דער ייִדישער דיכטער אַבֿרהם

דוד עומר כּהן
אַ רעסטאָראַן אויף בעטאָנדאָרפּ

דוד עומר כּהן

1

אַ חבֿר מײַנער, אַ באַװוּסטער אַקטיאָר און אַ װוּנדערלעכער שרײַבער, האָט געמײנט, אַז פֿאַר אונדז איז אַפֿילו שװערער אַרױסצוקומען פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער װי פֿאַר די, װאָס האָבן למעשׂה איבערגעלעבט אַזאַ אָרט און זענען פֿון אים באַפֿרײַט געװאָרן.

„לכל־הפּחות האָבן זײ געקענט דערוואַרטן דעם אַרױסגאַנג‟, — האָט ער געזאָגט בשעת אַ מסיבה, — „װײַל בײַ די נידערלענדישע ייִדן טוט מען רעדן װעגן דעם קריג אַפֿילו בײַ געבױרן־טעג, אױף לוויות, װוּ נאָר ס’איז פֿאַראַן אַן אַנדערער ייִד װאָס װעט, אַזױ האָפֿט מען, פֿאַרשטײן כאָטש אַ ביסל פֿון אַיעדנס פּערזענלעכער קריגס־ירושה.‟
„דאָס איז קײן שום ירושה נישט‟, — האָט מײַן באַקאַנטער פּאַװל ממשיך געװען, בשעת די מוזיק האָט געבילדעט אַ מאָדנעם קאָנטראַסט צװישן דער אַלגעמײנער שטימונג און אונדזער פּריװאַטן שמועס אין אַ װינקל פֿונעם צימער. — „איך האָב נישט געירשנט סתּם עפּעס אַ דערמאָנונג. איך האָב באַקומען די איבערלעבונג גופֿא. בײַ נאַכט בין איך דאָרטן, װוּ מ’האָט געהרגעט מײַן זײדע און עלטער־זײדע. כ’הער נישט מײַן זײדע, איך בין ער, איך לעב דורך אים. ס’אַ בראָך, אָבער װײסט, אין חלום זע איך דעם אַרױסגאַנג, העט װײַט אַװעק פֿון די באַראַקן. כ’זע די מױערן און דעם צױם מיט די מונדירטע זעלנער. אַז איך כאַפּ זיך אױף, איז דאָ קײן אַרױסגאַנג נישטאָ, און מײַן גוף איז דער מונדיר, װאָס באַװאַכט דעם אַרױסגאַנג.‟

דאָס איז געװען מיט יאָרן צוריק. קײן ייִדיש האָב איך דעמאָלט נישט גערעדט, אַפֿילו נישט געלײענט, אַפֿילו נישט געװוּסט, אַז די שפּראַך און דער גאַנצער מהלך־החײם, װאָס איז ממשיך אין און דורך אים, האָט באַװיזן איבערצולעבן די פֿאַרניכטונגען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. נישט געװען מײַן דאגה, אָדער װי מ’זאָגט אױף פּאָלניש, נישט מײַן צירק און נישט מײַן מאַלפּע. מילא. מײַן ירושה האָט מיך געפֿונען סײַ װי סײַ…

אױף דער מסיבה האָב איך מער נישט געהאַט קײן חשק זיך צוצוהערן צו פּאַװלס טרױעריקע רײד. זײַן משפּחה־געשיכטע איז געװען אָן אַ שיעור מער טראַגיש װי מײַנע. כ’האָב זיך געפֿילט אומבאַקװעם און נישט געטײלט נישט זײַן קוקװינקל און נישט דעם עיקרדיקן פּעסימיזם, װאָס איז אַנטשטאַנען צוליב זײַנע שטאַרק טראַװמאַטיזירטע עלטערן. בײַ מיר אין דער משפּחה האָט מען װעגן דער מלחמה גערעדט װאָס װײניקער, האָב איך אין דער גאַנצער מעשׂה נישט געהאַט קײן סך אינטערעס.

ערשט נאָך אַ סך אַװאַנטורעס אין ייִדישלאַנד, סײַ דאָ אין מײַן שטאָט און סײַ אין דעם גרױסן װעלטעלע, װאָס באַװײַזט זיך דורך פֿײס־בוך, יוטוב און „גם־זום־לטובֿה‟, האָב איך פֿאַרשטאַנען, װאָס פּאַװל האָט געמײנט. ס’איז געװען בשעת אַ װיזיט בײַם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם…

2

מיט דעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם קלײן האָב איך זיך באַקענט דורך מײַן חבֿר מיכאל העניג. מיכאל איז געװען אַזאַ אײנער, װאָס די טאַטע־מאַמע זײַנע האָבן אים געגעבן דעם נאָמען פֿון אַ מלאך, און ער האָט טאַקע זיך געװאָלט אויפֿפֿירן אַזױ װי אַ מלאך באַדאַרף, נאָר אַ רחמנות אױף די, װעלכע מיכאל האָט געװאָלט אַ טובֿה טאָן. ס’קען געדױערן לאַנג, ס’קען געדױערן בלױז אַ קורצע צײַט, אָבער לסוף איז מען, אַ דאַנק זײַן הילף, געבליבן אױף געהאַקטע צרות.

מיכאל און איך האָבן זיך באַקענט אין אוניװערסיטעט. מיר האָבן זיך באַגעגנט גראָד דאַן, װען ער איז צופֿעליק געװען אין אונדזער לאַנד, אָבער װײַל ער האָט נישט געהאַט, װי מ’זאָגט בײַ אונדז, קײן שום רו אין תּחת, האָט מען נישט געקענט װיסן, װוּ אױף דער װעלט ער האַלט אַקוראַט דעמאָלט. אַפֿילו ער אַלײן האָט, דאַכט זיך מיר, נישט פּינקטלעך געװוּסט, װוּ ער האָט געהאַלטן, װײַל זײַנע אַקטיװיטעטן זענען לכתּחילה איבעראַל געװען די זעלבע — נישט פֿאַרענדיקן זײַן דאָקטאָראַט. ס’איז נישט צו גלייבן, צו װיפֿל פֿאַרשײדענע, גאָר אינטערעסאַנטע זאַכן מענטשן זענען פֿעיִק, װיבאַלד מ’גיט זײ אַ דאָקטאָראַט, װאָס זײ װילן נישט פֿאַרענדיקן. מיכאל האָט זיך פֿאַרנומען מיט אַלערלײ ענינים: פֿירונגען דורך רױם, די קװאַליטעט פֿון דער פֿערן־באַן אין מערבֿ־אײראָפּע, דער פּינקטלעכער אָפּטײַטש פֿונעם לאַטײַנישן װערב „קאָנדערע‟ אין די קריגס־באַריכטן פֿון יוליוס קיסר בכּבֿודו ובעצמו, און דאָס אַלץ מיט אַ מאָל. כאָטש בדרך־כּלל איז ער מיר געװען טײַער, אפֿשר װײַל מיר האָבן אױסגעזען ענלעך. למשל, אין אײנעם אַ באַרימטן ביכער־קראָם אין צענטער שטאָט האָט דער אַלטער בעל־הבית געמײנט, אַז מיכאל און איך זענען איין און דער זעלבער מענטש. אַז כ’האָב געטאָן אַ קוק אַריבער זײַן אַקסל אױפֿן עקראַן פֿון קאָמפּיוטער, אַװוּ מ’האָט געקענט דערזען אַלע אַדמיניסטראַטיווע פּרטים װעגן די קונים, האָב איך געקענט איבערלײענען אונטער דער סטראָפֿע „איבעריקס‟ — דער זון פֿון אַ ביבליאָטעקאַר. אַ לופֿטמענטש שבלופֿטמענטשן. מײנט, אַז אַלץ איז אינטערעסאַנט. זעלטן װען קױפֿט ער עפּעס טײַערס…

