
שלום בערגער
וויסן
אויפֿן געזיכט פֿון דײַן געזיכט
ליגט אומזיכערקייט געדיכט.
יעדן טאָג אַ נײַער שטער:
דאָס זעלבע בלײַב, צי אַנדערש ווער.
ווען אַנדערשקייט איז אומבאַקאַנט.
גאָרנישט ווייס. זײַ אויסגעשפּאַנט.
פֿרייד איז פֿרײַ
אין יעדן הויז וויינט אַ ווינט
צי אַ קינד,
צי אַ קעצל.
עס סקריפּען די טרעפּ
אונטער חצותישע פֿיס.
שכנישער געלעכטער איז
צו וווּנדערן.
עלעהיי די פֿרייד,
איז פֿרײַ אויף דער גאַס —
לויף און קוש
גיס טיי און שרײַב תּנאָים.
הכּל תּלוי
קיין מאָל קלעקט נישט די זון
אויפֿן חושך וואָס לעקט דעם אַרום.
בלײַבט טונקל
קלעפּיקע פּעך אין יעדן ווינקל.
אויך מיט חושך אָבער זעט מען אַנדערש.
אַ בלינדער איז משמש.
די נאַכט אין איר אוניקאַלער פּראַכט.
אָרנטלעך. דער פֿראָנט אָן חלקלקות. אָן שמאָנצלעך.
און דער טאָג, וווּ מיר מוזן בליץ ברירה
זינגען מיט פֿאַרבלענדטע אויגן
דער ליכטיקייטס שירה?
אין דײַן דירה
צי אַראָפּ די פֿירהאַנגען
גרייט צו טינקעלערע געזאַנגען.
ערגעץ וווּ, ווען נישט ווען
וועלן ליגן אויפֿן כּף־הקלע
די לבֿנהלאָזע שעה
און די זונרײַכע ברען.
מיר וועלן קוקן ווי דאָס צינגל
וואַקלט זיך מיט יעדער רגע.
דאָס איז מײַן ברכה. משקלות איז קיין פּגע.
נײַער כּתבֿ-יד
נישט איך דאַוון
נאָר ווי אַן אַלטער בחור הזעצער מיט קויטיקער באָרד
לייג איך צו אַ וואָרט צו אַ וואָרט
ליפּן פֿאַרזשמורעטע
גיב אַ קרעכץ
ווײַל אַלץ טויג נישט.
איך גיב אַ כאַפּ אַ קאָנווערט פֿון יענעם בענקל
לייען איבער אַ פּאַר שורות.
הפֿלא־ופֿלא!
איך לויף אַרויס אין דער נאַכט
דעקלאַמיר צו די פֿייגל
די שריפֿט זשאַווערט אויפֿן דעסק.