סוף דעצעמבער האָב איך געהאַט עטלעכע פֿרײַע טעג און באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען זײ אין ישׂראל: מיר האָט זיך פֿאַרװאָלט סײַ װידער דערזען מײַן באַליבט לאַנד, סײַ טרעפֿן זיך כאָטש מיט אייניקע פֿון מײַנע פֿילצאָליקע פֿרײַנד און באַקאַנטע, װאָס לעבן דאָרטן. עס האָט זיך באַקומען אַזױ, אַז ביז אַהער פֿלעג איך זיך טרעפֿן מערסטנטײל דװקא מיט כּלערליי מענטשן פֿון סאַמע פֿאַרשײדענע גורלות, דורות, פּראָפֿעסיעס, געזעלשאַפֿטלעכע לאַגעס, פּאָליטישע אָנשױונגען. מיט אַ סך יאָר צוריק, װען איך האָב צום אײנציקן מאָל אין לעבן באַזוכט אַן אַסטראָלאָגין (איך האָב דעמאָלט געלעבט אין לאָנדאָן, און מיר זײַנען געװען שכנים), האָט זי מיר געזאָגט, נאָכן צונױפֿשטעלן מײַן האָראָסקאָפּ, אַז פֿון די צען פּלאַנעטעס האָב איך זיבן אין דער לופֿטן און קײן אײנע אױף דער ערד, דעריבער אינטערעסירן מיך ניט מאַטעריעלע זאַכן, נאָר אידעען, און איך האָב ליב פֿאַרברענגען צײַט מיט אינטערעסאַנטע מענטשן, װאָס „באַזאָרגן‟ מיך מיט אָט די אידעען. כ׳װײס ניט, צי מע קאָן האַלטן אַסטראָלאָגיע פֿאַר אַ װיסנשאַפֿט נאָך אַזאַ מין דערפֿאַרונג, נאָר ס׳איז שװער צו באַשרײַבן מײַן כאַראַקטער פּינקטלעכער.
בעת איך בין געװען אין ישׂראל, פֿלעג איך מאַכן נאָטיצן, און אין לעצטן סך–הכּל האָט זיך באַקומען אָט דאָס מיני–טאָגבוך.
יעווגעני קיסין
דאָס ישׂראלדיקע טאָגבוך
24 דעצעמבער
געקומען צו פֿליִען נעכטן (אין דער אמתן שױן הײַנט) זײער שפּעט, כּמעט 2 אַזײגער בײַ נאַכט. מיר האָבן לאַנג געװאַרט אינעם װינער פֿליפֿעלד, װוּ איך האָב זיך איבערגעזעצט: תּחילת האָט מען ניט געקאָנט אײַנשליסן די מאָטאָרן, דערנאָך האָט מען געמאָלדן, אַז בײַ נאַכט װעט דאָס תּל–אָבֿיבֿער פֿליפֿעלד זײַן פֿאַרמאַכט אין פֿאַרלױף פֿון אַ שעה, דעריבער װעלן מיר מוזן זיך פֿאַרהאַלטן, כּדי אָנצוקומען קיין ישׂראל, װען מע װעט שױן דעם עראָפּאָרט עפֿענען. ביזן האָטעל האָב איך זיך דערקליבן נאָך 3 אַזײגער. דער טאַקסי–שאָפֿער, װאָס האָט מיך געפֿירט, האָט געזאָגט, אַז ער װעט אַרבעטן נאָך אַ פּאָר שעה און דערנאָך פֿאָרט ער אַהײם שלאָפֿן. „איר מיינט, אַז עמעצער װעט אײַך איצט אָפּשטעלן?‟ — האָב איך געפֿרעגט, — „די גאַסן זײַנען שױן פּוסט.‟ — „הײַנט איז דאָך פֿרײַטיק‟, — האָט ער געענטפֿערט, — „נאָר די יונגע–לײַט הוליען‟. — „װוּ זשע הוליען זײ?‟ — „אינעם שטאָט–צענטער און אױף די ברעג–גאַסן.‟
געפֿלױגן בין אין אַהער מיט גרױס פֿרײד, נאָר ס׳איז געװען אַ לעפֿל דזעגעכץ אין מײַן נשמה: פֿאַרן אָפּפֿלי פֿון פּראָג האָב איך איבערגעלײענט, אַז די נײַע רעגירונג אונדזערע איז אײַנגעגאַנגען אױפֿן טױט–שטראָף פֿאַר טעראָריסטן. כ׳געדענק, מע האָט אָנגעהױבן רײדן מכּוח דעם נאָך מיט פֿינף יאָר צוריק, און דעמאָלט איז דער איניציאַטאָר געװען איװעט ליבערמאַן; איצט איז ער אין דער רעגירונג ניטאָ, און דאָך האָט מען אָנגענומען אַזאַ באַשלוס. אַפֿילו אין רוסלאַנד, הגם פּוטין דערהרגעט צענדליקער טױזנטער מענטשן, איז אָפֿיציעל קײן טױט–שטראָף ניטאָ…
בעת דער נסיעה האָב איך דורכקאָנטראָלירט ביזן סוף דעם געדרוקטן װאַריאַנט פֿון מײַן טריִאָ און אָנגעשריבן סאַשען [1] װעגן אַלע טעות–הדפֿוסן. זײ זײַנען געװען נאָך אַלץ אַ סך; אײניקע, װי ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, האָב איך אַלײן געהאַט געמאַכט. אַזױ פֿיל צײַט פֿאַרנעמט עס… יאָ, אַפּנים, װעל איך באמת מוזן זיך אױסלערנען שרײַבן מוזיק אױפֿן קאָמפּיוטער — שױן זשע פֿלעגן אַלע קאָמפּאָזיטאָרן זיך תּמיד אַזױ מאַטערן ביז מע האָט דערפֿינדערט די קאָמפּיוטער–פּראָגראַמען פֿאַר שרײַבן מוזיק? הגם איך בין ניט בעטהאָװען, איז מײַן כּתבֿ פֿאָרט אַ סך קלאָרער, װי זײַנער, — און דאָך…
