מרדכי יושקאָווסקי
אין די 1990ער יאָרן האָב איך געאַרבעט אינעם „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟, וואָס האָט זיך באַזירט אין תּל-אָבֿיבֿ. צום „וועלטראַט‟ האָט געהערט אויך דער „לאַנדראַט‟ פֿאַר ייִדיש, וועלכער האָט פֿאַראייניקט צענדליקער קלובן פֿון ייִדיש-ליבהאָבער איבערן גאַנצן לאַנד. דעמאָלט איז שווער געווען צו געפֿינען אַ שטאָט, וווּ עס איז ניט געווען טעטיק אַזאַ קלוב. בפֿרט נאָך, אַז די גרויסע עליה פֿון געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט אַרייַנגעבראַכט נייַ בלוט אין די ייִדיש-קלובן. עס זייַנען צוגעקומען אַהין טויזנטער נייַע עולים, בייַ וועמען ייִדיש איז געווען טיף אייַנגעבאַקן אין האַרצן. מערסטנטייל זייַנען דאָס געווען עלטערע מענטשן, וועלכע האָבן געשטאַמט פֿון ליטע, לעטלאַנד, אוקראַיִנע, ווייַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע. קיין העברעיִש האָבן זיי ניט אויסגעלערנט און געזוכט יעדע מעגלעכקייט זיך אויסצולעבן אין ייִדיש.
איין מאָל אַ יאָר, בדרך-כּלל אינעם חודש מײַ פֿלעגן זיך די פֿאָרשטייער פֿון די ייִדיש-קלובן צונויפֿקומען אין ירושלים אָדער אין תּל-אָבֿיבֿ. מע פֿלעגט פֿאַר דעם צוועק דינגען גרויסע זאַלן, און הונדערטער ייִדן פֿון נהריה ביז מצפּה-רמון האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו באַהאַנדלען אין משך פֿונעם טאָג די פּראָבלעמען פֿונעם ייִדיש-וועזן אין ישׂראל און זיך טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג. אויף די דאָזיקע צונויפֿפֿאָרן האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סך אינטערעסאַנטע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט אַן אייַנדרוקספֿולן עבֿר און זייַנען געבליבן טעטיק אין דער קעגנוואַרט. צווישן זיי זייַנען געווען קולטור-טוער, קינסטלער, פֿאָרשער, פּעדאַגאָגן, שרייַבער און זשורנאַליסטן. זיי אַלע האָט פֿאַראייניקט דאָס לייַדנשאַפֿטלעכע גלויבן אינעם קיום פֿונעם ייִדישן לשון.
אויף איינעם פֿון אַזעלכע צוזאַמענפֿאָרן, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים, האָט מיט זייער אַן עמאָציאָנעלער רעדע אויפֿגעטראָטן אַ ייִד פֿון רמת-גן. לאָמיר רופֿן אים דאָ פֿייַוול ראַיעוויטש. ער איז געווען אַן עלטערער מענטש, בייַ די אַכציק, פֿון אַ ניט קיין הויכן וווּקס, געהאַט אַ קאָפּ געדיכטע ברוין-געפֿאַרבטע האָר, נאָר די באַַקנבאַַרדן זייַנען בייַ אים געבליבן גרוי. גערעדט האָט ער אַ רייַכן פּוילישן ייִדיש, די ווערטער אַ ביסל צעצויגן, און דעם סוף פֿון די ווערטער פֿלעגט ער אַרויסרעדן ניט האַרט, נאָר זיי פֿאַרניגונט מיט אַן אינטאָנאַציע, וואָס איז תּמיד געגאַנגען אַרויף. זייַנע רייד האָבן געקלונגען זייער שאַרף און קעמפֿעריש. ער האָט אַרויסגעזאָגט פֿון די טיפֿענישן פֿון זייַן נשמה די ביטערע טענות צום ישׂראלדיקן עסטעבלישמענט פֿאַר אונטערדריקן ייִדיש אין משך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט, געבראַכט אַ ריי פֿאַקטן, ציפֿערן. מע האָט געפֿילט, אויף וויפֿל דער גאַנצער ענין איז בייַ אים געווען אָנגעווייטיקט. ער האָט דערבייַ האַסטיק זשעסטיקולירט, און זייַן אימפּעט און עמאָציאָנעלקייט האָבן ניט געלאָזט בלייַבן גלייַכגילטיק. איך האָב זיך נאָכגעפֿרעגט בייַ מייַנעם אַ קאָלעגע, וואָס איז געזעסן נעבן מיר אינעם זאַל: „ווער איז דער דאָזיקער מענטש?‟ — און יענער האָט מיר געענטפֿערט מיט אַ שמייכל: „ער איז אַ טיפּישער בונדיסט. אויב ד׳ווילסט רעדן מיט אים, זאָלסטו זיך ווענדן צו אים נאָר אויף ייִדיש. אַז מע רעדט צו אים אויף העברעיִש, ווערט ער אין איין אויגנבליק אַ בייזער ייִד‟…
ַדער אויפֿטריט פֿון ראַיעוויטשן איז געווען אויף אַזוי שאַרף, אַז ער האָט אַזש אַרויסגערופֿן אינעם זאַל אַ שושקערײַ, וואָס איז אַלע מאָל געוואָרן העכער. פֿאַר אַ סך אָנוועזנדע זייַנען זייַנע טענות צו מדינת־ישׂראל געקלונגען שוין אַ ביסל איבערגעטריבן, און עס איז געווען צו שפּירן אַן אומרויִקייט אינעם זאַל. ראַיעוויטש האָט אָפּגעריסן די אויגן פֿונעם געשריבענעם טעקסט, אַ וואָרף געטאָן אַ שטרענגן בליק אויפֿן עולם און מיט אַ געוויסער נאָטע פֿון דענערווירונג אינעם קול געזאָגט: „חבֿרים, אַפֿילו אַז ס’געפֿעלט אייַך ניט וואָס איך זאָג, האָט איר ניט קיין ברירה. איר וועט מוזן מיך אויסהערן ביזן סוף!‟
דער פֿאָרזיצער פֿונעם „וועלטראַט‟, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער סעסיע, האָט געמוזט זיך אַרייַנמישן און מאַכן אַן אָרדענונג. ער האָט באַרויִקט די אָנוועזנדע און מיט אַ האַרטן טאָן געהייסן: „פֿרייַנד ראַיעוויטש, זייַט ממשיך, ביטע‟…
אויף דעם קאַווע-איבעררייַס בין איך צוגעגאַנגען צו דעם ייִדן און געזאָגט:
— רעב פֿייַוול, ס’איז מיר אייַנגענעם זיך צו באַקענען מיט אייַך. איך אַרבעט אינעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש…
און איך האָב אים אָנגערופֿן מייַן נאָמען. אויף דעם האָב איך געקראָגן אַ שטרענגן ענטפֿער:
— איך בין ניט קיין רעב… צו מיר ווענדט מען זיך „חבֿר‟.
