יעווגעני קיסין
דעצעמבער 26
הײַנט, װי עס האָט געהאַט צוגעזאָגט דער װעטער–פּראָגנאָז, האָט אױך גערעגנט דעם גאַנצן טאָג, סײַ אין תּל–אָבֿיבֿ, סײַ אין נתּניה.
בײַ טאָג בין איך געפֿאָרן צום ערשטן מאָל אין לעבן קײן נתּניה צו באַזוכן װלאַדימיר לװאָװיטשן [1] און זײַנע קינדער. צוליב דעם רעגן איז מיר, צום באַדױערן, גאָרנישט ניט געלונגען צו זען אין נתּניה, אַ חוץ דעם „כּיכּר העצמאות‟, װאָס װלאַדימיר לװאָװיטש װױנט לעבן דעם אַצינד. די ייִנגעלעך זײַנע זײַנען שײנע, און מאַשע איז געװאָרן ממש אַ חנעװדיקע יונגע פֿרױ. זי איז אױך אַ פּסיכאָלאָג. זי איז אַ ייִדישקע לױט דער הלחה, האָט באַקומען אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט און לערנט זיך העברעיִש מיט הצלחה אין אַן אולפּן; װאָס זשע שײך ייִדישע זאַכן, איז זי נאָך, װי מע זאָגט אױף רוסיש, „נישט אין דער טעמע‟. איך האָב איר דערצײלט אי אַ ביסעלע װעגן חנוכּה (הײַנט איז געװען דער לעצטער טאָג), אי אַ סך װעגן ייִדיש. דער ייִנגסטער זון איליושע איז העכער און בכלל גרעסער װי זײַן עלטערער ברודער יאָסיק, און װען איך האָב אים אָנגערופֿן „איליושע‟, האָט ער הילכיק דערװידערט: „איליאַ!‟ ער איז אַן אַקטיװער, אַ טומלדיקער, און יאָסיק — אַ פֿאַרטראַכטער. װען זײ זײַנען אַוועקגעגאַנגען, האָב איך געזאָגט װלאַדימיר לװאָװיטשן, אַז איליושע איז בפֿירוש אַ סאַנגװיניקער און יאָסיק — אַ מעלאַנכאָליקער אָדער אַ פֿלעגמאַטיקער. „נישט קײן פֿלעגמאַטיקער,‟ — האָט דער טאַטע געענטפֿערט, — „ער איז אַ מעלאַנכאָלישער כאָלעריק, װי איך.‟ װאָס שײך װלאַדימיר לװאָװיטשן אַלײן, האָט מאַשע געזאָגט, אַז ניט געקוקט אױף זײַן עלטער, שפּאַנט ער נאָך אַלץ אַזױ גיך, אַז זי איז נישט מסוגל אים אָניאָגן.
מיר האָט זיך געװאָלט זײ אױספֿרעגן װעגן אַ סך זאַכן, נאָר איך האָב געפֿילט, אַז מאַשען איז געװען אינטערעסאַנט מיך אױספֿרעגן װעגן מיר, דעריבער האָב איך בשעת אונדזער טרעפֿונג גערעדט פֿיל מער, װי געװײנלעך.
דעם אָװנט האָב איך פֿאַרבראַכט מיט די פּרחיהס [2] אין זײער דירה אױף רחובֿ פּנקס. בײַ זײ איז געװען זײער אָנגענעם. אינעם האָטעל האָב איך זיך אומגעקערט צו פֿוס: צו יענער צײַט האָט סוף–כּל–סוף אױפֿגעהערט רעגענען. געװען איז שױן נאָך 11 אַזײגער. רחובֿ פּנקס איז װי געשלאָפֿן. אױף רחובֿ אבן גבֿירול זײַנען געװען מענטשן, עמעצער — מיט אַ הונט, אַ קאַפֿע איז געװען נאָך אָפֿן, און נישט װײניק אױטאָס זײַנען געפֿאָרן איבער דער גאַס. כּל–זמן איך האָב גיך געשפּאַנט אינעם האָטעל, האָבן אין מײַן קאָפּ געקלונגען, בײַטנדיק זיך, דער ערשטער טײל פֿון משה װײַנבערגס ערשטער סימפֿאָניעטע און דער אוקראַיִנישער הימען; ס׳האָט זיך געדרײט אין קאָפּ דער עפֿנטלעכער בריװ צו נתּניהו, װאָס איך האָב געהאַט פֿאַרפֿאַסט מיט עטלעכע שעהען פֿריִער, בײַם װאַרטן אױפֿן אױטאָ און פֿאָרן צו די פּרחיהס:
„חשובֿער הער פּרעמיער–מיניסטער,
איר זײַט תּמיד געװען אַן איבערצײַגטער אָנהענגער פֿון דעמאָקראַטיע. איך געדענק, װי כ׳האָב געלײענט אײַער אַרטיקל אין The Jerusalem Post נאָך אין 1994, אין װעלכן איר האָט בולט דערקלערט, אַז דער אַראַביש–ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט איז געװען אַ קאָנפֿליקט צװישן דעמאָקראַטיע און ניט–דעמאָקראַטיע און אין אַזאַ מין קאָנפֿליקט קאָן שלום זײַן געגרינדעט בלױז אױף אײַנהאַלטונג, לכן איז דער אַזױ גערופֿענער ׳שלום–פּראָצעס׳ פֿון יענער צײַט געװען אַרױסגעשטעלט אױף אַ דורכפֿאַל. װי מיר אַלע װײסן, האָט איר זיך אַרױסגעװיזן גערעכט.
