אַ ייִדישער ראָמאַן

יעווגעני קיסין

קאַפּיטל א

 1

טאַקע ניט צוגערירט זיך צום טײ, װאָס די בנימוסדיקע באַיאָרטע פֿרױ אין אַ ברױנעם אָנצוג האָט אים געהאַט פֿאָרגעלייגט, האָט ער געהאַלטן אין אײן שפּילן אױפֿן אַלטן, שײן–אױסגעמאָלטן פֿאָרטעפּיאַן, װאָס איז געשטאַנען אינעם װײַטן לינקן װינקל פֿונעם געראַמען אַרטיסטן–צימער, באַלױכטן מיט לאַמטערנס אױף רױטע װענט, איבער װעלכע ס׳האָט זיך דערהױבן אַן אַלטער באַמאָלטער פּלאַפֿאָן. דער פּיאַניסט איז געװען אָנגעטאָן אין אַ שװאַרצן קאָסטיום מיט אַ האַלדזטוך, הלמאַי קײן סמאָקינג אָדער פֿראַק און קײן שניפּס–באַבעלע האָט ער, דער נײַנצן־יאָריקער סאָװעטישער בחור, נאָך ניט געהאַט. קײן מאָל פֿריִער, אַפֿילו בשעתן אַרײַנטריט–עקזאַמען אין דער קאָנסערװאַטאָריע, איז ער ניט געװען אַזױ אומרויִק, הגם די באַדינגונגען דאָ זײַנען געװען ממש מערקװירדיקע: מע האָט אים געלאָזט רעפּעטירן עטלעכע שעהען אױף דער בינע אױפֿן קאָנצערט–ראָיאַל און אַרבעטן אױף אַן אַנדער קלאַװיר אין אַ קלײנעם צימער, װיפֿל ער האָט געװאָלט. בכלל זײַנען דאָ אַלע געװען ביז גאָר צוגעלאָזן און גאַסטפֿרײַנדלעך, די גאַנצע אַטמאָספֿער איז געװען עפּעס אַ באַזונדערע, מער אינטעליגענטישע, װי אין זײַן הײמשטאָט מאָסקװע. אפֿשר דעריבער טאַקע איז ער געװען אַזױ אױפֿגערעגט: װי געפֿילט אַ באַזונדער אַחריות. דערצו איז אים נאָך קײן מאָל ניט געװען אױסגעקומען צו געבן אַ קאָנצערט אין אַזאַ גרױסן זאַל, װאָס איז געװען זײער אַ שײנער, נאָר װי עפּעס אַ קאַלטער — אין גאַנצן אַ װײַסער, מיט טונקל–רױטע זיצן אױף די װײַסע בענקלעך און מיט פֿאָרהענגלעך פֿונעם זעלבן באָרדאָ–קאָליר. גערעכט איז געװען עמאַנוּיל גריגאָריעװיטש: כּדי צוצוגרײטן די נערװן–סיסטעם, דאַרף מען פֿאַרן קאָנקורס שפּילן די פּראָגראַם אין אַ גרױסער אױדיטאָריע; דערפֿאַר האָט ער אָרגאַניזירט פֿאַר זײַן סטודענט אַ קאָנצערט דאָ, אין דער לענינגראַדער פֿילהאַרמאָניע.
  
דער יונגער פּיאַניסט האָט נישט געהערט ניט דעם ערשטן, ניט דעם צװײטן קלונג און האָט אַ ציטער געטאָן, דערהערנדיק הינטער זיך בעת אַ קורצער פּױזע אַ ליבלעך װײַבערש קול:

— אַ גוטן אָװנט, מישע! 
  
אױסגעקערעװעט זיך אױף דער אַלטער דרײשטול, האָט ער אין דער ערשטער רגע ניט דערקענט די אַדמיניסטראַטאָרשע פֿונעם זאַל אַנאַ טיכאָנאָװנאַ, אַ מיאוסע, נאָר זײער אַ װױלע קלײנװוּקסיקע, דאַרינקע פֿרױ מיט קורץ אָפּגעשוירענע האָר; ער האָט זי צום ערשטן מאָל געזען אין אַן אָװנט–קלײד. זײַענדיק אַ װױל–דערצױגענער מענטש, איז ער אײַליק אױפֿגעשטאַנען.