בײַ טאָג האָבן גאַליע און נאַטאַשע [2] מיך געפֿירט אין אַפּאָלאָניע־פּאַרק. קײן מאָל פֿריִער בין איך דאָרט ניט געװען. זײער שײן, בילדעריש, שטיל — הגם, װי גאַליע האָט דערצײלט, איז װעסנע–צײַט דאָרטן זײער טומלדיק: עס קומען אַהין צו פֿאָרן אַ סך מענטשן מיט קינדער; אַקטיאָרן, אָנגעטאָן אין מיטלאַלטערלעכע קלײדער, גײען אַרום, מע קױפֿט פֿאַר די קינדער אײַן העלמען, שװערדן און אַזױ װײַטער. אַ חוץ דער פֿעסטונג פֿון די קרײצטרעגערס, זײַנען דאָרטן פֿאַרבליבן אוראַלטע קרענעצעס. אינעם ים ניט װײַט פֿונעם ברעג ליגן גרױסע שטײנער — אָפּגעפֿאַלענע טײלן פֿון דער פֿעסטונג, בײַם סאַמע ברעג איז דאָס װאַסער געל, מחמת די ים–געװיקסן פֿון אַ באַזונדערן מין. גאַליע האָט אונדז באַריכות דערצײלט װעגן דער געשיכטע פֿון יענעם אָרט מיט טשיקאַװע פּרטים: למשל, אַז די פֿיניקיִער, װאָס האָבן זיך געהאַט אײַנגעאָרדנט די ערשטע אױף אָט דעם אָרט, האָבן געהאַט אַ געטין פֿון פּראָסטיטוטקעס און אַ טעמפּל פֿון אָט דער געטין; אַז זײ פֿלעגן מאַכן רױטע פֿאַרב פֿון שנעקן; כּדי צו מאַכן אײן גראַם פֿאַרב, האָט מען געדאַרפֿט טײטן צװעלף טױזנט שנעקן… צום גליק, בעת מיר זײַנען געװען דאָרטן, האָט ניט גערעגנט (ס׳האָט יאָ גערעגנט גלײַך פֿאַר און נאָך דעם).


װען מיר האָבן אָנגעהױבן רײדן װעגן מאַמע–לשון, האָט גאַליע געזאָגט, אַז בשעתּו האָט זי געהאַט געבעטן איר טאַטן, ער זאָל זי לערנען ייִדיש, נאָר יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט: „דער פֿינפֿטער אינװאַלידן–פּונקט [3] װעט דיר סטײַען!‟. נאָך דעם האָב איך אַ פֿרעג געטאָן, צי איר טאַטע איז געװען צופֿרידן אין ישׂראל, און זי האָט געענטפֿערט, אַז ניין. פֿאַר װאָס אַזוי? „ער׳ז געװען פֿאַר דער סאָװעטן–מאַכט.‟ װי זשע האָט ער געקאָנט זײַן פֿאַר דער סאָװעטן–מאַכט, װען ער האָט געװוּסט װעגן דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד? „דער טאַטע האָט געהאַט אַ סך סתּירות‟.
אין זײַן קינדשאַפֿט פֿלעגט ער גײן אין חדר; שפּעטער, לערנענדיק זיך אינעם לענינגראַדער אוניװערסיטעט, היות ער האָט געקענט לשון–קודש, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט דער סעמיטישער געשיכטע. נאָכן עולה זײַן האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין בני–ברק, און דאָרטן האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ער קלײַבט זיך פֿונאַנדער אין ייִדישקײט בעסער װי אײניקע דאָרטיקע רבנים. איך האָב זיך דערמאָנט אין צװײ געשיכטעס. מיט אַ סך יאָר צוריק האָט גאַליעס שװעסטער מיר דערצײלט, אַז אַ מאָל איז זײער טאַטע געלעגן אין שפּיטאָל און, דערװוּסט זיך, אַז זײַן שכן איז אַ פֿרומער, האָט ער גענומען אים דערװײַזן, אַז רעליגיע איז אַ טיפּשות, טענהנדיק: „נו, װאָס װעט דאָס גלױבן דיר געבן? אַ קאָפּיקע אין קעשענע?‟ — און שפּעטער האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער שכן איז געװען לוי לעװײַעװ [4]. בײַם סוף פֿון אונדזער אײנציקער טרעפֿונג מיט גאַליעס טאַטן האָט ער געמאָלדן מיט זיכערקײט, אַז „קײן אַנדער װעלט איז ניטאָ‟. גאַליע האָט געזאָגט, אַז אױף אַזאַ אופֿן האָט ער במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן זיך באַמיט איבערצײַגן זיך אַלײן, אַז דאָס, אין װאָס ער פֿלעגט גלײבן װי אַ קינד, איז ניט אמת, אַז ס׳איז געװען אַן אָפּלײקענונג פֿון אָפּלײקענונג, נאָר צום סוף לעבן האָט ער זיך פֿאָרט אומגעקערט אין אַ געװיסער מאָס צו דער אמונה, מחמת אױב אַ מענטש איז געגאַנגען אין חדר, קאָן מען ניט אַרױסרײַסן פֿון אים די אמונה. „עס זײַנען דאָך געװען אַ סך מענטשן, װאָס זײַנען געגאַנגען אין חדר און שפּעטער געװאָרן איבערצײַגטע אַפּיקורסים‟, — האָב איך געזאָגט. „כּלומרשט‟, — האָט גאַליע געענטפֿערט.
אינטערעסאַנט… אַװדאי, זײַענדיק אַ פּסיכאָלאָג מיט אַ פֿיליאָריקן סטאַזש און דערבײַ אַ ניט–גלױביקער מענטש, װײסט גאַליע, װאָס זי זאָגט, — נאָר שױן זשע זײַנען ש. דימאַנשטײן, מ. אַלטשולער, מ. בעלענקי און אַזױנע, װי זײ, אױך געװען בלױז „כּלומרשט‟ אַפּיקורסים?