— אַנטשולדיקט, איצט וועל איך שוין וויסן, — האָב איך געענטפֿערט אַ ביסל דערשטוינט.
עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ געוויינטלעכער באַקאַנטשאַפֿט-שמועס. פּלוצעם האָט דער ערנסטער און בייזלעכער אויסזען פֿון ראַיעוויטשן זיך געענדערט. אויף זייַן פּנים איז דערשינען אַ מילדער שמייכל, און איך האָב דערזען פֿאַר זיך ניט דעם ברוגזדיקן, קעמפֿערישן בונדיסט, נאָר אַ ליבלעכן מענטשן מיט זיידיש-פֿרייַנדלעכע אויגן, פֿול מיט ווייכקייט און גוטהאַרציקייט. איך האָב באַוווּנדערט די דאָזיקע מעטאַמאָרפֿאָזע, און אַזוי ווי ער וואָלט איבערגעלייענט מייַנע מחשבֿות, האָט ער געזאָגט:
— ווען איך הער אַ יונגן מענטשן רעדן ייִדיש, איז עס פֿאַר מיר דאָס גרעסטע חיות אויף דער וועלט. עס ווערט מיר גוט אויפֿן האַרצן און ליכטיק אין די אויגן.
שפּעטער, נאָך יענער באַקאַנטשאַפֿט, פֿלעג איך טרעפֿן ראַיעוויטשן גאַנץ אָפֿט בייַם קולטור-קרייַז אינעם אַרבעטער-רינג אויף דער קאַלישער-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ. דאָרט האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר זייער אַ בכּבֿודיקער פּערזענלעכקייט. ווען איך פֿלעג קומען אַהין, האָב איך אים בדרך-כּלל געטראָפֿן זיצן אין אַ זייַטיקן צימער, וועלכן מע האָט האַלב ערנסט, האַלב שפּאַסיק גערופֿן מיטן נאָמען „פּאָליטביוראָ‟.
איך האָב ליב געהאַט די דאָרטיקע אַטמאָספֿער. דער פּלאַץ האָט אויסגעזען ווי אַ שטיקל פֿון דער אַלטער היים, וואָס איז על-פּי־נס אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין צענטער פֿון תּל-אָבֿיבֿ. די אַלטמאָדישע מעבל, דער ריח פֿון אַלטע ייִדישע ביכער, ייִדישע צייַטונגען אויף די טישלעך, פּאָרטרעטן פֿון די אָנפֿירער פֿונעם בונד אויף די ווענט — דאָס אַלץ האָט געשאַפֿן אַ וואַרעמען געפֿיל, אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו שפּירן דעם ייִדישן עבֿר, אַרייַנצוקוקן דורך אַ קליינער שפּאַרונקע אין דער ייִדישער געשיכטע, און דער עיקר, הערן אומעטום ייִדיש; דאָרט האָט מען גערעדט נאָר אויף ייִדיש! אין אַלע הינזיכטן איז עס געווען אַ קליינער ייִדישער אינדזל אין דעם גרויסן העברעיִשן ים.
יעדן צווייטן מיטוואָך פֿלעגט זיך דאָרט צונויפֿקומען אויפֿן צווייטן שטאָק דער קולטור-קרייַז. פֿאַר די רעשטלעך פֿונעם בונד און פֿאַר דער ייִדישער קולטור-סבֿיבֿה איז עס געווען אַן אמתער נחת-רוח! די אָנטיילנעמער פֿונעם קרייַז פֿלעגן זיצן בייַ געדעקטע טישן, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעשטעלט פֿלעשלעך מיט געטראַנקען, געשניטענע גרינסן, קעז-קוכנס און קיכלעך, אָבער דער שטענדיקער אַטריבוט פֿון דער „סעודה‟ האָט געמוזט זייַן דער טראַדיציאָנעלער „בונדישער‟ הערינג. עס פֿלעגן אַהין קומען מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט, אַפֿילו פֿון צפֿון־ און דרום־לאַנד. יעדע אַזאַ באַגעגעניש האָט אייַנגעשלאָסן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש אויף אַ ליטעראַרישער, היסטאָרישער, אָדער קינסטלערישער טעמע און אַ מוזיקאַלישע אַרטיסטישע פּראָגראַם, אָדער אַן אויפֿטריט פֿונעם קלעפּפֿיש-כאָר. הייַנט, ווען דער אַרבעטער-רינג איז ענדגילטיק געשלאָסן געוואָרן, בלייַבט נאָר זיך דערמאָנען מיט נאָסטאַלגיע, און אַפֿילו מיט אַ טרער די אויגן די אומפֿאַרגעסלעכע פֿרייַנדלעכע אַטמאָספֿער, וואָס האָט דאָרט געהערשט, די פּערזענלעכקייטן און שטענדיקע אָנטיילנעמער אינעם קולטור-קרייַז: ייִדישע אַקטיאָרן און זינגער: אינאָ טאָפּער, מיכאל גרינשטיין, זשעניע פֿייַערמאַן, יאַשע איינשטיין, די מאָלער קלמן פּאָלגאַר און משהלע בערנשטיין, דער זשורנאַליסט יצחק לודען און אַ סך אַנדערע פּראָמינענטע ייִדישע קולטור-טוער, ווי אויך די איבערגעגעבענע בונדיסטן: יוסף פרייַנד, חיים פּיעקאַזש, אַהרון שפּירא, דינע און מענדל שייַן, פּאָלע און יעקבֿ בעלעק און נאָך און נאָך. אין משך פֿון יאָרן האָבן מיט אַ געניטער האַנט אָנגעפֿירט מיט דעם קולטור-קרייַז דער וואָרט-קינסטלער מיכאל ווייַנאַפּעל און די אַקטריסע שורע טורקאָוו-גרינהויז.

צענדליקער מאָל בין איך אייַנגעלאַדן געוואָרן מיט לעקציעס אינעם קולטור-קרייַז, און תּמיד איז עס געווען אַן אמתע איבערלעבונג. קודם-כּל, האָט מען דאָרט געקאָנט אויפֿטרעטן אויף ייִדיש, אָן שום איבערזעצונג. ניט נאָר פֿלעג איך זיך טיילן מיט מייַנע קענטענישן אין געביט פֿון ייִִדישיר ליטעראַטור, אָבער אויך באַקומען דאָרט די נויטווענדיקע דאָזע פֿון דעם שענסטן און דעם בעסטן, וואָס האָט פֿאַרמאָגט די אַמאָליקע ייִדישע וועלט, און הייַנט, לייַדער, ווערט עס אַלץ ווייניקער און ווייניקער בנמצא — אמתע פֿרייַנדשאַפֿט, קעגנזייַטיקע ברידערלעכע זאָרג און הילף, כּבֿוד פֿאַר אַ פּשוטן פֿאָלקס-מענטשן, די מסירות-נפֿשדיקע ליבשאַפֿט צום ייִדישן לשון און זייַנע גייַסטיקע אוצרות.
