דער אַנטיסעמיטישער געיעג אויף „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟

דעם 13טן יאַנואַר 1953 האָט זיך אין דער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ [עמעס], דער צענטראַלער דרוק־אָרגאַן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרקטיי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, באַוויזן אַן אַרטיקל אונטערן קעפּל „נידערטרעכטיקע שפּיאָנען און מערדער אונטער דער מאַסקע פֿון פּראָפֿעסאָרן־דאָקטוירים‟. דער אַזוי גערופֿענער דאָקטוירים־ענין האָט זיך אָנגעהויבן צעוויקלען.

מיר דרוקן איבער דעם שמועס, געפֿירט פֿון דער זשורנאַליסטקע נאַטעלאַ באָלטיאַנסקי מיט נאַטאַליע ראַפּאָפּאָרט, די טאָכטער פֿון יעקבֿ ראַפּאָפּאָרט, דעם באַרימטן פּאַטאַלאָגאָ־אַנאַטאָמיסט, וועלכער איז אַרעסטירט געוואָרן בײַ נאַכט דעם 3טן פֿעברואַר אין מאָסקווע.

— דאָס איז געווען גאָר אַ נײַער ענין. צום יאָר 1953 איז מען שוין געוווינט געוואָרן, אַז ס׳קאָנען זײַן אַרעסטן לויטן פֿאַך, למשל, דער „אינזשענערן־ענין‟, וואָס האָט צונישט געמאַכט די סאָוועטישע טעכנאָלאָגיע און אינזשינערן־דערפֿינדונגען, דער „אַוויאַטאָר־ענין‟, דער „שרײַבער־ענין‟, וואָס האָט געקעפּט די ליטעראַטור [בפֿרט די ייִדישע ליטעראַטור — רעד.]. אָבער דווקא דער „דאָקטוירים־ענין‟ האָט פֿאַרטשעפּעט דאָס גאַנצע לאַנד. ס׳איז ווייניק געווען, וואָס מ׳האָט חרובֿ געמאַכט די מעדיצין, האָט זיך נאָך אַרום אָט דעם „ענין‟ צעגאַרטלט אַ ווילדע אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע. מיליאָנען בירגער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אָנגעהויבן מורא האָבן צו גיין צום דאָקטער, קויפֿן רפֿואות אין אַפּטייק. מענטשן פֿלעגן שטאַרבן נישט ווײַל „די דאָקטוירים האָבן זיי אָפּגעסמט‟, נאָר ווײַל זיי האָבן אויפֿגעהערט זיך ווענדן צום דאָקטער.

דעם טאַטן האָט מען פֿאַרן אַרעסט גענומען אויף אַרבעט אינעם אינסטיטוט פֿון סערום און וואַקצין ער זאָל דאָרט אָנפֿירן מיט דער קאָנטראָל־לאַבאָראַטאָריע. אין אַ טאָג קומט אַ פֿרוי און ברענגט אַן אַמפּול מיט פּעניצילין, וואָס איר זון האָט מען געמאַכט אַן אײַנשפּריצונג. וואָס איז? איר זינדעלע איז באַשאָטן געוואָרן. האָט זי געבראַכט די אַמפּול, מע זאָל באַשטימען, וואָסער סם איז דאָרט. אַז ס׳איז סם האָט די פֿרוי אויף קיין רגע נישט געצווייפֿלט. האָט איר מײַן טאַטע געזאָגט: „אײַער ייִנגעלע האָט אַן אַלערגיע אויף פּעניצילין. זאָגט אײַער דאָקטער ער זאָל אים אונטערקלײַבן אַן אַנדער רפֿואה‟. וואָס זשע האָט די מאַמע געענטפֿערט: „זאָל מײַן זון בעסער שטאַרבן פֿון אַ קרענק, איידער זײַן אָפּגעסמט פֿון אַ ייִדישן דאָקטער!‟

איר זײַט דעמאָלט אַלט געווען 13 יאָר. וואָס האָט איר פֿאַרשטאַנען פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אײַך?