— איז אַלץ אין אָרדענונג?
— יאָ–יאָ… אַ דאַנק…
  
זעענדיק זײַן צושטאַנד, איז אַנאַ טיכאָנאָװנאַ צוגעגאַנגען צו אים, גענומען זײַנע הענט אין אירע און געזאָגט מילד און דערמונטערנדיק:
— זײַט רויִק, מישע, אַלץ װעט זײַן זײער גוט. מיטן רעכטן פֿוס!

עס האָט זיך דערהערט דער דריטער קלונג, און אַנאַ טיכאָנאָװנאַ איז אַרױס. מישע האָט געמאַכט אַ פּאָר טריט צום רונדן טיש אין מיטן צימער און האָט סוף–כּל–סוף אַ זופּ געטאָן פֿון דער גלאָז טײ, דערנאָך האָט ער זי אַרױסגענומען פֿונעם זילבערנעם גלאָזהאַלטער און אַרומגעכאַפּט זי מיט בײדע דלאָניעס, כּדי זײ צו דערװאַרעמען.

די באַיאָרטע פֿרױ האָט אַרײַנגעקוקט אינעם צימער און שטיל געזאָגט: 
— שוין צײַט צו גײן.

מישע איז צוגעגאַנגען צום ריזיקן שפּיגל אין אַ טונקעלער געשניצטער הילצערנער ראַם, װאָס האָט פֿאַרנומען ניט װײניקער װי אַ דריטל פֿון דער רעכטער װאַנט, כּדי זיך איבערצוצײַגן, אַז זײַן פֿריזור איז כּשורה. אַרױס פֿון דער האַלבטונקעלער רױטקײט פֿונעם אַרטיסטן–צימער, האָט ער גיך געשפּאַנט דורכן „בלױען גאַסטצימער‟, יום–טובֿדיק באַלױכטן מיט פּרעכטיקע אַלטע הענגלײַכטערס, גלײַך צו דער בינע…

ער האָט תּיכּף דערפֿילט די פּאָזיטיװע ענערגיע פֿונעם עולם, און, װי עס איז מיט אים שױן ניט אײן מאָל געהאַט געשען פֿריִער, װען ער איז געווען גוט צוגעגרײט צום קאָנצערט, האָט זײַן אױפֿרעגונג זיך בהדרגה פֿאַרװאַנדלט אין באַגײַסטערונג. היות זײַן האַרץ האָט געקלאַפּט גיכער װי געװײנטלעך, האָט ער צו מאָל אַ ביסל פֿאַרשנעלערט די טעמפּן, ניט באַנעמענדיק עס, נאָר אין אַלגעמײן האָט ער געשפּילט גוט, און די צוהערערס האָבן עס אָפּגעשאַצט װי געהעריק. פֿאַרנײגנדיק זיך בײַם סוף פֿון דער ערשטער אָפּטיילונג, האָט מישע, אַ באַרויִקטער, שױן געקאָנט פֿונאַנדערקוקן די פּנימער פֿון די מענטשן אין דער אױדיטאָריע, װאָס פֿריִער האָבן זײ אים אױסגעזען װי עפּעס אַן אַלגעמיינע מאַסע, — און ער האָט באַלד דערזען  ז י.

2

זי האָט ליב געהאַט מוזיק און געהאַט גרױס דרך–ארץ פֿאַר מוזיקאַנטן, װאָס האָבן איר אױסגעזען צו זײַן עפּעס אַ מין הימל–אײַנװױנערס. פֿון דעסטװעגן, פֿלעגט זי גײן אױף קאָנצערטן און אין אָפּערע ניט בלױז אױס ליבע צו מוזיק, נאָר אױך איבער אַן אַנדער סיבה.

נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן האָבן די עלטערע איר אױספֿירלעך דערקלערט, אין װאָס פֿאַר אַ מלוכה זי לעבט. יעדעס מאָל, װען זי פֿלעגט זיך אומקערן פֿון שול, פֿלעגט דער זײדע בײַ איר אױספֿרעגן, װאָס האָט מען דאָרטן געלערנט, און דערנאָך פֿלעגט ער זאָגן: „און איצט שליס אײַן דעם אַרבעטסקאָפּ!‟. צו דער צײַט, װען זי איז געװאָרן פֿוליעריק, האָבן די עלטערן זי געהאַט אַרױפֿגעפֿירט אױפֿן געדאַנק, אַז זי דאַרף אומבאַדינגט אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד, און דער איינציקער וועג עס צו טאָן איז חתונה האָבן מיט אַן אױסלענדער. זי טאָר זיך ניט פֿאַרליבן אין אַ היגן ייִנגל, נאָר אָפּזוכן זיך אַ חתן „פֿון דאָרטן‟. עס האָט נאָך איר אוכאַזשעװעט אַ סטודענט פֿון פּאָרטוגאַל, װאָס האָט זיך געלערנט אינעם זעלבן אינסטיטוט, װי זי, נאָר זי איז געװען ניט זיכער, צי ער איז געװען גרײט חתונה צו האָבן מיט איר. דערצו נאָך, זײַענדיק אַ קאָמוניסט, איז ער געװען אין אַן אומלעגאַלן צושטאַנד אין זײַן לאַנד, װײַל דעמאָלט, אין די אָנהייב 1970ער, האָט מיט פּאָרטוגאַל נאָך אָנגעפֿירט סאַלאַזאַר. ס׳איז אַפֿילו געװען ניט קלאָר, צי ער װעט בכלל קאָנען זיך אומקערן אַהיים. דעריבער האָט זי זיך געסטאַרעט צו געפֿינען נאָך עמעצן — און דאָס בעסטע אָרט צו באַגעגענען אַן אורך פֿון װײַטע מקומות איז געװען אין לענינגראַד דער באַרימטער אָפּערע–טעאַטער, װאָס האָט דעמאָלט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם באַרימטן רעװאָליוציאָנער סערגײ קיראָװ; און נאָך איין אָרט — דער פֿילהאַרמאָנישער קאָנצערט־זאַל. געװען איז זי זײער אַ שײנע — אַ הױכע, שטאַלטנע, מיט שװאַרצע האָר, װאָס זי פֿלעגט עלעגאַנט צונױפֿנעמען אױפֿן נאַקן, געטאָקטע לעװאַנטישע געזיכט–שטריכן, גרױסע גרױע אױגן און אַ שמײכל, װאָס האָט פֿאַרכּישופֿט, — און האָט מיט פֿולן רעכט געקאָנט אַרױסקוקן צו זײַן דערפֿאָלגרײַך.

אין יענעם שבתדיקן אָװנט סוף סעפּטעמבער האָט דער נאָמען פֿונעם פּיאַניסט אױף דער אַפֿישע, „מיכאַיִל אַגראַנאַט‟, איר גאָרנישט ניט געזאָגט, נאָר די פּראָגראַם פֿונעם קאָנצערט איז באַשטאַנען פֿון שאָפּענס מוזיק, װאָס זי האָט ליב געהאַט. זי האָט גאָר גרינג געקױפֿט אַ בילעט אױף זײער אַ גוט אָרט, אין דער דריטער רײ בײַם סאַמע דורכגאַנג אינעם צענטער פֿון דער אױדיטאָריע (די בילעטן זײַנען ניט געװען אױספֿאַרקױפֿט) און, קנאַקנדיק מיט די הױכע אָפּצאַסן איבער די מאַרמאָרנע טרעפּ, איז זי מיט זיכערע טריט אַרײַנגעגאַנגען אינעם זאַל, װוּ זי האָט זיך שױן געפֿילט װי בײַ זיך אין דער הײם. 
  