װען פֿאַר אַ יאָרן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט גאַליען און נאַטאַשען אין ירושלים, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז גאַליע איז אַ רעכטע און נאַטאַשע — אַ לינקע. היות זײ זײַנען בײדע פּראָפֿעסיאָנעלע פּסיכאָלאָגן, האָב איך גענומען אױספֿרעגן בײַ זײ, װי אַזױ, ניט געקוקט אױף די פּאָליטישע װידעראַנאַנדן, קאָנען זײ זײַן אַזעלכע גוטע חבֿרטעס. הײַנט, בעת מיר האָבן גערעדט װעגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע, פּוטינען און אַזױ װײַטער, האָב איך אַ טראַכט געטאָן — און תּיכּף געזאָגט: „איך מיין, אַז איצט האָב איך אַן ענטפֿער אױף דער פֿראַגע, װאָס איך האָב אײַך געשטעלט פֿאַר אַ יאָרן: מיר דוכט זיך, אַז ניט געקוקט אױף די חילוקי–דעות, זײַנען פֿאָרט דאָ מער װיכטיקע זאַכן, װאָס פֿאַראײניקן אײַך‟, — און זײ האָבן מסכּים געװען. פֿון דעסטװעגן, װען איך האָב געפֿרעגט בײַ גאַליען, הלמאַי װאָלט זי זיך ניט אַװעקגעזעצט בײַ איין טיש מיט יוסי בײלינען (װי זי האָט מיר געהאַט געזאָגט דעמאָלט אין ירושלים), און באַקומען אַן ענטפֿער, אַז זי זעצט זיך ניט אַװעק בײַם זעלבן טיש מיט די „שלום־עכשיוניקעס‟, װאָס האַלטן, אַז דװקא די אַראַבער זײַנען גערעכט און זײַנען גרייט אָפּצוגעבן אַ העלפֿט פֿונעם לאַנד, האָט נאַטאַשע שטיל אַ פֿרעג געטאָן: „צי װײסטו, פֿאַר װעמען איך האָב געשטימט?‟, גאַליע האָט געזאָגט: „דאָס איז דײַן רעכט‟, און נאַטאַשע האָט װי אונטערגעפֿירט דעם סך–הכּל: „נו, מיר האָבן זיך צונױפֿגערעדט ניט צו באַהאַנדלען די פּאָליטיק.‟ — „אַ שאָד‟, — האָב איך געזאָגט, — „מיר װאָלט געװען העכסט אינטערעסאַנט צו הערן אײַך שטרײַטן װעגן דער פּאָליטיק.‟ — „צו װאָס דאַרפֿסטו דאָס?‟ — האָט גאַליע געפֿרעגט. „װײַל איך װיל זיך פֿונאַנדערקלײַבן אין אָט די ענינים, און פֿאַר דעם דאַרף איך הערן ניט בלױז פֿאַרשײדענע מײנונגען, נאָר אױך װי אײן צד ענטפֿערט אױף די אַרגומענטן פֿונעם אַנדערן צד, און פֿאַרקערט.‟
איך האָב געפֿרעגט בײַ גאַליען, פֿאַר װאָס, אױב זי װאָלט זיך ניט אַװעקגעזעסן בײַם זעלבן טיש מיט בײלינען, האָט זי דרך–ארץ פֿאַר שמעון פּרסן: מע פֿלעגט דאָך רופֿן בײלינען „פּרס׳ הינטעלע‟. גאַליע האָט געענטפֿערט, אַז פּרס פֿלעגט זיך נוהג זײַן װירדיק אין זײַן לעבן און אַז ער האָט געהערט צו דער „עבֿודה‟, נאָר בײלין — צום „שלום עכשיו‟, װאָס איז געװען ביז גאָר לינק. דערנאָך האָט זי מיר דערציילט װעגן אַן אינטערעסאַנטער פּאָר, מיט װעלכער זי פֿלעגט זיך חבֿרן און בײַ װעלכער זי און איר געװעזענער מאַן זײַנען געװען צו גאַסט, װען די באַלעבאָסטע האָט אַרױסגעטריבן פּרסן פֿון שטוב (דעמאָלט איז ער געװען דער אױסערן–מיניסטער אין רבינס רעגירונג). דער מאַן, יוליוס–יהודה הירשבערג, איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן, און בשעת דער מלחמה האָבן די באַנדעראַ–לײַט געראַטעװעט אים און זײַן טאַטן, מחמת זײַן טאַטע איז געװען אַ דאָקטער. היות דער יונגער יוליוס איז געװען זײער אַ קלײנװוּקסיקער, האָבן זײ אים באַהאַלטן אין אַ גרױסן קרוג פֿאַר מילך. דערנאָך האָבן די נאַציסטן געשיקט זײַן מאַמע אין געטאָ, און די באַנדעראָװצעס האָבן זי אַרױסגעראַטעװעט פֿון דאָרטן. דאָ איז ער געװאָרן אַ גרױסער ביזנעסמען; בפֿרט, האָט ער אױפֿגעבױט אַ טײל פֿונעם אוניווערסיטעט אויף בן-גוריונס נאָמען בנגבֿ און האָט דער ערשטער אָנגעהױבן אימפּאָרטירן גיכע הילף אױטאָס אין ישׂראל. זײַן פֿרױ װערע, װאָס האָט עולה געװען פֿון ענגלאַנד, איז געװאָרן דאָ אַן אָנהענגערין פֿונעם „ליכּוד‟, יוליוס–יהודה גופֿא — אַ צענטריסט, און זײערע קינדער — לינקע, לכן איז אײן טואַלעט אין זײער דירה געװען באַפּוצט מיט רעכטע „מדבקות‟ און דער אַנדערער — מיט לינקע.
