נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 62

אַ האַרציקער מזל־טובֿ און די שענסטע וווּנטשן!


דער פֿאַרגאַנגענער אָקטאָבער־חודש איז געווען אָנגעפּאַקט מיט ייִדישע יום־טובֿים און שׂימחות — סײַ טראַדיציאָנעלע און סײַ אינדיווידועלע, וואָלט איך געזאָגט.

מיכאל כאַזין — 90סטער געבוירן־טאָג

מיכאל (מישע) כאַזין


דעם 23סטן אָקטאָבער איז דער שרײַבער און איבערזעצער מיכאל (מישע) כאַזין געוואָרן אַ בן־תּישעים, ביז הונדערט און צוואַנציק. אַ סאַמעראָדנער בעסאַראַבער ייִד, האָב איך זיך מיט אים באַקענט בײַ יחיאל שרײַבמאַנען אין שטוב. וועגן זייער לאַנג־יאָריקער פֿרײַנדשאַפֿט און מיטאַרבעט האָט כאַזין אַ סך געשריבן; דאָס לעצטע מאָל זײַנען צוויי שרײַבמאַנס בריוו צו אים געווען אָפּגעדרוקט אין „ייִדיש בראַנזשע‟ נומ׳ 60.
https://yiddishbranzhe.com/2022/09/01/9803/
במשך פֿון זײַן לאַנגער און אַקטיווער שאַפֿערישער אַרבעט האָט כאַזין פֿאַרעפֿנטלעכט צענדליקער אַרטיקלען און עסייען, געדרוקט אין די רוסיש־שפּראַכיקע אויסגאַבעס אין מאָלדאַוויע, מאָסקווע און אין אַמעריקע, ווי אויך אויף ייִדיש אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אין ניו־יאָרקער „פֿאָרווערטס‟. מיט זײַנע מײַסטערישע איבערזעצונגען פֿון מאָלדאַוויש און ייִדיש האָט ער געעפֿנט דער לייענערשאַפֿט דעם וועג צו די ווערק פֿון זײַנע פּען־ברידער. איך האָב אויך געהאַט דעם זכות, אַז כאַזינס איבערזעצערישע פּען זאָל זיך געווען צורירן צו מײַנע דערציילונגען. נאָר אין די לעצטע עטלעכע יאָר האָט דער שרײַבער אַרויסגעלאָזט דרײַ זײַנע פּראָזע־ביכער: „קאָסטיוזשען און אַרום‟ (2016), „ברעקלעך און ברעקלוויצן‟ (2018) און „שרונס רויז‟ (2019). גאָר נישט לאַנג צוריק איז דערשינען זײַן לידערזאַמלונג „ווײַט און לעבן מיר‟. מיכאל כאַזין וווינט מיט זײַן פֿרוי לודמילע, אַ שרײַבערין, אין באָסטאָן, וווּ ער פֿירט אַן אַקטיווע קולטור־טעטיקייט עד־היום.

פֿונעם פֿולן האַרץ ווינטש איך מײַן טײַערן יובילאַר געזונט און אַריכות־יומים!

יעווגעני קיסין — ערן־דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע

ווײַמאַר אין די הײַנטיקע טעג. בילד: יע. קיסין

די ייִדיש־ליבהאָבערס איבער דער וועלט איז גוט באַקאַנט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟, וואָס קומט פֿאָר שוין נישט איין יאָר און ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם מוזיקער אַלען בערן.

די הײַיאָריקע שׂימחה אין ווײַמאַר איז אָבער פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿון אונדזער שטענדיקן מחבר און שטיצער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ דעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין. דעם 22סטן אָקטאָבער איז אים צוגעטיילט געוואָרן דער טיטול „ערן־דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע בײַם מוזיק־אוניווערסיטעט אויף פֿערענץ ליסטס נאָמען אין ווײַמאַר‟.

איך האָב געבעטן קיסינס פֿרוי, קאַרינע, זײַן געטרײַע באַגלייטערין, צו דערציילן אונדזערע לייענער וועגן דער חשובֿער אונטערנעמונג אין ווײַמאַר. און אָט וואָס זי שרײַבט:

די פֿײַערלעכע צערעמאָניע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דעם פֿול געפּאַקטן הויפּט־זאַל פֿונעם אוניווערסיטעט (Festsaal Fürstenhaus), אין צוזאַמענהאַנג מיטן 211טן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן אײַנוווינער און פּאַטראָן פֿונעם אוניווערסיטעט פֿערענץ ליסט (1811־1886); ווי אויך צום 150סטן יאָרגאַנג זינט עס עקזיסטירט דער מוזיק־אוניווערסיטעט אין ווײַמאַר.

די אונטערנעמונג איז געווען אַזוי טיף און עמאָציאָנעל דורכגעטראַכט, אַז זי וועט נאָך לאַנג אַרויסרופֿן בײַם עולם אַ האַרציק התפּעלות.