ניט אינעם בופֿעט, ניט אין דער אױדיטאָריע גופֿא האָט זי קײן אױסלענדער ניט דערזען. די מוזיק אָבער האָט זי ביז גאָר פֿאַרכאַפּט. אַגראַנאַט האָט געשפּילט זײער עמאָציאָנעל, שפּאַנענדיק, און באַזונדערס האָט אױף איר געמאַכט אַ רושם דאָס, װאָס ער איז בפֿירוש געװען אין אײן עלטער מיט איר. קוקנדיק אױף אים און הערנדיק די װוּנדערשײנע קלאַנגען, װאָס האָבן אָנגעפֿילט דעם זאַל, האָט זי געפֿילט עפּעס אַן אױסערגעװײנטלעכע האַרמאָניע צװישן דעם פּיאַניסט און דעם קלאַװיר, גלײַך װי זײ װאָלטן געװען אײן אומגעטײלטע גאַנצקײט. ס׳האָט זיך איר געדאַכט, אַז זײַן שפּילן איז ניט קיין פּשוט שפּילן, ס׳איז ווי ער וואָלט דערציילט אַ רירנדיקע געשיכטע, אין אַ געװיסן זין נאָך מער רירנדיק, אײדער מע װאָלט זי דערצײלט מיט װערטער. װען ער האָט זיך פֿאַרנײגט אינעם סוף פֿון דער ערשטער אָפּטײלונג, האָט זי פּלוצעם דערזען, אַז ער קוקט אױף איר און האָט אַפֿילו פֿאַרהאַלטן אױף איר זײַן בליק אױף אַ פּאָר װײַלעס. אין אָנהײב האָט זי ניט געגלײבט אירע אײגענע אױגן, נאָר װען דער הױכער און גאָר חנעװדיקער יונגער־מאַן מיט ברױנע האָר און קאַרע אױגן איז אַרױס אױף דער בינע צום צװײטן מאָל און מיט האַסטיקע טריט צוגעגאַנגען צום פֿאָרטעפּיאַן, כּדי װידער צו באַגריסן דעם עולם, זײַנען שױן קײן שום ספֿקות ניט געבליבן: ער האָט געקוקט אױף איר און גראָד אַזױ, װי עס קוקט אַ מאַנצביל אױף אַ פֿרױ, װאָס געפֿעלט אים. אָט דעם קוק האָט זי פֿאַרגעדענקט נאָך װי אַ קלײן מײדעלע.

דאָס האָט איר צוגעגעבן זיכערקײט, און בשעתן אַנטראַקט האָט זי אין איר לײַכטן הימל–בלױען קלײד מיט דינע דעסן–ליניעס, אױפֿגענײט ספּעציעל פֿאַרן אַרױסלאָז–אָװנט אין שול מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער, זיך דורכשפּאַצירט איבערן זאַל, אַרומקוקנדיק זיך און אײַנהערנדיק זיך, נאָר קיין פּערספּעקטיװע חתנים האָט זי װידער אין ערגעץ ניט געטראָפֿן. אין דער צװײטער אָפּטײלונג אָבער האָט אָנגעהױבן פֿאָרקומען עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס. אַרױס אױף דער בינע, האָט אַגראַנאַט װידער אַ קוק געטאָן אױף איר, און באַלד נאָך דעם, װי ער האָט אָנגעהױבן שפּילן שאָפּענס פֿערטע באַלאַדע, איז איר פּלוצעם אױפֿגעקומען אַ געפֿיל, אַז ער שפּילט דװקא פֿאַר איר…

צו ערשט האָט זי געזאָגט זיך אַלײן: ביסט משוגע! װער איז ער און װער ביסטו?! נאָר װאָס מער ער האָט געשפּילט סײַ די באַלאַדע, סײַ די מאַזורקעס, סײַ דעם טראַגישן פּאָלאָנעז אין דאָ–מינאָר, סײַ די שטורמישע צװײטע סקערצאָ, און װאָס מער ער האָט געקוקט אױף איר בײַם פֿאַרנײגן זיך צװישן די װערק — אַלץ מער האָט זי, ניט גלײבנדיק אירע אײגענע געפֿילן, זיך איבערגעצײַגט, אַז ס׳איז טאַקע אַזױ…