אינעם יאָר 1997 האָט מען אָפּגעמערקט פֿינף און פֿערציק יאָר זינט דעם מאָרד פֿון די מיטגלידער פֿונעם ייִִִִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, און צום סוף פֿונעם טעטיקייט-סעזאָן, פֿאַר דעם זומער-איבעררייַס, האָט מען מיך אייַנגעלאַדן אינעם אַרבעטער-רינג מיט אַ לעקציע וועגן די נאַציאָנאַלע מאָטיוון אין דער שאַפֿונג פֿון די דערמאָרדעטע ייִדישע סאָוועטישע שרייַבער. בעת דער לעקציע האָב איך איבערגעגעבן די פּרטים ניט בלויז וועגן די פֿינף באַרימטע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער, וועלכע זייַנען דערמאָרדעט געוואָרן דעם 12טן אויגוסט 1952, נאָר אויך וועגן די טראַגישע גורלות פֿון יענע ייִדיש-סאָוועטישע שעפֿער, וועלכע זייַנען בשעת דעם קולטור-פּאָגראָם אַרעסטירט און געפּייַניקט געוואָרן אין די „גולאַג‟-לאַגערן. וויבאַלד די דאָזיקע טעמע איז מיר פּערזענלעך ביז גאָר נאָענט, האָב איך אַרייַנגעלייגט אין דער לעקציע אַ סך געפֿיל, ציטירט זייער רירעוודיקע אויסצוגן פֿון די ווערק פֿון די פֿאַרשניטענע און גערודפֿטע דורך דער סטאַלינישער שחיטה-מאַשין שרייַבער. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מייַן עמאָציע האָט זיך אויך איבערגעגעבן דעם עולם, און ניט בייַ איינעם פֿון די צוהערער האָט דאָ און דאָרט אַ בלישטש געטאָן אַ טרער אין די אויגן. נאָך דער לעקציע זײַנען אַ סך מענטשן צוגעגאַנגען צו מיר, געשטעלט פֿראַגעס, דערציילט עפּעס פֿון זייערע פּערזענלעכע זכרונות, געדאַנקט. ווען דער עולם האָט אָנגעהויבן זיך פֿונאַנדערגיין, איז צוגעגאַנגען צו מיר פֿייַוול ראַיעוויטש און געפֿרעגט:
— זאָג מיר, אייַלסט זיך ערגעץ-וווּ? אפֿשר קאָנען מיר אַרייַנגיין אין אַ קאַפֿע, שמועסן אַ האַלבע שעה?
— איך בין גראַדע פֿרייַ הייַנט. לאָמיר טאַקע טרינקען אַ קאַווע, — האָב איך צוגעשטימט.
מיר זייַנען ביידע אַרויס פֿונעם בנין, פֿאַרקערעוועט אויף דער נחלת בנימין-גאַס, און אַרייַגעגאַנגען אין אַ קאַפֿע. פֿאַר זייַן עלטער איז פֿייַוול געווען זייער אַ זשוואַווער ייִד, געווען בייַ די כּוחות, געגאַנגען גיך, אַלץ געטאָן שנעל. שוין זיצנדיק בייַ אַ טישל, האָט ער מיר געזאָגט:
— איך מוז זיך מודה זייַן, אַז דייַן לעקציע האָט מיך ניט בלויז גערירט ביז טרערן, נאָר איך האָב אויך פֿון איר געלערנט אַ סך. כאָטש כ׳האָב וועגן דעם געלייענט זייער פֿיל און ווייס אַ סך.
— געווען אַמאָל אַ צדיק ר’ מאָטעלע טשערנאָבילער. פֿלעגט ער טייַטשן „טובֿ מעט כּכוונה מהרבות שלא בכּוונה‟ (פֿייַוול האָט די דאָזיקע ווערטער אַרויסגעבראַכט אין דער אַשכּנזישער אויסשפּראַך מיט אַ כאַראַקטעריסטישן ניגון) — פֿון אַ סך לערנען אַפֿילו שלא בכּוונה, קען פֿון דעם ווערן דאָס ביסל גוטע בכּוונה. פֿאַרשטייסט דעם טייַטש?
— ווען איך ווייס ניט, אַז איר זייַט אַ פֿאַרברענטער בונדיסט, וואָלט איך געמיינט, אַז איר זייַט אַ ישיבֿה-בחור, — האָב איך געענטפֿערט, שמייכלענדיק.
— הערסט אַ מעשׂה, — האָט פֿייַוול מיר צוריק געשמייכלט, — איך בין דאָך געווען אַ ישיבֿה-בחור. וואָס מיינסטו, אַז כ’בין געבוירן געוואָרן אַ בונדיסט? איך שטאַם פֿון אַ פֿרומער כּשרער משפּחה.
— איר מיינט עס ערנסט? — האָב איך איבערגעפֿרעגט. — דאָס איז שוין אינגאַנצן אינטערעסאַנט. וויִאַזוי זשע ווערט פֿון אַ פֿרומען ייִדן אַ פֿאַרשוווירענער בונדיסט?
ראַיעוויטש האָט ווידער אַ קוק געטאָן אויף מיר מיט אַ קריטיש-סאַרקאַסטישן שמייכל. זייַן בליק האָט געטענהט, ווי יענער זאָגט: „וואָס קאָנסטו וויסן פֿון אַזעלכע זאַכן? וואָס איך בין אַדורכגעגאַנגען, קאָנסטו עס אַפֿילו אין דייַן גרעסטן דמיון זיך ניט פֿאָרשטעלן‟. ער האָט אַ זופּ געטאָן פֿונעם גלעזל טיי און נאָך אַ קורצער פּויזע געזאָגט:
— זיכער בין איך ערנסט. כ’בין געבוירן געוואָרן אין אַ קליין שטעטל דאָבראַ. ס’איז בערך אַ זיבעציק קילאָמעטער מערבֿדיק פֿון לאָדזש. די משפּחה איז געווען אַ געוויינטלעכע אָרעמע משפּחה, פֿול מיט קינדער, וואָס זייַנען תּמיד געווען הונגעריק. דער טאַטע איז געווען אַ בלעכער. ער האָט קוים פֿאַרדינט דאָס שטיקל ברויט, אָבער פֿרום איז ער געווען סכּנת-נפֿשות. ער איז גרייט געווען צו הונגערן, אָבער דעם שׂכר-לימוד אין חדר האָט ער געצאָלט ווי אַ זייגער. נאָך בר-מיצווה זייַנען די דרייַ ברידער מייַנע געשיקט געוואָרן צו לערנען אַ פֿאַך, ווי ס’איז דעמאָלט געווען אָנגענומען. איך האָב אויך געוואָלט לערנען אַ פֿאַך, אָבער דער טאַטע האָט מיך געהאַלטן אינעם חדר ביזן העכסטן גראַד, וואָס מע פֿלעגט רופֿן גמרא-חדר. אַגבֿ, ס’איז זייער אינטערעסאַנט, וויִאַזוי איז דאָרט געווען די סיסטעם פֿון לערנען. יעדער זאַץ פֿון דער גמרא האָט געמוזט אויסגעטייַטשט ווערן אויף ייִדיש, ניט סתּם איבערגעזעצט ווי בייַם לערנען חומש, נאָר איבערגעגעבן ווערן מיט אַרייַנגעפֿלאָכטענע פּשטים און משלים, מיט גמרא-אויסדרוקן אין אַ לומדישן נוסח, ווי, צום בייַשפּיל: למאַי נפֿקא מינה, במה הדברים אמורים, ויש לישב בדוחק (דאָס אַלץ האָט פייַוול אַרויסגעבראַכט אין דער אַשכּנזישער אויסשפּראַך מיט אַ ניגון). צווישן די חדר-ייִִנגלעך איז געווען אַפֿילו אַ באַזונדער שפּאַסיק לשון מיט אַ סך גמרא־ווערטלעך. ווען איינער האָט אויסגעטראַכט אַ גוזמאדיקן משל אַלס אַ פּשט, פֿלעגט מען זאָגן: שבֿעה דבֿרים בגולם, זשיבעלע וואָס לאַכסטו?‟, אָדער „תּורת לאָקשן, משה אמת‟ און נאָך, און נאָך אַזעלכע זאָגעכצן.