— שוין נאָכן אַרעסט פֿון לינע שטערן אין יאַנואַר 1949 [פֿיזיאָלאָג, געווען אַרעסטירט אין שײַכות מיטן ענין פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟] האָב איך אָנגעהויבן עפּעס פֿאַרשטיין. מײַן מאַמע האָט בײַ איר געאַרבעט, און לינע פֿלעגט שטענדיק אוזורפּירן די מאַמע. אַפֿילו אין מײַן געבוירן־טאָג האָט די מאַמע געמוזט זײַן בײַ לינען, ווײַל לינעס געבוירן־טאָג איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט מײַנעם. און פּלוצעם בלײַבט די מאַמע אין דער היים, מ׳האָט איר אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט. וואָס איז? לינע איז נעלם געוואָרן. פֿרעג איך בײַ דער מאַמען: וווּ איז לינע? און די מאַמע ענטפֿערט מיר געפּלאָנטערט און פֿאַרדרייט, וואָס כ׳קאָן עס נישט פֿאַרשטיי.

ווי באַוווּסט, האָט נאָך אין יאָר 1948 די דאָקטערין לידיאַ טימאַשוק אָנגעשריבן אַ מסירה, לויט וועלכער די דאָקטוירים, וואָס היילן די גדולים אין קרעמל, היילן זיי נישט ריכטיק אויף אַזוי ווײַט, אַז די הויכגעשטעלטע פּאַציענטן שטאַרבן. סטאַלין האָט דעמאָלט געשטעלט זײַן שטעמפּל — „אין אַרכיוו‟, און די מסירה איז געבליבן אָן אַן ענטפֿער. אַנדערש געזאָגט, מ׳האָט זי אין גאַנג נישט געלאָזט, נאָר אויך אין איר נישט פֿאַרגעסן.

איצט לאָמיר אַרײַנקוקן, וואָס איז אין יענער צײַט פֿאָרגעקומען אינעם מיניסטעריום פֿון מלוכישער זיכערהייט. אין שפּיץ איז דעמאָלט געשטאַנען דער מיניסטער אַבאַקומאָוו, וואָס אונטער אים האָט געגראָבן דער אויספֿאָרשער ריומין. אין 1950 ווערט אַרעסטירט דער דאָקטער יעקבֿ עטינגער. מײַן טאַטע פֿלעגט תּמיד זאָגן, אַז „יאַשע האָט אַ לאַנגע צונג‟. די פֿאַרהערן האָט געפֿירט ריומין, וואָס „קוועטשט‟ אויפֿן שוואַכן עטינגער, אַז יענער זאָל באַריידן זײַנע קאָלעגן. אויף אַזאַ אופֿן האָט דער אויספֿאָרשער געקאָנט דערווײַזן, אַז זײַן נאַטשאַלניק אַבאַקומאָוו, איז אויף „איין צד‟ מיט די „פֿאַרברעכער־דאָקטוירים‟. אַבאַקומען ווערט אַרעסטירט. יעקבֿ עטינגער ווערט פֿאַרפּײַניקט. ער איז געשטאָרבן דעם 2טן מאַרץ 1951…

דאָס יאָר 1950 איז געווען אַ טראַגישע. דעם 19טן נאָוועמבער, אינעם טאַטנס געבוירן־טאָג פֿלעגן בײַ אונדז אין שטוב זיך צונויפֿנעמען אַ סך מענטשן. דאָס מאָל האָבן בײַם טיש אויסגעפֿעלט טײַערע פּנימער; בפֿרט האָט געווייטיקט דאָס האַרץ נאָכן טאַטנס נאָענטסטן פֿרײַנד דאָקטער וואָווסי [ש. מיכאָעלס שוועסטערקינד — רעד.]. די עלטערן האָבן שטאַרק איבערגעלעבט. געוואַרט, אַז אָט וועט מען קומען נאָכן טאַטן. די מאַמע האָט אויך געוואַרט, זי האָט דאָך געאַרבעט אין איינעם מיט לינע שטערן. די פֿראַגע איז נאָר — ווער פֿון זיי ביידן וועט זײַן דער ערשטער קרבן

און אָט קומט דער 13טער יאַנואַר, דער טאָג, ווען ס׳דערשײַנט דער ליגנערישער אַרטיקל אין „פּראַוודאַ‟. איך, דעמאָלט אַ סאָוועטיש מיידעלע, אַ פּאַטריאָטקע און קאָמיוגיסטקע — גלייב נישט צום ערשטן מאָל אין לעבן ניט די צײַטונגען און ניט דעם ראַדיאָ. איך שרײַ צו מײַנע עלטערן: „וואָס שטייט איר? לויפֿט און זאָגט, אַז ס׳איז אַ טעות!‟ — און די מאַמע זאָגט מיר: „יאָ, ס׳איז אַ שרעקלעכער טעות. אָבער דו דאַרפֿסט קיינעם נישט זאָגן, אַז דו גלייבסט אין דעם נישט, און אַז דו האַלטסט עס פֿאַר אַ טעות! דו קאָנסט אונטערפֿירן מיך און דעם טאַטן. שוין אָפּגערעדט, אַז מע וועט דיך אַליין אויסשליסן פֿונעם קאָמיוג!‟ אירע לעצטע ווערטער זײַנען פֿאַר מיר געווען באַזונדערס שרעקלעך: וואָס הייסט, מ׳האָט מיך דאָך ערשט אינעם קאָמיוג אָנגענומען. אַפֿילו פֿאַר דער צײַט…