ס’איז מיר געװען מוראדיק שװער נישט צו לאַכן אױף אַ קול. האָב איך פֿאָרט געזאָגט דעם בעל־הבית, אַז וועדליק דעם בליץ־אַדרעס, איז עס מיכאל העניג, אָבער איך הײס יעקבֿ פּאָלאַק. זײער אײַנגענעם, ס’מאַכט נישט אױס, אַלץ אין אָרדענונג, זאָרגט זיך נישט, האָט מיר אַ „גוטן‟, אױף װידער זען זיך און אַזױ װײַטער. אָבער דאָס האָט ערשט פּאַסירט מיט היפּש אַ סך צײַט נאָך דעם, װי מיכאל האָט מיר געהאַט געשיקט דאָס טעקסטל װעגן דעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם, װעלכער האָט אױף אַלעמאָל געביטן מײַן פֿאַרשטײעניש פֿון הײַנט און נעכטן, הווה און עבֿר, דערװײַל און אַמאָל.

יאָ, ס’זענען דאָ קאָנצענטראַציע־לאַגערן אױף דער װעלט, פֿון װעלכע מ’קומט נישט אַרױס.
ס’איז געװען אין אײנעם אַ טאָג אין מײַ חודש, װען כ’האָב אױפֿן קעשענעפֿאָן באַקומען אַ טעקסטל פֿון אַן אומבאַקאַנטן נומער. נישט קײן חידוש, כ’האָב געמוזט קױפֿן אַ נײַעם אַפּאַראַט, און אַז מ’בלײַבט פּלוצעם אָן אַ טעלעפֿאָן האָט מען תּיכּף פֿאַרלױרן אַלע נומערן, אַלע גוטע־פֿרײַנד, אַלע משפּחה־לײַט, מ’קען אָנהײבן אַ לעבן פֿון דאָס נײַ. אָבער גוט, בדרך־כּלל שרײַבט מען אַ מעלדונג אױף עפּעס אַ סאָציאַלער מעדיע, אַז מ’האָט פֿאַרלױרן די מאָבילקע, זײַט אַזױ גוט און שיקט מיר אײַערע נומערן, אָדער מ’האָט בכלל נישט קײן פּראָבלעם, װײַל די חבֿרים בײַם „גוגל‟, אַ מהומה אױף זײערע קעפּ, האָבן שױן לאַנג פֿאַרשריבן אַלע נומערן אױף זײערע קאָמפּיוטערס און אַ חוץ דעם װאָס זײ װײסן אַלץ װעגן דיר און דײַנע טעטיקײטן, איז נישטאָ קײן פּראָבלעם. מילא. כ’האָב באַקומען אָט דעם באַריכט:

„יאַנקי! דאָ רעדט מיכאל (העניג). װאָס מאַכסטו? ממש אַ שײנער אינטערװיו אין ‘פֿאָרװערטס’, כּל־הכּבֿוד! צומינדעסט דער טײל, װאָס כ’האָב געקענט פֿאַרשטײן מיטן געהילף פֿון גוגל־טרענסלײט, כאַ־כאַ־כאַ. כ’האָב זיך אָקאָרשט דערמאָנט אין דעם בשעת אַ שמועס מיט מײַן שכן אַבֿרהם קלײן, װאָס רעדט ייִדיש אױכעט. ער איז געװען שטאַרק נײַגעריק: ער פֿלעגט לײענען דעם ‘פֿאָרװערטס’, װען די צײַטונג איז נאָך אַרױס אױף פּאַפּיר, און ער האָט אַלײן פֿאַרפֿאַסט ייִדישע לידער. ס’דאַכט זיך מיר, אַז ס’איז כּדאַי איר זאָלט זיך באַקענען אײנער מיטן צװײטן. זײ געזונט!‟

אַ ייִדיש־רעדער אין אונדזער שטאָט, װאָס שרײַבט אײגענע לידער: משיחס צײַטן! דװקא דאָ אין אַמסטערדאַם! כ’האָב געמײנט, אַז כ’קען שױן אַלע װעלטלעכע אוהבֿי־ייִדיש, און מיט די פֿרומע איז שװער זיך צו באַקענען, סײַדן מ’לערנט אין זײער האַלב ייִדיש, האַלב װעלטלעך שולעכל אין דרום־שטאָט, אַװוּ מ’האָט געצײלטע צענדליקער תּלמידים, װאָס אַ פּאָר פֿון זײ רעדן אַ געשמאַק מאַמע־לשון בײַ זיך אין דער הײם… אפֿשר איז אַבֿרהם קלײן געװען אַן אָפּגעפֿאָרענער? נאָך דעם װי כ’האָב געשיקט אַן ענטפֿער, האָט מיכאל תּיכּף רעאַגירט מיט נאָך אַ טעקסטל:

„זײער פֿײַן! ס’איז אַן אױטענטישער אַמסטערדאַמער חבֿרה־מאַן, װאָס װױנט אין ‘בעטאָנדאָרפּ’, אַװוּ כ’האָב בנס געפֿונען אַ דירה. אַ מזל, װאָס נאַטאַשעלע און איך האָבן יעצט אַן אָרט דעם קאָפּ צו לײגן, װען מיר זענען דאָ אין שטאָט. בדרך־כלל זענען מיר אין רױם צי הײַדלבערג. נו, װעל איך דיר שיקן זײַן נומער, ער’ט זיך פֿרײען צו הערן פֿון דיר. דרך־אַגבֿ, איך קען אים ערשט פֿון נעכטן, אָבער כ’מיין, אַז ער איז זײער אַ שפּאָנטאַנער! נו, זײַ געזונט! דײַן מיכל.‟