3

מישע האָט באמת געשפּילט פֿאַר איר, פֿאַר גאָר אַן אומבאַקאַנטער יונגער פֿרױ, װאָס ער האָט דערזען אין דער אױדיטאָריע. ער האָט געהאַט אַ ראָמאַנטישע נאַטור, דעריבער האָט ער געשפּילט שאָפּענס מוזיק אַזױ גוט, אַז זײַן פּראָפֿעסאָר, דער גרױסער עמאַנוּיל גילסקער, האָט פֿון סאַמע אָנהייב מישעס לערנען בײַ אים באַשלאָסן, אַז ער זאָל פֿאָרן אױף שאָפּענס קאָנקורס אין װאַרשע אין קומעדיקן יאָר. דערזען זי, האָט מישע זיך תּיכּף אָנגעשטױסן, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, און דערזען האָט ער אין איר די געשטאַלט פֿון אַ ייִדישער יפֿת–תּואר, װעגן װעלכער ער האָט געהאַט געלײענט, אַשטײגער, אין פֿױכטװאַנגערס „די שפּאַנישע באַלאַדע‟, נאָר האָט נאָך קײן מאָל ניט געהאַט געזען אין רעאַלן לעבן. נאָך מער, אים איז גלײַך געװאָרן קלאָר — אַװדאי, האָט ער ניט באַװיזן באַנעמען עס מיטן פֿאַרשטאַנד, פּשוט דערפֿילט — אַז ס׳איז ניט קײן לײדיקע, „מאַנעקען‟–שײנקײט, װײַל אין אירע גרױסע, פּרעכטיקע אױגן האָט זיך געזען שׂכל. דאָס האָט אים ביז גאָר באַגײַסטערט, און לױט דעם, װי זי האָט געקוקט אױף אים און אַפּלאָדירט, האָט ער פֿאַרשטאַנען ניט בלױז אַז איר געפֿעלט זײַן שפּילן, נאָר אַז זי האָט אױך באַמערקט זײַנע כּסדרדיקע בליקן. שפּילנדיק אױף „ביס‟ און פֿאַרנײגנדיק זיך צװישן די „ביסן‟, האָט מישע שױן געחלומט, אַז זי װעט קומען צן אים אינעם אַרטיסטן–צימער נאָכן קאָנצערט, און זײ װעלן זיך באַקענען, און… זיצנדיק שפּעטער אין גאַטקעס און מײַקע בײַם קלײנעם אָפּגעריבענעם טיש אין זײַן האָטעל–צימער, האָט ער געשאָלטן זיך אַלײן, שױן ניט צום ערשטן מאָל, פֿאַר זײַן ראָמאַנטישקײט און נאַיִװקײט, טראַכטנדיק, װי נאַריש איז אױספֿאַנטאַזירן גאָט װײסט װאָס װעגן אַן אומבאַקאַנטן פּאַרשױן, אַז אפֿשר איז זי אױף אַן אמתן גאָר ניט קײן ייִדישקע, און אַזױ װײַטער. אָט די געדאַנקען האָט ער פֿאַרביסן מיט די קאָנסערװן און דעם שװאַרצן ברױט, מיטגעבראַכט פֿון דער הײם, װײַל די רעסטאָראַנען זײַנען שױן געװען פֿאַרמאַכט און דערצו האָט ער ניט געהאַט גענוג געלט אױף דעם: לױט די דעמאָלטיקע סאָװעטישע כּללים, האָט ער קײן האָנאָראַר פֿאַרן קאָנצערט ניט באַקומען.

געלײגט זיך אין בעט, האָט מישע זיך דערמאָנט, װי, אומקערנדיק זיך נאָכן קאָנצערט אינעם האָטעל, האָט ער בײַם אַרײַנגאַנג געטראָפֿן צװײ הױכע, שיכּורע אױסלענדער פֿון אַ יאָר דרײַסיק, װאָס האָבן גענומען זיך הילכיק דערקלערן אין פֿרײַנדלעכע געפֿילן צי צו אים פּערזענלעך, צי צו דער שטאָט לענינגראַד. „דאָס זײַנען פֿינער,‟ — האָט אים דערקלערט דער שװײצאַר פֿונעם האָטעל, — „בײַ זײ דאָרטן איז אַן אַנטי־אַלקאָהאָל–געזעץ, דעריבער קומען זײ צו פֿאָרן אַהער, כּדי זיך אָנצוטרינקען.‟ אַצינד האָט מישע פּלוצעם אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳איז שױן די צײַט פֿאַר אים אױך כאָטש אײן מאָל זיך אָנשיכּורן: אַזאַ דערפֿאַרונג האָט ער, אַ הײמיש ייִדיש ייִנגל, נאָך קײן מאָל ניט געהאַט. מיט אָט די באַגײַסטערנדיקע רעיונות איז ער ענדלעך אײַנגעשלאָפֿן.