דער שאַפֿערישער און מענטשלעכער גײַסט פֿון פֿערענץ ליסט האָט באַגײַסטערט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער צערעמאָניע אויסקלײַבן דווקא קיסינען, כּדי צוטיילן אים דעם ערן־טיטול. די אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן האָבן אין זייערע באַגריסונגען באַטאָנט, אַז די גרויסע פֿאַרדינסטן פֿון קיסינען — סײַ ווי אַ פּיאַניסט, סײַ ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר, קולטור־טרעגער און הײַנטצײַטיקער הומאַניסט — קניפּן זיך אָן אין די ריזיקע אויפֿטוען פֿונעם גרויסן מוזיקער און הומאַניסט פֿערענץ ליסט.

„דער צערטיפֿיקאַט און די ערן־שטופֿע פֿון דאָקטאָר פֿאַר פֿילאָזאָפֿיע (Dr. Phil. h.c.) ווערט צוגעטיילט יעווגעני קיסינען ווי אַן אויסדרוק פֿון אָנערקענען זײַנע גרויסע קינסטלערישע מעלות בײַם אינטערפּרעטירן די ווערק פֿון ליסט, פֿאַר די פֿאַרדינסטן אין געביט פֿון דערלערנען ייִדיש און די ייִדישע קולטור, ווי אויך פֿאַר זײַן גרויסן בײַטראָג אויפֿן פֿעלד פֿון הומאַניזם און שלום.‟

געעפֿנט האָט זיך דער אָוונט מיט קיסינס ווערק „קוואַרטעט, אָפּוס 3‟, אויסגעפֿירט פֿון Weimar Gropius Quartett. דערנאָך, לויט דער אַלטער אוניווערסיטעט־טראַדיציע, האָבן זיך געהערט די לויב־געשאַנקען Laudatio לכּבֿוד דעם בעל־שׂימחה אויף פֿיר שפּראַכן —דײַטש, רוסיש, ייִדיש און ענגליש.

פּראָפֿעסאָר פֿון דער פֿאָרטעפּיאַן־קאַטעדרע, גריגאָרי גרוזמאַן, האָט אין זײַן אויפֿטריט אויף רוסיש געזאָגט, אַז יעווגעני קיסין „באַגלײַך מיט וולאַדימיר האָראָוויץ, אַרטור רובינשטיין, עמיל גילעלס און מאַרטאַ אַרגעניטש קאָן מיט רעכט אָנערקענט ווערן ווי דער גרעסטער פֿיאַניסט פֿונעם יאָרהונדערט‟. דער רעדנער האָט באַטאָנט, אַז „דער ליסט־רעפּערטואַר בײַ קיסינען איז ברייטער און גרעסער, ווי בײַ אַ סך פּיאַניסטן פֿון נעכטן און פֿון הײַנט. דעריבער איז דאָס צוטיילן אים דעם ערן־טיטול ווי איינעם פֿון די גרעסטע אינטערפּרעטאַטאָרן פֿון ליסטס ווערק אין אונדזער וועלט דאָ, אין ווײַמאַר, דער וויכטיקסטער שטאָט פֿאַר פֿערענץ ליסטן, — איז אַ לאָגישע און נאַטירלעכע דערשײַנונג.‟

די רעדע אויף ייִדיש, וואָס איז אַזוי טײַער מײַן מאַן, האָט אָפּגעהאַלטן ד״ר דיאַנאַ מאַטוט. ווענדנדיק זיך צום בעל־שׂימחה, „טײַערער ר׳ יעווגעני‟, האָט זי דערציילט וועגן זשענינס וועג צום אַנטדעקן פֿאַר זיך און באַהערשן די שפּראַך, וואָס „איר טראַדיציע און קלאַנג איז איבערגעריסן געוואָרן. קיסין האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין נאָך איין מעכטיקן מיטל פֿון זײַן שאַפֿונג און קיום […] זײַן שאַפֿונג איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דער ייִדיש־ירושה פֿון 20סטן יאָרהונדערט‟.

די לעצטע רעדע־געשאַנק אויף דער צערעמאָניע האָט אונטערגעטראָגן דער פּראָפֿערסאָר מוזיקאָלאָג, ד״ר טיאַגאָ דע אָליוויעראַ פּינטאָ — דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר און באַגײַסטערער פֿון צוטיילן קיסינען דעם בכּבֿודיקן אַקאַדעמישן טיטול. ער האָט דערקלערט, אַז וויכטיק איז געווען בשעתן אויסקלײַבן אַ פּערזענלעכקייט צום צוטיילן אים די באַלוינונג, געפֿינען נישט בלויז אַ פּראָמינענטן פּיאַניסט, פֿאַר וועמען די מוזיק־קונסט איז ווערטיק פֿאַר זיך אַליין, נאָר אויך, אַז די מוזיק זאָל פֿאַר אים זײַן אַ מיטל פֿון אויסבילדן אַ מענטשן, אַזוי ווי ס׳איז געווען אינעם לעבן פֿון פֿערענץ ליסט גופֿא.