במשך פֿון די לעצטע 10 חדשים האָט די גאַנצע ציװיליזירטע װעלט נאָכגעפֿאָלגט מיט אַ געפֿיל פֿון שרעק נאָך אַן אַנדער קאָנפֿליקט צװישן אַ דעמאָקראַטיע און אַ ניט–דעמאָקראַטיע: פּוטינס בלוטיקער מלחמה קעגן אוקראַיִנע. ס׳איז קלאָר, אַז אָט דער קאָנפֿליקט קאָן דערלײזט װערן ניט דורך דיפּלאָמאַטיע און פֿאַרמיטלונג, נאָר בלױז דורך שטיצן פֿעסט און מאַסיװ די דעמאָקראַטישע אוקראַיִנע, װאָס קעמפֿט דרײסט פֿאַר איר אומאָפּהענגיקײט און טעריטאָריעלער גאַנצהײטלעכקײט, פֿאַר אירע מענטשס לעבנס. עס װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז ישׂראל זאָל געװען זײַן דאָס ערשטע לאַנד צו געבן אוקראַיִנע אַזאַ שטיצע, ניט בלױז װײַל מיר װײסן זײער גוט, װאָס איז אַזױנס צו קעמפֿן קעגן יענע, װאָס װילן אונדז פֿאַרניכטן, נאָר אױך װײַל מיר, ייִדן, זײַנען תּמיד געװען די סאַמע גרעסטע קרבנות פֿון דער רוסישער קסענאָפֿאָביע. פֿון דעסטװעגן, איז ישׂראל, דוכט זיך, די אײנציקע אַנטװיקלטע דעמאָקראַטיע אין דער װעלט, װאָס האַלט אין אײן אָפּזאָגן זיך צו העלפֿן אוקראַיִנע מיט געװער.
אין אָנהײב האָט זיך געדוכט, אַז אונדזער לאַנד האָט געדאַרפֿט זײַן פֿאָרזיכטיק אין אונדזערע באַציִונגען מיט פּוטינען, מחמת דער אָנװעזנהײט פֿון רוסלענדישן מיליטער אין סיריע. פֿון דעסטװעגן, איז אַצינד ס׳רובֿ רוסלענדיש מיליטער אַרױסגעפֿירט געװאָרן פֿון סיריע, װײַל פּוטין נייטיקט זיך זײער אין זײ אין אוקראַיִנע. װאָס זשע דאַרפֿן מיר מורא האָבן איצט?
חשובֿער הער פּרעמיער–מיניסטער, בשעת אײַער װאַלן–קאַמפּאַניע האָט איר צוגעזאָגט אַ טראַכט צו טאָן װעגן געבן אוקראַיִנע מיליטערישע הילף. כ׳בעט אײַך, טוט אַ טראַכט װעגן דעם װאָס גיכער און װײַזט דער װעלט, אַז מדינת־ישׂראל, װאָס איז תּמיד געװען באַקאַנט מיט איר דרײסטקײט, האָט ניט מורא פֿאַר דעם בלוטיקן רוסישן דיקטאַטאָר, װעלכער האָט ניט בלױז באָמבאַרדירט דעם באַבי יאַר און בתּי–מדרשים אין אוקראַיִנע, נאָר אױך זיך אַליִיִרט מיט אונדזערע סאַמע גרעסטע שׂונאים, פֿאַרװערט די טעטיקײט פֿון סוכנות אין רוסלאַנד און דערקלערט פֿאַרשײדענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דאָרטן פֿאַר „אױסלענדישע אַגענטן‟. כ׳בעט אײַך, ניצט אױס אונדזער באַרימטע מיליטערישע מאַכט, כּדי צו העלפֿן דעם אײנציקן לאַנד אין דער װעלט, אַ חוץ מדינת־ישׂראל, װאָס איר פּרעזידענט איז אַ ייִד, אין זײַן דרײסטן און יושרדיקן קאַמף קעגן די רוסישע פֿאַרכאַפּערס, מערדערס, גװאַלדטוערס און בלוטיקע סאַדיסטן. זיי זײַנען תּמיד געװען אויך די סאַמע גרעסטע שׂונאים פֿון אונדזער פֿאָלק.‟
אַצינד װעל איך מוזן זיך עצהן מיט ר., װי אַזױ צו פֿאַרעפֿנטלעכן אָט דעם בריװ…

דעצעמבער 27
הײַנט האָב איך זיך צו ערשט געטראָפֿן מיט דן לאורן [3]. ער איז געװען זײער ליבהאַרציק, געגעבן מיר פֿאַר אַ מתּנה עגנונס „סיפּור פּשוט‟ און פֿאָרגעלײגט צו באַקענען מיך מיט אַלכּסנדר פּנס טאָכטער און מיט די מענטשן פֿונעם „בית שלום–עליכם‟. פֿון אים האָב איך אױך געלערנט אײניקע אינטערעסאַנטע זאַכן: למשל, אַז מענדעלע מוכר–ספֿרים בײַם איבערזעצן זײַנע װערק פֿון ייִדיש אױף העברעיִש פֿלעגט מאַכן ממשותדיקע ענדערונגען; אַז אַלטערמאַן פֿלעגט איבערזעצן ייִדישע פּאָעזיע אױף עבֿריתּ. צום סוף פֿון אונדזער טרעפֿונג האָט ער מיר געװיזן דאָס הױז אױף רחובֿ דיזענגאָף, װוּ פּן האָט געהאַט געװױנט; אַצינד זײַנען דאָרטן פֿאַראַן קלײדער– און צירונג–מאַגאַזינען. איך האָב אים געפֿרעגט װעגן זײַנע און זײַן משפּחהס פּאָליטישע אָנשױונגען; ער האָט געענטפֿערט, אַז ער און זײַן פֿרױ זײַנען שטענדיק געװען אָנהענגערס פֿון דער „עבֿודה‟, אַז אױף די לעצטע װאַלן האָט ער געהאַט געשטימט פֿאַר „יש עתּיד‟, און זײַנע פֿיר קינדער האָבן פֿאַרשײדענע אָנשױונגען, נאָר ניט געקוקט אױף דעם, זײַנען זײ אַלע זײער נאָענט אײנער צום אַנדערן. לאור באַציט זיך זײער גוט צו ליבֿני און האָט בשעתּו געשטימט פֿאַר „קדימה‟ פּשוט, װײַל ער האָט געװאָלט, אַז ליבֿני זאָל װערן דער פּרעמיער–מיניסטער. ס׳האָט זיך אױך אַרױסגעװיזן, אַז ער האָט געהאַט געקענט דן מרידורן פֿון קינדשאַפֿט אָן; ער האָט באַשטעטיקט, אַז יענער איז געװען זײער אַ לײַטישער פּאָליטיקער, ניט װיכטיק, צי מע איז געװען מסכּים מיט זײַן פּאָליטיק, צי נישט.