אױפֿגעכאַפּט זיך אין דער פֿרי, האָט מישע זיך געפֿילט זײער הונגעריק. דער פֿרישטיק אין בופֿעט אָדער, װי מע רופֿט עס אָן אין רוסלאַנד, „דער שװעדישער טיש‟ איז געװען רײַך און געשמאַק. אָנגענומען צװײ פֿולע טעלער שפּײַז, בתוכם אַ האַלב טוץ שמעקעװדיקע צוגעברױנטע לאַטקעס, האָט מישע געפֿונען אַ פֿרײַ אָרט בײַ אַ טיש אינעם צענטער פֿונעם זאַל, זיך אַװעקגעזעצט און אָנגעהױבן עסן. דער קאָנצערט איז געװען פֿאָריבער, האָט ער איצט געקאָנט זיך אַנטשפּאַנען און רויִק באַטראַכטן אַלץ און אַלעמען אַרום זיך. לעבן אים בײַם טיש זײַנען געזעסן צװײ מיטל–יאָריקע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַן אינטעליגענטישן אױסזען, װאָס האָבן גערעדט דײַטש צװישן זיך; װעדליק זײערע קלײדער, זײַנען זײ בפֿירוש געװען פֿונעם מיזרח–דײַטשלאַנד. בײַ אַ דערבײַיִקן טיש האָט פֿאַרטראַכטערהײט געזופּט קאַװע אַ באַרימטע קינאָאַקטריסע, װאָס מישע האָט זי פֿריִער קײן מאָל ניט געהאַט געזען לעבעדיקערהײט און װאָס האָט אױסגעזען היפּש עלטער װי אױפֿן עקראַן. כאַפּנדיק אַ קוק אױף איר פֿון צײַט צו צײַט, האָט ער אױסגעליידיקט אײן טעלער און זיך גענומען פֿאַרן צװײטן. פּלוצעם האָט ער דערפֿילט, אַז ער איז ניט ביכולת אױפֿצועסן אַלץ ביזן סוף. אָפּגעװאַרט עטלעכע מינוט, האָט מישע גענומען אין מױל נאָך אײן שטיקל לאַטקע, װאָס איז שױן געװאָרן קאַלט, — ניין, ער קאָן ניט מער. ער איז אױפֿגעשטאַנען און האָט זיך געלאָזט צום אַרױסגאַנג.

— װאָס זשע טוט איר?! — האָט גענומען שרײַען אױף אים די אָפֿיציאַנטקע, אַ פֿולבלעכע מיטלװוּקסיקע פֿרױ מיט אַ רונד פּנים פֿון אַ יאָר פֿופֿציק, װאָס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען זײַן טיש דװקא אין יענעם מאָמענט, —  דער שװעדישער טיש איז דערפֿאַר, אַז מע זאָל נעמען און עסן אַזױ פֿיל, װיפֿל מע װיל, נאָר איר לאָזט איבער די שפּײַז, און מע װעט זי מוזן אַרױסװאַרפֿן! 