גאַליע איז אַזאַ מאָלאָדיעץ, פֿול מיט ענערגיע און פּאָזיטיװ, װי תּמיד, — הגם, װי זי האָט מיר דערצײלט, האָט זי געהאַט פֿאַרלױרן 32 פֿרײַנד מחמת דער פּאַנדעמיע…
אין אָװנט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט שׂרהן [5]. צום באַדױערן, איז אינעם רעסטאָראַן, אין װעלכן זי האָט מיך אײַנגעלאַדן, געװען זײער טומלדיק, מיר איז שװער צו רײדן אין אַזעלכע ערטער, אַפּנים, װײַל איך האָב שװאַכע שטים–בינדער. „לױט דער סטאַטיסטיק, זײַנען פֿיל ישׂראלים אָרעם,‟ — האָט זי געזאָגט, — „נאַר מע זעט עס ניט, על–כּל–פּנים ניט אין תּל–אָבֿיבֿ: די רעסטאָראַנען זײַנען פֿול מיט מענטשן, דאָס פֿליפֿעלד איז פֿול מיט מענטשן… אין תּל–אַבֿיבֿ װױנען אַ סך יונגע מענטשן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט קאָמפּיוטער–ענינים, נאָר איך האָב מורא, אַז איצט װעלן זײ אָנהײבן אַװעקפֿאָרן, װײַל מיט דער נײַער רעגירונג קאָן ישׂראל װערן אַ רעליגיעז לאַנד.‟
מיט עטלעכע טעג צוריק האָט שׂרה מיר אָנגעשריבן, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ קאָשמאַר, מחמת דער נײַער רעגירונג, לכן װען מיר האָבן אױפֿגעהױבן די בעכער, האָב איך געזאָגט: „לחײם! ס׳איז גוט צו זײַן דאָ: װײַל סײַ אַלץ, וואָס דאָ איז גוט, סײַ אַלץ, וואָס דאָ איז שלעכט, איז אונדזערס.‟ — „יאָ‟, — האָט שׂרה געענטפֿערט, — „נאָר איך קאָן ניט פֿאַרשטײן, װאָס ביבי טוט… ער איז דאָך אַ קלוגער מענטש, ער איז ניט קײן אידיאָט!‟ — זי האָט מיר אָנגעשריבן בפֿרט, אַז מחמת די עקסטרעמיסטן אין דער נײַער רעגירונג, װיל נתּניהו, אַ חוץ דעם אַלעם, חרובֿ מאַכן די דערציִונג–סיסטעם. האָב איך זי הײַנט געפֿרעגט, װאָס זי האָט דערמיט געמײנט. „ס׳איז דאָ אַ געזעץ, לױט װעלכן די רעליגיעזע שולן, וווּ מע װעט ניט לערנען די לימודים ליבה וועלן ניט באַקומען קײן פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער מלוכה, און איצט װילן זײ אַנולירן אָט דאָס געזעץ. נאָר דאָס װעט זיך ניט באַקומען, װײַל עטלעכע מעיאָרס, בתוכם תּל–אָבֿיבֿס, האָבן שױן געזאָגט: ניט אין מײַן שטאָט!‟.
שׂרה האַלט, אַז נתּניהו איז שטאַרק באַאײַנפֿלוסט פֿון זײַן פֿרױ און אײנעם פֿון זײַנע זין. אױף ענגליש זאָגט ביבי אײנס און אױף העברעיִש — עפּעס לגמרי אַנדערס. „װי אַראַפֿאַט בשעתּו?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „יאָ, דו געדענקסט?‟ — האָט זי אַ לײַכטן שמײכל געטאָן. „ער איז פּונקט װי טראַמפּ, נאָר קליגער.‟
— האָט די באַציִונג צו טראַמפּן אין ישׂראל זיך געענדערט?
— יאָ. מע מײנט, אַז ער איז געװען גוט פֿאַר ישׂראל, נאָר מע האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס ער שטעלט מיט זיך פֿאָר.
שׂרה האָט גערעדט װײַטער װעגן נתּניהו: „אַלע זאָגן, אַז ביבי װעט פּטור װערן פֿון די עקסטרעמיסטן אין דער נײַער רעגירונג, װען ער װעט דורכפֿירן אַ געזעץ, לױט װעלכן דאָס, פֿאַר װאָס מע מישפּט אים איצט, װעט מער ניט מיינען קײן פֿאַרברעכנס. איך װײס ניט… איך גלײב ניט קײן אײן װאָרט זײַנעם.‟
— װער זאָגט דאָס?
— לפּיד, בנט, ליבערמאַן.
װען איך האָב דערמאָנט אין דעם סקאַנדאַל וועגן ליבערמאַנס אָפּמאַכנס הינטן–אַרום מיט די אַראַבער און דאָס גלײַכן, האָט שׂרה געזאָגט, אַז זי האָט קײן מאָל ניט געהערט פֿון דעם.
אַלע מאָל, װען איך בין דאָ, רײצט מיך אױף דאָס באַװוּסטזיניקן, אַז אַלץ, װאָס איך זע אַרום זיך, — װעגן, טראָטואַרן, הײַזער, לאַמטערנס, דראָטן… — איז געשאַפֿן געװאָרן בײַ ייִדן. װי מאַיאַקאָװסקי האָט אָנגעשריבן: „אין אונדזער װאַגאָן אױף אונדזער װעג אונדזער האָלץ לאָדט מען אָן‟. אַ גוטער באַקאַנטער מײַנער, װאָס האָט זיך געחבֿרט מיט לעאָניד שטײנען [6], האָט מיר דערצײלט, װי יענער, נאָכן אומקערן זיך פֿון דער אָלימפּיאַדע אין תּל–אָבֿיבֿ אין די מיט 1960ער, האָט אים געהאַט געזאָגט מיט התלהבֿות: „שטעלסט זיך פֿאָר: אַפֿילו די פּראָסטיטוטקעס דאָרטן זײַנען ייִדישקעס!‟ הײַנט אָבער האָב איך זיך פּלוצעם דערמאָנט אינעם אַנעקדאָט, װאָס איך האָב געהאַט געהערט בשעת מײַן סאַמע ערשטן באַזוך אין ישׂראל אין 1988 פֿון אונדזער איבערזעצער און וועגווײַזער ירון. דער אַנעקדאָט איז אַזאַ:
אַ זקן שפּאַצירט מיט זײַן אײניקל און דערציילט:
— װען איך בין געװען יונג, האָב איך געבױט אָט די פֿאַבריק; װען איך בין געװען יונג, האָב איך געבױט אָט די עלעקטראָסטאַנציע… — און אַזױ װײַטער.
סוף–כּל–סוף פֿרעגט דאָס אײניקל:
— זאָג מיר, זײדעניו: װען דו ביסט געװען יונג, ביסטו געװען אַן אַראַבער?
