עמיל קאַלין
9
די לעקציע האָט זיך פֿאַרענדיקט. רחל, די שמירענרינס-רעביצין, אָדער רחלע, ווי געוויסע, מער אָנגעזעענע חבֿרטעס האָבן זיך דערלויבט זיך צו ווענדן צו איר, האָט צונויפֿגענומען אירע פּאַפּירן און געזאָגט הויך, מיט תּקיעות און שבֿרים: „היימאַרבעט! היימאַרבעט! שאַ! מײַנע טײַערע הינער, געערטע גענדז, פֿאַרגעסט נישט! די וואָך וויל איך, איר זאָלט זיך נעמען צו דער מלאָכה מיט קאָפּ, מיט ייִשובֿ-הדעת. לאָזט געמאַכט די קעניגינס, פּריצעסינס, ביזנעס-פֿרויען און אַלע איבעריקע אָנשיקענישן און שיינהייטן. מיר נייטיקן זיך אומבאַדינגט אין מער אינספּיראַציע! לויטערע אינספּיראַציע. חבֿרטעס, טוט מיר אַ טובֿה, קריכט נישט אין אלף-השישי אַרײַן, פֿאָרט נישט אַהין, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט, קוקט זיך אַרום, צו אַלדי שוואַרצע יאָר! ביז אַהער האָבן מיר יוצא געווען בלויז מיט שרײַבן, אַבי שרײַבן און קראַצן אַ שטיקל פּאַפּיר. דאָס איז געווען טאַקע אויסערגעוויינטלעך און וווּנדערבאַר — בראַוואָ אײַך! אָבער איצט דאַרף מען זיך, סוף כּל סוף, דערשלאָגן צו אַ ביסל תּכלית.‟
אומצופֿרידענע מרוקענישן און וואָרטשענישן האָבן אָנגעפֿילט דעם קלאַסצימער. אַ פּאָר חבֿרטעס האָבן עפּעס געמורמלט אונטער דער נאָז, אַרויסגעפֿאָנפֿעט פֿון זיך אומקלאָרע רייד און אַ זויערע מינע האָט זיך געשפּרייט איבער זייערע צורות, ווי רינגלעך איבער שטיל וואַסער נאָכדעם, ווען עמעצער וואַרפֿט אַרײַן אַ שטיינדל. איין חבֿרטע האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס און זיך געווענדט צו דער גבֿורה אַליין: „וואָס? איך האָב געאַרבעט זייער שווער איבער מײַנע דערציילונגען. הייסט עס, אַז דאָס וואָס מיר האָבן אָנגעשריבן ביז הײַנט, טויג אויף כּפּרות? ווי איז דאָס מעגלעך?‟
רחלע האָט זי צוגערופֿן צו זיך. די חבֿרטע האָט זיך שווער אַריבערגעקײַקלט דעם קורצן מהלך ביז דער רעבעצין. די רעבעצין האָט אָנגעטאָן אַ סודותדיקע מינע אויפֿן פּנים, אַרײַנגעשעפּטשעט עפּעס דער חבֿרטע אין אויער. דאָס כמאַרעלע, וואָס האָט פֿאַרשאָטנט, ביז אַהער דאָס ברייטע פֿאַרשוויצטע פּנים פֿון יענער חבֿרטע, האָט זיך אָפּגערוקט, איז זיך צעגאַנגען און זי האָט זיך אומגעקערט צו איר בענקל מיט לײַכטע אונטערטאַנצנדיקע טריט. ברייטע פֿיס, מיט קרומע פֿינגער און לאַקירטע נעגל, האָבן גענומען וואַרפֿן זיך אונטערן טיש, ווי פֿיש אויף דער יבשה. אַלע חבֿרטעס זענען געווען ווי באַזעסן פֿון אַ זוכעניש-פֿיבער, געקוקט אַרום זיך און אונטן, פּרוּוונדיק צו געפֿינען די אויסגעטאָנענע סאַנדאַלן.
„אוי! איך האָב פֿאַרלוירן מײַן לינקן סאַנדאַל!‟ — האָט זיך אָנגערופֿן חבֿרטע מרים מיט פֿאַרצווייפֿלונג און זיך געקרימט ווי אַ קליין מיידעלע.
אַ סאַנדאַל, אַ רויטער, אַן אַלטער און אַן אויסגעקרימטער פֿון צו פֿיל טראָגן אים, האָט זיך באַוויזן אין דער רעכטער האַנט פֿון אַ חבֿרטע, וואָס איז געזעסן בײַם צווייטן עק טיש.