איך האָב געוואָלט גיין אַרבעטן, אָבער דער טאַטע איז באַשטאַנען, אַז דווקא איך זאָל ממשיך זייַן דאָס לערנען זיך אין אַ ישיבֿה. בין איך אַוועק קיין קאַליש, דאָרט געוווינט בייַ אַ פֿעטער און זיך געלערנט אין דער ישיבֿה „תּורת משה‟. ממש זיך געלערנט, אָבער וויפֿל צייַט, מיינסטו, האָב איך דאָרטן אויסגעהאַלטן? — סך-הכּל אָנדערטהאַלבן יאָר. אַלס אַ קינד נאָך פֿלעג איך זיך אַרייַנטראַכטן אין זאַכן און זיך אַליין שטעלן שווערע קשיות? איך האָב געפֿרעגט: מיר לויבן דעם אייבערשטן פֿון אין דער פֿרי ביז בייַ נאַכט פֿאַר זייַן חסד און רחמים, אָבער וואָס פֿאַראַ וועלט-געבוי האָט ער באַשאַפֿן? האַ? אַזויפֿיל אָרעמקייט, אונטערדריקונג, בלוט-פֿאַרגיסונגען, קרענק. וווּ זשע איז דער חסד? וווּ זשע איז זייַן רחמים? איך האָב בגניבֿה געלייענט צייַטונגען, די וועלטלעכע ייִדישע ליטעראַטור. פּרצעס „מאָניש‟ קען איך ביז הייַנט-צו-טאָג אינגאַנצן אויף אויסנווייניק. צו ניט פֿולע זיבעצן יאָר האָב איך צו זיך געזאָגט קלאָרע דיבורים: „פֿייַוול, גענוג זיך צו מאַכן נאַריש. ווילסט פֿאַרבעסערן די וועלט, ווילסטו, אַז דייַן לעבן זאָל ניט זייַן סתּם אַ נישטיקער צוועקלאָזער קיום, הער אויף צו קוועטשן די באַנק!‟ — איך האָב אָנגעשריבן אַ בריוו צום טאַטן, אים געזאָגט אַלץ, וואָס איך קלער, פֿאַרדינט דורך פּריוואַטן קנעלן אַ פּאָר גראָשן און אַוועק קיין וואַרשע.
— וויִאַזוי האָט דער טאַטע אייַערער רעאַגירט? — בין איך געווען נייַגעריק צו וויסן.
— אוי, פֿרעג בעסער נישט. ער האָט מיך שיִער נישט אַרייַנגעלייגט אין חרם, געשריבן, אַז ער וויל מער פֿון מיר גאָרנישט וויסן און הערן, אַז איך בין דער גרעסטער פֿלעק אויף זייַן משפּחה, און אַזוי ווייַטער.
אָנגעקומען קיין וואַרשע, האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ דרוקערייַ, קודם ווי אַ פּשוטער געהילפֿס-אַרבעטער, דערנאָך געוואָרן אַ בחור־הזעצער. און זינט דאַן בין איך דאָס גאַנצע לעבן געווען אַ דרוקער. וואָס, מיינסטו, האָב איך אַלע יאָר געטאָן דאָ אין לאַנד? — אויך געאַרבעט אין אַ דרוקערייַ, — האָט ראַיעוויטש זיך אַליין געענטפֿערט.
— און אין וואַרשע זייַט איר אַרייַגעטראָטן אין בונד? — האָב איך ניט ווילנדיק צוגעאייַלט דעם שמועס.
— יאָ. שטעלסט זיך גאָר ניט פֿאָר, וואָס איז דעמאָלט, אין די דרייַסיקער יאָרן, געווען בונד אין וואַרשע. דאָס איז געווען אַ באַזונדערע וועלט. מיר האָבן געהאַט די קינדער-באַוועגונג סקי”ף, דעם ספּאָרט-פֿאַראיין. די שולן פֿון ציש”אָ איז דאָך געווען דאָס שענסטע און דאָס בעסטע, אַן אמתע קינדער-רעפּובליק. זאָג מיר נאָר, געדענקסט, ווי באַשעוויס-זינגער האָט באַשריבן די גאַס פֿון זייַן קינדהייט, די קראָכמאַלנע?
— וואָס פֿאַראַ פֿראַגע? זיכער געדענק איך. איך האָב די דערציילונגען פֿון דעם „מייַן טאַטנס בית-דין-שטוב‟ איבערגעלייענט אפֿשר צענדליקער מאָל. אַ סך שטיקער פֿון זיי קען איך אויף אויסנווייניק, — האָב איך געענטפֿערט.
