איז ניט מסוגל געווען זיך צו רירן פֿונעם אָרט. אַזוי וואָלט ער מסתּמא געשטאַנען דאָ ביז אין דער
פֿרי, אָבער די מיליציע-אויטאָס האָבן אָנגעהויבן איינס נאָכן אַנדערן דורכפֿאָרן אין דעם אַרכיפּאָוו-געסל, אָפּשטויסנדיק דעם עולם אויף די טראָטואַרן. אַזוי האָט די מאַכט אַ סימן געגעבן די פֿאַרזאַמלטע, אַז ס’איז צייַט זיך פֿונאַנדערצוגיין. צו ביסלעך האָט דער עולם אָנגעהויבן שטראָמען אין דער ריכטונג פֿון דער מעטראָ-סטאַציע. דאָס מיידל, וואָס האָט געזונגען, האָט אַרייַנגעלייגט די גיטאַרע אינעם שוואַרצן באַדעק און אויך זיך געלאָזט גיין צום מעטראָ מיט אירע חבֿרים. פֿימע איז נאָך אַלץ געשטאַנען ווי אַ צוגעשמידטער צום פּלאַץ און אָנגעשפּאַרט זייַן בליק אין דעם מיידלס פּלייצע. עס האָט זיך אים ניט געוואָלט סתּם אַזוי זיך שיידן מיט איר און זי פֿאַרלירן אויף תּמיד. וויִאַזוי און וווּ וועט ער קאָנען זי אָפּזוכן דערנאָך? דאָס איז דאָך מאָסקווע, ניט באָברויסק — האָט ער געטראַכט…

קומענדיק שפּעט אין אָוונט אין דער צוזאַמענוווינונג, האָט ער נאָך לאַנג געטראַכט וועגן דער הייַנטיקער איבערלעבונג, און דער עיקר, פֿאַר זייַנע אויגן איז נאָך אַלץ געשטאַנען די געשטאַלט פֿונעם זינגענדיקן מיידל, איר קול האָט געקלונגען אין זייַנע אויערן. ער איז ניט מסוגל געווען אַוועקצוטרייַבן פֿון זייַנע מחשבֿות איר ווייכן בליק, אַ ביסל אַ שעמעוודיק שמייכל, אירע בלאָנדע צעלאָזטע האָר. זייַן געדאַנק האָט איצט געאַרבעט נאַר אין איין ריכטונג — ווי וועט ער קאָנען אָפּזוכן דאָס דאָזיקע מיידל און זיך באַקענען מיט איר. די ערשטע מחשבֿה איז געווען — דעם נאָענטסטן שבת וועט ער גיין אין שיל און זיך נאָכפֿרעגן בייַ זייַן באַבערדיקטן באַקאַנטן. ער קען זי מסתּמא גוט, ער האָט איר דאָך אונטערגעזונגען. ביז שבת זייַנען נאָך געבליבן פֿינף טעג, און פֿימען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דאָס איז געווען די לענגסטע וואָך אין זייַן לעבן. ער האָט זיך געכאַפּט דערויף, אַז אויך אינעם אינסטיטוט בייַ די לימודים איז אים שווער זיך קאָנצענטרירן. אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין האָט ער אַ סך מאָל אונטערגעמורמלט: „אלה חמדה ליבי‟, אָדער „עושה שלום במרומיו‟. דערבייַ האָט ער קיין אַנונג ניט געהאַט, וואָס איז דער טייַטש פֿון די דאָזיקע ווערטער, אָבער עפּעס פֿאַרבאָרגנס און סודותדיקס איז געלעגן אין זיי, עפּעס אַזוינס, וואָס האָט אים געצוווּנגען פֿאַרלירן די רו…

דעם נאָענטסטן ערבֿ־שבת איז פֿימע ניט געפֿאָרן אויפֿן „בערגל‟, נאָר ממש געלאָפֿן. קומענדיק אַהין און דערזעענדיק זייַן באַקאַנטן, וועלכער האָט מיטגעזונגען מיט דעם מיידל, האָט ער צו אים גלייַך אויסגעשאָסן:

— עדיק, קענסט גוט דאָס מיידל, וואָס האָט דאָ אויף פּורים געזונגען און זיך צוגעשפּילט אויף אַ גיטאַרע?
— זיכער קען איך זי. מיר טרעפֿן זיך מיט איר אין דער זעלבער קאָמפּאַניע. וואָס זשע, זי האָט דיך פֿאַרטשעפּעט? — האָט יענער שמייכלענדיק אַ וווּנק געטאָן.
— דעם אמת צו זאָגן, יאָ, טאַקע פֿאַרטשעפּעט. וואָס מיינסטו? ס’איז פֿאַראַן אַן אויסזיכט זיך צו באַקענען מיט איר? — האָט פֿימע געפֿרעגט מיט אַ צווייפֿל.
— וואָס פֿאַר אַ פֿראַגע? ביסט דאָך אַ בראַווער יאַט, האָב ניט קיין ספֿק. איך וועל דיר אַרויסהעלפֿן. איר נאָמען איז לענאַ מאַרקין. אָבער מיר רופֿן זיך אַלע צווישן אונדז מיט העברעיִשע נעמען, דעריבער הייסט זי בייַ אונדז ליאורה. אַגבֿ, ביסט פֿרייַ מאָרגן אין אָוונט? — האָט עדיק געפֿרעגט מיט אַ פּראַקטישן טאָן.
— יאָ, פֿרייַ, מאָרגן איז דאָך שבת.
— וווּנדערבאַר. מאָרגן טרעפֿט מען זיך אין דער דירה פֿון ל…סקין. מיר קומען זיך צונויף אַרום 6.30 אין אָוונט, מאַכן הבֿדלה, און דערנאָך פֿאַרברענגען מיר. איך וועל זייַן עורבֿ פֿאַר דיר. סתּם מענטשן פֿון דער גאַס קומען ניט אַהין. פֿאַרשטייסט דאָך אַליין… — האָט עדיק געזאָגט מיט אַ ביסל אַן אומזיכערן טאָן. — מיר וועלן דאַרפֿן קומען אין איינעם. איז לאָמיר אָפּרעדן, אַז 6.15 טרעפֿן מיר זיך בייַם אַרויסגאַנג פֿונעם מעטראָ “נאָוואָסלאָבאָדסקאַיאַ”, און איך וועל דערווייַל לאָזן וויסן די בעלי-בתּים פֿון דער דירה, אַז איך קום מיט אַ חבֿר.
— גוט, אַ דאַנק דיר, אָפּגערעדט. — פֿימע איז אַזש אונטערגעשפּרונגען פֿון פֿרייד, אַ דריק געטאָן די האַנט פֿון זייַן פֿריַינד און געוואָלט שוין גיין אין דער ריכטונג פֿון מעטראָ, אָבער עדיק האָט אים שטיל אַרייַנגערוימט אין אויער:
— זייַ וויסן, בייַ אונדז איז אַ כּלל, אַז מען מוז מיטנעמען מיט זיך דעם פּאַספּאָרט צו אַלע אונדזערע באַגעגענישן.
— צוליב וואָס? — האָט זיך פֿימע געוווּנדערט.
— כ’האָב געמיינט, אַז דו פֿאַרשטייסט… אויב עס קומט אַרייַן די מיליציע לויט, לאָמיר זאָגן, אָ כּלומערשטער אָנקלאַגע פֿון שכנים אויפֿן רעש, און האָסט ניט מיט זיך דעם פּאַספּאָרט, האָבן זיי דאָס רעכט דיך פֿאַרהאַלטן אויף 48 שעה, כּדי צו „אידענטיפֿיצירן‟.
— בייַ אייַך איז די קאָנספּיראַציע ממש ווי אין די פֿילמען וועגן שפּיאָנען. — האָט פֿימע באַמערקט שפּאַסיק.

דערבייַ האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אַזעלכע צונויפֿקומענישן זייַנען ניט אינגאַנצן לעגאַל לויט דעם סאָוועטישן באַנעם, און אַפֿילו גאַנץ מסוכּן, אָבער דעמאָלט האָט עס אים ווייניק געאַרט. זייַן יונג האַרץ האָט געשטרעבט צו איין ציל, און די איינציקע האָפֿענונג האָט אים געטרייסט: מאָרגן וועט ער ווידער זען זי, ליאורה…