נאַטאַשע ראַפּאָפּאָרט אין די 1950ער יאָרן

קיינער אין קלאַס האָט נישט געוווּסט, וואָס בײַ אונדז אין שטוב איז געשען, אַ חוץ צוויי מיידעלעך, וועלכע האָבן געוווינט אינעם זעלבן הויז. דעם טאַטנס נאָמען האָט מען אין דער צײַטונג נישט דערמאָנט, דעם טאַטן האָט מען אַרעסטירט בײַ נאַכט דעם 3טן פֿעברואַר, און די צײַטונג איז דערשינען דעם 13טן יאַנואַר. ס׳זײַנען כּסדר דערמאָנט געווען צוויי פֿאַמיליעס — קאָגאַן, וואָווסי… אַרײַנגעזאָגט האָט מען אויך שלמה מיכאָעלסן, וואָס איז שוין צו יענער צײַט געווען טויט.

פֿון יענעם טאָג אָן זײַנען די עלטערן פֿאַקטיש אין דער היים נישט געווען; זיי טרעפֿן זיך מיט זייערע פֿרײַנד און געבן זיי איבער קליידער און געלט אויפֿן פֿאַל, אויב מע וועט זיי אַרעסטירן, זאָל בלײַבן געלט פֿאַר מיר און דער שוועסטער…

וואָס קומט פֿאָר מיט אײַער עלטערער שוועסטער?

— נהמי האָט צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דעם צווייטן מעדיצינישן אינסטיטוט, און מ׳האָט זי געשיקט אויף אַרבעט אין טאָראָפּעץ, אַן אַלטע רוסישע שטאָט. גלײַך נאָכן 13טן יאַנואַר איז צו איר געקומען אויף דער אַרבעט אַ פּאַרשוין און אָנגעהויבן פֿאָדערן, זי זאָל באַריידן אירע לערערס, בתוכם וואָווסי; זי זאָל אונטערצושרײַבן דעם בריוו, אַז די אַלע דאָקטוירים האָבן בכּיוון שלעכט געהיילט זייערע פּאַציענטן. אַ צווייט מאָל האָט מען פֿון איר געפֿאָדערט זיך אָנערקענען אין דעם, אַז זי האָט זיך באַטייליקט אין אַ „ציוניסטישן קרײַז‟.

נהמי איז געשטאָרבן אין דײַטשלאַנד אין 2017.

לאָמיר זיך אומקערן צוריק אין אײַער מאָסקווער דירה, ווען ס׳איז געווען אַרעסטירט אײַער טאַטע.

— דער טאַטע איז אין יענער נאַכט נישט געווען אין דער היים. און דאָ קלינגט מען אָן אין דער טיר: כּלומרשט, מיר האָבן פֿאַרגאָסן די שכנים פֿון אונטן. כ׳עפֿן די טיר. זיי רײַסן זיך אַרײַן. איך בין שרעקלעך אָנגעשראָקן. אין דעם מאָמענט קלינגט דער טעלעפֿאָן. איינער פֿון די „געסט‟ כאַפּט מיך אָן פֿאַרן קאָלנער און, ווי אַ קעצעלע, שלעפּט צו צום אַפּאַראַט. „קיין פּיפּס נישט, אַז מיר זײַנען דאָ‟… אַ שטיק איז מיר געבליבן שטעקן אין האַלדז. כ׳קאָן קיין וואָרט נישט זאָגן. איך הער נאָר ווי די מאַמע שרײַט אין טרײַבל: „נאַטאַשענקע, בײַ אונדז זײַנען געסט?‟ ווײַטער געדענק איך גאָרנישט ניט. כ׳האָב פֿאַרלוירן דעם באַוווּסטזײַן. געקומען צו זיך האָב איך פֿון דער פֿראַגע: „זי איז אײַער טאָכטער?‟ — און די מאַמע זאָגט: „יאָ‟. — „אײַער און דעם אַרעסטירטן?‟ — און דאָ האָב איך מיטאַמאָל אַלץ פֿאַרשטאַנען…