נאָך די ערשטע דרײַ אויפֿטריטן האָט דער לעצטער רעדנער גערעדט אויף ענגליש וועגן דעם „מוזיקאַלישן הומאַניזם‟, וואָס איז אַזוי „אייגנטימלעך פֿאַר יעווגעני קיסינען”, און וואָס קיסין אַליין האָט עס נאָך נישט באַזיניקט, ווײַל „הומאַניזם איז נישט עפּעס אַ ראַציאָנעלס, פֿאַרפּלאַנירטס אָדער וואָס מע קאָן עס אויסחשבונען פֿון פֿריִער‟.

צום סוף פֿון דער צערעמאָניע, ווי אַ מין קולמינאַציע, האָט באַקומען דאָס וואָרט קיסין. זײַן אויפֿטריט, ווי מיר דוכט, האָט באמת געקלונגען ווי אַ מוסטער פֿון „אַ ניט־באַזיניקטן מוזיקאַלישן הומאַניזם‟. ער האָט זיך געוואָנדן צו די דערמאָנונגען וועגן ליסטן, וואָס האָט געשמט מיט זײַן פּרינציפּיעלקייט מכּוח די דעספּאָטן פֿון זײַן צײַט בכלל, און בפֿרט וועגן דעם רוסלענדישן אימפּעראַטאָר ניקאָלאַי דער ערשטער. קיסין האָט דערציילט דעם עולם אַן עפּיזאָד, פֿאַרבונדן מיט אַ טרעפֿונג צווישן ליסט און דעם קיסר, און פֿאַרבינדן עס מיט דער הײַנטיקער בלוטיקער שחיטה אין אייראָפּע; גערופֿן צו זײַן פּרינציפּיעל ווי ליסט, און פֿאַראייניקן די באַמיִונגען פֿון אַלע מענטשן אינעם קאַמף קעגן באַרבאַרישקייט און אַכזריות אין אוקראַיִנע.

ווי אַ באַווײַז פֿון ליכטיקער ליבע, להיפּוך צו דעם חושך און גוואַלד, האָט זשעניע אויסגעשפּילט ליסטס ווערק „ליבע־טרוימען‟ נומ׳ 3 As-Dur. איבערגעריסן די אַפּלאָדיסמענטן, האָט ער זיך אומגעקערט צו דער קאַטעדרע און דערציילט וועגן זײַן לעצטער שאַפֿונג, וואָס ער האָט פֿאַרענדיקט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער — דעם פֿאָרטעפּיאַן־טריִאָ, אָפּוס 6, אין דרײַ טיילן, וועגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע. פּחדימדיקע פּלענער פֿון רוסלאַנד—באָמבאָרדירונגען און מענטשלעכע ליידן (מיט ציטאַטן פֿון צוויי אוקראַיִנישע פֿאָלקס־לידער)—פֿינאַל: דער קינפֿטיקער זיג פֿון אוקראַיִנע (ציטאַטן פֿונעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַלן הימען).

אויב זשעניעס ווערטער האָבן פֿריִער אַרויסגערופֿן בײַם עולם טרערן פֿאַר זײַן קלאָרער פּאָזיציע און ברייטהאַרציקייט, האָט די אויספֿירונג פֿונעם קוואַרטעט (קיסין און די מוזיקער פֿונעם קוואַרטעט Gropius, פֿרידעמאַן, אַחרון און וואָלפֿגאַנג עמנואל שמידט) — פֿול מיט ווייטיק, חושך, פּלאָג, נאָר אויך ליכט און דערוואַרטונג פֿון נקמה־נעמען, — האָט ממש אויפֿגעטרייסלט דעם צוהערער…

יעווגעני קיסין איז אויך אַן ערן־דאָקטאָר פֿון דער מאַנהעטען־שול פֿאַר מוזיק, האָנקאָנג־אוניווערסיטעט, העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים וכדומה.

איך בין זיכער, אַז די לייענערשאַפֿט פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ איז שטאָלץ מיט אונדזער מחבר, דעם שרײַבער יעווגעני קיסין. מיר ווינטשן אים און זײַן פֿרוי געזונטע שאַפֿערישע יאָרן. זאָל זײַן אוניקאַלער טאַלאַנט רײַפֿן ווײַטער לטובֿת מוזיק, ליטעראַטור און זײַנע הומאַניסטישע אידעאַלן.


ספּעציעל פֿאַר די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט יעווגעני קיסין צוגעשיקט זײַן ווידעאָ, געמאַכט אינעם הויז, וווּ פֿערענץ ליסט האָט געוווינט אין ווײַמאַר, און וווּ קיסין שפּילט אויף ליסטס ראָיאַל.
פֿערענץ ליסט „ליבע־טרוימען‟ נומ׳ 3 As-Dur

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s