מוזעס שווײַגן נישט!


דניאל גלאי
פֿאַר באַריטאָן, קלאַוויר און קלאַנג-עפֿעקטן

  1. פּרעלוד

אויפֿן בית-הקבֿרות. ווינטערטעג. ווינטן בלאָזן. דער גענעראַל שטייט אַנטקעגן אַ מצבֿה. ר’איז כּמעט אומבאַוועגלעך און זעט אויס פֿאַרטיפֿט אין זײַנע געדאַנקען.

                                              * * * * *

קינסטלער: (אין זײַן סטודיע. שטייט דערנעבן אַ פֿוטליאַר מיט עטלעכע פּאַרטיטורן. איבט זיך אויף וואָקאַליזעס אַרויף-אַראָפּ, ווי אַ טייל פֿון זײַן קינסטלערישער רוטין. קוקט אַרײַן אין אַ שפּיגל וואָס שטייט פֿאַר אים).

גענעראַל: (כאַפּט זיך אַרײַן אין קינסטלערס הויז. שמייכלט) ווען די קאַנאָנען שיסן…

קינסטלער: (אויפֿגעבראַכט)… ניין, מוזעס שווײַגן נישט!..

גענעראַל: (רויִק)  ווען קאַנאָנען שיסן, שווײַגן די מוזעס. זײַט מוחל, מאַעסטראָ. ס’איז תּמיד אַזוי.
                             
גענעראַל: (פֿאַרלאָזט דאָס אָרט און גייט אין דער ריכטונג פֿון איבונגס-פֿעלד. אין הינטערגרונט הערט מען אַרטילעריע-שיסערײַ און באַלד דערנאָך שטאַרקע אויפֿרײַסן. די פּיאַנע מיט אירע קלאַנגען אימיטירט אַ מיליטערישע איבונג. אין גענעראַל-שטאַב רעדט דער גענעראַל דורכן קאָמוניקיר-מכשיר. קוקט דורך זײַן לאָרנעט. מיט אַ דין שטעקעלע ווײַזט ער אָן אויף פֿאַרשיידענע פּונקטן איבער דער מאַפּע וואָס הענגט פֿאַר אים).

אַ גענעראַל זײַן,
שוין אַלס קינד,
איז מײַן חלום געווען.
מלחמות און איבונגען
          פֿלאַסטערן אויס דעם וועג
צו דער שפּיץ. די הויפּט־ראָלע
וועט נאָך זײַן מײַנע…

  1. אינטערלוד

קינסטלער: (גייט הין און צוריק אין זײַן סטודיע. פֿירט אויס וואָקאַליזעס. וואַרעמט אָן זײַן קול).
                            נאָך אַ ווײַלע
                            פֿאַרענדיק איך מײַן איבונג.
                          ווען האָט זיך אַלץ אָנגעהויבן?…
                            פֿון מײַן פֿריִער קינדהייט.
                            דערפֿאָלג, בלומען, קאָנצערטן,
                            מיט די שענסטע שבֿחים
האָט מען מיך באַשאָטן.

ווער איז אַ גיבּור?…
                          דער וואָס זײַן עולם באַהערשט

(לאַכט מיט הנאה. נעמט זיך איבן אויף אַ נײַער שאַפֿונג. פּלוצלונג ערנסט).
                        ניין, מוזעס שווײַגן ניט!
                      קיין מאָל ניט!

גענעראַל: (אין גענעראַל-שטאַב)


מיר דאָ — דער שׂונא דאָרט.
                            קיין סורפּריז וועט ניט זײַן.
                            פֿאַרטאָג אָנגעהויבן,
                            בײַ דער שקיעה אַלץ אויס.
                          אויף דער לופֿט, דעם ים און דער יבֿשה
                          באַפֿעלן ווערן אויסגעפֿירט.

קינסטלער:


דער קאָנצערט, דער פֿײַערלעכער,
                            איז כּמעט דאָ.
                            די רגע פֿון אמת
און העכסטער גליק.   
                            דערצו בין איך געצילט.
                            קאָלעגן, ווי געוויס, זענען מקנא…
 
                               

  1. פֿינף יאָר שפּעטער.

(מלחמה-שיסערײַ, באָמבאַרדירונגען, געשרייען פֿון פֿאַרוווּנדעטע).

גענעראַל:

שלאַכטפֿעלד-קאָנצערט
                            פֿאַרטעמפּט דעם געהער.
                            (שטיל) פֿון מײַנע „טרײַע‟ חבֿרה…
                            נאָר אַ מעסער אין רוקן
איז צו דערוואַרטן.   
                       