ס’איז אַלץ געװען אַ װוּנדערבאַרער צופֿאַל. כ’הײב נישט אָן זיך צו דערמאָנען, פֿאַר װאָס כ’האָב ערשט אָנגעקלונגען אױפֿצומאָרגנס, דעם צווייטן טאָג. װײסן װײס איך בלױז, אַז כ’האָב געהאַט אַ גוטע סיבה, צי אפֿשר אַ פּאָר גוטע סיבות. װער בין איך, יעקבֿ פּאָלאַק, אַז כ’װאָלט געקענט דערקלערן די פֿאַרגאַנגענהײט, לשם װאָס אײנער האָט געטאָן דאָס און אַ צװײטער נישט געטאָן יענץ, כּדי אַ סך אומװאָרשײַנלעכע אַנטװיקלונגען זאָלן פֿאָרקומען אײנע נאָך דער צװײטער, און דאָס דערגעבעניש איז פּונקט אַזױ גלױבנסװירדיק װי די ברית־חדשה? נײן, כ’ל זיך נישט אױסטראַכטן עפּעס אַ סיבה, װאָס איך װײס, אַז זי איז נישט געװען אמת. זאָל די אמתע סיבה בלײַבן אױף יענער זײַט ממשות, אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, װאָס מ’װעט קײנמאָל נישט קענען צוריקגעפֿינען.

מילא, װען כ’האָב אָנגעקלונגען אויפֿן אַנדערן טאָג, האָט אַ הײזעריק קול געענטפֿערט און געזאָגט:

„מעט אַבֿראַם, מעט װי ספּרײק איק?‟ (דאָ רעדט אַבֿרהם, מיט װעמען רעד איך?)
„אַ גוטן, ר’ קלײן, דאָ רעדט יעקבֿ פּאָלאַק. װאָס מאַכט איר?‟
„שלווווום! שלום, שלום, ר’ פּאָלאַק. ברוך־השם, ברוך־השם, איך מאַך גוט. אַלץ איז פֿײַן און גוט. און איר, װאָס מאַכט איר?‟

דער שמועס איז געװאָרן זײער אַ לאַנגער. װײַזט זיך אַרױס, אַז אַבֿרהם קלײן איז געװען אַ 50־יעריקער סלאָװאַקער ייִד, װעמען מ’האָט געהאַט אַדאָפּטירט. נאָך דעם װי ער האָט זיך אַריבערגעקליבן קײן אַמסטערדאַם, האָט ער זיך מגייר געװען.

„ייִדיש רעד איך נישט פֿון דער הײם, ר’ פּאָלאַק‟, — האָט ער מסביר געװען, — „נאָר כ’האָב דעראָבערט די שפּראַך ביסלעכװײַז. כ’קען אײַך װײַזן אַ צערטיפֿיקאַט פֿונעם אָקסקפֿאָרדער ייִדיש־קלאַס, ר’ פּאָלאַק! איך האָב אַ דיפּלאָם!‟
„כ’װאָלט זײער גערן געווען צו זען אײַער דיפּלאָם; און די לידער אײַערע, װאָס מיכאל האָט דערמאָנט, װוּ קען איך זײ געפֿינען? כ’האָב געזוכט אײַער נאָמען אין אינטערנעט…‟
„אינטערנעט־שמינטערנעט!‟ — האָט ער אָנגעהױבן צו רעדן אַלץ שנעלער און העכער. —„איך בין נישט אַזױ טעכניש באַוואָפֿנט, ר’ פּאָלאַק! מײַנע לידער זענען דאָ בײַ מיר אין שטוב, כ’האָב זײ געהאַט אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק, און קײנער האָט זײ נישט געזען, נײן, קײנער נישט! איר װעט זײַן דער ערשטער!‟
„דאָס װאָלט געװען אַ כּבֿוד‟, — האָב איך געענטפֿערט, האַלטנדיק דעם טעלעפֿאָן אַ ביסל װײַטער פֿון אױער. — „מיכאל האָט מיר נישט דערצײלט, וווּ איר װױנט. אױב איר גיט מיר אײַער אַדרעס, װעל איך אײַך באַזוכן.‟
„בײַם ברינק, ר’ פּאָלאַק, בײַם ברינק! איר קענט בעטאָנדאָרפּ, נישט אמת? איר קומט פֿון אַמסטערדאַם, יאָ? מוזט איר דאָך קענען בעטאָנדאָרפּ, דעם קװאַרטאַל, װוּ יאָהאַן קראַיף איז געבױרן געװאָרן… אױב איר קומט צום ‘ברינק’ דינסטיק, װעל איך זיצן אױפֿן בענקל בײַם ברינק, ר’ פּאָלאַק. פֿיר אַזײגער? פֿינעף אַזײגער?‟
„פֿיר אַזײגער‟, האָב איך געענטפֿערט. אױב איך זאָג פֿיר, װעט ער נישט דערװאַרטן, אַז כ’זאָל בלײַבן אױף װעטשערע. כ’האָב פֿײַנט צו עסן װעטשערע בײַ מענטשן, װעמען כ’קען נישט, שױן אָפּגערעדט פֿון מענטשן, װעמען כ’קען יאָ, װאָס איז נאָך ערגער. מילא. ס’איז געװען זונטיק, די װעסנע זאָגט צו אַ נײַעם קאַפּיטל אין לעבן, און איך האָב אָפּגעשמועסט אַ דאַטע זיך צו באַקענען מיטן ייִדישן דיכטער אַבֿרהם.

3

אַז מ’רעדט פֿון בעטאָנדאָרפּ, רעדט מען פֿון באַרימטע נידערלענדישע פּערסאָנאַזשן, װאָס זענען געבױרן געװאָרן אין אָט דעם סודותדיקן טײל פֿון דער הױפּט־שטאָט. יאָהאַן קראַיף, דער װעלט־באַרימטער פֿוסבאָל־שפּילער, איז געװען אײנער פֿון זײ. קראַיף פֿלעגט מען רופֿן „דעם בעטאָנדאָרפּער אָראַקל‟, װײַל זײַנע מאָדנע, אומפֿאַרשטענדלעכע רײד, למשל, „מ’הײבט ערשט אָן עס צו כאַפּן װיבאַלד מ’האָט עס פֿאַרשטאַנען‟, אָדער „אױב איך װאָלט געװאָלט איר זאָלט עס פֿאַרשטײן, װאָלט איך עס בעסער דערקלערט‟ — האָבן סײַ פֿאַרבליפֿט און סײַ אינספּירירט. אױב ס’איז אמת, אַז מ’קען עמעצן פֿאַרשטײן דורך די רײד, איז יאָהאַן קראַיף געװען אַ לעבעדיקער פּאַראַדאָקס.

