פּאָליטישע לינגוויסטיק
די געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאַרלאָפֿן אינעם נײַעם 21סטן יאָרהונדערט, האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף שפּראַכן, בתוכם אויף ייִדיש; פֿאַר אונדז איז עס בפֿירוש אַ קלאָרער באַווײַז, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך, און פּונקט ווי אין אירע בלי־יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אָטעמט זי גיריק אַרײַן אין זיך ווערטער און באַגריפֿן, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם לעבעדיקן הו־האַ אין אַלע שיכטן פֿון דער טאָג־טעגלעכער עקזיסטענץ.
ווי מיר האָבן שוין פֿריִער באַטאָנט און עס באַטראָכט אין אונדזער רובריק, האָט די נאָך־אָקטאָבער־תּקופֿה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך אַרויסגעוויזן זייער אַ פֿרוכטבאַרע אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש. דאָס נײַע לעבן האָט געקאָכט און אין דעם קאָכעדיקן קעסל האָט זיך אויסגעקאָכט די נײַע ייִדישע סאָוועטישע שפּראַך און ליטעראַטור. דער שאַפֿערישער אוצר פֿון מענדעלען און שלום־עליכמען האָט זיך באַרײַכערט מיט נײַע ווערטער, באַגריפֿן, געשטאַלטן, וואָס האָט געזאָלט איבערגעבן דעם רעש פֿון ריזיקע בויוּנגען, דעם רוף פֿון סטעפּ און ערד־אַרבעט אין די ייִדישע קאָלווירטן, די קלינגעוודיקע קלאַנגען פֿון ענטוזיאַסטישע לידער, וואָס האָבן דאָס „שיינע פֿרײַע לעבן באַזונגען‟…
די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אויף איר העלדיש־טראַגישן אופֿן אַרײַנגעבראַכט אינעם ייִדישן שפּראַך־אוצר אירע אייגענע ווערטער, באַגריפֿן און געשטאַלטן. מע קאָן זיי בשפֿע געפֿינען אין די ווערק פֿון די סאָוועטישע שרײַבערס, וואָס האָבן זיך געשלאָגן אויף די פֿראָנטן און אין דער פּאַרטיזאַנקע.
דער 21סטער יאָרהונדערט האָט פּראָקלאַמירט דער וועלט אַ נײַע תּקופֿה — איסלאַמישער טעראָריזם. צו מעלדן וועגן זיך האָט ער אויסגעקליבן די צוויי צווילינג־בנינים פֿונעם וועלט־האַנדל־צענטער. די ווערטער „דזשיהאַד‟, „שאַכיד‟, „אינטיפֿאַדאַ‟ — האָבן שוין נישט געפֿאָדערט קיין דערקלערונגען אויף אַנדערע שפּראַכן; זיי זײַנען אין זייער וואָקאַבולאַר אײַנגעשלאָסן געוואָרן. אַזוי איז בשעתּו אַרײַן אין די וועלט־שפּראַכן און שפּעטער אין ייִדיש פֿון גריכיש ווערטער, פֿאַרבונדן מיט רעליגיע און וויסנשאַפֿט, למשל, איקאָנע, מאָנאַך, יעוואַנגעליע, לעקסיקאָן, קריטיק, לאָגיק, אידעע, מאַטעמאַטיק, כירורגיע און אַנדערע; אין 18טן יאָרהונדערט, צוליב דער דאָמינירנדיקער ראָליע פֿון דײַטשישער פֿילאָסאָפֿיע, זײַנען אין די וועלט־שפּראַכן אַרײַן פֿון דײַטש פֿילאָסאָפֿישע באַגריפֿן; פֿון איטאַליעניש — מוזיקאַלישע טערמינען וכּדומה…
די איצטיקע מלחמה אין אוקראַיִנע האָט געשאַפֿן אַ נײַעם באַגריף — אַ צונויפֿשמאָלץ פֿון ענגלישן „Russian‟ און פֿאַשיזם — ראַשיזם; פֿון פּוטין און היטלער — פּוטלער…
פֿאַרענדיקן וואָלט איך געוואָלט מיט מײַן ליד, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — „פּאָליטישע לינגוויסטן‟:
הײַנט פּאָליטישע לינגוויסטן —
קולינאַרן פֿון דער שפּראַך —
ווערטער פֿרעמדע קאָנסערווירן,
ווי קאָמפּאָט און אײַנגעמאַכטס.
ס’קומט די צײַט מ’אַנטדעקט די סלויעס,
מ’שלעפּט אַרויס אַ קלאַנג, אַ שריפֿט
און ווי ס’פֿירט זיך בײַ די תּנאָים,
מע באַטראַכט זיי אין שפּאַקטיוו.
„אינטיפֿאַדאַ‟ — ס’שמעקט מיט בלוט,
נאָר ס’איז זייער אייגנאַרטיק,
אין מאָדערנעם לעקסיקאָן
קלינגט עס שיין, דאָס וואָרט, און זאַפֿטיק.
העלדיש קלינגט דאָס וואָרט „דזשיהאַד‟;
ס’טראָגט אין זיך אי שטאָל, אי פֿײַער,
אי די קראַפֿט פֿון אַוואַנגאַרד —
ס’מאַכט די וועלט באַנײַט און פֿרײַער.
און וואָס זאָגט איר, ליבע פֿרײַנד,
אויף דעם נײַעם וואָרט „שאַכיד‟?
— גאָר נישט מיאוס און דערצו
גראַמט זיך עס נישט שלעכט מיט „ייִד‟…
ווערטער, ווערטער — שוואַרצע, בייזע
שפּראַכן מענטשלעכע פֿאַרוויסטן.
זײַט נישט פֿויל און מיט אַ בעזעם
קערט אַרויס די כּמו־לינגוויסטן!
לאַפּסוס־קאַקטוס