ניו־יאָרק, דו ביסט דאָס פֿײַער אונטער שמעלצטאָפּ…
ווי עס טרעפֿט יעדעס יאָר דעם לעצטן דאָנערשטיק אין חודש נאָוועמבער, איז אויך הײַיאָר געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע די אַל־נאַציאָנאַלע חגא „דאַנקטאָג‟. אין תּוך ציט דער יום־טובֿ זײַן בראשית זינט 1621, ווען די „גרינע‟ פּיליגרימען, צוזאַמען מיט אַ מחנה אָרטיקע אינדיאַנער האָבן געפּראַוועט אַ בשותּפֿותדיקע סעודה, לכּבֿוד דעם אייבערשטן, וואָס האָט אַזוי בשפֿע באַזאָרגט זײַנע קינדער אויף ווינטער מיט כּל־טובֿ.
ווי עס פֿירט זיך פֿון קדמונים אָן, אַז מע באַדאַנקט גאָט, מוז מען אים ברענגען אַ קרבן. בײַ אונדז, ייִדן, ערבֿ־יום־כּיפּור ברענגט מען פֿאַר אַ כּפּרה אָדער אַ האָן, אָדער אַ הון. די אַמעריקאַנער בירגער באַדאַנקען גאָט פֿאַר זייער פֿרײַ־ און ווויל־לעבן מיט אַ געבראָטענעם אינדיק.
מיט 24 יאָר צוריק, ווען כ׳בין געקומען קיין אַמעריקע פֿון ישׂראל, האָב איך קיין אַנונג וועגן דער חגא נישט געהאַט. „דאַנקטאָג‟ האָט מיר דערמאָנט אונדזער סוכּות. די ייִדן האָבן אויך גענוג געוואַנדערט נאָך לאַנג פֿאַר די פּיליגרימען; און שפּעטער נאָכן חורבן פֿון בית־שני — הונדערטער יאָרן גערודפֿט געוואָרן. אייגנטלעך, האָבן זיי די רדיפֿות געבראַכט אויך אין דער „גאָלדענער מדינה‟.
אין דעם טאָג ווערט ניו־יאָרק פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַרנאַוואָל־שטאָט, מיטן טראַדיציאָנעלן „מייסיס‟־פּאַראַד פֿאַר קליין־און־גרויס, און די יום־טובֿדיקע שטימונג ציט זיך שוין אַזוי ביז סוף יאָר, ווען די קריסטן פֿײַערן זייער „קריסמעס‟ און די ייִדן „חנוכּה‟. אין דעם טאָג איז שווער אין אַמעריקע צו געפֿינען אַ הונגעריקן; אַ פּולקע פֿון אַן אינדיק און אַ קניש מיט קאַבאַק וועט זיך געפֿינען פֿאַרן לעצטן היימלאָזן. אָט דאָס איז אַמעריטשקע־גנבֿ!
מײַנע קורצע נאָטיצן וויל איך פֿאַרענדיקן מיט עטלעכע סטראָפֿעס פֿון מײַן פּאָעמע, געווידמעט ניו־יאָרק:
ניו־יאָרק, מיט „ריווערס‟ צוויי און האָדסאָן־טײַך
אַרומגעגאַרטלט און פֿאַרצויגן פֿעסט,
אַז וואַנט צו וואַנט, ווי צו אַן אַקסל אַקסל,
בנינים־בירגער טראָגן זייער וואַך
אויף דעם פֿירהונדערט־יאָריק לאַנגן וועג.
איך לאָז אַרויס פֿון זיך מײַן „איך‟ צו בלאָנדזשען
אין אַלע פֿירע עקן פֿון דעם כּרך.
ניו־יאָרק, די שטאָט פֿון הויכע, פֿלאַכע דעכער,
אַז וואָלקנס אינעם שוועב פֿון זייער וואַנדער
זיך צולייגן געקאָנט מיט ווייכע באַקן;
דעם אָטעם אָפּכאַפּן, אָפּדעכען.
אין זומער־היץ די זון אויף גלי פֿון טאָוועס
באַקט אויס די טעג, ווי איטאַליענער פּיצעס,
געבראַכט פֿון שפּאַלטן סיציליענער פֿעלדזן,
אויף גאַסן דאָיִקע לטובֿת.
אַ שטאָטגעמיש פֿון מענטשלעכע גערוכן,
אַרײַנגעבראַכט אַהער פֿון פּאָרטן ווײַטע
אין אַלטן זאַק פֿון דלות און רדיפֿות —
זיך אײַנגעגעסן אין די ברוקן.
דאָ וויקלען זיך אין רוים חלומות זיסע
נאָך פֿון דער צײַט פֿון ווילדע פֿיאָנירן,
און וויגן זיך אין נעכט ספּיריטשועלן
פֿון וויסטער, שוואַרצער קנעכטשאַפֿט־גסיסה.
ניו־יאָרק, דו ביסט דאָס פֿײַער אונטער שמעלצטאָפּ,
וואָס אין דײַן פֿלאַם פֿאַרברענען ווערן ביזן אַש —
קולטורן, שפּראַך פֿון שבֿטים און פֿון פֿעלקער,
געבראַכט פֿון „אַלטער היים‟ אַראָפּ.
צי איז אַ קרבן דאָס, צי סתּם אַ צינדז;
צי איז מען טאַקע פֿרײַ געוואָרן, אַנדערש;
נאָך מער אַ מענטש, ווי ביז אַצינד?
עס בלאָנדזשעט, שפּרײַזט מײַן „איך‟ אַן אויפֿגעוועקטער
אויף רחבֿותן, צעקוואַרטלטע אין בלאָקן,
ווי כ׳וואָלט אין בינשטאָק אין די האָניק־שויבן,
אַרײַן און דאָרט געבליבן שטעקן.
כ׳פֿאַרזוך די שטאָט מיט האָניק און מיט עפּל,
ווי יעדער ייִד עס טוט אויף ראָש־השנה,
אַ ביטער טראָפּן — דעם טעם דערפֿילן שאַרפֿער —
דער טראָפּן איז ניו־יאָרק, מאַנהעטן.
נאָוועמבער, 24, 2022