איך געדענק שױן ניט, װי אַזױ ירון האָט אונדז דעמאָלט דערקלערט אָט דעם אַנעקדאָט, און כ׳האָב הײַנט געפֿרעגט װעגן דעם בײַ שׂרהן. זי האָט דעם אַנעקדאָט ניט געקענט, ער איז איר זײער געפֿעלן געװאָרן, און זי האָט געענטפֿערט אױף מײַן פֿראַגע: „יאָ, װײַל ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה זײַנען ס׳רובֿ אַרבעטער אינעם בױ–ביזנעס געװען דװקא אַראַבער.‟
דעצעמבער 25
הײַנט האָב איך געהאַט גאַנצע דרײַ טרעפֿונגען: מיט ציפּי ליבֿני, מיט דניאלן און אַנדערע ייִדישיסטן אינעם „לײװיק–הױז‟ און מיט שמוליקן און די פּאָװאָלאָצקיס בײַ זײ אין שטוב.
מיט ליבֿני האָבן מיר זיך געטראָפֿן, װי זי האָט געהאַט פֿאָרגעלײגט, אינעם קאַפֿע „פּאַסטעל‟, װאָס געפֿינט זיך לעבן דעם „מוזיאון תל אביב לאמנות‟. זי זעט אױס אױסגעצײכנט, און איך קאָן ניט פֿאַרשטײן, הלמאַי בנציון נתּניהו האָט אַ מאָל געזאָגט אין אַן אינטערװיו, אַז איר ענגליש איז שלעכט: מיר דוכט זיך, אַז זי באַהערשט עס בשלימות און רעדט זײער פֿליסיק (װען איך האָב געהערט איר רעדע אין ירושלים אין 2009, האָב איך געהאַט דעם זעלבן אײַנדרוק). די טרעפֿונג אונדזערע האָט געדױערט בלױז אַ שעה, נאָר איז געװען ביז גאָר אינטערעסאַנט און אינהאַלטרײַכלעך. איך האָב געהאַלטן אין אײן שטעלן איר כּלערליי פֿראַגעס. זי האָט מיר דערצײלט, אַז אַצינד פֿאַרנעמט זי זיך מיט קאָנסולטירן פֿאַרשײדענע קאָמפּאַניעס און באַטײליקן זיך אין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן: למשל, ניט לאַנג צוריק האָט זי אָנטײלגענומען אין אַ קאָנפֿערענץ פֿון געװעזענע אױסערן–מיניסטאָרן, װאָס האָבן געהאַט געאַרבעט מיט מאַדלען אָלברײַט, אין פּראָג, װוּ אָלברײַט איז געבױרן געװאָרן. איך האָב זי געפֿרעגט, װען איז אָט די קאָנפֿערענץ פֿאָרגעקומען, צוגעבנדיק, אַז איך װױן אין פּראָג. „איר װױנט אין פּראָג?! Come on!‟ — האָט זי אױסגעשריִען און אַ לײַכטן פּאַטש געטאָן מיר איבערן אָרעם. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די קאָנפֿערענץ האָט זיך געהאַט אָנגעהױבן דעם 8טן דעצעמבער, ערבֿ אונדזער אָפּפֿאָר קײן לאָנדאָן, אַזױ אַז מיר װאָלטן ממילא ניט געקאָנט זיך טרעפֿן דאָרטן. מיר האָבן זיך צונױפֿגערעדט, אַז אױב זי װעט װידער קומען קײן פּראָג, זאָל זי מיר פֿאַר פֿריִער צו וויסן געבן. איך האָב געפֿרעגט, װאָס איז די פּראַקטישע נוץ פֿון אַזעלכע קאָנפֿערענצן, אױב יענע, װאָס באַטײליקן זיך אין זײ, זײַנען מער ניט קײן אױסערן–מיניסטאָרן. זי האָט געענטפֿערט, אַז אַ חוץ באַהאַנדלען די װעלט–פּראָבלעמען, זײַנען זײ אױך אויפֿגעטראָטן פֿאַר סטודענטן פֿונעם קאַרלאָװ־אוניװערסיטעט.
ליבֿני האָט אױך דערציילט עפּעס אינטערעסאַנטס מכּוח נתּניהון: „ער איז אַן ישׂראלי, נאָר ער איז אַן אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנער, און דאָס איז זײַן װעלט–אָנשױונג‟, — האָט זי געזאָגט, — „ער איז אַ שװאַכער מענטש.‟ אין װאָסערן זינען? „ס׳איז אים שװער אָננעמען באַשלוסן. ער איז זײער קלוג, ער װײסט די געשיכטע, ער פֿאַרשטײט דאָס געאָפּאָליטישע בילד פֿון דער װעלט, נאָר ס׳איז אים שװער אָננעמען אַ באַשלוס; ער קלײַבט צונױף פֿאַרשײדענע װאַריאַנטן און באַשליסט אינעם לעצטן מאָמענט. איך האָב פֿאַרבראַכט אַ סך שעהען, רײדנדיק מיט אים. ער האָט מיר געזאָגט, אַז מע רעספּעקטירט כּוח, ניט מענטשן–רעכט וכּדומה. ער גלײבט ניט אין דעמאָקראַטיע.‟ דאָס לעצטע האָט מיך פֿאַרחידושט, מחמת נתּניהו פֿלעגט תּמיד אַרױסטרעטן װי אַן אָנהענגער פֿון דעמאָקראַטיע, לכן האָב איך איבערגעפֿרעגט: „ער גלײבט ניט אין דעמאָקראַטיע?‟ — „ער גלײבט אין דעמאָקראַטיע װי אַ װאַלן–סיסטעם, נאָר ניט װי אַ װערטן–סיסטעם: די אומאָפּהענגיקע פּאָליציי, די אומאָפּהענגיקע געריכטן, די אומאָפּהענגיקע פּרעסע. פֿריִער פֿלעגט ער שטיצן דעם אױבער–געריכט, נאָר נאָך דעם, װי דער אױבער–געריכט האָט אָנגעהױבן אים באַשולדיקן, האָט ער גענומען אױפֿטרעטן קעגן דעם אויבער–געריכט. אױף ענגליש זאָגט ער צו “Fox News” און אַזױ װײַטער איינס, נאָר אױף העברעיִש — עפּעס לגמרי אַנדערס.‟ — „װי אַראַפֿאַט בשעתּו?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „דװקא אַזױ!‟ — האָט זי אױסגערופֿן.