„אָט איז ער!‟ — האָט חבֿרטע מרים געפּאַטשט מיט די הענט, און דער סאַנדאַל, געפֿירט פֿון איין חבֿרטע צו דער צווייטער, איז אַריבערגעקומען צו איר.
עטלעכע חבֿרטעס, גליקלעכע און באַסאַנדאַלטע, האָבן זיך אויפֿגעהויבן און זיך צוגעשאַרט צו רחלען, זיך פֿאַרהאַלטן אַ ווײַל לעבן דער רביצין און גערעדט צו איר מיט רירעוודיקערהייט וועגן די מאַמעס, קינדער און אייניקלעך.
איך האָב פֿאַרלאָזט דעם ליכטיקן צימער און אָנגעטאַפּט דעם וועג אינעם פֿינצטערן קאָרידאָר. אַ שאַרפֿע, קורצע, הייזעריקע קוויטשערײַ פֿון אַ קאַץ האָט זיך פֿון ערגעץ דערטראָגן צו מיר און באַלד האָט אַ קאַץ, ווײַזט אויס די, וואָס האָט געליטן די מפּלה אין אַ געשלעג, איז מיר איבערגעלאָפֿן דעם וועג.
קילבלעכע ווינטן האָבן געבלאָזן מיט אַ פֿײַפֿעניש איבער דער בצלאל־גאַס. ס׳איז געווען אומגעוויינטלעך שטיל. געציילטע פֿאַרבײַגייערס האָבן זיך דורכגעשמוגלט שטילערהייט דורך דעם בײַנאַכטיקן נעפּל, געבראַכט אַהער מיט די ווינטן. בלאָנדזשענדיקע אויטאָס האָבן זיך געגליטשט שטילערהייט איבער דעם אַלטן אַספֿאַלט און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטער די בנינים.
איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען „נאָקטורנאָ‟, ווען כ׳האָב דערהערט דאָס גיכע קלאַפּן פֿון זוילן אויפֿן טראָטואַר. עמעצער, הינטער מיר, איז געלאָפֿן אָפֿט אָטעמדיק, און פּלוצעם אָנגערופֿן מײַן נאָמען. דאָס איז געווען רחל, די לײַביקע רעבעצין.
זי האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ רגע אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם און די ווערטער זענען אַרויסגעקומען פֿון איר מויל, ווי פֿייגל וואָלטן אַרויסגעפֿלויגן פֿון אַן אָפֿענער שטײַג:
„וואַרט, וואַרט! דו זעסט אויס פֿאַרחידושט, האַ?‟ — זי האָט גענומען אָטעמען טיפֿער און געזאָגט ווײַטער: „יאָ, האָסט מיך געפּאַקט, האָסט וואָרשײַנלעך אַנטפּלעקט מײַן סוד: איך עקזיסטיר אויכעט, אויסער די ראַמען פֿון דעם שרײַב-קלאַס. איך האָב געוואָלט כאַפּן מיט דיר אַ שמועס, אָבער דו ביסט אַנטלאָפֿן, ווי עמעצער וואָלט דיך נאָכגעיאָגט. איך וויל זיך איבערוואָרפֿן מיט דיר מיט אַ וואָרט, כאָטש איך ווייס נישט, פֿון וואָס אָנהייבן. אייגנטלעך, האָב איך אַ סך וואָס צו זאָגן. זאָלסט וויסן, אַז די דערציילונג מיט דער אַלטער קלאַפֿטע און דעם שטיקל ליידיקן פּלאַץ אין פּתּח-תּיקווה איז געווען חנוועדיק. דאָס הייסט, קונציק געשריבן, אָבער האַרב און גראָב ווי דאָס לעבן, וואָס קאָכט זיך אַרום אונדז, און די מענטשן מיט וועמען מיר האָבן צו טאָן טאָג אײַן טאָג אויס. אַוודאי, דאַרף מען זי נאָך שלײַפֿן און אפֿשר בײַטן דעם סוף, אָבער זי איז דאָך אַ שטיקל יש. הײַנטיקע צײַטן, ווען עס צעהוליעט זיך די גײַסטיקע ליידיקייט און כאַפּט אַרום אַלץ און אַלעמען, איז דאָס שוין אַ גרויסע זאַך, כּמעט אַ דערגרייכונג. יעדפֿאַלס, אַזאַ פּנים האָבן מיר, ווי יענע מכשפֿה. מיר זענען גיריקע ברואים. ס’רינט בײַ אונדז די סלינע אומאויפֿהערלעך און איך ווייס נישט, אויב דאָס איז צום וויינען אָדער צום לאַכן. קום, לאָמיר פֿאַרקערעווען אויף קינג דזשאָרדזש, זי איז נישט מיאוסער ווי די איבעריקע ירושלימער גאַסן. איך האָב געמיינט, אַז דו ביסט אַוועק אַ ברוגזער צוליב דעם אידיאָטישן אָנפֿאַל פֿון די לאַנגווײַליקע חבֿרטעס. נעם נישט די לעכערלעכע אַטאַקע צום האַרצן. זיי גראַגערן, שיטן מיט רייד און אַלץ איז אין דער וועלט אַרײַן, ווי אַ סאָרט פֿאַרווײַלונג אָדער צײַט־פֿאַרטרײַב, אַבי עפּעס זאָגן, אַרויסזאָגן אַ דעה. עס איז לחלוטין נישט וויכטיק, אויב די דעה איז אַן אייגענע, טאָמער מע האָט זי פֿאַרשטאַנען און צעקײַט אָדער די חבֿרטעס האָבן זי גאָר געבאָרגט בײַ אַ העלדין אין עפּעס אַן אידיאָטישן פֿילם.