נאָכן נעכטיקן אָװנט האָבן מישען באַהערשט סתּירהדיקע עמאָציעס: דאָס געפֿיל פֿון אַ נצחון און זעלבסטזיכערקײט צוליב דעם דערפֿאָלגרײַכן קאָנצערט און אַ פֿאַרדראָס אױף זײַן אײגענער נאַרישקײט, צוליב יענער אומבאַקאַנטער יונגער פֿרױ. פֿון דעסטװעגן, האָבן די בײדע געפֿילן אים געבראַכט צו אײן און דעם זעלבן אױספֿיר, װאָס ער האָט איצט געטענהט זיך אַלײן די גאַנצע צײַט: ביסט שױן ניט קײן ייִנגל, נאָר אַ דערװאַקסענער מענטש. נאָך נעכטן װאָלט ער אין אַזאַ סיטואַציע צוגעגאַנגען צו דער אָפֿיציאַנטקע און געזאָגט שטיל און מיט אַ קול פֿון אַ פֿאַרשולדיקטן: „נו, װאָס שרײַט איר? כ׳האָב ניט אױסגערעכנט מײַנע כּוחות: ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, װאָס איך ניץ אױס אַ שװעדישן טיש. אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך…‟. אַצינד אָבער האָט ער געקוקט איר גלײַך אין די אױגן און געענטפֿערט הױך און דײַטלעך:         
  
— יאָ, אַרױסװאַרפֿן שפּײַז איז ניט גוט. נאָר װאָס פֿאַר אַ טבֿע איז עס — שרײַען און מאַכן אַ סקאַנדאַל אױפֿן גאַנצן רעסטאָראַן? עס טרעפֿט זיך, ניט יעדעס מאָל קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן אײגענעם אַפּעטיט? אַרױסװאַרפֿן שפּײַז איז טאַקע שלעכט — איז זײַט אַזױ גוט, ברענגט מיר אַ פּאָר סאַלפֿעטקעס, וועל איך קאָנען דאָס פֿאַרבליבענע מיטנעמען. און אױב ס׳איז ניט דערלױבט, טאָ מיאוסט זיך ניט און עסט עס אױף נאָך מיר ביזן סוף; גלייבט מיר אויפֿן וואָרט — כ׳בין גאָר אַ געזונטער מענטש. נאָר שרײַען און מוסרן אַ דערװאַקסענעם מענטשן איז אומאָנשטענדיק, אַ סך מער אומאָנשטענדיק, װי איבערלאָזן שפּײַז אױפֿן טעלער!

די פֿרױ איז ממש פֿאַרציטערט געװאָרן פֿון אַזאַ חוצפּה. אויפֿן וועג צום אַרױסגאַנג, האָט מישע דערהערט הינטער זיך איר בורטשען: 
— נו–נו, ס׳איז יענע יוגנט הײַנט…
  
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם קאָנצערט האָבן געקױפֿט מישען אַ בילעט אױפֿן נאַכטצוג, אַזױ אַז ער האָט געהאַט אין זײַן רשות דעם גאַנצן טאָג. אַרױס פֿונעם האָטעל, האָט ער זיך געלאָזט גלײַך צום בנין פֿונעם רוסישן מוזײ, װאָס האָט זיך געפֿונען בלױז אײן–צװײ מינוט גאַנג. די קילע פֿרימאָרגנדיקע לופֿט האָט דערמונטערט און דערפֿרישט. בעת ער האָט זיך דערנענטערט צו פּושקינס דענקמאָל אַנטקעגן דעם מוזײ, איז בײַ אים אױפֿגעקומען עפּעס אַ מאָדנע געפֿיל, און װאָס מער ער האָט געקוקט אױפֿן דענקמאָל, אַלץ מער האָט זיך אים געדוכט, אַז עפּעס איז דאָ ניט ריכטיק. ער האָט אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס אײגנטלעך שטױסט אים אָפּ, נאָר קלאָר געפֿילט אַ געװיסע אינערלעכע אומאַנטשפּרעכיקײט אין אָט דער בראָנדזענער פֿיגור מיטן אױסגעצױגענעם אױף אַ זײַט רעכטן אָרעם, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיטן באַרימטן דענקמאָל אױף פּושקינס פּלאַץ אין מאָסקװע. ער איז געגאַנגען װײַטער, פּרוּװנדיק צו באַזיניקן זײַנע געפֿילן, בײַם סאַמע אַרײַנגאַנג אינעם מוזײ האָט ער זיך אומגעקערט, אַ קוק געטאָן אױפֿן דענקמאָל פֿון הינטן — און פּלוצעם איז צו אים דערגאַנגען: ס׳איז דאָ עפּעס אַ פֿאַלשקײט, אַ פּרעטענציעזקײט אין אָט דעם זשעסט, פּונקט װי אין טשײַקאָװסקיס דענקמאָל אַנטקעגן דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע, אױף װעלכן דער לינקער אָרעם איז געװען אױסגעצױגן אױף אַ זײַט. 

