בערל קאָטלערמאַן

אַדריאַטישע כּלה
(אויפֿן סמך פֿון דעם סערבישן ליד „באָקאַ‟
פֿון אַלעקסאַ שאַנטיטש)
Naša mila Boko, nevjesto Jadrana…
Aleksa Šanti
, “Boka”
מײַן ליד איז פֿאַר דיר, אַדריאַטישע כּלה,
מיט הימל באַדעקט ווי מיט זײַדענעם שלייער
אַ ים־מיידל ביסטו, נאָר שענער און העלער
בשעת דו צעשיטסט דײַנע שנירעלעך כוואַליעס.
ווי קען איך גענוגיק אויף דיר זיך אָנקוקן?
אַ וואַסער־געווימל וויל איך פֿאַר דיר ווערן,
דײַן ליכטיקע בלויקייט אין לידער פֿאַרמערן,
אין טיפֿע לאַזורן מײַן אומרו אײַנטוקן.
מיט דיר וועל איך גלעטן די פֿעלדזענע עקן
ביז גאָט כאָטש אַ קאַפּ וועט זײַן פּנים אויפֿדעקן —
דאַן וועל איך מיט אָדלערס די פֿליגלען צעפּראַלן
און ענדלעך דערשפּירן די דינע שטילקייטן,
וואָס האַלטן אין לויבן די גאָלדענע פֿרײַהייט,
און ס’נישטיקע הבֿל וועט תּיכּף אָפּפֿאַלן.
Boka Kotorska
אָבֿ תּשפּ”ב

אַ שטערן
(אויפֿן סמך פֿון דעם רוסישן ליד „רוסאַלקע‟
פֿון קאָנסטאַנטין באַלמאָנט)
В лазоревой воде, в жемчужных берегах,
Плыла русалка в блеске чудном. [1]
Константин Бальмонт, «Русалка»
אינעם בלויען שפּרודל בײַ די פּערל־ברעגן
שווימט אין כּישוף־שײַן אַ וואַסער־מיידל.
גליטשט זי אַ פֿאַרטראַכטע צווישן אָטשערעטן
אָנגעטאָן אינעם סמאַראַגדן־קליידל.
אויף די שטײַלע ברעגן פֿון די הוילע פּערל
וואַקסן ניט קיין גראָזן אויף אָפּנויגן.
ליכטיקע סמאַראַגדן אויפֿן בלויזן קערפּל
און ליכטן ווי סמאַראַגדן גרינע אויגן.
ס’האָט דער שקיעה־פֿײַער לאַנג שוין אָפּגעפֿײַערט
און עס שײַנט אָפּאַליש די לבֿנה.
איבער איר דער הימל שוואַרץ און אומגעהײַער
און טראָגן זי פּאַוואָליע וואַסער־שטראָמען.
צווישן ווײַטע נעפּלען שימערירט אַ שטערן
און נאָך יענעם שטערן טוט זי בענקען.
ז’גרייט זי אַלע גליקן פֿון די פּערל־ברעגן
.פֿאַר דעם שטערן ביז דער שפּענטע שענקען
נווה־צוף
מרחשוון תּשפּ”ג
[1] אינעם בלויען שפּרודל בײַ די פּערל־ברעגן
שווימט אין כּישוף־שײַן אַ וואַסער־מיידל.
(קאָנסטאַנטין באַלמאָנט, „וואַסעמיידל‟)