„אַ מאָל פֿירן זיי זיך ווי קליינע מיידלעך; זיי חזרן איבער די רייד, וואָס זיי האָבן געהערט אין דער טעלעוויזיע. אַ מאָל טאַקע וואָרט בײַ וואָרט. און אַז איך זאָג זיי, אַז אַזאַ אָדער יענער פּערסאָנאַזש האָט זיך אויסגעדריקט פּונקט מיט די זעלבע ווערטער, עפֿענען זיי אַ פּאָר אויגן און קוקן מיך אָן, ווי איך וואָלט ערשט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל. איך קריג געלט, כּדי זיך צוהערן און איבערלייענען זייערע חכמהלעך, האָב איך נישט קיין ברירה. עסן מוז מען, איך ווייס דאָס גאַנץ גוט. צוריק גערעדט, טו איך דער וועלט אַ גרויסע טובֿה. דער קלאַס הייסט טאַקע שרײַב-קלאַס, אָבער איך באַצי זיך צו דעם, דער עיקר, ווי אַן אופֿן צו פֿאַרצוימען זייער ווילדע גראַפֿאָמאַנישקייט. אָפּשטילן זייער אומאויסשעפּלעכן דאָרשט פֿאַרן זעלבסט-אויסדרוק אָן צו שאַפֿן גרעסערע פּראָבלעמען. שטעל דיר פֿאָר, אַז עס וואָלט זיי אײַנגעפֿאַלן, חלילה, אַרויסגעבן אַ בוך? קודם-כּל, וואָלטן זיי אויסגעגעבן שווערע טויזנטער, ווי אַ צושטײַער צו די הוצאָות פֿון דעם פֿאַרלאַג. דער פֿאַרלאַג וואָלט געמוזט זיי צושטעלן אַ רעדאַקטאָרין, נעבעך, זי זאָל פּרוּוון אויסראַטעווען פֿון זייער כּתבֿ־יד דאָס, וואָס עס לאָזט זיך ראַטעווען, און דאָך וועט זיך, לסוף, באַקומען אַן אָפּגעקאָכט מאכל.
„אַ מאָל קריג איך אויך אַזאַ שטיקל אַרבעט. דעמאָלט זינק איך אײַן נײַן איילן אין אַ אומזיניקער, צערודערטער וואַקכאַנאַליע, אַ ווילד געווירבל פֿון ווערטער, וואָס קלעפּן זיך נישט איינס צום צווייטן. מע פֿירט צונויף אַ וואַנט מיט אַ וואַנט. נישט איין מאָל האָב איך זיך געמוטשעט מיט אַזאַ בוך און געפּרוּווט געפֿינען אַ נאָדל אין אַ וואָגן היי, אָבער די צײַט האָט מיך געלערנט, אַז אַ מאָל דאַרף מען אויפֿגעבן; נישטאָ קיין נאָדל, נישטאָ קיין היי און נישטאָ קיין וואָגן; אַלץ וואָס איז דאָ, איז אַ זינלאָזע פּלאַפּלערײַ, אָנגעשמירט אויף צו פֿיל בויגנס פּאַפּיר, וואָס האָט נישט קיין עק.