דערנאָך איז געווען אַן אונטערזוך. אין דער שאַפֿע האָבן מיר געהאַלטן אַ קעסטעלע מיט טאַטנס רפֿואות. ער האָט געליטן מיטן האַרץ. די מאַמע שטייט מיט דעם דאָזיקן קעסטעלע אין די הענט, און צווישן די מעדיקאַמענטן איז געווען אַן אַמפּול מיט אַטראָפּין, אויף וועלכער ס׳איז געשטאַנען אָנגעשריבן „סם‟. מער האָבן אונדזערע געסט נישט געדאַרפֿט! אין דער דירה בײַם דאָקטער אַ שעדיקער איז געפֿונען געוואָרן סם! זיי צווינגען, די מאַמע זאָל אונטערשרײַבן דעם פּראָטאָקאָל, אָבער די מאַמע זאָגט זיך אָפּ עס צו טאָן…

און פּלוצעם האָט איינער פֿון זיי זיך צעשניטן אַ פֿינגער. איר שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ זאַך? ער זיצט, ווײַס ווי קרײַד, און זײַנע חבֿרים רינגלען אים אַרום. זיי רעדן זיך שטיל איבער. זיי זײַנען אָנגעשראָקן. ווייסן נישט וואָס צו טאָן. אָט־אָט וועט זייער חבֿר שטאַרבן, ער געפֿינט זיך דאָך אין דער דירה פֿון אַן אָפּסמער. די מאַמע ברענגט אַ פֿלעשעלע מיט יאָד און הייסט אָנצושמירן דעם פֿינגער. זיי שטייען פֿאַרציטערט: שמירן צי ניט שמירן? איינער, נעמט בײַ דער מאַמען דאָס פֿלעשעלע און קאַפּעט זיך אָן אויפֿן נאָגל אַ טראָפּן יאָד. דערנאָך שמעקט ער זיך צו. גיט אַ שמעק טאָן אַ צווייטן. ענדלעך באַשליסן זיי… נישט אָנשמירן! זיי פֿאַרבינדן זיך טעלעפֿאָניש מיט זייער קאָנטאָר און רופֿן אַרויס דעם אויטאָ פֿון גיכער הילף…

וואָס נאָך האָט מען געפֿונען בעת דעם אונטערזוך?

— פֿאָטאָגראַפֿיעס, אויף וועלכע מע פֿײַערט קאָגאַנס געבוירן־טאָג; אָדער זעלענינס… ס׳איז דער זעלבער זעלענין, וואָס האָט צוגעטראַכט די „זעלענינס טראָפּנס‟, וואָס ניצט ביז הײַנט. דערנאָך זײַנען די „געסט‟ אַוועקגעפֿאָרן מיט דער מאַמען, צו מאַכן אַן אונטערזוך אויף אונדזער דאַטשע.

מיר וווינען אָן דעם טאַטן. דאָס לעבן איז שווער, ווײַל די דירה איז געשלאָסן און פּלאָמבירט, דאָס געלט האָט מען קאָנפֿיסקירט. אַ סך באַקאַנטע האָבן אויפֿגעהערט זיך צו באַגריסן מיט אונדז. ניין, נישט אַלע, הגם אַלע האָבן געוואַרט, אַז מע וועט נאָך זיי קומען. דערווײַל באַהאַנדלט מען אין אונדזער קלאַס, ווי אַזוי ס׳וועט פֿאָרקומען דאָס אויפֿהענגען די דאָקטוירים אויפֿן רויטן פּלאַץ; צי וועט יעדער קאָנען קומען און עס זען. עמעצער זאָגט, אַז מע וועט געוויס פֿאַרקויפֿן בילעטן, אָבער סײַ־ווי וועט די עקזעקוציע פֿילמירט ווערן און דערנאָך וועט מען עס ווײַזן אין די קינאָס. איך זיץ שטיל און הער זיך צו, ווי אַזוי מע וועט אויפֿהענגען מײַן טאַטן אויפֿן רויטן פּלאַץ.