אַן אַנדערער בן־עיר, דער מחבר כעראַרט רעװע, װעלט־באַרימט, אָבער לײדער, נאָר אין האָלאַנד, ביז מ’האָט פֿאַרעפֿענטלעכט זײַן ערשטן ראָמאַן ‘די אָװנטן’ אין ענגלאַנד אינעם יאָר 2016, כּמעט אַכציק יאָר נאָך דעם װי דאָס פֿענאָמענאַלע בוך, װאָס אַיעדער תּלמיד מוז לײענען אין שול, איז אַרױס. אין אָט דעם בוך געפֿינט דער לײענער זיך טאַקע אין די קאַלטע, װינטער־צײַט טונקל געװאָרענע גאַסן און געסלעך פֿון בעטאָנדאָרפּ, װאָס דער מחבר האָט אַמאָל אין אַן אינטערװיו אױף דער טעלעװיזיע באַשריבן אַזױ: „בשעת אַן ערך צװעלף יאָר האָבן מיר געװױנט אין אַ שטוב אױפֿן ראָג פּלוכסטראַאַט 57. איבער דער גאַנצער געגנט, די הײַזער, גערטנער, דעכער, גאַסן, פּלעצעלעך איז בײַ מיר געהאָנגען אַן אַטמאָספֿער פֿון אומפֿאַרשטענדלעך טיפֿן, אומאַנטרינבאַרן טרױער. לאָזט אָפּ אַלע האָפֿענונגען, איר װאָס װאַקסט דאָ אױף, דאָס איז געװען מײַן געפֿיל אין יענע צײַטן.‟
זײַט װיסן, חשובֿער עולם, אַז אַלע אין אַמסטערדאַם װײסן, װוּ ס’ליגט בעטאָנדאָרפּ, און קײנער איז דאָרט קײנמאָל נישט געװען. מ’האָט געבױט דעם קװאַרטאַל װי אַ דערפֿל אינמיטן דער שטאָט בשעת די 20ער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, װען דער געדאַנק, אַז די אַרבעטער זאָלן האָבן אַ מעגלעכקײט צו װוינען אין אַ גרינער סבֿיבֿה, איז אַריבער פֿון ענגלאַנד. די פּראָבלעם איז געװען, אַז ציגלען זענען געװען משונה טײַער: האָט מען געמוזט בױען מער װי אַ העלפֿט פֿונעם נײַען דערפֿל מיט בעטאָן. דער נאָמען „בעטאָנדאָרפּ‟ איז לכתּחילה געװען אַ צונעמעניש, נאָר דעם אמתדיקן נאָמען האָט קײנער נישט גענוצט. בעטאָנדאָרפּ איז אַ װעלט פֿאַר זיך, װאָס מ’װײסט, אַז זי איז דאָ, נאָר מ’האָט נישט קײן סיבה אַהינצופֿאָרן, װײַל מ’קען נישט קײנעם, װאָס װױנט דאָרטן, אַ חוץ דעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם.

בעטאָנדאָרפּ איז אַן אינדזל אינמיטן אַמסטערדאַם, און װיבאַלד מ’פֿאָרט אַרײַן דאָס ערשטע מאָל, דערשפּירט מען כּהרף־עין דעם דאָרפֿס װילן צו בלײַבן אַן אינדזל. אין דרױסן איז געװען שטיל. קײן ביציקלעטן, קײן אױטאָס זענען נישט געפֿאָרן אױף די גאַסן, אָדער בעסער געסלעך. מ’האָט נישט געהערט קײן מוזיק, קײן פֿײגעלעך, קײן שום גאָרנישט, װי בעטאָנדאָרפּ װאָלט געלעבט אױף יענער זײַט צײַט. די געצײלטע בני־אָדם װאָס האָבן זיך געפֿונען אױף דער גאַס, האָבן בלױז באַדאַרפֿט אײן בליק צו פֿאַרשטיין, אַז איך בין נישט פֿון זײערע. כ’האָב דאָרטן דערזען אַן אָרעמקײט, װאָס איז שװער צו געפֿינען אין די אַנדערע טײלן פֿון אונדזער רײַכער שטאָט.

בעטאָנדאָרפּ איז געבױט אױף אַזאַ אופֿן, אַז ס’איז זײער שװער צו געפֿינען דעם װעג. װען כ’האָב סוף כּל סוף געפֿונען דעם צוגאַנג צום הױפּט־פּלאַץ, װאָס האָט געהײסן „ברינק‟, האָב איך איבער די דעכער פֿון די בעטאָנענע הײַזעלעך געזען אַן אָריענטאַלישן טורעם־זײגער, װאָס האָט געװיזן פֿינעף נאָך פֿיר. כ’בין געפֿאָרן אַ ביסל גיכער אַרום דעם ראָג און האָב געגעבן אַ קוק אױף דעם פּלאַץ, װוּ כ’האָב געטראַכט צו זען אַן אינדישן טעמפּל. פֿאַרמאַכט און געעפֿנט די אױגן איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז ס’איז טאַקע געװען אַן אינדישער טעמפּל, װאָס איז געשטאַנען אױף דעם זעלבן פּלאַץ, אַװוּ ס’האָבן זיך אױך געפֿונען אַ לײענזאַל, אַ פֿלײשער, אַ בעקערײַ מיט אַ קלײנעם קאַפֿע און אַ גראַמאָפֿאָנען־געשעפֿט. צװישן דעם טעמפּל און דעם לײענזאַל איז געשטאַנען אַ זײַלנגאַנג, הינטער װעלכן מ’האָט געזען נאָך מער דירות, קלײנטשיקע בעטאָנענע דירות מיט אומפֿאַרצײלטע מעשׂיות װעגן זײערע באַװױנערס. כ’בין געשטאַנען מיטן ביציקל אינמיטן פּלאַץ און זיך געפֿילט װי אין אַן אַנדערער תּקופֿה און אין אַן אַנדער לאַנד בכלל, גאָר װײַט אַװעק פֿון אַמסטערדאַם.

„ר’ פּאָלאַק‟, — האָב איך הינטער זיך דערהערט אַ הײזעריק קול, — „ר’ פּאָלאַק, כ’האָב מורא געהאַט, איר װעט נישט קומען!‟

כ’האָב געטאָן אַ דרײ מיטן קאָפּ און דערזען אַ קלײנװוּקסיק ייִדעלע אין אַ היטל און מיט אַ לאַנגער, װײַסער באָרד. אין זײַנע אױגן האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אַ מאָדנער גלאַנץ, װי ער װאָלט געװען אין דער זעלבער צײַט דאָ און ערגעץ זײער װײַט, װוּ מ’קאָן אים נישט פֿאָלגן, כאָטש מ’װאָלט שטאַרק געװאָלט.