„דו מיינסט, אַז די חבֿרטעס לייענען ביכער? אַ נעכטיקער טאָג! זיי זענען זיך נישט מטריח אַן עפֿן טאָג אַ בוך, פֿון אַ בלעטער טאָן אַ פּאָר זײַטלעך איז שוין אָפּגערעדט. דאָס איז שוין אן אָפּקומעניש. די נעמען פֿון די גרעסטע שרײַבערס פֿון דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט זענען זיי לחלוטין אומבאַקאַנט. שטעל דיר פֿאָר: איך האָב אַמאָל דערמאָנט דעם נאָמען ווירדזשיניאַ וואָלף, האָבן זיי געמיינט ס’איז גאָר אַ קלייט פֿאַר פֿרוייִשן אונטערוועש. יאָ, פֿון ׳וויקטאָריאַ סיקרעט׳ ביז ׳ווירדזשיניאַ וואָלף׳ איז פֿאָלג מיר אַ גאַנג. זייער וויסן גרענעצט מיט פּאָלנער עם-הארצות. אין וואָס באַשטייט זייער אינטעלעקטואַל לעבן? זיי שיקן איינע דער צווייטער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אייניקלעך און די מאכלים, וואָס זיי קאָכן אויף שבת. נאַ, דיר אַ גראָשן פֿאַר זייער פֿעמיניזם און ברייטע האָריזאָנטן. און די מענער זייערע זענען אפֿשר נאָך גרעסערע עם-הארצים. זיי זענען גאָר נישט דערגאַנגען צום שטאַפּל, וווּ אַ מענטש האָט פּרעטענזיעס צו זיך. זיי טאָפּטשען זיך פֿון ששת-ימי-בראשית אָן, אין אַ געדיכטער געמויזעכץ פֿון הוילן טיפּשות, מיקלומפּערשטן מבֿינות, אומגעלומפּטערטער פּראָסטקייט, גראָבקייט און וווּלגאַרישקייט.
„זיי האָבן די מאה, אָבער, ליידער, נישט די דעה. זאָלסט וויסן, אַז דאָס איז נישט קיין אויסנאַם און קיין צופֿאַל. נעם, למשל, מײַן פֿעטער: אָט, דאָס איז אַ שיינע מעשׂה. אין 1990, אַז מיר זענען, ווי מע זאָגט, געזעסן אויף די וואַליזעס און אויסגעקוקט אויף דער גליקלעכער מינוט, ווען מיר וועלן פֿאַרלאָזן דאָס סאָוועטישע היימלאַנד און עולה זײַן קיין ישׂראל, האָבן מײַן פֿעטער און זײַן כּשר ווײַב, די אוקרײַנערין, אָנגעגעבן אַ בקשה אַרויסצופֿאָרן דווקא קיין דײַטשלאַנד. יענער אייבערשטער כּוח, וואָס פֿירט אונדז, האָט אַ פֿײַנעם געשמאַק פֿאַר דראַמעס: עס האָט זיך אַזוי געטראָפֿן, אַז דעם זעלבן טאָג ווען מיר זענען געפֿלויגן קיין ישׂראל, איז מײַן פֿעטער אַוועקגעפֿלויגן מיטן ווײַב קיין בערלין. בעתן געזעגענען זיך אינעם פֿליפֿעלד, האָט מײַן טאַטע נישט געקענט אָנקוקן זײַן פּרצוף: ס’טײַטש?! מיר, ייִדן, האָבן דאָך אַ מדינה, אַן אייגענעם ווינקל אויף דעם פֿאַרקאַקטן, פֿאַרשאָלטענעם פּלאַנעט, און סוף כּל סוף דערלויבט אונדז די מאַכט אַוועקפֿאָרן אַהין, טוט דער איינציקער ברודער זײַנער אַ שפּײַ אויף דעם, נעמט זיך און פֿאָרט צו יענע רוצחים? מיר האָט זיך עס אויך נישט געלעגט אויפֿן שׂכל, ווײַל צו יענער צײַט בין איך אויך געוואָרן אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע. אָבער דער פֿעטער — ער האָט זיך ווייניק געמאַכט דערפֿון. ער איז נישט געווען קיין סענטימענטאַלער מענטש. ער האָט זיך געלערנט אויף אַ בוי- נישט אויף אַ דיכטער. קורץ, ס’איז געוואָרן אַ גרויסער ברוגז צווישן די ברידער.
„דאָ, אין ישׂראל, פֿלעגט פֿאָרקומען בײַ אונדז אין שטוב אַזאַ חודשלעכע צערעמאָניע: די באָבע פֿלעגט אָנטאָן די לייען-ברילן מיט די צעקראַצטע שײַבעלעך און לייענען הויך, וויפֿל אירע אַלטע לונגען האָבן נאָר דערלאָזט, די בריוו, וואָס דער פֿעטער פֿלעגט איר שיקן פֿון בערלין. ווײַזט אויס, אַז עס איז אים נישט געגאַנגען זייער גוט. די נײַעס זענען נישט געווען קיין פֿויגלדיקע. ער האָט זיך טאַקע דעראָבערט אויף אַ נישקשהדיקן פּאָסטן, אָבער עפּעס האָט דאָרט נישט געקלאַפּט. איך געדענקט נישט קיין פּרטים, בלויז דאָס האַלב צעבראָכענע קול פֿון דער באָבען בשעתן פֿאָרלייענען אָט די בריוו מיט די פֿרעמדע מאַרקעס אויפֿן קאָנווערט.
