תּשרי-לידער

בערל קאָטלערמאַן

דער מאַן אויפֿן דאַך

על הגגות נצעקה
דער קאָצקער רבי

טאַבונען מענטשן פֿאַרפֿלייצן די גאַס
און גלאָצן צעמישט אויף די דעכער
עס קלעטערן צעבראָכענע הערצער אַרויף
העכער
העכער
העכער
מיט לאָפּוך-בלעטער אויף היציקע קעפּ
הויזן אויף שטריק און אויף שלייקעס
רײַסט די געוואַגטע אַרמיי דעם האַלדז
דבֿקות
דבֿקות
דבֿקות
עס ווערט נאָכגעהילכט דער הימל-געשריי
פֿון הינטער דעם גרויען קאַיאָר
מי במים ומי באש
וואָר
וואָר
וואָר
דאַלוי די דושנע און שמאָלע וועלט
זאָלן ברענען כּתובֿים און שמות
פֿאָדערט פֿאַרעקשנט דער מאַן אויפֿן דאַך
אמת
אמת
אמת

לולבֿל ברודערל

כ’וועל אײַנשפּאַנען מײַן פֿערדעלע
אויפֿן מאַרק וועל איך פֿאָרן —
קויפֿן וויל איך אַ לולבֿל
אָן אַ פּגם אָן חסרון.

אוי, דו לולבֿל ברודערל,
זײַ זשע מיר אַ כּפּרה,
צווישן סליחות-הושענאלעך
כ’בין געגאַנגען פֿאַרלאָרן.

ציטערן זאָלסט, ברודער לײַבלעכער,
אינעם קאָשיק פֿון שטרויען —
באַלד וועט אונדזער דערבאַרעמער
מיך באַשענקען כּפֿלָים.

און אַז נישט — ס’ווערט די סוכּה טרייף?
כ’וועל דיך סײַ ווי סײַ היטן…
ביז ס’וועט קומען די חָמץ־צײַט
דיך אין פֿײַער פֿאַרשניטן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s