„קומט אַרײַן, ר’ פּאָלאַק, קומט אַרײַן! כ’האָב צוגעגרײט עפּעס צו עסן!‟

4

מיר זענען אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן דירה, װאָס איז געװען דער אונטערשטער טײל פֿון אַ צװײ־גאָרנדיק הױז אױפֿן בעטאָנדאָרפּער „ברינק‟ נעבן דעם גראַמאָפֿאָנען־געשעפֿט. און אַז מיר זענען אַרײַן אין זײַן װױנצימער און ער האָט מיר אָנגעװיזן אויף אַ בענקל („זעצט אײַך, ר’ פּאָלאַק, זעצט אײַך!‟), בין איך געבליבן שטיין פֿאַר די סאַמע פֿאַרהאַסטע װערטער אױף דער װעלט: „אַרבײַט מאַכט פֿרײַ‟.

אינעם װוינצימער איז געװען אַ װאַנט, פֿאַרפֿלייצט מיט בילדער פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדן, דאַכט זיך, משפּחה־לײַט, אַן אױשװיץ־קאָלאַזש און טאַקע אַ דיפּלאָם פֿון דער אָקספֿאָרדער ייִדיש־פּראָגראַם.

בשעת דאָס קלײנװוּקסיקע ייִדעלע האָט זיך געפּאָרעט אין אַ קיך, װוּ ס׳איז געשטאַנען אַ גערוך פֿון װײניקסטן צען יאָר ניט־ראַמען, האָב איך אים געפֿרעגט:
„װען האָט איר פֿאַרענדיקט דעם ייִדיש־קורס, ר’ אַבֿרהם?‟
„מיט צען יאָר צוריק‟, — האָט ער געזאָגט אױף אַ קול, בשעת ער האָט אַרײַנגעבראַכט צװײ גלעזער טײ פֿון דער קיך אין װוין־צימער. ס’איז געװען דאָס ערשטע מאָל, װאָס כ’האָב געהערט אַ השפּעה פֿון נידערלענדיש אין זײַן שפּראַך: „איר האָט אױך געפֿאָלגט זאָ’ן קורס, ר’ פּאַלאַק? װען איז דאָס געװען?‟
„אין צװײ טױזנט נײַנצן‟, — האָב איך געענטפֿערט, נעמענדיק אַ גלאָז. — „אַ דאַנק.‟
„און האָט איר אױך שטודירט בײַ דוד קאַץ, ר’ פּאַלאַק? װער איז געװען אײַער לערער?‟
„מײַנע לערערס זענען געװען לײזער בורקאָ און שרון בר־כּוכבא. צי קענט איר זײ?‟
אַבֿרהם האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ. פּרוּװנדיק נישט צו קוקן אױף די שרעקלעכע בילדער אױף דער װאַנט, האָב איך געגעבן אַ קוק אױף זײַן פּנים: אין די אױגן־װינקלען האָבן זיך באַװיזן די ערשטע רונצלען, זײַנע העלבלױע אױגן האָבן געקוקט אין ערגעץ אַ װײַטער פֿאַרגאַנגענהײט און אַרום די ליפּן האָט מען געזען די רעשטלעך פֿון זײַן לעצטן שמײכל, װאָס איז, דאַכט זיך, פֿאָרגעקומען מיט אַ סך יאָר צוריק. גראָד װען כ’האָב זיך אָנגעפֿרעגט, װאָס ס’האָט מיט אים פּאַסירט, האָט ער געענטפֿערט: „נײן. כ’קען קײנעם נישט, אַ חוץ דוד קאַץ. קײנער באַזוכט מיך נישט דאָ, ר’ פּאָלאַק.‟

ס’האָט זיך פֿאַרהאַלטן אַ לאַנגע שטילקײט. כ’האָב פּרובירט זיך צו געבן עפּעס צו טאָן און געבלאָזט אויף דער טײ: װאָס גיכער כ’האָב זי אױסגעטרונקען, אַלץ גיכער װעל איך קענען אַרױספֿליִען פֿון דעם פּערזענלעכן קאָנצענטראַציע־לאַגער. כּדי צו פֿאַרענדיקן דאָס שטילשװײַגעניש, האָב איך לסוף געפֿרעגט:
„פֿאַר װעמען האָט איר דען אָנגעשריבן אײַערע לידער?‟
„פֿאַר מיר, ר’ פּאָלאַק, פֿאַר מיר! כ’האָב זײ דאָ אין אַ ביכל און דאָ אין אַ קלאַיס.‟

ער האָט געצײַגט אױף אַ זיכער־שאַפֿע אונטער דעם אַלטן זעסל, װוּ ער האָט זיך געהאַט אַװעקגעזעצט. אַקוראַט הינטער אים איז געװען אױשװיץ. פּלוצעם האָט מען דערהערט אַ מוראדיקע מיאַוקערײַ פֿון אַן אַנדערן צימער.

„איר האָט אַ קאַץ?‟ — האָב איך אים געפֿרעגט, ניבֿהל־ומשתּומם בײַם געדאַנק, אַז װאָסער ניט איז בעל־חי קען בלײַבן בײַם לעבן אין אַזאַ חורבֿה.
„כ’האָב דרײַ קאַצן, ר’ פּאָלאַק‟, — האָט אַברהֿם געמאָלדן, און באַנעמענדיק דעם שאָטן פֿון אַ שמײכל אויף זײַן פּנים, האָב איך נישט געקענט אױסבעסערן זײַן גרײַזיקע מערצאָל. — „בענגאַלישע קאַצן. איר װילט זײ זען, ר’ פּאָלאַק?‟ — און נישט דערװאַרטנדיק מײַנס אַן ענטפֿער, איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿונעם זעסל און אַװעק אינעם קאָרידאָר. מיט דער לײַכטערונג בין איך נאָך אים אַרױס פֿונעם װױנצימער, װאָס װײַטער פֿון די בילדער אױף דער װאַנט.

