ייִדיש: אלי שאַרפֿשטיין
— קוימען־קערער איינער! דו רייניקסט די טרויבן,
ביסט שמוציק און שוואַרץ. איז עס גוט?
— ווען איך וואָלט געווען אַ ווײַסער פֿון אויבן,
געמיינט וואָלט עס נאָר, אַז מײַן פֿאַך איז קאַפּוט.
— היי, מילנער, דו מילנער! דו ביסט גלאַנציק ווײַס, —
ווײַס איז דײַן פּנים, די הענט און די נאָז.
— ווען איך וואָלט געווען מיט דער בלאָטע פֿאַרשוואַרצט, —
אַ סימן אַ קלאָרער, אַז כ’בין אַרבעטלאָז.
וועגן אַ שיכּור
מער ווי איין סיבה האָט אַ ייִד צו ווערן שיכּור:
אַ ברית, אַ חתונה, אַ שוויגער,
אַ גט, אַ רײַזע, אַ לוויה,
אַ נײַער פֿאַך, אַ ווײַב אַ נײַע,
אַ הויז אַ נײַס מיט נײַע שכנים,
נאָך אַ באַזוך אין מושבֿ־זקנים,
אַ גליק, אַן אומגליק, אַלטע ליבע,
און… ווערן שיכּור אָן אַ סיבה.
דרײַ טעכטער
דרײַ טעכטער געהאַט האָט אַ ייִד אָן פֿאַרדרוס,
נאָר לייענען און שרײַבן האָבן זיי נישט געוווּסט.
דעם אלף־בית האָט ער זיי גאָר נישט געוויזן —
פֿון בריוו צו די ייִנגלעך זיי זאָלן נישט וויסן.
נאָר איינע’ט באַגריסט מיט אַן אייניקל־קליין —
דאָס, שרײַבן זי, האָט זי זיך געלערנט אַליין.
וועגן נאַראָנים
איך שטויס מיט ביידע הענט די הענט פֿון די נאַראָנים.
איך לויב זיי און איך דאַנק זיי אָן אַ שיעור.
ווײַל אויב נאַראָנים וואָלטן גאָר געווען חכמים,
געהערן צו נאַראָנים וואָלטן מיר.
אַ קוש
— ער האָט געקושט אײַך? כ’בין גערעכט?
— מסתּמא כ’האָב פֿאַרזען…
— נאָר ווי אַזוי? וואָס פֿאַר אַ רעכט?
— ער איז נאַיִוו געווען…
איך בין געשלאָפֿן, ער’ט געמיינט,
ער מעג מיך קושן אינעם שלאָף.
געמיינט האָט ער, אַז כ׳האָב געמיינט,
אַז ער’ט געמיינט — איך שלאָף.
עפּיטאַף פֿאַר אַ שאָפֿער
נישט פֿון ווײַן, נישט פֿון בראַנפֿן אַ שלוק,
זײַן נשמה צום בורא אַוועק:
אויף די וועגשילדן האָט ער געקוקט,
און בכלל נישט געקוקט אויף דעם וועג.
צו אַ דראַמאַטורג
אין אײַער פּיעסע האָב איך האָלט
דעם צווייטן טייל, דעם בעסטן.
פֿאַר וואָס האָסט ניט געגנבֿעט אויך
דעם ערשטן און דעם לעצטן?