ליבֿני האָט אױך געזאָגט, אַז פֿון סאַמע אָנהײב פֿון דער איצטיקער מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָט זי געהאַלטן, אַז ישׂראל דאַרף אָננעמען אוקראַיִנעס צד און שפּעטער אױך געבן אוקראַיִנע מיליטערישע הילף (אַ חוץ יענער, װאָס קאָן אַנטפּלעקן ישׂראלס מיליטערישע סודות), היות קאָאָרדינירן מיט פּוטינען אונדזערע האַנדלונגען אין סיריע איז אַ טאַקטישער ענין, און קאָאָרדינירן אונדזער פּאָליטיק מיט אַמעריקע — אַ סטראַטעגישער ענין. די איצטיקע מלחמה איז ניט רוסלאַנדס מלחמה קעגן אוקראַיִנע, נאָר פּוטינס מלחמה קעגן דעם מערבֿ, און ישׂראל מוז זײַן אַ טײל פֿון מערבֿ. זי מײנט, אַז ישׂראל האָט ניט געגעבן אוקראַיִנע קײן מיליטערישע הילף מחמת צװײ סיבות: װײַל מיר האָבן געדאַרפֿט קאָאָרדינירן מיט פּוטינען אונדזערע האַנדלונגען אין סיריע און װײַל אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, נאָך אײדער די אַכזריותן אין בוטשאַ און אַזױ װײַטער, פֿלעגן אַ סך רוסלאַנד–אָפּשטאַמיקע ישׂראלים זיך אידענטיפֿיצירן מיט רוסלאַנד. זי מײנט אױך, אַז אפֿשר װעט נתּניהו פּרוּװן טאָן עפּעס קעגן איראַן צוזאַמען מיט אַמעריקע, און אַמעריקע װעט פֿאָדערן, אַז אין אַזאַ פֿאַל זאָל ישׂראל האַנדלען צוזאַמען מיט איר קעגן רוסלאַנד צו העלפֿן אוקראַיִנע.
איך האָב געפֿרעגט בײַ ליבֿני, הלמאַי האָט זי געהאַט פֿאַרלאָזט דעם „ליכּוד‟. „איך האָב פֿאַרלאָזט דעם ׳ליכּוד׳ צוזאַמען מיט אַריק שרונען, װײַל דער ׳ליכּוד׳ האָט זיך געענדערט,‟ — האָט זי געענטפֿערט, — „אין מײַנע יוגנט–יאָרן בין איך געװען אין ביתּ״ר. איך האַלט זיך פֿאַר זשאַבאָטינסקיס אָנהענגערין, נאָר דער ׳ליכּוד׳ פֿאָלגט ניט מער נאָך זשאַבאָטינסקיס פּרינציפּן. איך מיין, אַז מע דאַרף פּרוּװן מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער, נאָר איך האָב מורא, אַז די נײַע רעגירונג װעט טאָן דאָס היפּוכדיקע: אױפֿבױען נײַע ייִשובֿים, לעגאַליזירן אומלעגאַלע פֿאָרפּאָסטן, אַנעקסירן בהדרגה דעם מערבֿדיקן ברעג, ניט מאַכנדיק די דאָרטיקע פּאַלעסטינישע אײַנװױנערס ישׂראל–בירגערס, און צום סוף װעט ישׂראל װערן אַן אַפּאַרטעיִד–מלוכה.‟ — „און װי אַזױ אַנדערש קאָן מען מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער?‟ — „אַצינד איז עס אוממעגלעך, נאָר מע קאָן אָננעמען מאָסמיטלען אין אָט דער ריכטונג: ניט בױען קײן נײַע ייִשובֿים, ניט לעגאַליזירן די אומלעגאַלע פֿאָרפּאָסטן, דערלױבן די פּאַלעסטינער צו פֿאָרן אינעם סעקטאָר C, געבן זײ פֿינאַנציעלע הילף.‟ — „און װי אַזױ קאָן מען זײ געבן פֿינאַנציעלע הילף? שױן זשע איז די רעגירונג פֿון דער פּאַלעסטינישער אױטאָנאָמיע ניט קאָרומפּירט?‟ — „אַװדאי זײַנען זײ קאָרומפּירט, אָבער מע קאָן העפֿלן ניט זײ, נאָר די פּשוטע מענטשן: למשל, מע קאָן זיך באַטײליקן אין די אײראָפּעיִשע פּראָגראַמעס, װאָס העלפֿן דװקא די פּראָסטע פּאַלעסטינער. די נײַע רעגירונג אָבער גלײבט אינעם גרױסן ישׂראל.‟ — „נאָר זשאַבאָטינסקי האָט אױך געגלײבט אינעם גרױסן ישׂראל‟, — האָב איך געזאָגט. „יאָ, נאָר ער האָט אױך געגלײבט אין די גלײַכע רעכט. הײַנט אין אָװנט װעל איך אױפֿטרעטן פֿאַר ביתּ״רס מיטגלידער, עס װעט זײַן ניט גרינג, זײ װעלן געװיס שטעלן ׳באַשולדיקנדיקע׳ פֿראַגעס, נאָר איך װעל זײ אַלץ דערקלערן.‟