אױף יענער זײַט קאָרידאָר איז געװען אַ טיר, װאָס האָט געפֿירט צו אַן אַמאָליקן צימער, װײַל דאָס װאָרט האָט מען מער נישט געקענט נוצן פֿאַרן טאָטאַלן תּוהו‏־ובֿהו, װאָס האָט זיך באַװיזן פֿאַר די אױגן. ס’איז דאָ געשטאַנען אַ בעט, װאָס די קלײנטשיקע לאַפּקעס האָבן קאַליע געמאַכט. די באַזיצער פֿון די לאַפּקעס זענען הענדעם־פּענדעם געלאָפֿן איבערן צימער אין אַ גרױסער קאַצערײַ. אַבֿרהם האָט אױפֿגעהױבן אײנע פֿון די קעץ און געזאָגט:
„דאָס איז מאַלפּי, זי איז די ייִנגסטע!‟ — מאַלפּי איז געװען אַ גרױסע בענגאַלישע קאַץ מיט גלאַנצנדיקע אױגן. אַז איך האָב זי אָנגעקוקט, האָט זי געטאָן אַ מיאַוקע, װאָס האָט געדאַרפֿט מיינען: האָסטו נישט קײן האַרץ, יאַנקי? אַז דו קלינגסט אָן צו די חבֿרה צער־בעלי־חײם, איז װער װעט בלײַבן בײַ אַבֿרהמען, אַ חוץ זײַנע פֿאַרשטאָרבענע משפּחה־לײַט? װעסט אים באַזוכן, װען איכ’ל זײַן אַװעק אין עפּעס אַ פּשיטולעק מיט אַנדערע קעץ? און מיאַוקעט האָט זי נאָכאַמאָל, טענהנדיק: זאָלסט זיך כאָטש צוהערן צו זײַנע לידער. קײנער האָט נאָך נישט געהערט און נישט געלײענט גאָרנישט פֿון אים. הער זיך צו. טרינק דײַן טײ און הער זיך צו. גיב אים אַ שמײכל. פֿרעג אים װעגן זײַן לידער-ביכל, דאָס ביסל אָרעמקײט, װאָס ער פֿאַרמאָגט. טו אַ בעל־חי אַ טובֿה און זײַ אַ מענטש, יאַנקי.
„ע, ר’ אַבֿרהם? כ’װאָלט גערן געהערט אײַערע לידער…‟

5

דאָס אַלטע ייִדעלע, אַן אָפּגעמוטשעטער פֿון צו פֿיל זכרונות האָט גענומען זײַן ד’־אַמותדיק ביכל אין דער האַנט און פֿאָרגעלײענט דאָס ליד „אַ געגנבֿעטע נשמה‟.

דאָס איז געװען אַ מײדל גאָר אַ קלײנס
דאָס איז געװען אַ מײדל גאָר אַ שײנס.

איר לעבן איז געװען זײער פּשוט, נישט קײן סך גליק,
פֿון לאַנגע שעהן אַרבעט אין אַ שפּילצײַגן־פֿאַבריק.

זי האָט געמאַכט ליאַלקעס, ליאַלקעס אָן אַ שיעור,
כּדי די קינדער זאָלן האָבן כאָטש אַ ביסעלע פּלעזיר.

אין אירע ליאַלקעס האָט זי אַרײַנגעלײגט אַ נשמה
פֿאַר די דײַטשן איז דאָס געװען אַ קלײנע נקמה.

נאָר װען די רוצחים זענען אָנגעקומען
האָבן זײ פֿון אירע ליאַלקעס די נשמה אַרױסגענומען…

בשעת ער האָט פֿאָרגעלײענט די שורה „זי האָט געמאַכט ליאַלקעס‟, איז אַ צװײטע קאַץ אַרױפֿגעשפּרונגען אױף מײַן שױס. זי האָט מיך אָנגעקוקט און דאָס מאָל האָט זי נישט באַדאַרפֿט קײן מיאַוקערײַען אױף צו זאָגן, װאָס כ’האָב געמוזט טאָן. איך האָב געװאַרט ביזן סוף און אים געזאָגט:
„דאָס איז ממש שײן, ר’ אַבֿרהם. װען האָט איר דאָס אָנגעשריבן?‟
„מיט יאָרן צוריק, ר’ פּאָלאַק! איר זענט דער ערשטער, װאָס הערט דאָס ליד, ר’ פּאָלאַק, דער ערשטער! קײנער האָט דאָס נאָך נישט געהערט!‟ — האָט ער געזאָגט ענערגיש, באַװעגנדיק דאָס ביכל אין דער לופֿט.
„אױב איר װילט, קען איך פֿרעגן אין דער רעדאַקציע פֿון אונדזער בלעטל, אָפּצודרוקן אַ פּאָר…‟.

האָט ער מיך אָבער איבערגעכאַפּט:
„צי קענט איר אָנשרײַבן אין ׳פֿאָרװערטס׳, אַז די לידער זאָלן אַרויס בײַ זײ? כ’האָב אײביק געװאָלט, אַז מײַנע לידער זאָלן פֿערשכײַנען‟, — (אַזױ האָט ער געזאָגט) „אינעם ׳פֿאָרװערטס׳. צי װאָלט איר דאָס געקענט טאָן, ר’ פּאָלאַק?‟

אַז כ’האָב נישט געװוּסט װי אַזױ צו רעאַגירן אױף אַ פֿרײַנטלעכן אופֿן, האָב איך אים געזאָגט:
„נו, פּרוּװן קען מען פּרוּװן, אָבער דעם אמת געזאָגט, ר’ אַבֿרהם…‟
„זאָג מיר נישט דעם אמת! — האָט דער ייִדישער דיכטער פּלוצעם אָנגעהױבן שרײַען. — „כ’װיל נישט איר זאָלט מיר זאָגן דעם אמת און מיך פֿאַרלאָזן אַזױ װי אַלע אַנדערע! אױף הפֿקר פֿאַרלאָזט מיך, אױף הפֿקר! קײנער רעדט מיט מיר נישט אױף ייִדיש! נימאַנד, זאָג איך אײַך, נימאַנד װיל מיט מיר רעדן! איר האָט מיך באַפֿרײַט פֿון מײַן איזאָלעמענט! איר האָט מיך באַפֿרײַט! זאָג מיר נישט…‟
„אפֿשר קענט איר מיר פֿאָרלײענען נאָך אַ ליד?‟ — האָב איך אים האַסטיק איבערגעכאַפּט. כ’האָב שױן געהאַט געאַנט, אַז קײן סך מענטשן באַזוכן נישט דעם מאָדנעם ערעמיט, װאָס װױנט העט װײַט אין בעטאָנדאָרפּ מיט זײַנע קעץ, העט װײַט אין עפּעס אַ פֿאַרגאַנגענהײט, װוּ מ’קען אים נישט נאָכגײן. אױף עמעצן נאָכצוגײן דאַרף ער האָבן כאָטש אַ שטיקל עולם־הזה.