היות איך האָב טאַקע נישט געהאַט באַקומען קײן ענטפֿערס פֿון די אַנדערע מענטשן, מיט װעלכע איך האָב געװאָלט זיך טרעפֿן, האָב איך אָנגעקלונגען גאַליען און פֿאָרגעלײגט זיך טרעפֿן הײַנט, אױב זי איז פֿרײַ. די װױלע גאַליע האָט איבערגעטראָגן אַלע אירע הײַנטיקע פּלענער און איז געקומען צו פֿאָרן קײן תּל–אָבֿיבֿ. פֿיל שעהען האָבן מיר שפּאַצירט, און זי האָט מיר פּרטימדיק דערציילט כּמעט װעגן יעדן בנין: תּחילת אין יפֿו („איבער מיסטגריבער‟, װי זי האָט געזאָגט), דערנאָך אין נוה צדק און װײַטער צפֿון–צו…
אין יפֿו זײַנען מיר אַרײַן אױף דער טעריטאָריע פֿונעם גרױסן מעטשעט, און איך האָב באַזוכט דעם מעטשעט גופֿא. דאָרטן זײַנען געװען בלױז 2–3 מענטשן. שײן, שטיל — אַ באַרויִקנדיקע אַטמאָספֿער, װי אין אַלע טעמפּלען. איך געדענק שױן נישט, צי מיר זײַנען אַרײַן אינעם בלױען מעטשעט בשעת אונדזער עקסקורסיע איבער ירושלים אין 1988, אַזױ אַז אפֿשר בין איך הײַנט צום ערשטן מאָל אין לעבן געװען אין אַ מעטשעט. איך האָב פֿאַרבראַכט דאָרטן עטלעכע מינוט, געקוקט, אַרומגעשפּאַנט אַ ביסעלע, דערנאָך האָב איך געפֿונען מיט די אויגן גאַליען, װאָס האָט געװאַרט אױף מיר אַנטקעגן דעם אַרײַנגאַנג, — און זי האָט מיר געגעבן אַ סיגנאַל–צייכן, אַז איך זאָל אַרױסגײן. „װאָס איז געשען?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „כ׳װעל עס דערצײלן שפּעטער‟, — האָט גאַליע געענטפֿערט. מיר האָבן שפּאַצירט עטלעכע מינוט איבער דער טעריטאָריע פֿונעם מעטשעט, איך האָב װידער געפֿרעגט אַ פּאָר מאָל, װאָס איז אַזוינס געשען, און גאַליע האָט געהאַלטן אין איין ענטפֿערן: „כ׳װעל עס דערצײלן שפּעטער‟. װען מיר זײַנען אַרױס אױף דער גאַס, האָט זי געזאָגט: „דאָרטן איז געװען אַ קרימינעלער עלעמענט. איך װעל דיר שפּעטער דערצײלן, פֿון װאַנען איך קען אים.‟
מיט אַן ערך אַ פּאָר שעה שפּעטער זײַנען מיר צוגעגאַנגען צו אַ קליינער געבײַדע מיטן אױפֿשריפֿט “Coffee Roasters Noga Square”. צו אײנעם פֿון די פֿענצטערס איז געװען צוגעשפּיליעט אַן אוקראַיִנישע פֿאָן. גאַליע האָט געזאָגט, אַז דאָס איז דאָס סאַמע בעסטע קאַװע–הױז אין תּל–אָבֿיבֿ. מיר האָבן גענומען צװײ טעצעלעך קאַװע און דאָס אײנציקע געבליבענע שטיק מערן–קוכן. זיך אַװעקגעזעצט בײַ אַ טישל אין דרױסן, האָט גאַליע מיר סוף–כּל–סוף דערצײלט:

— מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק בין איך געווען אין יפֿו. דאָרטן האָב איך געטראָפֿן מײַנעם אַ באַקאַנטן, אַן אַראַבער קריסט, און ער האָט מיך אײַנגעלאַדן צו זיך אין שטוב אױסטרינקען קאַװע. פֿרעג איך בײַ אים, װוּ קאָן איך דאָ נישט װײַט קויפֿן אַ פּאָר פֿלעשער װײַן, און ער װײַזט מיר אָן אויפֿן פֿענצטער: „זעסט יענע שמאָלע גאַס דאָרטן? דאַרפֿסט דערגײן ביז איר סוף און פֿאַרקערעװען אױף רעכטס, דאָרטן װעסטו דערזען אַ װײַן–קראָם. נאָר אָט די גאַס דאַרף מען דורכלױפֿן זײער גיך, װײַל אױב אַן אױטאָ װעט אַרײַנפֿאָרן אַהין, קאָן זיך טרעפֿן, אַז דער שאָפֿער װעט דיך נישט דערזען. קאָנסטו דורכלױפֿן הונדערט מעטער?‟ — „יאָ…‟ לױף איך דורך אָט די גאַס און אין אײנעם אַ מאָמענט הער איך טאַקע, אַז אַן אױטאָ פֿאָרט נאָך מיר, כ׳פֿאַרשטײ, אַז דער שאָפֿער באמת זעט מיך נישט און אַז איך װעל נישט באַװײַזן דערלױפֿן ביזן סוף גאַס. אױף דער רעכטער זײַט זע איך אין אַ טיר עפּעס אַ מאַן און פֿאַל אױף אים, שרײַענדיק: „ראַטעװע!‟ אײן אױטאָ פֿאָרט פֿאַרבײַ, אַ צװײטער… קער איך זיך אום און זע, אַז דער מאַן איז אַן אומגעהײַער װוּקסיקער, מײַן קאָפּ איז אױפֿן ניװאָ פֿון זײַן ברוסט, און ער האָט גאָר אַ חייִשע צורה. דאַן הײבט אָט די חייִשע צורה אָן שמייכלען, און ער פֿרעגט: „װאָס טוסטו דאָ? װאָס דאַרפֿסטו דאָ?