„צי האָט איר געגלײבט אינעם גרױסן ישׂראל אין די יונגע–יאָרן?‟ — האָב איך געפֿרעגט. „איך גלײב, אַז די ייִדן האָבן דאָס רעכט צו װױנען אױף דער גאַנצער טעריטאָריע ביזן ירדן–טײַך. מײַנע עלטערן זײַנען געװען מיטגלידער פֿונעם ׳ארגון׳; װען זײ האָבן חתונה געהאַט, איז דאָס געװען די סאַמע ערשטע חתונה אינעם נײַ–געשאַפֿענער מדינה — און זײ האָבן געגלײבט אינעם גרױסן ישׂראל. איך געדענק, װי נאָך דער זעקס–טאָגיקער מלחמה האָט מײַן טאַטע מיך געבראַכט אין ירושלים, אױף רכלס קבֿר — דאָס איז אַלץ מײַנס. פֿון דעסטװעגן, צוליב פּראַקטישע טעמים, צוליב מײַנע קינדער און אײניקלעך, האַלט איך, אַז מיר דאַרפֿן אָפּגעבן די פּאַלעסטינער אַ טײל פֿון אָט דעם לאַנד. ניט װײַל איך האָב זײ ליב, נאָר װײַל איך װיל זיך אָפּגטן פֿון זײ!‟
מיר האָבן אױך גערעדט אַ ביסעלע װעגן עזה, און װען איך האָב געפֿרעגט בײַ ליבֿני, צי דאָס אַװעקגײן פֿון עזה איז, לױט איר מײנונג, געװען אַ ריכטיקע זאַך, האָט זי געענטפֿערט: „יאָ. זײַט מוחל.‟ ניט געקוקט אױף דעם, װאָס נאָכן אַװעקגײן איז כאַמאַס געקומען צו דער מאַכט און אָנגעהױבן באַשיסן ישׂראל מיט ראַקעטן? „קוקט: אין פּאָליטיק, מוז מען תּמיד אױסקלײַבן צװישן דעם שלעכטן און דעם ערגסטן. װאָס איז געװען די ברירה? בעת מיר זײַנען געװען אין עזה, פֿלעגן זײ אָנפֿאַלן אױף די דאָרטיקע ייִדישע ייִשובֿים און דערהרגענען אונדזערע קינדער. איך בין גאָר ניט קײן װעגעטאַריאַנערין; איך האָב תּמיד געהאַלטן און האַלט, אַז מיר דאַרפֿן זיך שלאָגן מיט כאַמאַס.‟ — אין דעם האָט ליבֿני אײגנטלעך ניט געדאַרפֿט מיך פֿאַרזיכערן: איך געדענק זײער גוט איר רעדע אין ירושלים אין 2009, װי אױך דעם אינטערװיו מיט פּרימאַקאָװן, אין װעלכן ער האָט געזאָגט, אַז נאָך זײַן שמועס מיט ליבֿני האָט ער געהאַט פֿאַרשטאַנען, אַז ישׂראל װיל ניט בלױז איזאָלירן כאַמאַס, נאָר אים פֿאַרניכטן.
דאַן האָב איך געפֿרעגט אַזאַ שאלה: „סײַ פֿון אײַער רעדע אױפֿן אָװנט אין אָנדענק פֿון דזשאָרדזש װײַדענפֿעלדן, סײַ פֿון אונדזער קורצן שמועס נאָך מײַן לעצטן קאָנצערט אין ירושלים, סײַ פֿון אונדזער איצטיקן געשפּרעך פֿיל איך, אַז איר זײַט שטאַרק באַזאָרגט מיט דעם, װאָס קומט פֿאָר אין אונדזער לאַנד. פֿאַר װאָס זשע קערט איר זיך ניט אום צו דער פּאָליטישער טעטיקײט, כּדי צו ענדערן עפּעס?‟ — „איך האָב געדינט מײַן לאַנד‟, — האָט ליבֿני געענטפֿערט, — „איך האָב ניט געװאָלט זיך אומקערן צו פּאָליטישער טעטיקײט. אײערנעכטן אָבער, װען מע האָט אַנאָנסירט דעם באַשטאַנד פֿון דער נײַער רעגירונג, האָב איך ניט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן און זיך עפֿנטלעך אַרױסגעזאָגט. זינט דעמאָלט אָן קומען צו מיר פֿאַרשײדענע מענטשן — אױך אין אָט דעם קאַפֿע — און בעטן: ׳קערט זיך אום צו פּאָליטיק!׳ — אַזױ אַז איך װעל מוזן אַ טראַכט טאָן װעגן דעם, נאָר איך מוז נעמען אין באַטראַכט, צי איך האָב די פּאָליטישע מאַכט צו מאַכן די ענדערונגען, אין װעלכע ישׂראל נייטיקט זיך.‟
פֿאַרן געזעגענען זיך האָט ליבֿני מיר געזאָגט, אַז זי האָט געהאַט געװאָלט מיך פֿרעגן, װאָס איך „װי אַ רוס‟ מײן װעגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע. איך האָב איר דערקלערט, אַז אין רוסלאַנד האָב איך געהערט צו דער סאַמע געהאַסטער און דיסקרימינירטער נאַציאָנאַלער מינדערהײט און אַז דאָרטן פֿלעגט מען אונדז כּסדר געבן צו פֿאַרשטײן, אַז מיר זײַנע דװקא ניט קײן רוסן…
װען איך בין אַרױס פֿון „פּאַסטעל‟, האָט אַ ביסעלע געמראַקעט, און אין האָב זיך געלאָזט אױף דער טרעפֿונג מיט די ייִדישיסטן צו פֿוס, נאָר כּל–זמן איך בין געגאַנגען אַהין, איז דער רעגן געװאָרן אַלץ שטאַרקער, אַזױ אַז אינעם „בית–לײװיק‟ בין איך אָנגעקומען אַ נאַסער.