נאָך אַ יאָר-צוויי זענען זיי ביידע, ער און די כּשרע אוקראַיִנקע, זיך אַריבערגעפּעקלט קיין אַמעריקע; און דאָרט, אין אַמעריקע, האָבן זיי געדונגען אַ דירה אין ברײַטאָן-ביטש, „ליטל אָדעס, און געמאַכט אַ לעבן. די באָבע פֿלעגט פֿאָרלייענען די בריוו, ווען דאָס גאַנצע הויזגעזינד איז געזעסן אַרום דעם טיש אין קיך און געגעסן וועטשערע אפֿשר צו פֿאַרזיכערן, אַז דער ביס וועט בלײַבן שטעקן דעם טאַטן אין האַלדז, נאָר דער טאַטע פֿלעגט שטענדיק זופּן דעם באָרשט מיט אַ זויערער מינע. אויף יעדן בריוו — אַלץ איינס וואָס עס איז געווען דערין געשריבן, — האָט דער ער געהאַט איין ענטפֿער: „וואָס צעשמירסטו די קאַשע איבערן טעלער? ס’קומט אים נישט, דעם שׂונא פֿון פֿאָלק, אַזאַ כּבֿוד.‟ צומאָל פֿלעגט ער צוגעבן: „מ’טאָר נישט לייענען זײַנע בריוו מיט גרויס פּאַראַד!‟ די באָבע האָט זיך אָנגענומען פֿאַר איר קינד, אָבער רעדן מיט דעם טאַטן איז ווי צו רעדן צו דער וואַנט — אַ שׂונא פֿון פֿאָלק פֿאַרבלײַבט אַ שׂונא פֿון פֿאָלק און קיין שום זאַך וועט אים שוין נישט ריין-וואַשן.
„בשעת דער טאַטע פֿלעגט שיטן אויף זײַן ברודער פּעך און שוועבל, געדענק איך זיך און די שוועסטער שושקען זיך וועגן דעם פֿעטער, וואָס מיר האָבן אים קוים געדענקט, אַלערליי אויסגעטראַכטע מעשׂיות. מיר פֿלעגן דערציילט איינע דער אַנדערער, אַז ער פֿאַרמאָגט דאָרט, אין ניו-יאָרק, אַ ריזיקע שטוב, מיט משרתים, אַ שווים-באַסיין, אַ לימוזין און אַ שאָפֿער. ווי אַנדערש האָבן מיר געקענט אַנטלויפֿן פֿון אונדזער קליינטשיקער דירה אין קרית-יובֿל? דער גאַנצער אַרום איז געווען ווי אָפּגעבליאַקעוועט, פֿאַרגרויט און איז געוואָרן וואָס אַ מאָל מער לאַנגווײַליק און שמאָלקעפּיק.
„דער טאַטע האָט געהאַלטן, אַז אין ירושלים דאַרף אַ ייִד זײַן אַ ייִד, אָן חכמות. ער האָט געלאָזט זיך וואַקסן אַ באָרד, אַרומגעטראָגן אין שטוב מיט אַ קאַפּל אויפֿן קאָפּ, געוואָרפֿן אַן אומחן אויף אַלע טריפֿות אין אײַזקאַסטן און איז געוואָרן אַ נאַש-בראַט מיט ריבונו-של-עולם. אין אַ שיינעם טאָג קומט אָן אַ בריוו פֿון דעם פֿעטער, וווּ ער לאָזט אונדז וויסן, אַז ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט אין דער ניו-יאָרקער באַן און געעפֿנט אַ נײַ געשעפֿט מיט אַ שותּף, וואָס האָט טיפֿע קעשענעס. ער האָט באַצײַטנס פֿאַרשריבן אַ פּאַטענט אויף זײַן נאָמען: אַ ראָזעווער האָז, וואָס וויברירט, ציטערט. פֿאַרשטייסטו מיך? די באָבע האָט איבערגעלייענט די פֿרישע נײַעס און נישט געקענט בשום-אופֿן דערגיין דעם שׂכל: ווער זשע וויל קויפֿן אַ וויברירנדיק, ציטערנדיק העזעלע? וועמען טויג אַזאַ זאַך? „די וועלט איז משוגע געוואָרן!‟, האָט זי לסוף באַשטעטיקט נאָך אַ לענגער קלערעניש. דאַכט זיך, אַז דאָס געשעפֿט איז געגאַנגען זייער גוט און בײַם פֿעטער איז שוין דורכגעלאָפֿן אַ מחשבֿה אײַנקויפֿן אַן אייגענע דירה. איבעריק צו זאָגן, אַז בײַ אונדז איז מען אָפּגעקומען מיט גראָשנס און מ׳האָט געציטערט, אַז דער בעל-הבית זאָל חס-ושלום נישט פֿאַרהעכערן דאָס דירה-געלט.