קיינער קיין מלחמה וויל,
                            נאָר אַ פֿאַקט: זי איז דאָ.
                          אין שלאַכטפֿעלד פֿאַר די אויגן
וואַרפֿן זיך פּלוצעם
                            פֿיל טויטע…
                            די וועלט קערט זיך איבער.

                            צום זעלנערס משפּחה — 
                            דער קאָשמאַרסטער פֿון אַלע קאָשמאַרן.
די איובֿ-בשׂורה.
                                           

(גערויש פֿון באָמבאַרדירונגען).

קינסטלער: (אין אַ פֿאַרבאָרגענעם ווינקל. פֿול מיט אַנגסט)

                          וואָס איז דער גערויש?

                             פֿון וואַנעט קומט עס?
                              דער קריג ברעכט אויס
                            מײַן שעה, מײַן טאָג, מײַן קאָפּ.

גענעראַל: (זוכט אויס דעם קינסטלער, וועלכער באַהאַלט זיך פֿון אים). וווּ, וווּ איז ער? צו אַלדי שוואַרצע יאָר! פֿאַרשאָלטענער קינסטלער! וווּ איז ער איצט?

(נאָך לאַנגע זוכענישן דער אויפֿגעברויזטער גענעראַל רײַסט זיך אַרײַן אין קינסטלערס באַהעלטעניש).
     
דעזערטיר, לויטן געזעץ.
אַ פֿאַררעטער איז ער.
און זײַן גזר-דין,
פֿאַרשטייסטו אַליין.

(טאַפּט אָן זיין מאַשין-געווער. דערנענטערט זיך צום קינסטלער. נעמט דעם שפּיגל בכּעס. שלײַדערט אים אַוועק און צעברעכט אויף שטיקלעך. עקזאַמינירט דעם פֿוטליאַר)

דאָס איז גוט. ס’קאָן קומען צונוץ. (שטעלט עס אין אַ זײַט) קאָנפֿיסקירט!
(דערלאַנגט אַ זעלנער-מונדיר דעם קינסטלער). נעם און טו עס אָן.

(דערלאַנגט אַ זעלנער-מונדיר דעם קינסטלער). נעם און טו עס אָן.

קינסטלער: (צווײפֿלט. באַלד זעט ער אויס פּאַראַליזירט…).

גענעראַל: כ’וואַרט אויף דיר. (נעמט די נאָטן פֿון פּוטליאַר). איבעריק. נישט דו, נישט איך, נישט קיינער דאַרף עס. מער קיינער נישט. (הייבט אָן צערײַסן די פּאַרטיטורן. יעדעס מאָל אויף מער קלענערע שטיקלעך). נו, וואָס זאָגסטו? טוסט אָן דעם מונדיר?
זײַ גליקלעך. פֿון אַן איינציקע פּאַרטיטור האָסט איצט צוואַנציק פּאַרטיטורעלעך…

צעלאַכט זיך ווילד. וואַרפֿט דעם מונדיר צום קינסטלערס פֿיס. פּלוצעם בייז:

גענוג שוין!
עת מלחמה ועת שלום.
                        די שפּיל איז אויס.
                        ניט מער קיין איבונג,
ניט מער קיין קונסט.
                        ניט קיין צײַט פֿאַר געזאַנג.   
  דער מלאך-המוות…
שפּרינגט איצט און טאַנצט.

די שפּיל איז אויס.
                        ניט מער קיין איבונג,
ניט מער קיין קונסט.
                        ניט קיין צײַט פֿאַר געזאַנג.   
  דער מלאך-המוות…
שפּרינגט איצט און טאַנצט.

קינסטלער: פֿאַר די מוזעס אויך אַן אָרט פֿאַראַן.

גענעראַל: 
טויט. טויט זענען זיי.
זאָגט אַזוי דער גענעראַל.

קינסטלער: מ’קאָן דעם חלום ניט דערשטיקן!

גענעראַל: מ’מוז, מאַעסטראָ! קיין ברירה ניטאָ! גיט אײַך אונטער. שוין.

קינסטלער: אָן געזאַנג — וואָס איז דאָס לעבן ווערט?

גענעראַל: (נערוועז)
פֿאַרמאַך דעם פּיסק!
                         דײַן צײַט איז אַוועק.

קינסטלער:
מײַן גאַנץ לעבן זיך געאיבט
                        פֿאַר דער כּישוף-קונסט פֿון ליד.

גענעראַל:
ס’דענערווירט מיך דער פּאַרשוין.
פֿאַרשטייט ניט, וואָס ס’קומט דאָ פֿאָר!

קינסטלער:
דעם פֿאָטערלאַנד דו באַשיץ.
די מוזעס באַשיץ איך.