                                              * * *

שבת אָוונט, ווען פֿימע מיט עדיקן זייַנען אַרייַנגעגאַנגען אין דער דערמאָנטער דירה, ניט ווייַט פֿון דער מעטראָ-סטאַציע „נאָוואָסלאָבאָדסקאַיאַ‟, זייַנען דאָרט געווען אַרום פֿופֿצן מענטשן, מערסטנטייל יונגע. צווישן זיי האָט פֿימע גלייַך באַמערקט אַ פּאָר בחורים, וועלכע ער האָט שוין געזען אויפֿן „בערגל‟. עדיק האָט אים פֿאַר אַלעמען פֿאָרגעשטעלט ווי זייַן חבֿר, און פֿימע איז פֿרייַנדלעך אָנגענומען געוואָרן אין אָט דעם „סודותפֿולן‟ קרייַז. מען האָט אים געשטעלט פֿראַגעס, צוגעגאַנגען צו אים, געדריקט די האַנט. ער האָט בנעימודיק געשמייכלט, קורץ דערציילט וועגן זיך, געשמועסט, אָבער זייַן בליק האָט אָן אויפֿהער געבלאָנדזשעט איבער דעם צימער. ליאורהן האָט ער דאָ ניט געזען, און דאָס האָט אים אַ ביסל געקימערט. עדיק האָט עס מסתּמא באַמערקט און אים אַרייַנגעשושקעט אין אויער: „זאָרג זיך ניט, ברודער, אייניקע זייַנען נאָך ניט געקומען. זיי זײַנען אויפֿן וועג, און אונדזער ליאורה האָט אַ שם מיט אירע שטענדיקע פֿאַרשפּעטיקונגען‟. און טאַקע אומגעפֿער אין אַ האַלבער שעה אַרום נאָך פֿימעס אָנקומען האָט זיך די טיר געעפֿנט, און אָט איז זי ווידער געשטאַנען פֿאַר אים, אַ שלאַנקע, מיט רויטלעכע באַקן, עטוואָס פֿולבלעכע ליפּן, און דעם זעלבן שעמעוודיקן שמייכל, וואָס איז שוין אַ וואָך צייַט ניט אַרויס פֿון זייַן דימיון.

ליאורה איז דאָ געווען אַן אייגענע, און מע האָט זי אויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס. דערזעענדיק זי, האָט זיך פֿימע ווידער דערפֿילט אַזוי ווי צוגעפֿעסטיקט צום פּלאַץ. ער איז געבליבן שטיין, ניט אָפּרייַסנדיק פֿון איר די אויגן. דערבייַ האָט ער זיך ניט פֿאָרגעשטעלט וואָס צו טאָן ווייַטער, אָבער די איניציאַטיוו האָט איבערגענומען עדיק. ער האָט אַ שטויס געגעבן פֿימען אין פּלייצע, אים צוגעפֿירט און געזאָגט:

— ליאוראָטשקע, איך וויל דיך באַקענען מיט מייַן חבֿר. ער האָט דיך געהערט זינגען צום ערשטן מאָל אויף פּורים אויפֿן „בערגל‟ און איז זייער באַאייַנדרוקט געוואָרן, געוואָלט דיך ווידער זען און הערן.
— זייער אייַנגענעם, — האָט ליאורה געשמייכלט מיט דער זעלבער שעמעוודיקייט.

פֿימע איז געוואָרן אַ ביסל דרייסטער, האָט אויסגעדריקט זייַן התפּעלות פֿון איר קול, געפֿרעגט, ווען און וויִאַזוי האָט זי געלערנט העברעיִש, וואָס טוט זי אין לעבן… ליאורה האָט ניט באַהאַלטן, אַז דעם יונגן־מאַנס קאָמפּלימענטן און זייַן אינטערעס צו איר זייַנען איר געווען זייער צום האַרצן. זי האָט דערציילט פֿימען, אַז שוין צוויי יאָר ווי זי שטודירט העברעיִש אין דעם היגן אומלעגאַלן אולפּן מיט די דאָזיקע חבֿרים, די לידער האָט זי אויסגעלערנט פֿון די קאַסעטעס, וועלכע זיי האָבן באַקומען פֿון ישׂראל. זי האָט אים מיטגעטיילט, אַז אין אַ יאָר אַרום פֿאַרענדיקט זי דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, דעם פֿאַקולטעט פֿון פֿרעמדע שפּראַכן. איר פֿאַך איז די ענגלישע שפּראַך און ליטעראַטור.