„דערהערט אַזעלכע ווערטער איז דער טאַטע געוואָרן פֿול מיט רציחה אויף יענעם ׳אַמעריקאַנער שאַרלאַטאַן׳ און זײַנע שמוציקע בריוו. איך געדענק דאָס, ווי עס וואָלט געשען ערשט נעכטן: דער טאַטע איז געזעסן בײַם טיש אין קיך, אָנגעטאָן אין אַ גרוי געוואָרענעם לײַבל, וואָס איז געווען דורכגעווייקט מיט שווייס. ער האָט אַ קלאַפּ געטאָן מיט זײַן שווערן פֿויסט איבערן טיש, אַז די גלעזער האָבן אַזש זיך געגעבן אַ וואַקל און דער קאַפּל אויפֿן קאָפּ האָט אונטערגעטאַנצט. די ווערטער זענען אַרויסגעקומען פֿון אים, ווי אַ פֿאַרצווייפֿלטער געקריי פֿון אַ האָן: ׳אָט די פֿאַלשע נײַעס זענען אַ סאַבאָטאַזש קעגן מיר! שוין, ווײַטער טאָר קיינער נישט דערמאָנען דעם נאָמען פֿון יענעם געמיינעם שאַרלאַטאַן!׳
„פֿון יענעם טאָג אָן איז געווען אַבסאָלוט פֿאַרווערט דער באָבען לייענען אונדז די בריוו, וואָס זי פֿלעגט דערהאַלטן פֿון איר זון. דאָס הייסט, אַז זי האָט זיי אונדז, מיר און דער שוועסטער, יאָ פֿאָרגעלייענט ווײַטער, אַז דער טאַטע איז נישט געווען אין דער היים. אַזוי אַרום האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז מיר האָבן אַ שוועסטערקינד אין ניו-יאָרק, דער פֿעטער האָט געקויפֿט אַ פֿײַנע דירה אין מענהעטן — „מענגעטאַן‟, ווי די באָבע פֿלעגט עס אַרויסלייענען. דער פֿעטער האָט געמאַכט שווערע מיליאָנען פֿון זײַנע וויברירנדיקע „צאַצקעס‟; מע האָט געעפֿנט אַ פֿאַבריק אין דער בראָנקס, וווּ מע האָט פֿאַבריקירט העזעלעך אַ גאַנצן מעת-לעת, זיבן טעג אַ וואָך. די העזעלעך האָט שוין געווען קריגן מיט אַלערליי פֿאַרבן: רויט, פֿיאָלעט, ווײַס, געל, גרין. דער פֿעטער איז אָבער נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט. ער האָט געמאַכט סקיצעס פֿאַר וויברירנדיקע טשערעפּאַכעס, פֿייגל, פֿיקסלעך, וועווריקעס. די חיהלעך האָבן זיך פֿאַרקויפֿט זייער גוט. דאַכט זיך, אַז עס איז געווען ממש אַן אויסכאַפּעניש אויף זיי, באַזונדערס צווישן די ניו-יאָרקער פֿרויען. שפּעטער האַבן יענע וויברירנדיקע צאַצקעס עולה געווען קיין ארץ-ישׂראל און אויכעט דאָ האָבן זיי באַקומען אַ שם. איך האָב זיך אײַנגעקויפֿט אַזאַ וויבראַטאָר אין מלחה — אַ פֿײַנע זאַך, בנאמנות! איך ווייס נישט אָבער ווי אַזוי די ידיעה, אַז איך האָב אַן אייגענעם העזעלע, איז דערגאַנגען צום טאַטן. נו, יענע מעשׂה! ס’האָט זיך געטאָן חושך בײַ אונדז. מײַן טאַטן, דעם צדיק, איז נימאס געוואָרן פֿון ירושלים-של-מעלה, האָט ער געמוזט האָבן אַ דעה אויך אין ירושלים-של-מטה.