„צי װילט איר שרײַבן דעם ׳פֿאָרװערטס׳? איך בין נישט אַזױ דיגיטאַליש. כ’האָב דאָ אַלצדינג, אַ טעלעפֿאָן, אַ טאַבלעט, אָבער קײן קאָמפּיוטער האָב איך נישט, כ’װײס נישט װי דאָס אַרבעט. ביטע, ר’ פּאָלאַק…‟

די לעצטע װערטער זײַנע האָבן רעזאָנירט אין זײַן װױן־צימער, און כ’האָב געהאַט דעם אײַנדרוק, אַז סײַ ער און סײַ די קעץ, און סײַ אַפֿילו די דערהרגעטע משפּחה־לײַט, װעמעס װײַס־שװאַרצע אױגן האָבן אױף מיר געקוקט, האָבן מיר געזאָגט: ביטע, ר’ פּאָלאָָק… ביטע… ביטע…

ערשט נאָך דעם װי כ’בין אַרױס פֿון דער דירה, נאָך כּלערלײ באַהױפּטונגען און דעם צערעמאָניעלן צוזאָג, אַז איכ’ל אין גיכן צוריקקומען אים צו באַזוכן נאָכאַמאָל, און ערשט דאַן, װען איך בין געפֿאָרן אױפֿן ראָװער קײן צענטער־שטאָט, זײער װײַט אַװעק פֿון בעטאָנדאָרפּ, האָב איך זיך דערמאָנט אין פּאַװלס װערטער װעגן דעם אַוועקפֿליִען פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, װאָס מ’האָט אַלײן קײנמאָל נישט געהאַט געזען.

פֿאַר דער פּאָרטוגעזישער שול אין צענטער־שטאָט האָב איך צוריקגעפֿונען מײַנע טרערן, נישט פֿון דעם מיטאָג, נאָר פֿון יאָרן, יאָרן, יאָרן.

6

געקומען צוריק אַהײם, האָב איך פֿאַרצײלט מײַן געליבטער װעגן דעם באַזוך. זי האָט געװאָלט איבערלײענען דאָס לידער־בוך, װאָס אַבֿרהם האָט מיר געהאַט געגעבן כ’זאָל עס לײענען און פֿאָרשטעלן דער רעדאַקציע פֿון אונדזער בלעטל, אָדער נאָך בעסער, דעם „פֿאָרװערטס‟. װען זי האָט גענומען דאָס בוך אין דער האַנט, האָט זיך אויף איר פּנים באַװיזן אַן אױסדרוק פֿון פּריקרע: „אין װאָסער דירה װױנט ער?!‟ — האָט זי געפֿרעגט אױף אַ קול. פֿונעם ביכל האָט אַ זעץ געטאָן אַ מאָדנער גערוך. אַז כ’האָב איבערגעחזרט מײַן באַשרײַבונג, האָט זי געזיפֿצט און גענומען פֿאָרלײענען אַ ליד אױף אַ זײַטל, װאָס זי האָט געעפֿנט על־פּי צופֿאַל:

דאָקטערקע און די מסוכּן קראַנקע װעלט

אין פּרעסבורג, אין דעם װעלטקריג, װענס אַמאָל
האָט געװױנט אַ דאָקטערקע װאָס האָט געאַרבעט אין שפּיטאָל.
דאָרט האָט זי אַלע חולים אױסגעהײלט
און אין די געטאָס מעדיצינען אױסגעטײלט…

מײַן געליבטע האָט זיך אָפּגעשטעלט, אױפֿגעהױבן די אױגן פֿונעם פּאַפּיר און געזאָגט: „װאָס פֿאַר אַ מענטש איז דאָס? שטאַמט ער פֿון בראַטיסלאַװאַ?‟
„כ’מײן, ער האָט געזאָגט, אַז ער שטאַמט פֿון טשעכיע, אָבער דאָס איז דעמאָלט געװען אײן לאַנד‟, — האָב איך געענטפֿערט.
„און זינט װען װױנט ער דאָ אין בעטאָנדאָרפּ? װוּ און װי אַזױ האָט ער זיך געלערנט ייִדיש? נו, קענסט זאָגן נאַכער…‟

און זי האָט װײַטער דורכגעלײענט נאָך דרײַ סטראָפֿעס, ביז זי איז אָנגעקומען צו דער לעצטער סטראָפֿע:

אַרױס פֿון דער געטאָ אין די טונקעלע טעג,
איז די געליבטע דאָקטערקע אין דער אײביקײט אַװעק.
װאָס איז געשען? ס’באַדאַרף קײן שום חקירה־דרישה:
די לאַגערן און די רוצחים זענען געװען איר חבֿרה־קדישא!

„װאָס מײנט עפּעס אַ חבֿרה־קדישא?‟ — האָט זי געפֿרעגט, כּלומרשט פֿאַרגעסן אין אירע פֿריִערדיקע פֿראַגעס.
„ס’זענען טאַקע צװײ װערטער. ס’מײנט אַ ‘הײליקער פֿאַראײן’, אַ גרופּע טױטנגרעבערס.‟
„ס’מײנט, ער האָט געזאָגט, אַז די לאַגערן און די רוצחים זענען געװאָרן אירע טױטנגרעבערס? ס’אַ שלעכטע מעטאַפֿאָר! און דו װילסט פֿאָרלײגן די־אָ לידער דער רעדאַקציע פֿון ענקער… (אַמאָל פֿלעג די געליבטע ניצן חסידישע גראַמאַטיק) דעם זשורנאַלעכל? פֿאַר װאָס געפֿעלט דיר עפּעס אַבֿרהמס פּאָעזיע?‟

האָב איך קודם־כּל נישט געהאַט קײן תּשובֿה אויף דעם. אָדער אפֿשר יאָ געהאַט, אָבער נישט געװוּסט, װי אַזױ מסביר צו זײַן מײַנע מחשבֿות אַ שיקסע, הגם זי האָט גערעדט ייִדיש. האָב איך טאַקע באַשלאָסן איר צו ענטפֿערן אױף ייִדיש, האָפֿנדיק, אַז זי װעט בעסער פֿאַרשטײן מײַן מצבֿ־רוח לגבי דעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם.

