איר מעגט אַרויפֿפֿליִען

מרדכי יושקאָווסקי

אינעם יאָר 1978 איז דער חלום פֿון פֿימע גאָלדעס פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. ער איז אָנגענומען געוואָרן אינעם „מ.אַ.אי‟ — מאָסקווער אַוויאַציע-אינסטיטוט, אויפֿֿן פֿאַקולטעט פֿון פֿלי-אַפּאַראַטן. זייַן וועג צום חלום איז ניט געווען לייַכט, נאָר געדיכט אויסגעבעט מיט שטעכלקעס, ווי בייַ אַ סך ייִדישע חבֿרה פֿון זייַן דור. ס’איז דאָך געווען אַ תּקופֿה, וואָס ס’איז אָנגענומען הייַנט צו רופֿן „ברעזשנעווס סטאַגנאַציע‟.

פֿימע איז געוואַקסן אין באָברויסק, אפֿשר די ייִדישסטע שטאָט אין דעמאָלטיקן ווייַסרוסלאַנד. אומעטום דאָרט האָט מען נאָך געהערט ייִדיש, און ער האָט עס אויפֿגעכאַפּט פֿון דער פֿריִער קינדהייט אָן. מיט זיידע-באָבע האָט ער טאַקע גערעדט אויף ייִדיש. ווען ער איז אַלט געווען אַ יאָר דרייַצן, האָט אים דער זיידע אויסגעלערנט לייענען און שרייַבן אויף ייִדיש, וואָס האָט אים אינגאַנצן געמאַכט פֿאַר אַ „גראַמאָטנעם ייִדן‟, און פֿאַר יונגע־לייַט פֿון זייַן עלטער איז עס געווען דעמאָלט גאָר אַ זעלטנהייט.

אַ חוץ דעם, פֿלעגט מען אין זייַן משפּחה אָפּהיטן די ייִדישע טראַדיציע און מינהגים, און פֿימע האָט זיי גוט פֿאַרדייַט פֿון זייַנע קינדערשע יאָרן. אַזוי פֿלעגט ער מיט אומגעדולד וואַרטן אויף חנוכּה, ווייַל ער האָט געוווּסט, אַז אויסער געשמאַקע לאַטקעס מיט גענדזן-שמאַלץ און גריוון, וועט ער קריגן אויך חנוכּה-געלט פֿונעם זיידן און פֿון די צוויי פֿעטערס. אויף שבֿועות פֿלעגט די גאַנצע משפּחה זיך פּאָסמאַקעווען מיט נאַליסניקעס — בלינצעס, אָנגעפֿילט מיט צוואָרעך, און פֿימע האָט ליב געהאַט זיי צו כאַפּן בייַ דער באָבען גלייַך פֿון דער סקאָוורעדע נאָך זודיקערהייט. אויף פּורים פֿלעגט מען טראָגן שלח-מנות, און די שטוב פֿלעגט זיך אָנפֿילן מיטן זיסלעכן ריח פֿון פּוכקע המן-טאַשן מיט מאָן.

אָבער דער באַליבטסטער יום-טובֿ בייַ אים איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען פּסח. די גאַנצע גרויסע משפּחה פֿלעגט זיך צונויפֿקומען בייַם זיידן מיט דער באָבען. דער זיידע איז געזעסן בראָש אַ גרויסן קייַלעכדיקן טיש אויף אַ קישן, אָנגעטאָן אין אַ ווייַסן קיטל, און געזאָגט די הגדה. פֿימע האָט ליב געהאַט פּסח, דער עיקר, פֿאַר דער באַזונדערער אַטמאָספֿער פֿון האַוועניש און אַרומלויפֿעניש, וואָס האָט באַגלייט אַלע צוגרייטונגען, נאָך לאַנג פֿאַרן יום-טובֿ. גלייַך נאָך פּורים פֿלעגט די באָבע שטעלן אין אַ גרויסן הויכן בוטל רויטע בורעקעס און זיי זייַערן, און אויף פּסח האָט מען געמאַכט פֿון זיי אַ באַזונדער סאָרט פּסחדיקן באָרשט, וועלכן מע האָט געגעסן קאַלטערהייט מיט אייַנגעבראָקטע מצות. אַ פּאָר וואָכן פֿאַר פּסח פֿלעגט דער זיידע קויפֿן אַ לעבעדיקן אינדיק און אים שטאָפּןּ. דער אינדיק האָט גדלותדיק אַרומשפּאַצירט אין הויף, ניט האָבנדיק דערבייַ קיין מינדסטן חשד, אַז גלייַך פֿאַרן יום-טובֿ וועט מען אים שעכטן, און בייַם סדר וועט מען זיך מיט אים באַלעקן.