„ביידע ברידער, יעדער אויף זײַן אופֿן האָבן געמיינט, אַז דער גאַנצער אמת ליגט בײַ זיי אין בוזעם-קעשענע; נאָר דער פֿעטער, זאָל ער עס מיר מוחל זײַן, איז געווען אַ נאַר מיט אַ קאַר און מײַן טאַטע — אַ נאַר אָן אַ קאַר…
„אָט, באַלד קומען מיר אָן צו מײַן דירה. די פֿיס האָבן אונדז געטראָגן ווי אויף אייגענעם באַראָט, האַ? זאָרג דיך נישט. איך וועל דיך נישט צווינגען אַרויפֿקומען.‟
מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אויף דעם שמאָלן טראָטואַר, לעבן אַ נידעריקן פּלויט, הינטער וועלכער עס זענען געשטאַנען קורצע, ווילד-צעוואַקסענע קוסטעס. זייערע איבערגעפֿלאָכטענע צווײַגן, באַוואַקסן מיט אַ סך קליינע, שטײַפֿע בלעטעלעך, האָבן זיך ווי אויסגעשטרעקט צו אונדז מיט שטומער דערוואַרטונג.
רחל האָט גענישטערט אין איר גרויסן, שוואַרצן טאַש: „וווּ זענען מײַנע שליסלען, צו אַלדי שוואַרצע יאָר? הערש הייסטו, אַיאָ? זאָלסט וויסן, אַז דו ביסט אַ צוהערער, אַראָפּגעשיקט פֿון הימל.‟
זי האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און מיך אָנגעקוקט מיט אַ פּאָר פּינטלדיקע, מילד געוואָרענע אויגן. איר האַנט האָט אויפֿגעהערט זוכן אין טאַש און אויף איר אויסגעשעפּט פּנים האָט זיך אָנגעצויגן אַ דינער, עטוואָס פֿאַרשעמטער שמייכל. „אָבער נאָר איצט כאַפּ איך זיך, אַז דו האָסט מיר גאָרנישט דערציילט וועגן זיך. זײַ מיר מוחל, וואָס איך בין געווען אַזוי פֿאַרטאָן אינעם דערציילן און רעדן וועגן זיך, אַזש כ׳האָב גאָר פֿאַרגעסן אין די סאַמע גרונטלעכער כּללים פֿון העפֿלעכקייט. אויך עמעצער, וואָס גייט דיר אין דער לינקער פּיאַטע, מוזסטו זיך נאָכפֿרעגן וועגן אים כאָטש אויף יוצא זײַן.‟
„וועסט לאַכן, אָבער מײַן לעבן איז אומדערטרעגלעך לאַנגווײַליק. איך פֿרעג זיך אַליין: וואָס אייגנטלעך האָב איך געטאָן אַלע יאָרן? מיט וועלכע כּוחות האָב איך זיך דערשלעפּט ביז מײַנע פֿינף און דרײַסיק יאָר און זיך נישט אַרײַנגעשאָסן אַ קויל אין קאָפּ אונטערוועגנס? איך וואָלט דאָס געטאָן בלויז צוליב לאַנגווײַל — פּראָסט און פּשוט… אפֿשר לעב איך נאָך אַלץ צוליב מײַנע קנאַפּע מיליטערישע פֿעיִקייטן, אַ רעזולטאַט פֿון אַ דרײַ־יאָריקן פּאַרווענעם מיליטערישן דינסט אין „שנעלער‟ און אויך מײַנע לינקע הענט. מײַן טאַטע האָט זיך געריסן די האָר פֿון קאָפּ, ווען איך האָב באַקומען פּראָפֿיל פֿיר און זעכציק, צוליב מײַן צווייפֿלהאַפֿטיקן פּלאַטפֿוס און אַמאָליקער אַסטמע, ער האָט געוואָלט, איך זאָל זײַן שמשון-הגיבור, ווי מײַן עלטערער ברודער, יעקבֿ, אַרומלויפֿן איבער די פּוסטע, צוגעזאָגטע בערגלעך, וווּ יעקבֿ אָבֿינו האָט געפּאַשעט די שאָף, און אַנשטאָט דעם האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ יאָר פֿון אַרומגיין פּוסט-און-פּאַס אין דער מיליטערישער באַזע. מײַן הויפּט-באַשעפֿטיקונג איז באַשטאַנען אין פּלאַנירן, ווי אַזוי צו קריגן נאָך און נאָך קראַנקייט-טעג. אַ מעשׂה פֿאַר זיך.‟
„און וואָס ווײַטער?‟ — רחל האָט געפֿונען די שליסלען און איצט האָט זי פֿאַרלייגט די הענט אויפֿן ריזיקן בוזעם און מיך אָנגעמאָסטן מיט אַ זײַטיקן בליק. איך האָב דערפֿילט ווי דער דאָזיקער בליק מאַכט מיר וואָס אַ מאָל קלענער, אײַנגעשרומפּענער. דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מײַן ווידערשטאַנד. ווײַטער האָב איך שטודירט אין אוניווערסיטעט צו ווערן אַן אַדוואָקאַט בישׂראל, חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי, צו וועמען איך האָב געהאַט, פֿון אָנהייב אָן, געמישטע געפֿילן. אָבער דעמאָלט האָט דער קערפּער פֿאַרנומען דעם אויבנאָן. דער שׂכל און דאָס האַרץ האָבן אָנגענומען אַ מאָדנע שווײַגעניש.‟
אָט אַזוי, האָסטו אַ ווײַב, הייסט עס?‟ — האָט זי כיכיקעט און איר לײַביקער קערפּער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קליידער, איז ווי באַהאַפֿטן געוואָרן מיט דער נאַכט און לאַנגע שאָטנס פֿון די ביימער, וואָס זענען געקראָכן צו אונדז.