גענעראַל:
אַ פּוסטער אָרנאַמענט נעבעך,
וואָס קיינער נעמט ניט ערנסט.
                    אַ דעקאָראַציע ביסטו, ניט מער…
גענוג, טו אָן דעם מונדיר!
ניט קיין בקשה איז עס — אַ באַפֿעל.

(צילט דעם מאַשין-געווער צום קינסטלער).

קינסטלער: (בייגט זיך אַנידער און פּאַוואָלינקע נעמט זיך אָנטאָן דעם מונדיר… נאָר גלײַכצײַטיק זינגט ער שטיל)

                 די הימלען, די פֿייגל,
                 מיר ווילן אַלע לעבן...

גענעראַל: (פֿאַרטויבט זײַנע אויערן) שווײַג! שווײַג שוין!

קינסטלער: (זינגט ווײַטער).

גענעראַל: הער אויף, זאָג איך דיר!… (דעם קינסטלערס געזאַנג ווירקט אַלץ מער און דרינגט אין אים אַרײַן) הער אויף שוין!…

קינסטלער: (בהדרגהדיק זינגט יעדעס מאָל העכער) די הימלען, די פֿייגל…

גענעראַל: (פּרוּווט בכּוח פֿאַרשווײַגן דעם קינסטלער… נאָר אומדערוואַרט, ווי מורמלענדיק, זײַנע ליפּן חזרן איבער דעם קינסטלערס ניגון…) מיר ווילן אַלע לעבן…

קינסטלער: (שוין אָנגעטאָן אין מונדיר, הערט ניט אויף זינגען יעדעס מאָל העכער).

גענעראַל: (זינגט מיט)

                            די הימלען, די פֿייגל,
                            מיר ווילן אַלע לעבן...

(פּלוצעם כאַפּט ער זיך, הערט אויף זינגען און שרײַט אויס אויף אַ קול) גענוג! גענוג!!!

קינסטלער: (איז ממשיך דעם געזאַנג) די הימלען, די פֿייגל…

גענעראַל: (לאָדט אָן זײַן געווער און צילט אין קינסטלער) ס’איז קיין שפּאַס ניט.

קינסטלער: מיר ווילן אַלע לעבן….

גענעראַל: שווײַג אָדער כ’שיס. ניטאָ קיין צײַט.

קינסטלער: די הימלען, די פֿייגל… (זינגט ווײַטער. זײַן קול ווערט יעדעס מאָל שטאַרקער).

גענעראַל: הער אויף. שוין. כ’קאָן ניט מער!

קינסטלער: מיר ווילן אַלע לעבן…

גענעראַל: גענוג שוין! גענוג! איך שיס!!! (שיסט אויס אַן אויטאָמאַטישע שיסערײַ. דער קינסטלער פֿאַלט אַנידער).

(מ’הערט פֿון אים אַ לעצטן יאָמער ביז ער גייט אויס…. אַ טויטע שטילקייט באַהערשט די סצענע).

גענעראַל: נאָך אַ קרבן… ס’איז מלחמה — יאָ צי נישט?

  4. אינטערלוד                                     

גענעראַל: (אַ צײַט שפּעטער אין בית-הקבֿרות. נעבן קינסטלערס קבֿר שטייט דער גענעראַל. לייגט אַנידער אַ קראַנץ בלומען).

                        דער קינסטלער אין זײַן לעצטער „רעזידענץ‟ ...

                          קיין „אַנקאָר‟ פֿון אים וועט מען שוין ניט הערן.
                            ווען די קאַנאָנען שיסן… — האָב איך אים געוואָרנט —
                            נאָר ער האָט זיך פֿאַרעקשנט.
                            פֿאַרן נצחון צאָלט מען אַ פּרײַז. שטענדיק.
                          ווער איז דאָ שולדיק?.. מײַן קויל?.. זײַן שטימע?..
                            אויפֿן צינגל, ווער האָט געדריקט? זײַן מוזע? מײַן פֿינגער?..
                            האָט זיך דאָס אַלץ געלוינט?…
 
                            טרויעריק? אַ קאַפּיטשקע.
מילא, צוריק צו דער אַרבעט, רבותי.
                           
האַלט בײַם פֿאַרלאָזן דעם בית־הקבֿרות. נאָר פּלוצעם שטעלט ער זיך אָפּ. מע הערט פֿון דערווײַטנס ס’קול פֿון קינסטלער זינגען:

                       די הימלען, די פֿייגל,
                       מיר ווילן אַלע לעבן...

גענעראַל:
מילא, אַ צײַט געזעסן אין תּפֿיסה.
                          נאָר ווי ווערט מען פּטור פֿון זײַן קול?

(פֿאַרשטאָפּט זײַנע אויערן. אויף זײַן געזיכט אַ קרומע, ווייטאָג-מינע).
 
סוף
                   
רעווידירט 14.4.2018

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s