נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 66

דער גלאַנץ פֿון שטערן

דער ייִשובֿ אויף דרום־פֿלאָרידע, וווּ איך פֿאַרברענג מיט מײַן פֿרוי דעם ווינטער, פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאָדערנעם קאָנצערט־זאַל. יעדן זונטיק אין אָוונט קומען דאָרט פֿאָר קאָנצערטן — זינגערס, אַקטיאָרן, אַנסאַמבלען, אָרקעסטערס, — פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָנדערהאַלבן שעה. בדרך־כּלל באַשטייט דער רעפּערטואַר בײַ די גאַסט־אַרטיסטן, ס׳רובֿ שוין אַליין נישט קיין יונגע־לײַט, פֿון ווערק, וועלכע זײַנען געווען פּאָפּולער אין די יונגע יאָרן פֿון יענעם זיבעציק־ אַכציק־ און העכער־יאָריקן אַמעריקאַנער צושויער, וואָס זיצט אין זאַל. דעריבער איז נישט קיין חידוש, ווען דער זינגער, למשל, רײַסט פּלוצעם איבער זײַן זינגען און שטעלט דעם מיקראָפּאָן אָן צום עולם, וואָס איז גליקלעך אונטערצוכאַפּן דאָס ליד, אײַנגעבאַקן אין האַרצן פֿון די יונגע יאָרן. אויף אַזאַ אופֿן ווערט דערגרייכט די האַרמאָניע פֿון בינע און זאַל.

ווען כ׳האָב דערזען דעם אַנאָנס, אַז מיט זײַן פּראָגראַם קומט צו אונדז דער זינגער און חזן דודו פֿישער, האָב איך באַלד געשיקט מײַן פֿרוי צו קויפֿן בילעטן; כ׳האָב גוט געוווּסט, אַז צווישן דעם אַמעריקאַנער און קאַנאַדער ייִדישן עולם, אײַנוווינער פֿון אונדזער ייִשובֿ, זײַנען דאָ נישט ווייניק אָנהענגער פֿון זײַן טאַלאַנט. און אַזוי איז טאַקע געווען: דער קאָנצערט־זאַל מיט זײַנע 1000 זיץ־פּלעצער איז געווען פֿול געפּאַקט. וואָס האָט מיך געפֿרייט באַזונדערס, אַז נאָך אינעם פֿאָע האָט זיך דאָ און דאָרט געהערט אַ ייִדיש וואָרט. ווי זאָגט מען: דאָס פֿאָלק קען זײַנע העלדן — דודו פֿישער איז באַקאַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע סײַ ווי אַ חזן און סײַ ווי אַ זינגער פֿון ייִדישע און חסידישע לידער.

מיט דודו פֿישער האָב איך זיך באַקענט מיט אַ זיבן יאָר צוריק, בשעתן צוגרייטן מײַן ווידעאָ־פּראָגראַם פֿונעם חסידישן קאָנצערט אינעם ברוקלינער לעגענדאַרן „קינג־טעאַטער‟. און אָט זײַנען אַוועק די גוטע זיבן יאָר. דאָס מאָל זינגט פֿישער, באַגלייט נישט מיט אַ גרויסן סימפֿאָדזשאַז־אָרקעסטער, ווי דעמאָלט, נאָר פֿון אַ פֿאָרטעפּיאַנע.

די יאָרן נעמען זייערס; אַפֿילו אַ „סטאַר‟ עלטערט זיך, כאָטש ס׳וואָלט זיך נישט געוואָלט אין דעם גלייבן. דער עולם פֿאַרגינט זײַנע קומירן אויסצוזען ייִנגער, מעגלעך, ווײַל ער, דער עולם, וויל אין אים זיך שפּיגלען. איך ווייס פֿון אַ סך מענטשן, וועלכע זײַנען געקומען אויפֿן קאָנצערט, אַז הערן האָבן זיי דערוואַרט, קודם־כּל, ייִדישע לידער — טאַקע, צוליב דעם נאָסטאַלגישן ייִדישן „ווערעמל‟, וואָס אויף די עלטערע יאָרן גיט אַלץ אָפֿטער אין זיך צו וויסן.

אמת, נאָסטאַלגישע טראָפּנס האָט פֿישערס רעפּערטואַר געטראָגן נישט ווייניק — לידער פֿון עלוויס פּרעסליס רעפּערטואַר, די באַקאַנטע אַריע פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל „לע מיזעראַבלע‟, וווּ פֿישער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָליע, פּאָפּולערע ישׂראל־לידער, אָן וועלכע עס באַגייט זיך נישט קיין איין קאָנצערט פֿון אַ ישׂראלדיקן זינגער אין אויסלאַנד, מיט איין וואָרט, עולם־גולם! — וואָס מע וועט אים דערלאַנגען, וועט ער אַראָפּשלינגען…

מע דאָרף זאָגן, אַז דער עולם האָט טאַקע אַרויסגעוויזן אַ גרעסער חשיבֿות צום זינגער, ווי פֿאַרקערט; אין דער גאַנצער פּראָגראַם האָט געקלונגען נאָר איין ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ — חצי ייִדיש, חצי ענגליש. ס׳איז מיר אויסגעקומען נאָכן קאָנצערט צו רעדן מיט אייניקע מענטשן, וואָס איך פֿאַרלאָז זיך אויף זייער געשמאַק און מבֿינות. זיי זײַנען נישט געבליבן נתפּעל ניט פֿון דער פּראָגראַם און נישט פֿונעם זינגערס זינגען.

פֿאַר מיר פּערזענלעך האָט פֿישער זיך מער אַנטפּלעקט ווי אַ פֿעיִקער סטענדאַפּער; די דערמאָנונגען וועגן זײַן שאַפֿערישן וועג — פֿון די ערשטע טריט אָן ביז „בראָדוויי‟ — זײַנען באמת חנעוודיקע מיניאַטורן און אַרטיסטיש אונטערגעטראָגן דעם עולם. בראַוואָ!

פֿון דעסטוועגן, איז דודו פֿישער געוואָרן אַ „סטאַר‟ ווי אַ זינגער, אַ ייִדישער זינגער און חזן, און מענטשן האָבן געגאַרט צו הערן בפֿירוש אַזאַ דודו פֿישער. זעט אויס, אַז אויך שטערן פֿאַרלירן מיט יאָרן זייער גלאַנץ…

דירפֿילד ביטש, פֿלאָרידע, פֿעברואַר 2023

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s