‟ דערקלער איך אים אַלץ. פֿירט ער מיך אַרײַן אין הױז אַרײַן, און דאָרטן זע איך עטלעכע פֿרױען מיט באַדעקטע פּנימער און אַ סך קינדער. פֿירט ער מיך אַרױס פֿון דער הינטערשטער טיר אַרױס אין דרױסן און זאָגט: „גײ אױף לינקס, דאָס איז אַ פּאַראַלעלע גאַס.‟ גײ איך אױף לינקס און זע, אַז אױף דער גאַס, װוּהין איך גײ, קומט פֿאָר אַ דעמאָנסטראַציע קעגן ייִדן! פֿאָרט פֿאַרבײַ אַ פּאָליציי–אױטאָ, און איך װאַרף זיך צו אים: „ראַטעװע!‟ פֿרעגט דער פּאָליציאַנט: „װאָס טוסטו דאָ? װאָס דאַרפֿסטו דאָ?‟ דערקלער איך אים אַלץ. „װאָס?! פֿון װעלכן הױז ביסטו אַרױסגעגאַנגען? פֿון יענעם? אָט דאָס הױז איז אונטער דער אַכטגעבונג! ביסט משוגע?! צי לײענסטו נישט קײן צײַטונגען? צי האָסטו נישט געװוּסט, אַז הײַנט װעט דאָ פֿאָרקומען אָט די דעמאָנסטראַציע?‟ בקיצור, דער פּאָליציאַנט האָט מיך אַװעקגעפֿירט פֿון דאָרטן — און הײַנט אינעם מעטשעט איז געװען יענער מענטש, װאָס האָט געהאַט מיך געראַטעװעט פֿון די אױטאָס און װעמענס הױז איז געװען אונטער דער אַכטגעבונג פֿון דער פּאָליצײ! ער האָט מיך דערקענט, איז צוגעגאַנגען צו מיר און האָט געזאָגט: „גאַלינע? מע דאַרף אַרױסגײן.‟ איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָרטן קאָן פֿאָרקומען עפּעס שלעכטס, דעריבער האָב איך דיר געגעבן דעם סיגנאַל–צייכן. װען איך האָב נאָך געאַרבעט, פֿלעגן מײַנע אַראַבישע קאָלעגינס מיר קלינגען פֿון מאָל צו מאָל און זאָגן: „גאַלינושי, הײַנט װעלן מיר דיך פֿירן אױף דער אַרבעט,‟ — װײַל דער װעג פֿון בתּ־ים קײן תּל–אָבֿיבֿ ליגט דורך יפֿו, און אין יענע טעג איז אין יפֿו פֿאָרגעקומען עפּעס נישט–גוטס, אַזױ אַז ס׳איז געװען זיכערער צו פֿאָרן אין אַן אױטאָ מיט אַן אַראַבער בײַם רודער. מיר חבֿרן זיך ביז איצט, און פֿון מאָל צו מאָל קלינגען זײ מיר און װאָרענען: „גאַלינושי, דו האָסט ליב שפּאַצירן — הײַנט גײ נישט אין יפֿו!‟
מיר האָבן גערעדט װעגן כּל–המינים זאַכן. אין אײנעם אַ מאָמענט האָט גאַליע אָנגעהױבן מיר דערקלערן, װאָס איז אַזױנס די בעטלער–פּסיכאָלאָגיע, און איך האָב געפֿרעגט: „אַ, װי בײַ נתּניהוס פֿרױ?‟ — „איך װײס נישט װעגן נתּניהוס פֿרױ…‟ — „נו, איך מיין דאָס, װאָס זי פֿלעגט מיטנעמען איר שמוציק לײַבגרעט אין אױסלאַנד, כּדי צו װאַשן עס דאָרטן אױפֿן חשבון פֿון דער מלוכה.‟ — „איך האָב װעגן דעם קײן מאָל נישט געהערט. מע זאָגט אַ סך מיאוסע זאַכן װעגן איר, װאָס האָבן קײן באַװײַזן נישט, כּדי אַראָפּצוּװאַרפֿן נתּניהו. װעגן רבינס פֿרױ פֿלעגט מען אױך זאָגן אַלערלײ נישט קיין גוטע זאַכן‟, — „װאָס פֿלעגן מען זאָגן װעגן רבינס פֿרױ? מע האָט זי באַשולדיקט אין דעם, אַז זי האָט געהאַט אַ באַנק–קאָנטע אין אױסלאַנד, װען דאָס איז געװען פֿאַרווערט‟, — „מע פֿלעגט אױך זאָגן, אַז זי איז אַ גרויסע מנוּװלטע… — „און דאָס אױך, כּדי אַראָפּצוּװאַרפֿן רבינען?‟ — „אַװדאי! אַצינד צעפֿאַלט זיך דער פּראָצעס איבער נתּניהו פֿאַר אונדזערע אױגן. אַנומלט האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז װען בענעט איז געװען בײַ דער מאַכט, האָט ער זיך אױפֿגעבױט אַ גאַנץ הױז אױפֿן חשבון פֿון דער מלוכה!‟



דעצעמבער 28
הײַנט בין איך געפֿאָרן צום ערשטן מאָל אין לעבן קײן זכרון־יעקבֿ צו באַזוכן גרשונען [4] און זײַן משפּחה. ער און סיטאָראַ האָבן צװײ חנעװדיקע טעכטער. גרשון האָט מיר געװיזן זײַן קאַבינעט: צענדליקער לאַנגע פּאָליצעס מיט טױזנטער ביכער, אַ סך פֿון זײ — װעגן איסלאַם און דער מוסולמענישער געשיכטע, אײניקע אױף אַראַביש. „צי האָסטו געלײענט זײ אַלע?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „יעדער אײנער שטעלט אָט די פֿראַגע! נישט אַלע, נאָר איך האָב געלײענט ס׳רובֿ פֿון זײ…‟
עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז גרשון היט אָפּ כּשרות אין אַ געװיסער מאָס: ער עסט נישט חזיר און שרצים, ער עסט נישט–כּשר רינדערנס און אַזױ ווײַטער, נאָר מישט עס נישט מיט מילך; פֿון דעסטװעגן, האַלט ער נישט עוף פֿאַר פֿלײש אין אָט דעם זינען. „און װאָס שײך אײַערע עלטערן?‟ — האָב איך אים געפֿרעגט. „מײַן מאַמע איז זײער אַ פֿרומע, מײַן טאַטע איז אַן אַטעיִסט, און זײ האָבן זיך געגט צוליב דער רעליגיע. איך, מײַן ברודער און מײַן שװעסטער זײַנען דערצױגן געװאָרן פֿון אונדזער טאַטן, דעריבער פֿלעג איך אין מײַנע דערװאַקסלינג–יאָרן עסן אַלץ, נאָר שפּעטער האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט זיך אומקערן צו מײַן ירושה אין אָט דעם זינען…‟ — „און איר?‟ — האָב איך געפֿרעגט בײַ סיטאָראַן. „צו מאָל עס איך שרצים אױסער דער הײם, נאָר איך ברענג זײ נישט אַהער.‟
כּל–זמן סיטאָראַ האָט געקאָכט װעטשערע, האָט גרשון געפֿירט מיך און די מיידלעך אױף אַ שפּאַציר אין די בערגלעך. דאָרטן איז געװען זײער שײן, גאָר אַן אַנדער ישׂראל. גרשון האָט מיך געװיזן די הײל, װוּ מע האָט אַנומלט געהאַט געפֿונען דאָס געבײן פֿון פֿאַרהיסטאָרישע מענטשן, דעם מקום–מיקטל פֿאַר פֿאַרװוּנדעטע שפּאַרבערס און אָדלערס. פֿונעם בערגל האָבן מיר דערזען אין דער װײַטן די אַראַבישע שטאָט דזשיסר אַז–זאַרקאַ, און גרשון האָט געזאָגט, אַז דאָס איז אײנע פֿון די שטעט, װוּ עס ווערט אָנגעווענדט אינסטיטוציאָנעלע דיסקרימינאַציע: „מע גיט נישט די אַראַבישע שטעט קײן דערלױבעניש זיך צו פֿאַרברײטערן. מע גיט עס נישט אַפֿילו די דרוזישע שטעט, כאָטש די דרוזן דינען אין דער אַרמײ, און ס׳איז נישטאָ קײן פֿראַגע װעגן זײער לאָיאַליטעט צו דער מלוכה. איך האָב גערעדט מיטן מעיאָר פֿון אײנער אַ דרוזישער שטאָט און מיט אַ געװעזענעם דרוזישן מיטגליד פֿון דער כּנסת, און זײער סאַמע גרױסע טענה איז געװען װעגן דעם מאַנגל פֿון לאַנד פֿאַרן בױען הײַזער. װען איך רײד מיט די אַראַבער, — זשורנאַליסטן, פּאָליטיקערס, װיסנשאַפֿטלערס, אינטעלעקטואַלן — זאָגן זײ, אַז דאָס איז זײער גרעסטע פּראָבלעם. אין לעצטן סך–הכּל פֿאַרערגערט זיך די קװאַליטעט פֿון לעבן אין אָט די שטעט, ס׳איז פֿאַראַן דאָרטן זײער װײניק פּאָליציי, און דער ניװאָ פֿון געװאַלט און מאָרדן אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט װערט אַלץ העכער און העכער.‟ איך האָב געפֿרעגט, צי ס׳איז געװען אַנדערש פֿאַר די לינקע רעגירונגען, און גרשון האָט געזאָגט, אַז צום באַדױערן, פֿלעגן זײ דורכפֿירן די זעלבע פּאָליטיק. „אַצינד האָט אַפֿילו ביבי פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ פּראָבלעם, און זײַן רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז זײ װעלן געבן געלט, כּדי צו אַנטװיקלען די אַראַבישע שטעט, נאָר דערװײַל האָט מען געטאָן װײניק. װי באַלד מע גיט נישט די אַראַבער גענוג לאַנד צו בױען הײַזער, מוזן זײ עס טאָן אומלעגאַל. עס זײַנען דאָ אומלעגאַלע בעדויִנישע שטעט אינעם נגבֿ. ביבי צעשטערט זײ נישט, װײַל ער איז קלוג און פֿאַרשטײט, אַז דאָס קאָן מיטברענגען ערגסטע פֿאָלגן, נאָר מע האָט זײ נישט לעגאַליזירט. אַצינד זאָגן די עקסטרעמיסטישע מיטגלידער פֿון דער נײַער רעגירונג, אַז אױב מע װעט לעגאַליזירן אָט די בעדויִנישע שטעט, זאָל מען אויך לעגאַליזירן יעדן ייִדישן ייִשובֿ אױפֿן מערבֿדיקן ברעג. די אַלגעמײנע באַציִונג איז: אױב די אַראַבער דערהרגען אײנער דעם אַנדערן, איז עס זײער פּראָבלעם. פֿון דעסטװעגן, איז עס נישט אַזױ, װײַל שפּעטער װערן די ייִדן אױך קרבנות פֿון אָט די פֿאַרברעכנס.‟