— אָט אַזוי, — האָט פֿייַוול אַ קנאַק געטאָן מיט די פֿינגער, — באַשעוויס באַשרייַבט די קראָכמאַלנע־גאַס, פֿול מיט גנבֿים, סרסורים, זונות, פֿאַרשיידענע מאָדנע טיפּן. אַזוי איז עס טאַקע געווען אין די יאָרן פֿון זייַן קינדהייט. ער באַשרייַבט אויך דעם יאַנושעס הויף, לעבן וועלכן ס׳איז געווען דאָס אַזוי-גערופֿענע „פּלעצל‟. דאָרטן פֿלעגט מען פֿאַרקויפֿן געגנבֿטע סחורה, דאָרט פֿלעגט זיך אַרומדרייען די וואַרשעווער ייִדישע אונטערוועלט. עס האָט אויך געווימלט מיט זונות און סרסורים. אָבער, ווען איך בין געקומען קיין וואַרשע, אין 1933, האָב איך שוין געטראָפֿן עפּעס אינגאַנצן אַנדערש. דער בונד האָט לחלוטין געביטן דעם כאַראַקטער פֿונעם דאָזיקן אָרט. דאָס געוועזענע „פּלעצל‟ איז געוואָרן דער צענטער פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-יוגנט. פֿונעם „פּלעצל‟ אויף דער קראָכמאַלנע און ביז דער טשעפּלאַ-גאַס פֿלעגט זיך צונויפֿקלייַבן די בונדישע יוגנט-באַוועגונג „צוקונפֿט‟. דאָרט איז געווען אַ וווּנדערבאַרע אַטמאָספֿער, דאָס געפֿיל פֿון ברידערלעכקייט. „איינער פֿאַר אַלעמען, און אַלע פֿאַר איינעם‟ — איז געווען ניט סתּם אַ ליידיקער לאָזונג. מיר האָבן עס מיטגעלעבט. אויף דער קראָכמאַלנע 36 איז געווען דער בונדישער קולטור-צענטער. דאָרט איז געווען טעטיק די ייִדישע שול, דער פֿאָלקס-אוניווערסיטעט, די ביבליאָטעק. מע האָט דאָרט אָפּגעהאַלטן קולטור-אָוונטן, פֿאַרזאַמלונגען. ס׳איז דאָס איינציקע פּלאַץ, וווּ איך האָב געקראָגן מייַן וועלטלעכע דערציִונג, און איך בין זייער שטאָלץ דערמיט. אָט דאָס אָרט איז פֿאַר מיר געווען אַ מין שיינער היכל. עס האָט מיך גערירט אַלע מאָל, ווען איך פֿלעג אַרייַנקומען אַהין. און וואָס פֿאַראַ פּערזענלעכקייטן זייַנען דאָרט געווען! מיר אַלע האָבן הייליק געגלייבט אין סאָציאַליזם, גלייַכע רעכט פֿאַר ייִדן אין יענע לענדער, וווּ זיי לעבן. און דער עיקר, אין בונד איז ניט געווען קיין עליטע, קיין טיפּישע פּאַרטיי-מאַכערס פֿונעם הייַנטיקן שניט. דאָס איז געווען באמת אַ פֿאָלקס-פּאַרטיי, אַרייַנגעטאָן אינגאַנצן אין די טיפֿענישן פֿונעם פֿאָלקס-לעבן.
— דאָס, וואָס איר דערציילט, איז זייער אינטערעסאַנט פֿאַר מיר. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב געלייענט אַ סך וועגן יענער צייַט, — אָבער הערן פּערזענלעכע דערמאָנונגען פֿונעם ערשטן מקור, איז עפּעס אינגאַנצן אַנדערש. — האָב איך זייער אויפֿריכטיק געזאָגט ראַיעוויטשן. — ווען איר דערציילט וועגן דעם בונד אין יענע יאָרן, פֿיל איך אַפֿילו איצט אייַער באַגייַסטערונג און אייַער נאָסטאַלגיע.
— אַזוי איז עס טאַקע. מיר אַלע האָבן געלעבט זייער אָרעם מאַטעריעל, אָבער גייַסטיק, קולטורעל, געזעלשאַפֿטלעך האָבן מיר געפֿירט אַ דערהויבן לעבן. אָט די דערהויבנקייט האָט אונדז קאָמפּענסירט דאָס מאַטעריעלע דחקות. און אַלץ איז געווען בייַ אונדז אויף ייִדיש. ייִדיש איז דעמאָלט געווען אַ שיינע, רייַכע מלכות.
איך האָב שווער געאַרבעט בײַ טאָג, אין די אָוונטן בין איך געגאַנגען זיך לערנען, און אַלע טאָג ביז שפּעט פֿאַרבראַכט מיט די חבֿרים-בונדיסטן. אַ דאַנק זיי האָב איך זיך קיינמאָל ניט געפֿילט אין וואַרשע איינזאַם, פֿאַרקערט, געהאַט אַ געפֿיל, אַז איך בין אַ טייל פֿון אַ גרויסער משפּחה. דאָרטן אינעם פֿאָלקס-אוניווערסיטעט האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מיידל. עס איז געוואָרן צווישן אונדז אַ הייסע ליבע. דאָס האָט מיך געמאַכט נאָך מער גליקלעך, אָבער שפּעטער, לייַדער, איז זי אומגעקומען אין טרעבלינקע. דאָס גאַנצע לעבן קאָן איך מיר ניט מוחל זייַן, אַז איך האָב זי ניט אָפּגעזוכט און ניט מיטגענומען מיט זיך, ווען איך בין מיט אַ גרופּע חבֿרים אַנטלאָפֿן אין 1939 קיין ראַטן-פֿאַרבאַנד. איך האָב זי טאַקע געזוכט, אָבער עס האָט זיך געטאָן חושך אין די גאַסן. ס’איז געווען פּשוט אוממעגלעך דעמאָלט צו געפֿינען עמעצן. מע האָט אויף מיר געוואַרט און צוגעאייַלט, און איך בין אַוועק קיין רוסלאַנד, האָפֿנדיק, אַז האָדל האָט זי געהייסן, וועט אויך מצליח זייַן צו אַנטלויפֿן, און דאָרט וועלן מיר געפֿינען איינער דעם אַנדערן. שוין נאָך דער מלחמה האָב איך זיך דערוווּסט, אַז זי איז, צום גרויסן באַדויערן, געבליבן אין וואַרשע, פֿאַרשטעקט געווען אין געטאָ, און אין איינער אַן אַקציע אין 1941 איז זי געשיקט געוואָרן קיין טרעבלינקע…
פֿייַוול האָט זיך אויף אַ ווייַלע אָפּגעשטעלט. זייַן פּנים האָט זיך פֿאַררויטלט, ער האָט עפּעס ווי אומדערוואַרט מיט ביידע דלאָניעס אַ וויש געטאָן דאָס פּנים, אַ זופּ געטאָן פֿון גלאָז די טיי און ממשיך געווען:
— מיר זייַנען געווען אַ גרופּע פֿון עטלעכע חבֿרים. אַ טייל וועג זייַנען מיר געפֿאָרן מיט דראָזשקעס, אַ טייל געגאַנגען צופֿוס, ביז מיר האָבן זיך דערשלעפּט צו דער גרענעץ. פֿאַר אַ פּאָר זלאָטעס האָט אונדז אַן עלטערער פּאָליאַק אַריבערגעשיפֿט בײַ נאַכט איבערן טייַך מערבֿ-בוג, אויף יענער זייַט גרענעץ. וואָס זאָל איך דיר לאַנג ברייַען… איך האָב דורכגעמאַכט קאַלטס און וואַרעמס, פּונקט ווי טויזנטער אַנדערע ייִדן-פּליטים. קודם זייַנען מיר אָנגעקומען קיין קאָוועל. בייַ אַן אויספֿאָרשונג פֿרעגט מען מיך: „וואָס קאָנסטו טאָן?‟ — האָב איך געענטפֿערט דעם אמת: „איך בין געווען אַן אַרבעטער אין אַ דרוקערייַ, אָבער וואָס קומט אַרויס דערפֿון, אַז איך קען ניט קיין וואָרט רוסיש, און ניט אוקראַיִניש‟. זאָגט מען מיר: „גוט, קאָנסט ניט זייַן גלייַך קיין דרוקער, אָבער מיט פּאַפּיר אַרבעטן קאָנסטו דאָך. אָט האָבן מיר באַקומען דווקא אַ פֿאָדערונג אויף צו שיקן אַרבעטער אויף אַ גרויסער פּאַפּיר-פֿאַבריק אינעם שטעטל מאַלין, זשיטאָמירער געגנט‟.
