אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (24, סוף)


יעווגעני קיסין

ערשטער יוני

אַ פֿרױ פֿון אַ סאָציאַלער דינסט איז געקומען צו אונדז, כּדי צו זײַן אַן עדות, אַז אַנע פּאַװלאָװנע איז אַבסאָלוט הילפֿלאָז; נאָך איר באַשטעטיקונג וועט מען קאָנען אױספֿורעמען מײַן אָפּעטראָפּוס איבער אַנע פּאַוולאָוונען.

קאַרינאָטשקע האָט באַקומען איר ערשטע װאַקצין.

הײַנט האָט אַנע פּאַװלאָװנע געהאַט עטלעכע פּאַנישע אַטאַקעס אי בײַ נאַכט, אי בײַ טאָג. מיך דערקענט זי בפֿירוש, נאָר רעדט פֿון היץ די גאַנצע צײַט. װאָס זשע װעט װײַטער זײַן? און אױב זי װעט טאַקע אָפּלעבן נאָך לאַנג, װאָס פֿאַר אַ לעבן װעט עס זײַן? אַבי נאָר זי זאָל ניט לײַדן, נעבעך…

טראַכט איך װעגן אַנע פּאַװלאָװנען — און צוליב דעם אױך װעגן זיך אַלײן. „כ׳װאָלט געװען אַ בעלן װיסן, װי װעט זײַן מײַן טױט‟… נאָכן פּוטש אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין אױגוסט 1991 האָב איך אָנגעהױבן טרױמען צו שטאַרבן אַזױ, װי יענע דרײַ יאַטן, און נאָכן 4טן נאָװעמבער 1995 — װי יצחק רבין… דאָס איז אײנער פֿון פֿיל לעבנס–װידערשפּרוכן: פֿון אײן זײַט, װאָלט איך געװאָלט לעבן װאָס לענגער, װײַל כ׳װיל באַװײַזן אױפֿטאָן װאָס מער, נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, װילט זיך מיר שטאַרבן גראָד מיט אַזאַ מין טױט: אומקומען פֿון אַ רשעס האַנט. „דער, װאָס האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעבן טראַגיש, איז אַן עכטער פּאָעט, און אױב פּינקטלעך צו דער צײַט — איז אין דער פֿולער מאָס‟. פּינקטלעך שטאַרבן צו דער צײַט — איז מיר שױן ניט געלונגען, מעגלעך, װעט זיך באַקומען אויף אַ טראַגישן אופֿן? רבין איז געװען אַלט 73 יאָר, װען מע האָט אים דערמאָרדעט, און גאַנדי — גאַנצע 78…

אַ מאָל האָב איך געלײענט ערגעץ, אַז ס׳איז נוצלעך אַ טראַכט צו טאָן װעגן טױט יעדן אין דער פֿרי, ווען מע כאַפּט זיך נאָר אױף פֿונעם שלאָפֿן. מיר דוכט זיך, אַז דאָס איז ריכטיק. פֿון מײַן אײגענער דערפֿאַרונג װײס איך, אַז אין דעפּרעסיע טרײַבן אַזעלכע געדאַנקען ניט אַרײַן, נאָר זײ סטימולירן צו לעבן מער פּראָדוקטיװ.
  

  יוני 2

הײַנט האָט די מאַמע זיך סוף–כּל–סוף אומגעקערט אַהײם. זי איז געװען אַזױ גליקלעך! איך בין ניט געגאַנגען שפּאַצירן און האָב פֿאַרבראַכט די צײַט מיט איר.  