אַ חוץ די ימים-טובֿים, אַפֿילו אין די סאַמע וואָכעדיקע טעג, איז אין דער זיידע-באָבעס שטוב געווען תּמיד פֿריש געבעקס, און דער טעם פֿון היימיש געבאַקטן לעקעך, שטרודל, פּלעצלעך, קיכלעך, כרעמזלעך איז ממש אַרייַן פֿימען אין די ביינער. מיט דעם דאָזיקן טעם איז ער געוואַקסן, און דער טעם איז בייַ אים אויף תּמיד געבליבן אין זכּרון ענג פֿאַרבונדן מיט זייַן באָברויסקער ייִדישער היים. צוליב דער משפּחה, אין וועלכער פֿימע איז געוואַקסן, און צוליב דער שטאָט, וווּ ער האָט געלעבט, האָט ער זיך, אַפֿילו ניט ווילנדיק, געפֿונען טיף אייַנגעטונקען אין ייִדישקייט, אויף וויפֿל עס איז נאָר געווען מעגלעך אין די 1960־1970ער יאָרן אין סאָוועטישן ווייַסרוסלאַנד.

פֿימעס פֿאָטער איז געווען אַ טעכנאָלאָג אויף דער מעבל-פֿאַבריק, און די מאַמע — אַ לערערין פֿון כעמיע אין א שול. פֿימע איז געווען אַ בן-יחיד, געוואַקסן אַרומגערינגלט מיט ליבשאַפֿט און זאָרג. אָבער ווען ער איז אַלט געוואָרן אַ יאָר צען, האָט זיך בייַ אים אָנגעהויבן עפּעס אַ מאָדנע זאַך — ער האָט געקאָנט אַ לענגערע צייַט קוקן אין הימל אַרייַן אָדער אויף די ביימער און נאָכשפּירן די פֿייגל. די מאַמע איז ממש געווען באַאומרויִקט. זי פֿלעג טענהן: „מילא, אַ קינד זעט אַ פֿויגל, ווערט עס פֿאַראינטערעסירט, אָבער אונדזערער קאָן שעהען-לאַנג קוקן אויף פֿייגל, וווּ איז עס געהערט געוואָרן? אַלדאָס איבעריקע אינטערעסירט אים אַ סך ווייניקער‟. בייַם טאַטן האָט פֿימע געבעטן צו קויפֿן אים ביכער וועגן פֿייגל. אַ חוץ דעם האָט ער גענומען מאָלן, דער עיקר, פֿייגל. וווּ ער האָט דערשנאָפּט אַ בויגן פּאַפּיר, האָט זייַן האַנט אויטאָמאַטיש אויף אים אויסגעמאָלט אַ פֿויגל, אַזוי ווי עפּעס אַן אומגעזעענער כּוח האָט אים געשטויסן דערצו. אין זייַן קלאַס האָבן אַלע געוווּסט וועגן פֿימעס דאָזיקער לייַדנשאַפֿט, און מע האָט אים צוגעאייגנט אַ צונעמעניש „פֿימאַ-פּטיטשניק‟. אַן אַנדערן וואָלט עס אפֿשר באַליידיקט, אָבער ער האָט געלעבט מיט אָט דעם צונעמעניש אינגאַנצן בשלום. דער זיידע האָט צוגעטראַכט נאָך אַ „בעסערן‟ נאָמען פֿאַר אים. ווען פֿימע פֿלעגט קומען אין זייַן שטוב, האָט ער געשריִען צו דער באָבען: „געניע, מיר האָבן אַ גאַסט, דער ׳פֿויגלמאַן׳ איז געקומען‟…

צו אַ יאָר פֿערצן איז צו פֿימעס אייַנגעליבטקייט אין פֿייגל צוגעקומען אַ נייַע „מאָדנעקייט‟: ער האָט זיך מיט התלהבֿות פֿאַרליבט אין עראָפּלאַנען. איין מאָל, ווען אַלע שול-קינדער האָבן געקליבן מאַקולאַטור, האָט ער אויך מיטגענומען מיט זיך אין דער שול אַ בינטל צייַטונגען פֿון דער היים. עס האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז עס איז בייַ אים גאָר אַ קנאַפּ פּעקל, האָט ער באַשלאָסן צונעמען אויך בייַ זיידע-באָבע זייער פּעקל צייַטונגען. וויבאַלד די זאַך איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָר טעג נאָכן אָרדנטלעכן פּלענום פֿונעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, זייַנען אַלע צייַטונגען געווען „באַפּוצט‟ מיט די פּאָרטרעטן פֿון די „נייַ-אויסגעקליבענע‟ מיטגלידער פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט. פֿימע האָט אָן שום זייַטיקער כּוונה צונויפֿגעלייגט די צייַטונגען און האָט זיך געלאָזט גיין. ווען די באָבע האָט דערזען, אַז דאָס פּעקל איז בייַ איר אייניקל צוגעדעקט פֿון אויבן מיט פּאָרטרעטן פֿון די מיטגלידער פֿונעם צ. ק., איז זי געוואָרן מער טויט ווי לעבעדיק און נאָכגעשריִען: „פֿימע, וואָס טוטסו? לייג אַרײַן די פֿירער אַרונטער, וואָס טראָגסטו זיי אַזוי אָפֿן אין מיסט אַרייַן?‟ — דערבייַ האָט זי צוגעגעבן שטילערהייט: „זאָלן זיי טאַקע שוין ליגן מיטן קאָפּ אין דר’ערד אַרייַן‟.