— איך ווייס גאַנץ גוט, וווּ מאַלין איז. ס’איז צפֿונדיק פֿון זשיטאָמיר, אויף דער באַן-ליניע, וואָס פֿירט קיין קיִעוו. — האָב איך באַמערקט.
— אָ, איך זע, אַז אין תּורת־געאָגראַפֿיע ביסטו אַ בקיא, — האָט פֿייַוול אַ שמייכל געטאָן. — זאָגן דעם אמת, עס האָט מיך ניט געאַרט דעמאָלט וווּהין צו פֿאָרן. מאַלין איז מאַלין. די איינציקע זאַך, וואָס האָט מיך געעגברט אָן אַן אויפֿהער און ניט געלאָזט צורו, איז געווען דער פֿאַקט, אַז מייַן גאַנצע משפּחה איז געבליבן אונטער די דייַטשן אין אונדזער שטעטל דאָבראַ, און אַז דאָס מיידל, וואָס איך האָב ליב געהאַט ווי דאָס לעבן, איז אויך ניט מיט מיר.
הקיצור, איך מיט נאָך איין חבֿר פֿון אונדזער גרופּע, זייַנען אָנגעקומען קיין מאַלין. מע האָט אונדז אייַנגעאָרדנט אין אַ צימער אין אַ צוזאַמענוווינונג מיט נאָך צוויי בחורים. מיר האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן, און דאָס לעבן איז ווי-ניט-איז אָנגעגאַנגען. ס’איז געווען גוט, אַז מאַלין איז פֿאַקטיש געווען אַ ייִדיש שטעטל, אפֿשר אַ העלפֿט תּושבֿים זייַנען געווען ייִדן. דעריבער האָב איך זיך ניט געפֿילט אַזוי פֿולקאָם אין דער פֿרעמד. אויף יעדן שריט און טריט האָט מען גערעדט ייִדיש, געווען אַ ייִדישע שול, אַ ביבליאָטעק מיט ייִדישע ביכער, אָבער אויף דער פֿאַבריק האָב איך אָנגעהויבן אויך אַ ביסל רעדן רוסיש… ניט קיין סך…. האָסט געלייענט דזשיגאַנס בוך?
— יאָ, זייַן אויטאָביאָגראַפֿישן בוך „דער כּוח פֿון ייִדישן הומאָר‟, — האָב איך געלייענט.
— דאָרט שילדערט דזשיגאַן, ווי ער איז אַנטלאָפֿן אין 1939 פֿון פּוילן קיין רוסלאַנד, און ער שרייַבט, אַז ער האָט געדאַרפֿט צוגעוווינט ווערן צו אַ וויכטיקער ענדערונג: אין פּוילן, זאָגט ער, אַז צוויי ייִדן זיצן, רעדן זיי; אין רוסלאַנד אַז צוויי ייִדן רעדן, זיצן זיי.
פֿייַוול האָט זיך דערבייַ האָפֿערדיק צעלאַכט, און איך האָב אים אונטערגעהאַלטן אין זייַן געלעכטער. בכלל בייַ אַ פּערזענלעכן געשפּרעך האָט ער אויסגעזען אינגאַנצן אַַנדערש, נישט ווי בייַ די אָפֿיציעלע פֿאַרזאַמלונגען אָדער אימפּרעזעס. די מאַסקע פֿון אַ כּלומרשטער אָנגעבלאָזנקייט איז לחלוטין פֿון אים אַראָפּגעפֿאַלן, און ער איז געוואָרן פֿרייַנדלעך, אַ סך געשמייכלט, דאָ און דאָרט אַרייַנגעבראָקט אַ וויץ, געשפּראָצט מיט ייִדישע ווערטלעך און זאָגעכצן.
— מיט מיר איז געשען פּונקט אַזוי, ווי דזשיגאַן האָט געזאָגט, — האָט ער פֿאָרגעזעצט. — קומענדיק אַהין פֿון פּוילן, בין איך ניט געווען געוווינט זיך היטן בייַם אַרויסרעדן אַ וואָרט. מייַן חבֿר איז געווען אַ סך קליגער פֿון מיר און האָט ממש אָנגענומען אַ שטומעניש, ווייניק מיט וועמען גערעדט, זיך פֿאַרשלאָסן אין זיך. איך בין, פֿאַרקערט, געוואָרן אַ גאַנצער פּאַני-בראַט מיט עטלעכע אַרבעטער אין דער פֿאַבריק, זיך באַפֿרייַנדעט מיט חבֿרה אין דער צוזאַמענוווינונג. ַאויף רוסיש האָב איך דאָך קוים געקאָנט זאָגן אַ פּאָר זאַצן, איז, פֿאַרשטייט זיך, אַז לרובֿ האָב איך קאָנטאַקטירט מיט די אָרטיקע ייִדן, און אָן שום מורא פֿלעג איך זיי דערציילן וועגן דעם בונד אין וואַרשע, וועגן דער אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט דאָרטן, וועגן אונדזער שטרעבן צו די ייִדיש-סאָציאַליסטישע אידעאַלן. איך בין דאָך געווען דרייַ און צוואַנציק יאָר אַלט. וואָס האָב איך געוווּסט און וואָס האָב איך פֿאַרשטאַנען? דערבייַ האָב איך נאָך געמיינט, אַז איך בין געקומען אין אַ לאַנד פֿון סאָציאַליזם, וווּ אַלע מענטשן זענען ברידער…
נאָך מייַן זייַן דאָרטן, אין מאַלין, סך-הכּל פֿינף חדשים, איינע אַ נאַכט קלאַפּט מען אָן שטאַרק אין דער טיר און מע אַרעסטירט מיך. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַ פֿאַבריק-אַרבעטער האָט מיך פֿאַרמסרט, אָנגעשריבן אַ דאָנאָס (מסירה), אַז איך פֿיר אַן אַנטי-סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע, זינג לויב-געזאַנגען דעם לעבן אין קאַפּיטאַליסטישן פּוילן און נאָך אַלדי־שוואַרצע יאָר… און געווען איז דער מוסר אַ כּשרער ייִד, וואָס האָט געשפּילט די ראָליע פֿון מייַן זאָרגזאַמען חבֿר.