די מאַמע גייט אויף דער לוביאַנקע־תּפֿיסה, פּרוּווט איבערגעבן דעם טאַטן אַ פּעקל. אין די 20ער דאַטעס פֿון פֿעברואַר קומט זי אַהיים מסוכּן דערשלאָגן: דאָס פּעקל האָט מען נישט אָנגענומען און געזאָגט, זי זאָל מער נישט ברענגען קיין פּעקלעך. מיר דערקלערן עס נאָר דערמיט, אַז דער טאַטע, זעט אויס, איז מער נישטאָ… אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז מ׳האָט אים איבערגעפֿירט אין לעפֿאָרטאָוו־תּפֿיסה, מחמת אין דער לוביאַנקער טורמע איז נישט געווען גענוג מעכאַניזמען אים „איבערצײַגן‟. די פֿאַרהערן פֿלעגן זיך ציִען מעת־לעתנווײַז. 14 מעת־לעתן האָט מען געפּײַניקט דעם טאַטן, „איבערצײַגט‟ אים ער זאָל זיך אָנערקענען. און פּלוצעם ווענדט זיך צום טאַטן דער אויספֿאָרשער און זאָגט, אַז ס׳איז בײַ אים קראַנק געוואָרן זײַן קרובֿ: „צו וועמען וואָלט איר רעקאָמענדירט אים צו ווענדן זיך?‟ און דער טאַטע זאָגט אים: כ׳וואָלט אים געקאָנט רעקאָמענדירן אַ דאָקטער, אָבער ער געפֿינט זיך בײַ אײַך. אַן אַנדער דאָקטער, גאָלדשטיין, איז אויך בײַ אײַך. און דער טאַטע האָט אָנגערופֿן יענע דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט זיי אַלע אַרעסטירט. „ווייסט איז וואָס, — האָט געזאָגט דער טאַטע, — רופֿט מיר אָן יענע דאָקטוירים, וועלכע געפֿינען זיך איצט אויף דער פֿרײַ.‟ — און דער אויספֿאָרשער האָט אים אָנגערופֿן איינעם אַזאַ דאָקטער. דעמאָלט האָט אים דער טאַטע געענטפֿערט: „צו מײַן קרובֿ וואָלט איך דעם דאָקטער נישט גערופֿן‟.

— אײַער טאַטן האָט מען געשלאָגן?

— עס זײַנען בײַ אים געבליבן טיפֿע שפּורן פֿון די האַנטקייטלעך. דער טאַטע פֿלעגט נאָך דעם שטענדיק האַלטן די הענט אין די קעשענעס. מע פֿלעג אים פֿאַרברעכן די הענט, דעריבער איז בײַ אים צעבראָכן געווען אַן אַקסל, וואָס האָט אים כּסדר וויי געטאָן. זיי האָבן געוואָלט ער זאָל אונטערשרײַבן, אַז זײַנע קאָלעגן זײַנען מערדער; אַז ער האָט אונטערגעשריבן פֿאַלשע פּראָטאָקאָלן נאָכן פּאַלמעסן. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט. און ווײַטער… ווײַטער זײַנען געווען גוטע געשעענישן, וועלכע מיר האָבן זינט דעמאָלט יעדעס יאָר אָפּגעמערקט. ס׳ערשטע איז געשטאָרבן סטאַלין. דעם 4טן אַפּריל האָט מען אַרויסגעלאָזט דעם טאַטן. דאָס איז אויך געווען מיט 70 יאָר צוריק…

נאַטאַליע ראַפּאָפּאָרט

און דאָך איז דער אַנטיסעמעטיזם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נישט פֿאַרשוווּנדן. אין יאָר 1978 איז אין אינסטיטוט פֿון האַרץ־געפֿעסלעכער כירורגיע געקומען אַ מסירה. אַן אַנאָנימער אויטאָר, נאָר אַ קוואַליפֿיצירטער, האָט צוגעטראָגן, אַז פּראָפֿעסאָר צוקערמאַן (אַ געניאַלער כירורג) אָפּערירט ייִדן, און אויף רוסישע פּאַציענטן מאַכט ער עקספּערימענטן. אָנשטאָט זיך אונטערווישן מיט אָט דער פּאַסקודסטווע, האָט מען דורגעפֿירט אַ רעווידירונג. אין טאַטנס אָפּטייל איז געשיקט געוואָרן אַ קאָמיסיע, וואָס האָט קאָנטראָלירט אַ טייל פּאַציענטן און זיי צעטיילט אויף רוסישע און ייִדישע, און דערנאָך פֿאַרגלײַכט, וויפֿל איז צווישן זיי געווען געלונגענע אָפּעראַציע און וויפֿל זײַנען אין די צוויי נאַציאָנאַלע גרופּעס געשטאָרבן. מיר דאַכט זיך, אַז יענע, וואָס האָבן דעם קאָנטראָל דורכגעפֿירט, האָבן געגלייבט, אַז ס׳איז טאַקע אַזוי, ווי עס ווערט אָנגעוויזן אין דער מסירה.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s