אָנקומענדיק אינעם שול-הויף, האָט פֿימע דערבליקט אינעם באַרג אַלטע ביכער, פּאַפּירן, זשורנאַלן און צייַטונגען אַ בוך מיט אַ מאָדנעם נאָמען “Вам – взлёт” (איר מעגט אַרויפֿפֿליִען!). דער דאָזיקער נאָמען האָט אים אַזוי צוגעצויגן, אַז ער האָט גלייַך פֿאַרגעסן וועגן אַלדאָס איבעריקע, אַרויסגעשלעפּט דאָס בוך פֿון דער קופּע מאַקולאַטור, געבראַכט עס אַהיים און איז אַרייַן ביז איבערן קאָפּ אינעם לייענען. קיין שום לייענוואַרג האָט ביז דאַן אים אַזוי ניט באַגייַסטערט. דער מחבר אַנאַטאָלי מאַרקושאַ, אַליין אַ דערפֿאַרענער פֿליִער, האָט דערציילט דאָרט וועגן זייַן וועג אין דער אַוויאַציע, וועגן דעם געפֿיל, וואָס עס נעמט אים אַלע מאָל אַרום, ווען ער הייבט אויף די גרויסע קאָמפּליצירטע מאַשין אין הימל אַרייַן. פֿימע האָט ממש געשלונגען יעדעס וואָרט פֿונעם בוך. ער האָט עס אַזוי פֿיל מאָל געבלעטערט און געלייענט, אַז ער האָט גאַנצע שטיקער טעקסט פֿאַרגעדענקט אויף אויסנווייניק. זינט דאַן האָט ער געחלומט וועגן עראָפּלאַנען, וועלכע האָבן אַפֿילו פֿאַרשטויסן זייַן פֿאַרליבטקייט אין פֿייגל. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט ער לויפֿן אויפֿן דרום-מערבֿדיקן ראַנד שטאָט, אין דער געגנט מיטן נאָמען „סקריפּאָטשקאַ‟ (פֿידעלע), נענטער צום מיליטערישן עראָדראָם, זיצן אויף אַ בערגל און קוקן אַ לענגערע צייַט, ווי עס פֿליִען אַרויף און לאַנדן עראָפּלאַנען און העליקאָפּטערס. דערקלערן פֿאַר וואָס עס ציט אים אַזוי צום הימל, האָט ער ניט געקאָנט. עס איז, ווייַזט אויס, געווען אַ ניט קיין ראַציאָנאַלער ווילן, אָבער אַלע מאָל, ווען ער האָט דערזען און דערהערט ווי עס פֿליט אַן עראָפּלאַן, האָט זיך אין זייַן האַרץ עפּעס אַ ריר געטאָן…

ווען פֿימע איז אַריבער זיך לערנען אינעם לעצטן צענטן קלאַס פֿון דער שול, האָט זיך אין זייַן משפּחה אָנגעהויבן אַן אמתע גראַטשקע. אַזוי ווי כּמעט אין יעדער ייִדישער משפּחה אין יענער צייַט, האָט אַלעמען אַרומגעכאַפּט די דאגה, וווּהין צו שיקן דאָס קינד זיך לערנען נאָך דער שול. ס’איז איבעריק צו דערמאָנען, אַז פֿאַר ייִדן אין יענער צייַט זייַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן מצד דער מלוכה שוידערלעכע מחיצות. פּרעסטיזשפֿולע אינסטיטוטן און פֿאַקולטעטן זייַנען פֿאַר זיי געווען פֿאַקטיש פֿאַרשלאָסן. כאָטש פֿימע האָט זיך זייער גוט געלערנט אין שול, און זייַן אַטעסטאַט האָט געדאַרפֿט זייַן גאַנץ אַ בכּבֿודיקער, האָבן זייַנע עלטערן פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר זיך ניט פֿאַרלאָזן אויפֿן יושר פֿון דער מלוכה, און מע מוז זוכן אַ וועג, כּדי צו פֿאַרזיכערן פֿימעס אָנגענומען ווערן אין אינסטיטוט.