נאָך דעם האָבן מיר שפּאַצירט אַרום דעם שטאָט–צענטער. בײַ אײניקע הײַזער דאָרטן זײַנען פֿאַראַן סטענדן, װאָס דערצײלן אױף העברעיִש און ענגליש װעגן זײערע ערשטע באַלעבאַטים, װאָס זײַנען געקומען צו פֿאָרן קײן פּאַלעסטינע סוף 19טן, אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט. כּל–זמן מיר האָבן געװאַרט אין אַ רײ אינעם אײַזקרעם–מאַגאַזין, האָב איך געעפֿנט מײַן עלעקטראָנישע פּאָסט און געלײענט אױף אַ קול די נײַס מכּוח דער נײַער רעגירונג. דאָרטן איז אָנגעשריבן געװאָרן, אַ חוץ דעם אַלעם, אַז אָמיר אוחנה װעט זײַן דער ערשטער אָפֿענער האָמאָסעקסואַל, װאָס װעט דינען װי דער ספּיקער פֿון דער כּנסת. „איך מײן אָבער, אַז דאָס איז מעשׂים–פּירסום‟, — האָט גרשון געזאָגט, — „װײַל מיטגלידער פֿון סמאָטריטשס פּאַרטײ האָבן פֿאָרגעלײגט אָנצונעמען אַ געזעץ, װאָס װעט דערלױבן מאַגאַזינען און דאָקטױרים אױסצוקלײַבן, װאָסערע קונים צו באַדינען און װאָסערע חולים צו הײלן. קײנער זאָגט עס נישט עפֿנטלעך, נאָר אַלעמען איז קלאָר, אַז סע גײט די רײד װעגן האָמאָסעקסואַלן און אַראַבער. ׳האיחוד הלאומי׳ האָט געמאָלדן, אַז זײ זײַנען מסכּים מיט דעם. פֿריִער זײַנען ש״ס און ׳יהדות התּורה׳ געװען גענוג קלוג נישט פֿאָרצולייגן אַזעלכע זאַכן, נאָר אַצינד האָבן זײ אױך דערקלערט, אַז זײ זײַנען מסכּים מיט דעם. די דאָקטױרים–אַסאָציאַציע האָט שױן אַרױסגעגעבן אַ מעלדונג, אַז די דאָקטױרים װעלן ממשיך זײַן אױספֿילן היפּאָקראַטס שבֿועה.‟
נאָך דעם, װי מיר האָבן זיך אומגעקערט אין גרשונס און סיטאָראַס שטוב, האָט גרשון מיר דערציילט, אַז מיט פֿינף יאָר צוריק האָט סמאָטריטש געהאַט געזאָגט, אַז ער װיל נישט, אַז זײַן פֿרױ זאָל האָבן אַ קינד אין אַ צימער, אין װעלכן ס׳וואָלט בײַזײַן אַן אַראַבער. „אַ מין נאַרישע מעלדונג, װי באַלד אַזױ פֿיל דאָקטױרים אין ישׂראל זײַנען אַראַבער! און אַזאַ געזעץ װאָלט אײגנטלעך דערלױבט די אַראַבישע דאָקטױרים זיך אָפּצוזאָגן צו הײלן די ייִדן! ביבי האָט געזאָגט, אַז עס װעט נישט געשען. מירן זען. איך בין שטענדיק געװען פֿאָרזיכטיק, רײדנדיק װעגן ישׂראל, נאָר אַצינד װעט זײַן שװער צו פֿאַרטײדיקן די מדינה, װײַל מיט אָט די אַלע זאַכן װעט מען זאָגן: ישׂראל איז נישט קײן ליבעראַל לאַנד, עס איז נישט קײן דעמאָקראַטיע. װער װײסט — אפֿשר, אױב מע װעט באמת אָננעמען אַזאַ געזעץ, װעט עס אַרױסרופֿן װידערשטאַנד, װײַל ס׳רובֿ ישׂראלים זײַנען קעגן דעם.‟ — „אַװדאי, בן גבֿיר און סמאָטריטש האָבן באַקומען בלױז 11% שטימען.‟ — „נאָך מער, די לינקע פּאַרטײען האָבן באַקומען ס׳רובֿ שטימען, נאָר אײניקע פֿון זײ זײַנען נישט בײַגעקומען דעם 3.25% באַריער — װי, אַשטײגער, די „מרצ״–פּאַרטײ, װאָס איך שטיץ.‟



ס׳איז אַרױפֿגעקומען אינעם שמועס די רייד וועגן קאַרינאָטשקעס קינדער. איך האָב דערצײלט, אַז דאַניע מאַכט אַ דיפּלאָם–פּראָיעקט װעגן דער אַרכיטעקטור פֿון קבוצים און אַז זײַן שעפֿין, אַ פֿרױ פֿון אױסטראַליע, האָט אים געהאַט געפֿרעגט, צװישן אַנדערס, פֿאַר װאָס האָט ער צו די קיבוצים בלױז אַ ראָמאַנטישע באַציִונג, און האַלט זיי נישט פֿאַר אַ פֿאָרעם פֿון קאָלאָניאַליזם. „יאָ, ס׳איז דאָ אָט די פּראָבלעם אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה,‟ — האָט גרשון געזאָגט, — „ס׳איז דאָ אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס הײסט ׳די צפֿון-אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון סטודיעס אויף מיטל–מיזרח‟, װאָס איך בין געװען זײער מיטגליד. איך האָב נישט באַנײַט מײַן מיטגלידערשאַפֿט נאָכן 31סטן דעצעמבער, װײַל זײ האָבן באַגיטיקט דעם BDS׳.