שטעל דיר פֿאָר — אַ יונגער בחור, איינער אַליין אויף דער וועלט, אין אַ פֿרעמד לאַנד, פֿאַקטיש אָן אַ שפּראַך, פֿאַלט אַרייַן אין זייערע הענט… וואָס האָב איך דאָרט ניט געליטן? — קלעפּ, געשרייען, זידלערייַען, אַן איבערגעבראָכענע נאָז… דעריבער ווען דו האָסט איצט דערציילט אין דייַן לעקציע וועגן פּאָליאַנקערן, זאַבאַרען, האַלקינען, קיפּניסן און אַנדערע שרייַבער, האָב איך עס ממש נאָכאַמאָל איבערגעלעבט, אַזוי ווי איך וואָלט דאָרטן מיט זיי אין איינעם ווידער אַ מאָל דאָס אַלץ איבערגעטראָגן…
עס האָט זיך געענדיקט מיט פֿינף יאָר אין אַ לאַגער אין אַרכאַנגעלסקער געגנט. אָך-און-וויי ווי מע האָט מיך מיט נאָך הונדערטער אַזעלכע אומגליקלעכע געשלעפּט מיט די באַנען קיין צפֿון-רוסלאַנד. ס’האָט געדויערט אפֿשר אָנדערטהאַַלבן חדשים, ביז מע האָט אונדז געבראַכט אַהין. דאָס איינציקע גליק איז געווען, אַז ס’איז געווען פֿרילינג, און מען האָט אויפֿן וועג ניט אַזוי שטאַרק געליטן פֿון קעלט. נאָך אויפֿן וועג אַהין, אין אַ וואַגאָן פֿאַר בהמות, האָב איך זיך אָנגעהערט מיט שוידערלעכע מעשׂיות. דאָס שרעקלעכסטע וואָרט, וואָס האָט אויף אַלעמען אָנגעוואָרפֿן אַן אימה, איז געווען „לעסאָפּאָוואַל‟ (וואַלד-העקערייַ). מע האָט דערציילט, אַז אויב מע פֿאַלט אַרייַן אַהין, איז געענדיקט. אויב מע ווערט ניט אָן דאָרטן דאָס לעבן, וועגן געזונט איז נישטאָ וואָס צו רעדן. איך האָב שוין אין מייַנע מחשבֿות זיך געזעגנט מיטן לעבן. פֿיזיש קיין גרויסער גיבור בין איך ניט געווען, און קיין האָפֿענונג, אַז איך וועל קאָנען אַזאַ זאַך איבערטראָגן, האָב איך ניט געהאַט. אין איינעם זענען געפֿאָרן סייַ פּאָליטישע, סייַ קרימינעלע אַרעסטאַנטן, און דאָס איז געווען אַן אמתע צרה. צווישן די פּאָליטישע זענען געווען זייער אינטעליגענטע פֿייַנע מענטשן, אייניקע שוין באַיאָרטע, מיט שוואַכן געזונט, און ווען די קרימינעלע דערשמעקן אַ שוואַכן לעבן זיך, וואָס קאָן זיך ניט פֿאַרטיידיקן, ווערט אַ גרויסע מהומה. אָבער אויך צווישן זיי זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן געהאַט געוויסן און זיך אָנגענומען יענעמס קריוודע. בכלל אין אַזעלכע אוממענטשלעכע אומשטענדן הייבסטו אָן צו פֿאַרשטיין, אַז מע טאָר קיינמאָל ניט פֿאַראַלגעמיינערן. ַאין עקסטרעמאַלע באַדינגונגען קאָנסטו טרעפֿן סייַ אומגעהייַערע נידערטרעכטיקייט, סייַ אויסערגעוויינטלעכע לייַטישקייט און אָרנטלעכקייט.
— יאָ, דאָס, מיין איך, איז די אַלמענטשלעכע צרה, אַז אויטאָמאַטיש איז מען תּמיד גרייט צו פֿאַראַלגעמיינערן, און דערפֿון קומען אַ סך פּראָבלעמען אויף דער וועלט, — בין איך מסכּים געווען מיט פֿייַוול.
— איצט הער זיך צו גוט, — האָט ער אָנגעוויזן אין דער לופֿטן מיטן ווייַז-פֿינגער, — ברענגט מען אונדז אויף דער סטאַציע יערצעוואָ, און פֿון דאָרטן פֿירט מען צופֿוס אַ לאַנגן וועג, איך מיין, ניט ווייניקער פֿון 20־30 קילאָמעטער. אַרום און אַרום זענען געווען וועלדער און בלאָטעס. בקיצור, מע ברענגט אונדז אינעם לאַגער. באַראַקן, אַרומגערינגלט מיט אַ שטעכלדראָט, אַ טורעם מיט אַן אויפֿזעער, טאַקע אַזוי, ווי מע ווייַזט הײַנט אין די פֿילמען. נאָך אַ טאָג רופֿט מען מיך אַרויס צום „נאַטשאַלניק לאַגעריאַ‟ (דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם לאַגער) אויף אַן אויספֿאָרשונג. איך האָב זיך שוין געזעגנט מיטן לעבן, וויַיל איך האָב גוט געדענקט זייערע אויספֿאָרשונגען גלייַך נאָכן אַרעסט. קום איך אַרייַן, רוף אָן מייַן נאָמען און גיב צו אויף מייַן קאַליעדיקן רוסיש: „סטאַטיאַ 58, טשאַסט 10‟ (באַשולדיקונגס-אַרטיקל 58, פּאַראַגראַף 10). זיצט פֿאַר מיר אַ שטאַלטנער אָפֿיציר אין די מיטעלע יאָרן, מיט אַ קאָפּ געדיכטע גרויענדיקע האָר, מיט אַ שטרענג פּנים און קוקט אַרייַן אין עפּעס אַ טעקע. ווען ער האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ, האָב איך דערזען אַן אויסגעשפּראָכן ייִדיש פּנים. איך בין געווען זיכער אויף הונדערט פּראָצענט, אַז ער איז אַ ייִִד. ער זאָגט מיר, אַז ער מוז אויספֿילן עפּעס אַ בויגן, און דאָרט פֿעלן אַ פּאָר פּרטים וועגן מיר, און הייבט אָן פֿון דאָס נייַ אויספֿרעגן די גאַנצע מגילה: וווּ בין איך געבוירן געוואָרן, פֿון וועלכער משפּחה שטאַם איך און אַזוי ווייַטער… פֿאַרשטיין האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס ער פֿרעגט, אָבער ענטפֿערן אויף רוסיש איז מיר נאָך דעמאָלט געווען שווער, האָב איך גערעדט האַלב פּויליש, און ער זיצט נאָך אַלץ מיטן זויער־שטרענגן פּרצוף. דערנאָך פֿרעגט ער מיך: אָבראַזאָוואַניע (בילדונג)?… טראַכט איך: וואָס האָב איך צו פֿאַרלירן? און איך הייב אים אָן צו ענטפֿערן מיט אַ גמרה-ניגון אויף ייִדיש: „קודם-כּווווול האָב איך זיך געלעעעעעערנט אין אַ חדר, דערנאָאָאָאָך אין א ישיבֿההההה אין קאַליש…‟