”ס’איז מיר זײער שװער דאָס צו זאָגן סתּם אַזױ, זאָג איך עס דיר אױף שטיפֿמאַמע־לשון. מיט יאָרן צוריק האָב איך געהאַט אַ שמועס װעגן אַרױסקומען פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגערן. כ’מײן, אַז איך האָב דיר קײנמאָל נישט דערצײלט װעגן דעם, אמת? נו, פּאַװל — האָסט זיך אײן מאָל מיט אים באַקענט אױף עפּעס אַ שׂימחה, — האָט גערעדט װעגן דער געשיכטע פֿון זײַן משפּחה, װאָס כ’האָב דעמאָלט נישט געקענט פֿאַרשטײן. ער האָט געזאָגט, אַז אין חלום איז ער אַ געפֿאַנגענער אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, װאָס קען כאָטשבי דערזען דעם אַרױסגאַנג, און בײַ טאָג האָט ער אַפֿילו קײן אַנונג נישט, װוּ ס’באַהאַלט זיך…‟
„װאָס האָט דאָס צו טאָן מיט יענעם משוגענעם אין בעטאָנדאָרפּ?‟ — האָט די געליבטע מיך איבערגעהאַקט.
„זײַ אַזױ גוט און װאַרט ביזן סוף! ערשט אין אַבֿרהמס דירה האָב איך פֿאַרשטאַנען, װאָס סע מײנט צו לעבן װי אַן איזאָלירטער אין דעם אײגענעם לאַגער, װײַל דער מענטש האָט נישט מער און נישט װײניקער ווי אַ קאָלאַזש פֿון אױשװיץ, וועלכער הענגט אױף דער װאַנט, פֿון זײַן אויסגעהרגעטער משפּחה!‟

דער געליבטערס מױל האָט זיך געעפֿנט, צוריק פֿאַרמאַכט און צוריק געעפֿנט. נאָך פֿיר, פֿינעף סעקונדעס האָט זי װידער באַװיזן אים צו פֿאַרמאַכן און געזאָגט אױף אַ קול דעם געדאַנק, װאָס כ’האָב נישט געװאָלט אָנערקענען פֿריִער:
„ס’הײסט… ס’הײסט, אַז ער װױנט למעשׂה אין אױשװיץ יעדן טאָג?‟
„אַיעדן טאָג…‟

זי איז געבליבן פֿאַרבליפֿט כּמעט אױף אַ גאַנצער מינוט. לסוף האָט זי געזאָגט:
„לאָמיר מאָרגן רעדן װײַטער. כ’פֿאַרשטײ יעצט, פֿאַר װאָס ס’װילט זיך דיר העלפֿן אַזאַ מענטשן. אָבער זײַ פֿאָרזיכטיק, יאַנקי…‟

7

בין איך טאַקע געװען פֿאָרזיכטיק. דאָס צװײטע מאָל װאָס כ’בין געפֿאָרן קײן בעטאָנדאָרפּ, כּדי באַזוכן אַבֿרהמען, איז אױך געװען דאָס לעצטע מאָל. ער האָט צוגעגרײט אַ מאכל, װאָס האָט מיר פֿאַרדאָרבן דעם מאָגן אױף אַ טאָג צװײ. דערנאָך האָב איך אים געהאָלפֿן צו באַשטעלן אַ מיטגלידשאַפֿט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם אָרטיקן אוניװערסיטעט, װאָס פֿאַרמאָגט אָן אַ שיעור ייִדישע ביכער אין דער זאַמלונג „ביבליאָטעקאַ ראָזענטאַליאַנאַ‟.

דאָס ביבליאָטעק־קאַרטל האָט אָבער נישט געטױגט אױף אַװעקנעמען מײַנע געװיסן־ביסנס. ס’איז געװען גאָר שװער צו רעדן מיט אים, ער איז געװען אַ קאָמפּליצירטער מענטש, צו לאַנג געװען אַן ערעמיט, צו לאַנג, נאָר פֿאַר װאָס האָב איך נישט געענטפֿערט, װען ער האָט מיר אָנגעקלונגען אין די טעג נאָך אונדזער לעצטן באַגעגעניש? פֿאַר װאָס האָב איך איגנאָרירט זײַנע פּרוּװן צו שאַפֿן עפּעס אַ מין פֿאַרבינדונג מיט מיר, װי ער װאָלט געװען נישט באמת אַ בשׂר־ודם װי איך, װאָס באַדאַרף אױפֿמערקזאַמקײט און װאָס מ’זאָל אים באַהאַנדלען מיט דרך־ארץ, נאָר עפּעס אַ נאַר בן־נאַראָנים, װעמען מ’קען סתּם אַזױ איגנאָרירן װי קײנמאָל גאָרנישט? דאַכט זיך, אַז אַ פּאָר מענטשן פֿאַר מיר האָבן שױן געהאַט איגנאָרירט דעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם — פֿאַר מיר און מסתּמא נישט װײניקער נאָך מיר…

נאָך אפֿשר אַ װאָך האָט אַבֿרהם מער נישט געקלונגען, האָב איך ביסלעכװײַז אָנגעהױבן אין אים צו פֿאַרגעסן. נאָר פּלוצעם בין איך אַרײַן אין אַ „װאַצאַפּ‟־גרופּע מיטן נאָמען „פֿרענדס‟. זײער אַ פֿאַרחידושטער האָב איך געעפֿנט דעם „װאַצאַפּ‟־שמועס. כ’האָב געזען, אַז די מיטגלידער שטאַמען פֿון אַמעריקע, האָלאַנד, בעלגיע, ארץ־ישׂראל, טשעכיע און אַפֿילו דרום־אַפֿריקע. און די קאָנװערזאַציע איז געװען אַזױ:

— שבת שלום.
— שבת שלום!
— שאבאט שאלאם.
— I don’t know what this group is about. So I’m leaving.
— שבוע טוב.
— I think this group was made by Avram Klein.
Yes. He wants all his friends together.
— +31650850274 has left the group.
— שלום אברהם וכל החברים בקבוצה זה גדעון מקדימה…
— +4201184720043 has left the group.

אַז די חבֿרה האָבן ממשיך געװען דעם גאָר אײנזײַטיקן שמועס, האָבן אַלץ מער מענטשן פֿאַרלאָזט די גרופּע. אַפֿילו אױף אַרײַנצוקוקן אין דער גרופּע האָב איך שױן נישט געהאַט דעם מוט, גײ פֿאַרשטײ פֿאַר װאָס, אַפֿילו יעצט, אַז איך גרײט צו דעם סוף פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם.

פֿאַר װאָס? אַז איך עפֿן די גרופּע, האָב איך מורא צו דערװיסן זיך, אַז אפֿשר בין איך דער אײנציקער, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזט דעם שמועס. אַז איך בין דער אײן און איינציקער, װאָס בלײַבט אין אַבֿרהמס טאָג־טעגלעכן קאָנצענטראַציע־לאַגער, אָדער אפֿשר אַ פֿאַרניכטונגס־לאַגער; כ’בין נישט געבליבן גענוג לאַנג אױף צו זען דעם אונטערשיד.
אַז איך בין דער אײנציקסטער, װאָס האָט געלײגט אַן אױג אױף זײַן פּאָעזיע, װאָס װעט, דאַכט זיך, קײנמאָל נישט פֿאַרעפֿענטלעכט װערן אױף די שפּאַלטן פֿונעם „פֿאָרװערטס‟, נאָר װאָס װעט דערמאָנען דעם עולם, אַז נישט נאָר אײן מענטשן גייט די מלחמה אָן ווײַטער ביזקל הײַנט.

נאָוועמבער 2022

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s