ברענט, ליכטעלעך, ברענט
דאָס ליכט פֿון יום־טובֿ חנוכּה און דאָס אָנצינדן די חנוכּה־ליכטלעך האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ ווײַטע דערמאָנונג פֿון מײַן קינדשאַפֿט, ווען דער נס פֿון חנוכּה איז נאָך טויזנטער יאָר זינט ער איז געשען, געקומען צו מײַן באָבע־זיידעס שטוב אין בעלץ און זיך אָנגעקלאַפּט אין דער טיר. פֿאַר מיר איז עס געווען צום ערשטן מאָל אין לעבן, און געשען איז עס אַזוי:
דער זיידע האָט מיר דאָס חנוכּה־לעמפּל געמאַכט אַליין. ער האָט צעשניטן אַ פּשוטע קאַרטאָפֿליע אויף צוויי טיילן, אויסגעדויבט מיטן מעסער אַ גריבעלע אין מיטן פֿון יעדעס העלפֿטל און אַהין אָנגעגאָסן אַ ביסל בוימל. דערנאָך האָט ער פֿון אַ שטיקל וואַטע געמאַכט אַ קנויט און אים אײַנגעטונקען אינעם בוימל; נאָר אַ קורצער שפּיץ האָט קוים אַרויסגעשטעקט פֿונעם קאַרטאָפֿל־גריבעלע. צו אים האָט דער זיידע צוגעטראָגן דאָס אָנגעצונדענע שוועבעלע. דאָס פֿײַערל האָט זיך גיריק צוגעכאַפּט צום פֿעטן שפּיץ־קנויט, און דאָס בוימל אינעם גריבעלע האָט אָנגעהויבן בייזלעך שקוואָרטשען, ווי אויף אַ צעגליטער סקאָוורעדע, ווען די באָבע פּרעגלט קאַרטאָפֿליעס.
— זאָג נאָך מיר! — האָט דער זיידע זיך אָנגערופֿן און פֿאַרראָכטן מיר די פּליושענע טיובעטייקע אויף מײַן קאָפּ. — ברוך אַתּה יי, אלהינו מלך העולם…
און אַזוי במשך פֿון אַכט טעג האָט דער זיידע דורכגעמאַכט די זעלבע מעשׂים מיט די קאַרטאָפֿליעס, פֿאַרביטן די קנויטן, צוגעגאָסן בוימל אין די גריבעלעך און מיר האָבן אָנגעצונדן אונדזערע חנוכּה־ליכטלעך. איבער דער גאַנצער שטוב האָט זיך געטראָגן דער טשאַד — אַ געמיש פֿון ברענענדיקן בוימל און צוגעברענטע קאַרטאָפֿליעס.
די באָבע האָט אומצופֿרידן געוואָרטשעט: „געפּטרט אַזוי פֿיל קאַרטאָפֿליעס. בעסער וואָלט איך פֿון זיי געמאַכט לאַטקעס!‟
יאָ, דער אמתער טעם פֿון חנוכּה איז געליגן דווקא אין דער באָבעס לאַטקעס. ווי כ׳האָב זיך שפּעטער דערוווּסט, האָט מען אין בעסאַראַביע געמאַכט לאַטקעס אַנדערש, ווי, למשל, די ליטוואַקעס האָבן עס געטאָן. די אַנדערשקייט האָט קודם־כּל געשטעקט אין דעם, וואָס בײַ די ליטוואַקעס האָט מען די לאַטקעס געפּרעגלט פֿון רויע קאַרטאָפֿליעס, אָנגעריבן אויף אַ ריבאײַזן, און בײַ אונדז — פֿון געקאָכטע.
כ׳האָב זיך צוגעקוקט, ווי מײַן באָבע פֿלעגט עס טאָן, און דערנאָך, ווען זי איז שוין נישט געווען, האָב איך פֿאַרפּינקטלעכט דעם רעצעפּט בײַ מײַן מאַמען, אונדז אַלעמען אויף לאַנגע יאָר.
די אָפּגעקאָכטע קאַרטאָפֿליעס אין די העמדלעך, שיילט מען אָפּ, מע צעפּלעטשט זיי אָפּגעקילטערהייט. באַזונדער פּרעגלט מען אָפּ דריבנע אָנגעשניטענע ציבעלעס און מע מישט עס איבער מיט די צעפּלעטשטע קאַרטאָפֿליעס. מע גיט צו דעם צו אַן איי, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער, לויטן געשמאַק, און מע פּרעגלט אין בוימל. ווי גרויס דאַרף זײַן אַ לאַטקע? קיין באַשטימטע מאָס איז ניטאָ, וואָס יאָ: דער מוסטער איז, אַז נאָך דער ערשטער לאַטקע, זאָל זיך גלוסטן צו נעמען אַ צווייטע, און אַזוי ווײַטער.
אויף אַזאַ אופֿן מאַכט די חנוכּה־לאַטקעס אויך מײַן פֿרוי און ביידע אונדזערע שניר. די אייניקלעך, זאָלן זײַן געזונט, קוויקן זיך מיט אָט די בעסאַראַבער לאַטקעס, ניט וויסנדיק פֿון קיין שום אונטערשייד…
דער יום־טובֿ חנוכּה גייט אונטער, אָבער דער נס בלײַבט און טראָגט זײַן ליכט איבער דער וועלט, צו פֿאַרטרײַבן דאָס בייזע און פֿינצטערע, וואָס מענטשן טראָגן אין זייער האַרצן.
טבֿת 3, 5784