בייַ זייַן מאַמען איז געווען אין קאָפּ שוין פֿון לאַנג פֿאַרגרייט אַ פּלאַן. זי האָט אָנגעהאַלטן אַ לאַנג־יאָריקע חבֿרישע פֿאַרבינדונג מיט איר מיטשילער פֿון אוניווערסיטעט, וועלכער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר און מיט אַ פּאָר יאָר צוריק נאָמינירט געוואָרן ווי דער הויפּט פֿון דער קאַטעדרע „מאַשינען פֿאַר שפּייַז-אינדוסטריע‟ אינעם מאָלעווער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט. קודם-כּל מאָלעוו איז געווען די נאָענטסע גרעסערע שטאָט, און זי וועט אַלעמאָל קאָנען צופֿאָרן אַהין, כּדי צו זען דאָס קינד, צו זאָרגן פֿאַר אים, ברענגען אים געשמאַקע זאַכן, צו וועלכע ער איז געוווינט. עס האָט זי גאָרנישט ניט געאַרט, אַז דאָס „קינד‟ איז אויסגעוואַקסן אַ געזונטער, שטאַרקער יאַט, מעטער אַכציק די הייך. זי איז געווען אַ טיפּישע ייִדישע מאַמע מיט אַלע פּיטשעווקעס. זי איז געווען זיכער, אַז אַ דאַנק איר באַקאַנטשאַפֿט, וועט פֿימע בשלום ווערן אַן אינזשענער-טעכנאָלאָג פֿון דער שפּייַז-אינדוסטריע, דאָס איז אַ ניט קיין שלעכטער פֿאַך פֿאַרן לעבן, און ער וועט קאָנען מיט אים זיך אייַנאָרדענען.

די צרה איז געווען, אַז פֿימע האָט ניט געוואָלט גאָרנישט הערן ניט וועגן מאָלעוו, ניט וועגן דער שפּייַז-אינדוסטריע. כּמעט יעדן טאָג זייַנען אין שטוב פֿאָרגעקומען וויכּוחים אויף הויכע טענער. פֿימע האָט באַוויזן זייַן עקשנותדיקן כאַראַקטער און פֿאַרזיכערט, אַז קיינעם וועט גאָרנישט ניט העלפֿן, ער וועט פֿאָרן קיין מאָסקווע און וועט פּרוּוון אָנקומען אינעם מאָסקווער אַוויאַציע-אינסטיטוט, וועגן קיין שום אַנדער מעגלעכקייט איז ער אַפֿילו ניט געווען גרייט צו הערן. די דאָזיקע וויכּוחים פֿלעגט זיך פֿאַרענדיקן מיט מאַמעס געוויין און איר טענות צום טאַטן, הלמאַי שווײַגט ער.

דער טאַטע האָט טאַקע מערסטנס געשוויגן. מיטן קאָפּ האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זייַן ווייַב איז גערעכט; מע מוז גיין אַהין, וווּ ס’איז פֿאַראַן אַ מעגלעכקייט אַדורכצוגיין, אָבער זייַן האַרץ האָט געהאַלטן מיטן זון. ער האָט געזען, ווי ווייַט איז פֿימע פֿאַרליבט אין עראָפּלאַנען און ווי ס’איז וויכטיק פֿאַר אים זיך פֿאַרנעמען מיט דעם, צו וואָס זייַן נשמה גלוסט. ער האָט גוט געדענקט זייַן אייגענע דערפֿאַרונג. דער פֿאָטער זייַנער איז געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט, די מאַמע האָט אים אויפֿגעצויגן אַליין, און זי איז זייער פֿרי אַוועק פֿון דער וועלט. ער איז געבליבן איינער אַליין און האָט געמוזט לערנען אַ „פּראַקטישן‟ פֿאַך. ניט ער האָט געחלומט דאָס גאַנצע לעבן זיך פֿאַרנעמען מיט מעבל, ניט ס’איז געווען זייַן טרוים זיך צו לערנען אינעם טעכניקום פֿון האָלץ-אינדוסטריע. ער האָט אין דער יוגנט געשריבן לידער, פֿאַרפֿאַסט מעלאָדיעס, זיך אַליין אויסגעלערנט שפּילן אויף אַ גיטאַרע, אָבער ער האָט געמוזט זיך שטעלן אויף די פֿיס, דעריבער איז ער אַרייַן אין דעם לעבנס-שפּינגעוועב, און זייַן שעפֿערישקייט איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די אומשטענדן. כּדי ניט אַרויסווייַזן זיך גלייַכגילטיק אין די דאָזיקע אָוונטיקע משפּחה-שטרייַטן, האָט ער פֿון מאָל צו מאָל געזאָגט דעם זון עפּעס-וואָס אינעם נוסח: „פֿימע, איך בין ניט קעגן דער אַוויאַציע. אויב דו וואָלסט געווען איוואַן איוואַנאָוויטש פּעטראָוו, וואָלט איך דיר קיין וואָרט ניט געזאָגט אַנטקעגן, ביטע, פֿאָר קיין מאָסקווע און גיי גלייַך אַהין, אָבער וואָס זאָל מען טאָן, אַז דו ביסט געבוירן געוואָרן יעפֿים איסאַאַקאָוויטש גאָלדעס… שטעלסט זיך גאָר פֿאָר, אַז מיט אַזאַ נאָמען גייסטו דאָרט אַדורך?‟