סיטאָראַ האָט געפֿרעגט, צי ס׳איז געװען גרויס דער אַנטיסעמיטיזם, װען איך האָב געוווינט אין מאָסקװע, און צי איך האָב אים אַליין געפֿילט. איך, פֿון מײַן זײַט, האָב געפֿרעגט, צי איר איז אַמאָל אױסגעקומען זיך צונױפֿשטױסן דאָ מיט נאַציאָנאַלער פֿײַנטלעכקײט, און זי האָט געענטפֿערט: „פֿאַרשײדענע מענטשן — פֿרײַנד, באַקאַנטע, אַפֿילו מענטשן אױף דער גאַס — פֿרעגן מיך, פֿאַר װאָס איך מאַך ניט דורך אַ גיור. איך האָב באַזוכט אַ קורס װעגן דעם, עס איז געװען אינטערעסאַנט, נאָר ס׳איז נישט פֿאַר מיר. דער רבֿ האָט געזאָגט, אַז ׳די אַראַבער זײַנען אונדזערע ברידער, נאָר מיר זײַנען די אױסגעקליבענע׳, און מיר איז עס נישט געפֿעלן געװאָרן. רעליגיע איז נישט פֿאַר מיר, ניט יודאַיִזם, ניט איסלאַם; איך פֿיל, אַז רעליגיע צעטײלט די מענטשן.‟
לױט גרשונס מיינונג, איז נתּניהו אַן אײגננוציקער מענטש, װאָס האָט נישט קײן פּרינציפּן: „צו ערשט, פֿלעגט ער שאַרף קריטיקירן דעם אָסלאָ־אָפּמאַך, נאָר נאָכן קומען צו דער מאַכט האָט ער אױך געפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט אַראַפֿאַטן; ער האָט אונטערגעחתמעט דעם װײַ־ריװער־אָפּמאַך און אָפּגעגעבן חבֿרון, װאָס איז אַזאַ װיכטיקע שטאָט פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע. ער אַלײן שטעלט זיך שטענדיק פֿאָר װי זײער אַ רעכטער, נאָר ביז איצט נאָך יעדע װאַלן איז ער געװען גרײט אַרײַנצוטרעטן אין אַ קאָאַליציע מיט די לינקע. מע זאָגט, אַז די אַראַבער טענהן אױף ענגליש אײנס און אױף אַראַביש עפּעס גאָר אַנדערס — ס׳איז גראָד דאָס, װאָס ביבי טוט אַצינד! מיט דעם ביבי אױף ענגליש בין איך ניט מסכּים, נאָר ער רופֿט נישט אַרױס בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אומרו; דער ביבי אױף העברעיִש רופֿט יאָ אַרױס בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אומרו.‟
אױך װעגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע האָט גרשון געזאָגט, אַז ישׂראלס רעאַקציע אױף איר איז זײער אַנטױשנדיק, אַז בלױז לפּיד האָט פֿאַראורטײלט רוסלאַנד, נאָר פֿיל װײניקער, װי ער האָט געקאָנט און געזאָלט, און בענעט האָט בכלל געשװיגן. „און עס דוכט זיך, אַז ס׳איז נישטאָ קײן סיבה דערפֿון: טערקײַ, צום בײַשפּיל, האָט אױך אַ געמײנזאַמע גרענעץ מיט סיריע און האָט אױך זאָרגן דאָרטן, נאָר זי האָט קריטיקירט רוסלאַנד אַ סך מער, װי ישׂראל טוט עס. אַצינד זײַנען ס׳רובֿ רוסלענדישע מיליטער–טײלן אַװעק פֿון סיריע. רוסלאַנד איז נישט קײן װיכטיקער סטראַטעגישער פּאַרטנער, ס׳איז נישט אַמעריקע, אַפֿילו נישט בריטאַניע, פֿראַנקרײַך אָדער דײַטשלאַנד. רוסלאַנד שטימט נישט פֿאַר ישׂראל אין דער אונאָ. נאָר איך מיין, אַז ביבי װעט מעגלעך ענדערן אָט די פּאָליטיק װי אַן אױסגלײַך מיט אַמעריקע: כּדי צו מאַכן אַמעריקע זי זאָל עפּעס טאָן פֿאַר ישׂראל, װעט ער זיך אפֿשר פֿאַראײניקן מיט אַמעריקע קעגן רוסלאַנד. אין אָנהייב זײַנען פֿאָרגעקומען שרעקלעכע זאַכן: ישׂראל פֿלעגט אויפֿנעמען די ניט–ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע בלױז, אױב זײ האָבן באַצאָלט אַ געװיסע סומע, װאָס מ׳וועט מוזן שפּעטער, װען זײ װעלן אַװעקפֿאָרן, אומקערן — װי אַ גאַראַנטיע, אַז די געקומענע װעלן פֿאָרט אַװעקפֿאָרן; ישׂראל האָט אויפֿגעשטעלט אַ לימיט אױף דער צאָל געקומענע אוקראַיִנישע פּליטים ביז 25000. נאָר זײער צאָל האָט קײן מאָל נישט דערגרײכט 25000, און ס׳איז נאַטירלעך: פֿאַר װאָס זאָלן זײ װעלן אַנטלױפֿן דװקא קײן ישׂראל? נאַטירלעך, אַז זײ זײַנען אַנטלאָפֿן קײן טשעכיע, פּױלן, דײַטשלאַנד. באַלד נאָכן אָנהײב פֿון דער מלחמה האָט מען געהאַלטן אַ גרופּע אוקראַיִנישע פּליטים דרײַ טעג אינעם פֿליפֿעלד אָן שפּײַז, און געשלאָפֿן זײַנען זיי אױפֿן דיל.‟