נאָך דער הבֿדלה־צערעמאָניע האָט זיך פֿאַרפֿירט אַ לעבעדיקער שמועס, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט דאָס רובֿ פֿאַרזאַמלטע. זיי האָבן געפּרוּווט רעדן אויף העברעיִש, און פֿימע האָט נאָר געקאָנט טרעפֿן וועגן וואָס עס גייט דאָ די רייד. עס האָט געהערשט אַ חבֿרישע אומגעצוווּנגענע אַטמאָספֿער. אין אַ צייַט אַרום, ווען די ריידערייַען זייַנען געווען אויסגעשעפּט, האָט עמעצער פֿון דער חבֿרה אַ שרייַ געטאָן:

— מספיק עם דיבורים. הבה נשמע את ליאורה שרה (גענוג מיטן רעדן. לאָמיר הערן ליאורהן זינגען).
— אין בעיה, אתם יודעים שאני תמיד מוכנה (ניטאָ קיין פּראָבלעם, איר ווייסט דאָך, אַז איך בין תמיד גרייט), — האָט געענטפֿערט ליאורה, אַרויסנעמענדיק די גיטאַרע פֿונעם שוואַרצן באַדעק.

ווידער האָט זיך אַ גאָס געטאָן אַ שטראָם פֿון העברעיִשע לידער. איין ליד איז גלייַך געקומען נאָכן אַנדערן. ליאורה האָט געזונגען מיט איר סאַמעטענער לאַשטשענדיקער שטימע, און אייניקע האָבן אונטערגעזונגען:

„ציון תמתי, ציו חמדתי…‟

דערנאָך:

„נשב בחוץ, כל כך יפה…‟

און ווייַטער:

„לילה, לילה, הרוח נושבת…‟

דאָס איז געווען אַ בילד, וואָס האָט פֿימען ווידער פֿאַרכּישופֿט, אַפֿילו נאָך מער ווי דעמאָלט, פּורים אויפֿן „בערגל‟. זייַן בליק האָט זיך צוגעקלעפּט צו ליאורהן, און וואָס מער ער האָט געהערט איר זינגען, אַלץ טיפֿער איז דאָס מיידל אַרייַן אין זייַן האַרץ, האָט באַאומרויִקט דאָס געמיט, צעשויבערט די געדאַנקען.

אַרום 9.30 אין אָוונט האָט מען אָנגעהויבן זיך פֿונאַנדערגיין. פֿימע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ זייַנען פֿאַראַן שוין אייַנגעשטעלטע כּללים, און אַלע ווייסן גוט וואָס און ווען. ניט אַלע קומען און פֿאַרלאָזן אין איינעם, נאָר יעדער ווייסט דאָ זיין צייַט.

דאָס מאָל איז ער שוין געווען פּשוט ניט מסוגל זיך שיידן מיט ליאורהן אַזוי, און ער האָט פֿאָרגעלייגט זי צו באַגלייטן אַהיים. צו זייַן גרויסער פֿרייד איז יענע גערן מסכּים געווען. זיי זייַנען געגאַנגען רויִק און לאַנגזאַם צום מעטראָ, דערנאָך געפֿאָרן מיט אַן איבערשטייַג ביז דער סטאַציע „וו.ד.נ.כ.‟, פֿון דאָרט ווייַטער געגאַנגען אַ לענגערן וועג צופֿוס. דער שמועס צווישן זיי האָט געשטראָמט לייַכט, פֿרייַנדלעך, פֿריילעך. ביידע זייַנען געווען אויפֿגעלייגט, באַריידעוודיק, געשפּאַסט. פֿימע האָט אַ סך דערציילט וועגן זיך, וועגן זייַן פֿאַרליבטקייט אין עראָפּלאַנען, וועגן זייַן קינדהייט אין באָברויסק, און ליאורה האָט מיט אינטערעס אויסגעהערט. דער פֿרילינגדיקער אָוונט איז געווען וואַרעם און אייַנגענעם, און דאָס האָט צוגעגעבן ראָמאַנטיק און צעשטויסן די מחיצות צווישן זיי. ווען ביידע האָבן זיך דערנעענטערט צו ליאורהס הויז אויף דער באַזשאָוו-גאַס, האָט פֿימע געפֿרעגט:

— מיר וועלן קאָנען זיך טרעפֿן מאָרגן? איך מעג בעטן דייַן טעלעפֿאָן-נומער?
— כ’וועל דיר זיכער געבן מייַן טעלעפֿאָן-נומער… — האָט געענטפֿערט ליאורה נאָך אַ ווייַלע פֿון וואַקלעניש, און צוגעגעבן, — פֿאַרשטייסט, איך וויל זייַן זייער אָפֿן מיט דיר. ביסט אַ פֿייַנער בחור, זעסט מיר אויס זייער סימפּאַטיש, און עס קומט דיר ניט, איך זאָל דיך פֿאַרפֿירן…
— פֿאַרפֿירן? וועגן וואָס גייט די רייד? — האָט זיך פֿימע געוווּנדערט.
— איך מוז דיר גלייַך מודה זייַן, נאָך פֿאַר דעם, ווי עס האָבן זיך צווישן אונדז פֿאַרבונדן וועלכע-ניט-איז באַציִונגען.
— מודה זייַן אין וואָס? — האָט פֿימע זיך אָנגעשטרענגט.
— אין דעם, וואָס מייַן הויפּט-ציל אין לעבן לכל-הפּחות אויף דעם פּעריאָד — אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. איך ווייס ניט, ווען ס׳וועט זייַן, וויִאַזוי וועט עס זייַן, אָבער ס׳וועט זייַן בייַ דער ערשטער מעגלעכקייט.
— אַזוי גאָר…
— יאָ, צוליב אָט דער סיבה קומען פֿאָר אין מייַן משפּחה טאָג־טעגלעכע וויכּוחים. מייַנע עלטערן זייַנען ניט גרייט דערצו, און איך בין אַ בת-יחידה בייַ זיי. זיי זייַנען בכלל קעגן מייַן פֿאַראינטערעסירונג אין העברעיִש, אין ציוניזם. זיי ביידע זייַנען אַ „מוסטערהאַפֿטער‟ פּראָדוקט פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם. אָבער ס’וועט קיינעם גאָרנישט ניט העלפֿן, איך וועל סייַ ווי סייַ אַוועקפֿאָרן. וויִאַזוי באַציסטו זיך צו אָט דעם געדאַנק? — האָט ליאורה געפֿרעגט מיט אַ געוויסער זאָרג אינעם בליק.
— הער זיך צו, — האָט פֿימע געענטפֿערט אַ ביסל פֿאַרלוירן, — איך שטאַם פֿון זייער אַ ייִדישער משפּחה. איך קען פֿון מייַן פֿריִער קינדהייט אָן די טראַדיציע, די מינהגים פֿון די ייִדישע ימים-טובֿים. איך רעד גאַנץ פֿרייַ אויף ייִדיש, ניט נאָר איך רעד, נאָר קאָן אויך לייענען און שרייַבן. איך קען אַ סך ייִדישע לידער, אָבער ישׂראל… ציוניזם… פֿון דעם בין איך געווען ביז איצט ווייַטלעך. איך האָב געקענט אַ פּאָר משפּחות פֿון אונדזער שטאָט, וועלכע זייַנען אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל, אָבער אַליין האָב איך נאָך קיינמאָל ניט געטראַכט וועגן דעם. מייַן ייִדישקייט איז ניט געווען ביז איצט געצילט אויף ישׂראל. איך האָב דיר דאָך דערציילט, אַז דאָס, וואָס האָט מיך פֿאַרכאַפּט און פֿאַרנומען אינגאַנצן, זייַנען געווען פֿייגל, און שפּעטער — עראָפּלאַנען…
— איך פֿאַרשטיי, — האָט ליאורה גוטמוטיק געשמייכלט. — עס האָט דיך תּמיד געצויגן אין דער הייך. עס האָט זיך דיר געוואָלט אַרויפֿפֿליִען. אַגבֿ, דאָס אַריבערפֿאָרן פֿון ייִדן קיין ישׂראל רופֿט מען אויף העברעיִש מיטן וואָרט „עליה‟. דאָס הייסט, אויפֿהייבן זיך, אַרויפֿגיין, אַרויפֿפֿליִען. איז פֿאַרטראַכט זיך, אפֿשר וועט דער דאָזיקער אויפֿהייב זײַן פּאַסיק פֿאַר דיר?..
— ע-לי-ה, — האָט זיך פֿימע אויף אַ ווייַלע פֿאַרטראַכט און איבערגעחזרט דאָס דאָזיקע וואָרט צעצויגן, לויטן טראָפּ…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s