ווען די עלטערן זייַנען געבליבן אָפּהענטיק אינעם אָנגייענדיקן וויכּוח מיטן זון, האָבן זיך אָנגעשלאָסן דערצו אויך דער זיידע מיט דער באָבען. דער זיידע האָט אין זייַן בילדערישן ייִדיש געזאָגט צום באַליבטן אייניקל: „פֿימעלע, איך האָב דורכגעלעבט אַ לעבן. איך פֿאַרשטיי, אַז עס ציט דיך צו די הימלשע געשעפֿטן, אָבער גלייב מיר: ס’איז בעסער צו שטיין מיט ביידע פֿיס פֿעסט אויף דער ערד, איידער אַרומפֿליִען אין די הויכע הימלען. מוזסט פֿאַרשטיין, מייַן קינד, אין אַזעלכע פּלעצער קיינער וואַרט ניט אויף דיר. מיר מוזן וויסן אונדזער אָרט אין אָט דעם גזלנישן לאַנד. איך האָב אויף מייַן הויט דאָס אַלץ פֿאַרזוכט. סתּם אַזוי וואָלט איך ניט גערעדט צו דיר. מע דאַרף גיין אַהין, וווּ מ’לאָזט אַרייַן, און ניט זיך סתּם שלאָגן מיטן קאָפּ אָן וואַנט‟. און די באָבע האָט צוגעגעבן: „ניט אַלץ, וואָס ס’גלוסט זיך, קאָן מען דערגרייכן. און אויב מע קאָן ניט אַריבער, מוז מען אַרונטער. ביסט אַ ייִדיש ייִנגל, גיב אַ קוק אויף זיך, וווּ ביסטו, און וווּ זייַנען זייערע עראָפּלאַנען‟.

אָבער קיינעם האָט גאָרנישט ניט געהאָלפֿן. פֿימע האָט פֿאַרענדיקט די שול, אָנגעגעבן די דאָקומענטן אינעם אַוויאַציע-אינסטיטוט, געפֿאָרן קיין מאָסקווע, און אויפֿן צווייטן עקזאַמען האָט מען אים „פֿאַרשניטן‟. קיינער האָט אין דער משפּחה ניט געפֿילט קיין שאָדן-פֿרייד, און קיינער האָט אים ניט פֿאָרגעוואָרפֿן: „נו, וואָס וועסטו איצטער זאָגן? מע האָט דיך געוואָרנט. האָסט ניט געוואָלט פֿאָלגן די עלטערן. אָט האָסטו דעם סוף. געמיינט, אַז ביסט קליגער פֿון אַלעמען…‟ ערגעץ טיף אין האַרצן האָט פֿימע זיך צוגעגרייט צו אַזאַ רעזולטאַט, דעריבער איז ער געווען ווייניקער פֿאַראומערט, איידער זייַנע נאָענטע. אָבער די גאַנצע משפּחה האָט זיך אַרומגעדרייט אַזוי ווי אין וואַסער אייַנגעטונקען. די מאַמע האָט שטילערהייט געשלונגען טרערן, דער טאַטע איז אַרומגעגאַנגען מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן. זיידע-באָבע זייַנען פּלוצעם געוואָרן שווייַגערס, געזעסן לאַנג און שטילערהייט געקוקט אין פֿענצטער אַרייַן.