אין דעם מאָמענט האָב איך דערזען, אַז אינעם מענטשן איז כּהרף-עין פֿאָרגעקומען אַן ענדערונג. זייַן קין האָט זיך אַ טרייסל געטאָן, אין די ברוינע אויגן, ווי עס האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, האָט אַ בלישטש געטאָן אַ טרער, דאָס פּנים איז געוואָרן רויט, די באַקביינער האָבן אָנגעהויבן שפּילן… ער האָט זיך געאייַלט אָנצינדן אַ פּאַפּיראָס און פֿאָרגעלייגט מיר אויכעט. כ’האָב געזאָגט, אַז איך רייכער ניט. פּלוצעם האָט דער שטרענגער האַרטער אָפֿיציר באַקומען אַן אויסזען פֿון אַ חדר-מלמד. ווען ער וואָלט ניט געווען אָנגעטאָן אין דעם נקוו”ד-מונדיר און געהאַט אַ באָרד, וואָלט איך זיכער געווען, אַז ער איז אַ מלמד. גיט ער מיר אַ זאָג מיט אַ שטיל קול אין ייִדיש און פּונקט מיט דעם זעלבן גמרא-ניגון: „קודם-כּוווווול זייַ נישט אַזאַ יאָאָאָלד. פֿאַרשליס דעם פּיייייסק אויף אַ שלאָס. האָסט שוין גענוג געבעבעט, דעריבער ביסטו דאָ. והשנייייית, זאָלסטו טאָן שאַ-און-שטיל דאָס, וואָס איך הייס דיר. וועסטו בלייַבן לעבן‟. נאָך די דאָזיקע ווערטער האָט ער ווידער אָנגעטאָן די שטרענגע מאַסקע אויפֿן פּנים און געזאָגט הויך אויף רוסיש: „קאָנסט גיין!‟
ַווילסט גלייבן צי נישט, אָבער אָט דער גמרא-ניגון האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן. ער האָט מיך אַוועקגעשטעלט אַרבעטן בײַם שנייַדן און וועגן ברויט, דערנאָך האָב איך געאַרבעט אין דער קיך, געווען אַ סאַניטאַר אינעם מעדפּונקט, אָבער דעם „לעסאָפּאָוואַל‟ האָב איך אויסגעמיטן. מענטשן זייַנען געפֿאַלן ווי שפּענער פֿאַר מייַנע אויגן, געאַרבעט צו צען שעה אַ טאָג אויפֿן פֿראָסט פֿון דרייַסיק גראַד. יעדן טאָג האָב איך געזען ווי זיי שלעפּן זיך צוריק נאָך אַ טאָג אַרבעט — לעבעדיקע מתים. אַ סך פֿלעגן פֿאַלן אויפֿן וועג, עס האָבן ניט געפֿעלט יענע, וואָס האָבן זיך פּשוט גענומען דאָס לעבן. בקיצור, איך דאַרף דיר ניט דערציילן, זיכער, האָסט גענוג געלייענט און געלערנט. ווען ניט יענער ייִד, „נאַטשאַלניק לאַגעריאַ‟ און דער גמורא-ניגון, בין איך הונדערט פּראָצענט זיכער, אַז כ’וואָלט געהאַט דעם זעלבן גורל, און איצט וואָלט איך ניט גערעדט מיט דיר…
— איך בין געפּלעפֿט פֿון אייַער געשיכטע, — האָב איך כּמעט דורכגעשעפּטשעט. אַ פֿאַרשאָלטן לאַנד, מיליאָנען צעשטערטע גורלות פֿון אומשולדיקע מענטשן…
— אין דעם ביסטו גערעכט, אָבער מייַן פֿאַל איז טאַקע געווען אַן אויסנאַם. ווען דער ייִִד האָט פֿאַרלאָזט זייַן אַמט אינעם לאַגער מיט דרייַ מיט אַ האַלבן יאָר שפּעטער נאָך מייַן אָנקומען אַהין (מע האָט אים ערגעץ אַריבערגעפֿירט אויף אַן אַנדער אָרט), האָט ער געדאגהט אָנצושרייַבן אַ פֿייַנע כאַראַקטעריסטיק אויף מיר און איבערגעלאָזט יענעם, וועלכער איז געקומען נאָך אים, אַ דאָקומענט, וווּ צווישן אַנדערש האָט ער געשריבן, אַז איך בין זייער ניצלעך און גוט אין דער לאַגער-דינסט, דעריבער איז כּדאַי, מע זאָל מיך איבערלאָזן דערבייַ.
וויל איך דיר זאָגן, אַז אַ פֿאַרשוווירענער בונדיסט בין איך יאָ, גלויבן אין גאָט גלויב איך ניט, אָבער צו דער ייִדישער טראַדיציע פֿיל איך דעם גרעסטן אָפּשייַ, ווייַל איך פֿאַרגעס נישט אויף קיין מינוט, אַז אַ דאַנק דעם גמרא-ניגון בין איך געבליבן לעבן.
ראַיעוויטש האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער, זיך אַ כאַפּ געטאָן, אַז ער האָט זיך פֿאַררעדט, און באַדאַנקט מיך פֿאַרן אויסהערן אים. מיר זייַנען ביידע אַרויסגעגאַנגען פֿונעם קאַפֿע. ער האָט מיר אַ דריק געטאָן די האַנט און איז אַוועק אין דער ריכטונג פֿון דער אַלנבי-גאַס, וווּ ער האָט געדאַרפֿט נעמען אַן אויטאָבוס קיין רמת-גן. אויף אַ ווייַלע האָב איך זיך אומגעקערט און זיך אָנגעשפּאַרט מיטן בליק אין זײַן פּלייצע. דערבייַ האָב איך געשפּירט אַ גאַנצן געמיש פֿון געפֿילן — אַ קלעמעניש, אַ פֿאַרלייַכטערונג, אַן אויפֿרודערונג. די געדאַנקען האָבן מיך פֿאַרפֿלייצט, און איך האָב אַ טראַכט געטאָן: מיר לעבן טאַקע אין אַ וועלט פֿון גאָטס וווּנדער. גיי ווייס, אַז ס’לעבט אין ישׂראל אַ ברענענדיקער בונדיסט, וואָס האָט זיך געראַטעוועט דאָס לעבן אַ דאַנק דעם, וואָס ער האָט אַמאָל געלערנט גמרא…