„יאָ, אַזוי שטייט געשריבן אין מײַן ביולעטין. איך קען דאָס נישט לייקענען. איך האָב אַ ווײַב און אַ קליין מיידעלע פֿאַר אַ צוגאָב. אַ שיינער פּאַק, האַ? זאָלסט נאָר וויסן, אַז יענער הערש, וואָס טראָגט מײַן נאָמען און דרייט זיך אַרום מיט מײַנע פּאַפּירן איז מיר אַ פּאָלנער פֿרעמדער. און דעריבער…‟
„שוין‟, — האָבן רחלס פֿינגער גענומען זיך שפּילן מיט די שליסלען. — „ס׳איז שוין שפּעט. עס מוז תּמיד ווערן שפּעט. דאָס איז אַ נאַטור-געזעץ.‟
איך האָב זיך געהערט זאָגן: „ווען זעען מיר זיך ווידער?‟
„ווען? דו האָסט, דאָך, מײַן טעלעפֿאָן־נומער. קלינג מיר אָן, ווען דו האָסט אַ פֿרײַער מינוט. שאַ, ווייסטו וואָס? איך אַרבעט אין אַ קליינעם קאַפֿע, נישט ווײַט פֿון דאַנען, אויף עזה־גאַס; אויף אַזאַ ליטעראַרישער טעטיקייט האָב איך אָנגעטראָפֿן לעצטנס, כאַפּ זיך אַרײַן, וועלן מיר האָבן אַ שמועסל איבער אַ טעפּעלע קאַווע. דער בעל-הבית וועט אונדז מסתּמא באַוואָרפֿן מיט בייזע בליקן, ווײַל מע נייטיקט זיך דאָרט שטענדיק אין אַ פּאָר הענט — זאָל ער זיך הענגען.‟
„אָפּגערעדט!‟
„כאַפּ נישט! איך בין נישט אַזאַ מרשעת, וואָס נעמט צו בײַ אַ פֿרוי איר מאַן, חס-ושלום, דאָס וועט קיינמאָל נישט געשען, אויף מײַן וואָרט, נאָר עפּעס שטעקט אין דיר, צום באַדויערן. דו גייסט אויך מיט דער טשערעדע, אָבער כאָטש דו דרייסט זיך דעם קאָפּ צוריק פֿון צײַט צו צײַט. דאָס איז אַ ריזיקער קאָמפּלימענט.‟
„געוויס.‟
„נאָר דאָס לעבן איז אַזוי נודנע און קורץ, ווי אַ פֿאַרץ שבת נאָכן טשאָלנט. וואָס טויגן אַלע חשבונות? באַלד וועלן מיר ביידע ליגן אין דער ערד און אָנשרײַבן דאָרט אונדזערע מײַסטערווערק, וואָס קיינער וועט זיי נישט לייענען. דאָס טרעפֿן זיך האָט נישט קיין שׂכל, איך ווייס, ווײַל קיין שום המשך וועט נישט זײַן.‟
„נישט דער שׂכל און נישט דער המשך זאָגן נישט צו קיין גרויסע גליקן. מעגסט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט. אַ מאָל דאַכט זיך מיר, אַז דאָס זאָרגלאָזע זופּן פֿון אַ טעפּעלע קאַווע איז די גרעסטע דערגרייכונג פֿון אונדזער צײַט. דאָס איבעריקע, וואָס קומט פֿאָר מיט אונדז און אַרום אונדז, האָט נישט ווערט קיין אויסגעבלאָזן איי.‟
המשך קומט