ער איז אַרײַן אינעם שײנעם אַלטן בנין מיט זײַלן, פֿילנדיק פֿון פֿאָרױס דעם טעם פֿון הנאה, נאָר דער אײַנדרוק זײַנער האָט זיך אַרױסגעװיזן גאָר ניט אַזאַ, װי ער האָט געהאַט דערװאַרט. אפֿשר דאָס אײנציקע, װאָס האָט אים באמת פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגן, זײַנען געװען אײַװאַזאָװסקיס פֿאַרביקע ים–פּײסאַזשן. דערזען זײ, האָט ער זיך תּיכּף דערמאָנט אין סקריאַבינס צװײטער סאָנאַטע, װאָס ער האָט געהאַט אָנגעהױבן לערנען זי מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, נאָך אין שול, נאָר ניט געהאַט דערלערנט. באַװוּנדערנדיק די באַרימטע „שטורעם–כװאַליע‟, האָט מישע, אַ געפּלעפֿטער פֿונעם קינסטלערישן באַשלוס, — אַ מוראדיקע טראַגעדיע, אַן אומקום פֿון מענטשן אין אַ ים–אָפּגרונט קומט פֿאָר בײַ אַ העלער זונענשײַן! — גענומען, ניט באַמערקנדיק עס, זינגען אױף אַ קול די קולמינאַציע פֿון דער סאָנאַטע. עפּעס אַ פֿרוי האָט אים געמאַכט אַ באַמערקונג, און דאָ האָט ער שױן ניט געהאַט װאָס צו ענטפֿערן, אַ חוץ זיך אַנטשולדיקן און אַװעקגײן אײַליק אינעם דערבײַיִקן זאַל. די איבעריקע בילדער אָבער האָבן אין אַלגעמײן ניט געמאַכט אױף אים קײן באַזונדערן אײַנדרוק, רובליאָװס איקאָנעס האָבן אים אויסגעזען עפּעס בלאַסע, און סוריקאָװס ריזיקע לײַװנט „סוּװאָראָװס אַריבערגאַנג דורך אַלפּן‟, װאָס איר רעפּראָדוקציע האָט ער פֿריִער געהאַט געזען אין אַן אַלבאָם, האָט אים אַנטױשט מיט אירע אומדערװאַרט אומרעגלמעסיקע פּראָפּאָרצן, װאָס אױף דער רעפּראָדוקציע האָט מען זײ ניט געקאָנט זען. צום סוף פֿון זײַן צװײ–שעהדיקן באַזוך האָבן אים שױן גענומען באַהערשן פֿילאָסאָפֿישע מחשבֿות מכּוח דעם, אַז אין לעבן זאָל מען בכלל קײן מאָל ניט דערװאַרטן און אױסרעכענען אױף װאָסער–ניט–איז גוטס: אַזױ האָט ער אַרױסגעקוקט אױף אָט דער רײַזע, אַזױ פֿיל װוּנדערלעכע זאַכן געהערט װעגן לענינגראַד! — און דערװײַל זײַנען דאָ בלױז אַנטױשונגען…

פֿאַרלאָזט דעם מוזײ, האָט מישע, האָפֿנדיק פֿאָרט אױף בעסערע אײַנדרוקן פֿון אַנדערע מערקװירדיקײטן, זיך געלאָזט לענגױס די שױן באַקאַנטע אַרײַנגאַנגען פֿון דער פֿילהאַרמאָניע, װאָס צװישן צװײ פֿון זײ האָט נאָך צוגעצױגן דעם אױפֿמערק די אַפֿישע פֿון זײַן נעכטיקן קאָנצערט, אין דער ריכטונג פֿונעם לעגענדאַרן נעװסקי פּראָספּעקט — און פּלוצעם האָט ער דערזען ווי אַנטקעגן אים גייט ז י…

המשך קומט






Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s