אַלע זייַנען געווען באַאומרויִקט, ווייַל מע האָט באַנומען דעם פֿאַקט, אַז אויב פֿימע איז ניט אָנגעקומען אין אינסטיטוט, וועט ער מוזן גיין דינען אין דער אַרמיי, און פֿאַר אַ ייִדיש ייִנגל צוויי יאָר אין דער סאָוועטישער אַרמיי איז ניט געווען אַזאַ גרויסער פֿאַרגעניגן. און טאַקע דעם זעלבן האַרבסט איז פֿימע מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַרמיי. אויך דאָרט האָט מען אים ניט צוגעלאָזט אַפֿילו נאָענט צו דער אַוויאַציע. דאָרטן זייַנען צוניץ געקומען זייַנע פֿעיִקייטן צום מאָלן און צייכענען, און ער האָט אַרויסגעלאָזט די אַרמיייִשע וואַנטצייַטונג, געצייכנט פּלאַקאַטן, געשריבן מעלדונגען. אַ גליק איז געווען, אַז מע האָט אים ניט פֿאַרשיקט צו ווייַט פֿון דער היים. ער האָט געדינט אין ווייַסרוסלאַנד, אין דער שטאָט סלאָנים. נאָכן באַפֿרייַען זיך פֿון דער אַרמיי איז פֿימע אַרייַן אין אַ מין לייַדנשאַפֿטלעכן ווילן צו באַווייַזן אַלעמען, אַז דאָָס מאָל וועט ער שוין יאָ פֿאַרווירקלעכן זייַן טרוים. כּמעט אַ יאָר צייַט האָט ער זיך געגרייט צו די עקזאַמענס, ניט געהאַט אין זינען גאָרנישט, אַ חוץ לערנען. קיין שום פֿאַרברענגען מיט חבֿרים, קיין שום מיידלעך, קיין דיסקאָטעקן האָבן אים דעמאָלט ניט אינטערעסירט. אין חודש יוני 1978 איז ער ווידער געפֿאָרן קיין מאָסקווע. דאָס מאָל האָט שוין קיינער אין דער משפּחה זיך מיט אים ניט געאַמפּערט. מע האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף פֿימעס קאָפּ און אויפֿן גורל, און טאַקע דעמאָלט האָט דער גורל אַ שמייכל געטאָן צו אים. פֿימע איז אָנגענומען געוואָרן אינעם אַוויאַציע-אינסטיטוט, און די גאַנצע משפּחה האָט זיך ממש איבערגענומען מיט שטאָלץ און פֿרייד. מער פֿון אַלעמען האָט מסתּמא זיך געפֿרייט פֿימעס פֿאָטער. ער האָט הויך געשעצט זייַן זונס עקשנותדיקייט און צילגעווענדטקייט. טיף אינעווייניק האָט ער געטענהט צו זיך: אויב מיר איז ניט באַשערט געווען צו אַנטפּלעקן און אַנטוויקלען מייַן שעפֿערישקייט, זאָל כאָטש דער זון מייַנער געניסן פֿון טאָן אין לעבן דאָס, וואָס ער האָט האָלט.

                                                *  * *

דאָס סטודענטישע לעבן האָט פֿימען אַרייַנגעצויגן אין דער פֿולער מאָס. ער האָט זיך מיטן קאָפּ אייַנגעטונקען אינעם לערנען, דערבייַ האָט ער ניט אויפֿגעהערט צו באַוווּנדערן די אייַנדרוקספֿולע גרייס פֿון מאָסקווע. יעדע פֿרייַע מינוט האָט ער אויסגעניצט אויף אַרומצופֿאָרן און דערקענען די שטאָט, שפּאַצירט, געגאַנגען אין מוזייען. די ערשטע צייַט איז ער געווען ממש גליקלעך. וואָס נאָך האָט ער געקאָנט זיך ווינטשן? — לערנען אין אַ פּלאַץ, וואָס ער האָט געחלומט וועגן אים, שטודירן דאָס, צו וואָס זייַן האַרץ האָט געשטרעבט, און וווינען אין אַזאַ שטאָט, מיט אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן! זייַן נשמה איז אַרומגעפֿלויגן אין דער לופֿטן. אַלץ האָט פֿאַר אים אויסגעזען נייַ און גרויסאַרטיק, און ער האָט ניט געקאָנט זיך אָנזעטיקן מיט אָט דעם געפֿיל.

פֿימע האָט געוווינט אין אַ סטודענטישער צוזאַמענוווינונג מיט נאָך דרייַ בחורים אינעם צימער — צוויי רוסן און אַן אַרמענער. ער האָט אָנגעהאַלטן מיט זיי גוט-שכנישע באַציִונגען, אָבער צו חבֿרשאַפֿט איז עס ניט געקומען. באַזונדערס האָט פֿימען דערצאָרנט, ווען זיי האָבן דערציילט וויצן מיט אַן אַנטיסעמיטישן בייַטעם, אָדער זיך דורכגעוואָרפֿן מיט ניט קיין אייַנגענעמע פֿאַר זייַן אויער ווערטער. אין אַזעלכע פֿאַלן האָט ער מערסטנס געשוויגן, ניט געוואָלט פֿאַרשאַרפֿן אויף דעם דעם אויפֿמערק און ברענגען צו אַ ברוגז, אָדער, חלילה, צו אַ געשלעג. קיין ברירה האָט ער סייַ ווי סייַ ניט געהאַט און געמוזט אַדורכקומען מיט זיי.