אַ חוץ דניאלן און מיר, זײַנען דאָרטן געװען עמיל קאַלין מיט זײַן פֿרױ, סערגאָ מיט זײַן תּלמיד דמיטרי דאַנאָװסקין, ברכה פֿינקעלשטײן פֿון ניו–יאָרק און אַסיע לײדערמאַן פֿון רוסלאַנד, װאָס האָט עולה געװען מיט עטלעכע חדשים צוריק. דניאל האָט געבראַכט סופֿגניות: ס׳איז דאָך חנוכּה! מיר האָבן אָנגעקלונגען רבֿקה באַסמאַן בן–חיים, נאַר צום באַדױערן, פֿילט זי זיך ניט גוט, און ס׳איז אַפֿילו געװען שװער צו פֿאַרשטײן, װאָס זי זאָגט… מיר האָבן אױך געקלונגען באָריען. דניאל האָט געװאָלט, אַז יעדערער פֿון אונדז זאָל לײענען אַ ביסעלע אױף אַ קול פֿון פֿאַרשײדענע ביכער. דמיטרי האָט אונדז געזונגען — זײער גוט — אַ פּאָר ייִדישע לידער, און סערגאָ האָט אים אונטערגעזונגען שטיל, נאָר מיט התלהבֿות. אינטערעסאַנט, װאָס הגם עמיל און זײַן פֿרױ האָבן זיך אױסגעלערנט ייִדיש, בעת זײ זײַנען געװען שױן דערװאַקסענע מענטשן, רײדן זײ אױפֿן גאַליציאַנישן דיאַלעקט. פֿאַר דניאלן איז ייִדיש געװען זײַן מוטער–שפּראַך, נאָר ער, להיפּוך, רעדט אױפֿן ליטעראַרישן ייִדיש. דניאל האָט מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה עטלעכע ביכער, בתוכם באַשעװיס׳ „דער שאַרלאַטאַן‟, און סערגאָ — קאָפּיעס פֿון זײַן מאַמעס פֿאַרשײדענע לידער אױף באַזונדערע בױגנס פּאַפּיר. איך האָב מיטגעבראַכט מיט זיך פֿיר עקזעמפּלאַרן פֿון מײַן צװײטן בוך (מער האָב איך ניט געהאַט, מחמת דעם לעצטן עקזעמפּלאַר האָב איך געלאָזט פֿאַר שמוליקן) און האָב זײ געגעבן פֿאַר אַ מתּנה דניאלן, עמילן, סערגאָן און אַסיען. מיט ברכהן האָבן מיר זיך צונױפֿגערעדט באַגעגענען זיך, װען איך װעל זײַן אין ניו–יאָרק אין עטלעכע חדשים אַרום, און זיך אויסגעטוישט מיט אונדזערע עלעקטראָנישע אַדרעסן. אַלץ איז געװען הײמיש און װאַרעם, װי אַלע מאָל דאָרטן.

בײַ די פּאָװאָלאָצקיס [7] האָט אױף מיר געװאַרט אַן אָנגענעמער סורפּריז: ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז הן סאַשע, הן אַניע, װאָס איך האָב זײ געקענט שױן במשך פֿון אַ סך יאָרן, פֿאַרשטײען מאַמע–לשון, אַזױ אַז מיר האָבן גערעדט אי אױף רוסיש, אי אױף ייִדיש (הערנדיק עס, האָט מאַריאַשע געזאָגט, אַז זי פֿילט זיך אַ גױה). סאַשע האָט דערציילט זײער אַן אַמוזאַטנע געשיכטע, װאָס איז פֿאַרלאָפֿן אין דער ייִדישער קאָלאָניע אין אוקראַיִנע, װוּ זײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן און װוּ, װי סאַשע האָט געזאָגט, „פֿלעגט מען דאַװענען צו גאָט, נאָר גלײבן אין דער סאָװעטן–מאַכט‟. דער סאַמע גרעסטער קבצן פֿון יענער קאָלאָניע האָט געהאַט בערך צען קינדער און האָט אָנגערופֿן זײַן ייִנגסטן זון „לענין‟, װי ס׳איז אָנגענומען געװאָרן נאָכן באָלשעװיסטישן פּוטש. און אָט, אַ מאָל אום שבת איז אײנער פֿון זײַנע זין, אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר 6, אַרײַנגעלאָפֿן אין שול אַרײַן און האָט גענומען שרײַען: „טאַטע! טאַטע!‟ — „שאַ!‟ — האָט דער טאַטע געזאָגט, — „מע דאַװנט דאָך דאָ!‟ — „טאַטע, געװאַלט!‟ — האָט דאָס ייִנגל װידער געשריגן. — „װאָס שרײַסטו? װאָס איז געשען?‟ — „לענין האָט זיך באַקאַקט!‟
שמוליק [8] האָט זיך דערמאָנט אין אַ סך אינטערעסאַנטע זאַכן װעגן זײַן יוגנט, בפֿרט מכּוח דעם, װי ער פֿלעגט זיך שעמען רײדן ייִדיש עפֿנטלעך במשך פֿון די ערשטע צװאַנציק יאָר פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל, מחמת דער באַציִונג צו מאַמע–לשון דאָ אין יענער תּקופֿה, נאָר דערנאָך איז געקומען אַ מאָמענט, װען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן חובֿ איז צו שפּילן דװקא אױף ייִדיש. דערצײלט האָט ער אױך װעגן זײַן חבֿרשאַפֿט מיט אַלכּסנדר פּנען, װאָס האָט אים אױסגעלערנט טרינקען בראָנפֿן. „נאָר אַ קאָמוניסט האָט ער דיך ניט געמאַכט?‟ — האָב איך געשפּאַסט. „ניין‟, — האָט שמוליק מיך באַרויִקט. ער איז געװען זײער צופֿרידן און דאַנקבאַר, װײַל עס איז געװען דאָס ערשטע אַרױסגײן זײַנס פֿון דער הײם נאָך דער פֿרױס טױט…
[1] , קאָרסאַנטיִיאַ, אַלעקסאַנדר (סאַשאַ), 1965 — גרוזינער פּיאַניסט
[2] גאַליע און נאַטאַשע — גוטע פֿרײַנד
[3] דער פֿינפֿטער אינװאַלידן–פּונקט (איראָנ.) — געמיינט, די נאַציאָנאַליטעט אינעם סאָוועטישן פּאַס
[4] לעװײַעװ, לוי — ישׂראלדיקער מיליאַרדער
[5] שׂרה — אַ גוטע באַקאַנטע
[6] — שטיין, לעאָניד (1934־1973) — באַקאַנטער סאָוועטישער גראָסמײַסטער
[7] פּאָוואָלאָצקי, אַלכּסנדר (סאַשע) — ישׂראלדיקער פֿידלער, קאָמפּאָזיטאָר
[8] עצמון, שמואל (1929) — ייִדיש־טוער אין ישׂראל, גרונטלייגער פֿונעם „ייִדשפּיל‟־טעאַטער און זײַן לאַנג־יאָריקער אָנפֿירער, אַקטיאָר
סוף קומט