גרשון האָט זיך באַקלאָגט נאָך אױף עפּעס: להיפּוך צו דער ייִדישער טראַדיציע, לײענען אַ סך ישׂראלים נישט קײן ביכער, און װען מירי רגבֿ האָט געזאָגט: „װער איז טשעכאָװ? איך האָב קײן מאָל נישט געלײענט טשעכאָװן!‟ (אין דער אמתן איז עס געװען אַ ליגן, װײַל טשעכאָװ איז אין דער פּראָגראַם פֿון די הויכשולן אין ישׂראל), האָט זי אונטערגעשפּילט אירע װײלערס. „צי זײַנען אָט די װײלערס מערסטנס רעכטע, צי פֿונעם גאַנצן פּאָליטישן ספּעקטאָר?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „מערסטנס רעכטע‟, — האָט גרשון געענטפֿערט…
דעצעמבער 29
פֿאַרן אָפּפֿאָרן אינעם פֿליפֿעלד האָב איך זיך געטראָפֿן מיט שמוליקן. ער איז געקומען מיט זײַנעם אַ פֿרײַנד, און מיר האָבן פֿאַרבראַכט בערך אַ פּאָר שעה זאַלבע דריט. שמוליק האָט מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה צװײ לוצקיס ביכער, זײַן פֿרײַנד — צװײ נומערן פֿון „כתב את הטיאתרון‟. שמוליק האָט פֿאָרגעלײגט צו אָרגאַניזירן אַן אָװנט אינעם „בית שלום–עליכם‟, מיר זאָלן בײדע דעקלאַמירן מײַנע לידער.
בשעת איך האָב געװאַרט אױף שמוליקן, האָט פּרעזידענט הערצאָגס סעקרעטאַרשע מיר אָנגעקלונגען און געפֿרעגט, צי איך װעל קאָנען האָבן אַ טעלעפֿאָן–געשפּרעך מיטן פּרעזידענט 4.30 אַזײגער. איך האָב געענטפֿערט, אַז יאָ, אױב איך װעל נישט דורכגײן דורך דער זיכערהײט אינעם פֿליפֿעלד דװקא אין יענעם מאָמענט. דער פּרעזידענט האָט געקלונגען, בעת איך בין געשטאַנען אין דער לאַנגער רײ אױף דער רעגיסטראַציע. דער שמועס אונדזערער איז געװען זײער ליבלעך, דער פּרעזידענט האָט געזאָגט, אַז ער װעט קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן מײַן באַזוך אין זײַן שטוב, װען איך האָב געשפּילט אױף זײַן פֿאָרטעפּיאַן, און געבעטן, איך זאָל אים געבן צו װיסן פֿאַר פֿריִער, װען איך װעל װידער זײַן אין ישׂראל, דעמאָלט װעט ער מיך װידער פֿאַרבעטן צו זיך צו גאַסט. איך האָב אים געזאָגט, אַז כ׳װעל האָבן אַ קאָנצערט אין תּל–אָבֿיבֿ אין קומעדיקן יאָר, דעם 28סטן מערץ.
פֿינף מיט אַ האַלבן טעג אין ישׂראל… נו, בעסער װײניק, איידער גאָרנישט. כ׳װעל למן–השם אױסניצן די ערשטע געלעגנהײט זיך אומצוקערן אַהין סתּם אַזױ, אָן קאָנצערטן, און כ׳האָף זײער, אַז דעמאָלט װעט קאַרינאָטשקע קאָנען קומען צו פֿליִען מיט מיר. אַלץ, װאָס דאָ איז גוט, איז מײַנס, און אַלץ, װאָס דאָ איז שלעכט, איז אויך מײַנס. לאָמיר האָפֿן, אַז די נײַע רעגירונג װעט פֿאָרט נישט טאָן דאָס, װאָס ס׳רובֿ ישׂראלים װילן ניט. און אַבסאָלוט גערעכט איז געװען זשאַבאָטינסקי, אַז „צװישן די היסטאָרישע נאַציעס פֿאַרנעמען מיר, אױב נישט דאָס ערשטע אָרט, איז אױך נישט דאָס לעצטע‟.
[1] לוי, װלאַדימיר (1938) — פּסיכאָלאָג, פּסיכיאַטער, שרײַבער
[2] פּרחיה, מאַרי (1947) — פּיאַניסט, דיריגענט
[3] לאור, דן (1944) — שרײַבער, פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אינעם תּל–אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט
[4] לעװענטאַל, גרשון — היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער געשיכטע פֿון איסלאַם אינעם קאָלעדזש „שלם‟ אין ירושלים און אײַנגעלאַדענער אַדיונקט–פּראָפֿעסאָר פֿון דער געשיכטע פֿונעם מיטעלן–מיזרך אינעם אָקלאַכאָמער אוניװערסיטעט