אין אַ פּאָר חדשים אַרום איז די ערשטע התלהבות פֿאַרבייַ. זייַן מאָסקווער לעבן איז אַרייַן אין אַ רוטין, און דאָס פּינטעלע ייִד אין פֿימעס האַרצן האָט זיך דערפֿילט זייער איינזאַם. ער פֿלעגט אָפֿט מאָל אין זייַנע מחשבֿות איבערחזרן זייַן באָבעס באַליבטן זאָג: אַלצדינג אין איינעם איז ניטאָ בייַ קיינעם, און צוגעפּאַסט עס צו זיך. „יאָ, — פֿלעג ער טענהן צו זיך אַליין, — איך וועל שטודירן אַוויאַציע, זיך פֿאַרנעמען מיט מייַנע באַליבטע עראָפּלאַנען, אָבער פֿאַר דעם מוז איך באַצאָלן אַ פּרייַז. דער פּרייַז איז, אַז איך האָב פֿאַרלוירן מייַן ייִדישע סבֿיבֿה, האָב ניט צו וועמען אויסרעדן אַ ייִדיש וואָרט, אַרויסגעריסן געוואָרן פֿון מייַן ייִדישער נעסט. וואָס טוט מען? — מע מוז צוגעוווינט ווערן דערצו‟. ער האָט מיט זשעדנעקייט געכאַפּט יעדע מעגלעכקייט אויסצופֿילן דעם ייִדישן בלויז, וואָס האָט גענאָגט אין זייַן נשמה — געגאַנגען אויף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן דראַמאַטישן אַנסאַמבל, געפֿאָרן פֿון צייַט צו צייַט אינעם גרויסן ביכער-קראָם אויפֿן זובאָווסקי בולוואַר און געקויפֿט דאָרטן ייִדישע ביכער, געזעסן אינעם לייען-זאַל פֿון דער ביבליאָטעק פֿאַר אויסלענדישער ליטעראַטור און געלייענט אויף ייִדיש. ער האָט ניט אויפֿגעהערט צו זייַן דאַנקבאַר דעם זיידן פֿאַר דעם, וואָס יענער האָט אים אויסגעלערנט לייענען אויף ייִדיש, און ניט איין מאָל האָט ער געשריבן וועגן דעם אין זייַנע בריוו צו דער משפּחה. אָבער דאָס אַלץ האָט אים ניט געקאָנט פֿאַרבייַטן דעם לעבעדיקן פֿאַרקער, די היימישע ייִדישע סבֿיבֿה מיט אַלע אירע פּיטשעווקעס. ער האָט פֿיזיש געפֿילט, אַז עס פֿעלט אים רעדן אויף ייִדיש, פּשוט זייַן צווישן ייִדן, זיך פֿילן צווישן אייגענע.

כאָטש מאָסקווע האָט דעמאָלט, אין די זיבעציקער יאָרן, פֿאַרמאָגט אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון די גרעסטע אין דער וועלט, בייַ אַ פֿערטל מיליאָן, אָּבער צווישן די אַכט מיליאָן אייַנוווינער זייַנען די ייִדן פֿאַרלוירן געגאַנגען, געווען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער ריזיקער שטאָט. נאָך זייַענדיק אין באָברויסק, האָט פֿימע געהערט פֿון זייַנעם אַ באַקאַנטן, אַז דער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן אין מאָסקווע איז די גרויסע שיל אויף דער אַרכיפּאָוו-גאַס, ניט אַזוי די שיל אַליין, ווי דאָס געסל, אין וועלכן זי שטייט. אינעם פֿאָלקס-מויל רופֿט מען אָט דאָס פּלאַץ מיטן נאָמען „גאָרקאַ‟ (דאָס בערגל). יעדן שבת, — האָט מען אים דערציילט, — קלייַבן זיך צונויף דאָרטן ייִדן, און אויף ימים-טובֿים קומען אַהין אַ סך טויזנטער. עס איז ממש שווער זיך אַדורכצושטופּן.

זינט פֿימע האָט זיך באַזעצט אין מאָסקווע, האָט אים געצויגן צו דעם פּלאַץ, ווי אַ מאַגנעט. אין זייַן שטאָט באָברויסק איז דאָך אין זייַן צייַט קיין אָפֿיציעלע שיל ניט געווען, עס זייַנען געווען טעטיק עטעלע מנינים אין פּריוואַטע הייַזער, וווּ עס האָבן געדאַוונט אַלטיטשקע ייִדן, אָבער אַן אָפֿענער מאַסן-צונויפֿקום פֿון ייִדן האָט פֿאַר אים אויסגעזען ווי אַ מיסטעריעז, פֿאַנטאַסטיש בילד. ער האָט געלעכצט צו זען אָט דעם ייִדישן המון, וואָס קלייַבט זיך צונויף אין סאַמע צענטער מאָסקווע, בסך־הכּל אַ פּאָר הונדערט מעטער פֿונעם קרעמל, און באַווייַזט אַלע שׂונאים אויף צו להכעיס, און קודם־כּל דער סאָוועטישער מאַכט: מיר זייַנען דאָ! פֿון דער אַנדערער זייַט, זייַנען צו אים דערגאַנגען קלאַנגען, אַז ס’איז ניט אינגאַנצן זיכער צו גיין אַהין. דאָרט דרייען זיך אַרום דרוזשיניקעס (בירגערלעכע אָרדענונגס-וואַך), וואָס זייַנען מסוגל צו שאַפֿן פּראָוואָקאַציעס, ס’איז אויך דאָרטן אָנגעפּיקעוועט מיט „יענע לייַט‟, וואָס בסוד פֿאָטאָגראַפֿירן די פֿאַרזאַמלטע, און ס’זייַנען געווען שוין פֿאַלן, ווען מע האָט אַרויסגערופֿן ייִדן אין זייערע אַרבעט־פּלעצער און אין אינסטיטוטן און זיי פֿאָרגעוואָרפֿן, פֿאַר וואָס גייען זיי אין אַ ייִדישן פּלאַץ פֿאַר רעליגיעזן קולט, און וווּ איז זייער אינטערנאַציאָנאַלער און אַטעיִסטישער געוויסן?..

אָבער דער דראַנג צו זייַן צווישן ייִדן האָט איבערגעשטיגן. אין אַ פּאָר חדשים נאָך זייַן אָנקומען קיין מאָסקווע, אין איינעם אַ שבת האָט פֿימע באַשלאָסן: ער פֿאָרט אויף דער אַרכיפּאָוו-גאַס. קומענדיק אַהין, האָט ער דערזען אויף די טרעפּ פֿון דער שיל און אינעם דערבייַיִקן געסל עטלעכע צענדליק ייִדן, אפֿשר בייַ אַ פֿופֿציק. עס זייַנען צווישן זיי געווען כּל-מיני מענטשן — יונגע בחורים, וואָס האָבן אויסגעזען אינגאַנצן וועלטלעכע, אָבער כּמעט אַלע האָבן זיי געטראָגן בערד, באַיאָרטע פֿרויען, אַ פּאָרפֿאָלק אויסלענדישע טוריסטן, וואָס האָבן אויף אַ צעקאַליעטשעטן ייִדיש אויסגעפֿרעגט בייַ עטלעכע עלטערע ייִדן פּרטים וועגן דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. פֿימע האָט זיך קודם דערפֿילט אַ ביסל פֿאַרלוירן, געשטאַנען איינזאַם אין אַ ווינקל און זיך צוגעהערט. מיט אַ מאָל איז צו אים צוגעגאַנגען איינער פֿון די באַבערדיקטע יונגע־לייַט און האָט געפֿרעגט, צי ער איז פֿאַראינטערעסירט אין אַ „וויזאָוו‟ (אייַנלאַודונג), אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל? פֿימע איז געבליבן געפּלעפֿט פֿון דעם, וואָס וועגן אַזעלכע זאַכן רעדט מען דאָ אַזוי אָפֿן מיט אומבאַקאַנטע מענטשן. ער האָט מיט אַ מין שעמעוודיקייט אינעם קול דערקלערט, אַז ער דאַרף ניט דערווייַל קיין „וויזאָוו‟, אַז ער איז אַ סטודענט, ערשט געקומען קיין מאָסקווע, און בענקט נאָך אַ ייִדישער סבֿיבֿה. דער באַבערדיקטער בחור האָט אים גלייַך אַרייַנגעצויגן אין אַ קרייַזל פֿון זייַנע חבֿרים, אויך יונגע־לייט מיט בערד, וועלכע האָָבן לעבעדיק געשמועסט וועגן זאַכן, וואָס פֿאַר פֿימען האָבן געקלונגען סייַ דרייסט, סייַ מאָדנע, סײַ דראָענדיק. דער שמועס האָט געשטראָמט אין אַ ריכטונג, וואָס האָט אי צוגעצויגן, אי געשראָקן: ד…סקין האָט מען ווידער אַרויסגערופֿן „אַהין‟ און אויסגעפֿאָרשט, בייַ ל…נען האָט מען געמאַכט אַן אונטערזוך, גענישטערט אין אַלע ווינקעלעך, פ…שטיין האָט געקראָגן אַ דערלויבעניש אויף אַרויסצופֿאָרן נאָכן אָנגעבן די בקשה צום דריטן מאָל, אינגיכן וועט מען אָנהייבן אַ נייַעם אולפּן פֿון עבֿריתּ אין אַ פּריוואַטער דירה אין איזמייַלאָוואָ, ל…בערג האָט געשריבן פֿון ירושלים, אַז ס’איז דאָרט ניט אַזוי מסוכּן הייס, ווי ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אויף סוכּות איז אין „אָווראַזשקי‟ געווען זייער לעבעדיק, מע האָט זיך גוט אָנגעטאַנצט און אָנגעזונגען, די ק.ג.ב-לייַט האָבן דאָס מאָל ווייניקער געשטערט…

פֿימע האָט זיך צוגעהערט, ער האָט פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס עס גייט די רייד, אָבער די אַלע זאַכן האָבן געקלונגען פֿאַר אים עפּעס ווי אַ מין סודותדיקע שפּראַך פֿון אַ וועלט, וואָס איז ביז דאַן געווען פֿאַר אים פֿרעמד און פֿאַרשלאָסן.

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s