טיכאָן כרעניקאָוו בײַ דער אַרבעט

געאַרבעט. איך אַרבעט איבער כרעניקאָװס פּיעסעס און הער ניט אױף צו טראַכטן: סאַראַ גוטע, מיט טאַלאַנט געשאַפֿענע מוזיק! — און קײנער דאָ קען נישט ניט אָט די פּיעסעס, ניט כרעניקאָװס גלענצנדיקע ערשטע און 2טע סימפֿאָניעס (הגם אַ מאָל פֿלעגן אַזעלכע דיריזשאָרן, װי טאָסקאַניני, מיונש, סטאָקאָװסקי און אָרמאַנדי אױספֿילן די ערשטע סימפֿאָניע!), ניט זײַנע װוּנדערלעכע לידער. אַלע דאָ באַציִען זיך צו אים מיט אַזאַ פֿאַראורטל, און ס׳איז אַזױ שװער צו קעמפֿן קעגן דעם… נאָר איך בין פֿאָרט אַן אָפּטימיסט, װײַל איך װײס, אַז די היסטאָרישע װיסנשאַפֿט, װי אַלע אַנדערע װיסנשאַפֿטן, האַלט אין אײן אַנטװיקלען זיך, און צוליב דעם ענדערן זיך אונדזערע פֿאָרשטעלונגען װעגן אײניקע היסטאָרישע פּערזענלעכקײטן. לינקאָלנס בײַשפּיל קומט גלײַך אױפֿן געדאַנק. מיט הונדערט יאָר צוריק פֿלעגט מען האַלטן, אַז דער בירגער–קריג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז פֿאָרגעקומען, װײַל דער אײדעלער אײב און זײַנע קאַמפֿס–ברידער האָבן געהאַסט די שקלאַפֿן–סיסטעם. זינט דעמאָלט, אַ דאַנק די היסטאָרישע אױספֿאָרשונגען, איז ביסלעכװײַז געװאָרן קלאָר, אַז די עכטע סיבה פֿון יענעם בירגער–קריג איז געװען דאָס, װאָס לינקאָלן האָט ניט געװאָלט לאָזן די דרומדיקע שטאַטן זיך אָפּטײלן, און די שקלאַפֿן–סיסטעם האָט ער אַנולירט ניט אױס מיטגעפֿיל צו די קנעכט, נאָר װײַל צו יענער צײַט איז זי שױן געװאָרן אַ שטערונג פֿאַר דעם לאַנדס עקאָנאָמישער אַנטװיקלונג. דעריבער בין איך זיכער, אַז פֿריִער צי שפּעטער װעט מען אױך פֿאַרשטײן, װער כרעניקאָװ איז געװען אױף אַן אמתן, און נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿון די פֿאַראורטלען װעגן זײַן פּערזענלעכקײט, װעט מען ענדלעך אָפּשאַצן, װי געהעריק, די בעסטע װערק זײַנע. מע דאַרף האָבן געדולד — און איך װעל האַלטן אין אײן טאָן אַלץ, װאָס ס׳איז מעגלעך צו טאָן: סײַ שפּילן כרעניקאָװס מוזיק, סײַ דערצײלן אױספֿירלעך װעגן אים אין מײַנע אינטערװיוען און ביכער. דערװײַל האָבן די צוהערערס אי אין סאָפֿיִע, אי אין מאַדריד, אי אין באַרסעלאָנע אױפֿגענומען די דאָזיקע פּיעסעס זײער גוט. סאַראַ שאָד, װאָס אַזױ פֿיל קאָנצערטן מײַנע מיט אָט דער פּראָגראַם האָט מען געמוזט אַנולירן צוליב דער פּאַנדעמיע; אַצינד זײַנען געבליבן בלױז די זומער–פֿעסטיװאַלן. איך װאָלט זײער געװאָלט אױסשפּילן די טראַנסקריפּציעס פֿאַר צװײ פֿאָרטעפּיאַנען פֿון כרעניקאָװס ערשטע צװײ סימפֿאָניעס, נאָר די פֿראַגע איז: מיט װעמען? פֿון די הײַנטיקע באַרימטע פּיאַניסטן, זע איך, צום באַדױערן, קײנעם ניט, װער ס׳װאָלט געקאָנט אױסשפּילן גוט אָט די מוזיק…

יצחק הערצאָג איז געװאָרן דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל. כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן יענעם מיטיק אין זײַן שטוב אום האַרבסט 2009, װען איך בין דאָס ערשטע מאָל (און דערװײַל, צום באַדױערן, דאָס אײנציקע מאָל) געקומען צו פֿאָרן קײן ישׂראל גלאַט אַזױ, אָן קאָנצערטן, און האָב פֿאַרבראַכט דאָרטן צװײ װאָכן: אײן וואָך אין ירושלים, די אַנדערע — אין תּל–אַבֿיבֿ… כ׳װײס ניט, װאָס פֿאַר אַ פּאָליטיקער ער איז, נאָר סײַ ער, סײַ זײַן פֿרױ, און סײַ זײַן מאַמע האָבן דעמאָלט געמאַכט אױף מיר אַן אײַנדרוק פֿון זײער װױלע, אינטעליגענטע מענטשן — און װי באַלד די שטעלע פֿונעם פּרעזידענט איז אין ישׂראל בלױז אַ צערעמאָניעלע, דאַרפֿן מסתּמא גראָד אָט די מעלות זײַן די סאַמע װיכטיקע פֿאַר דעם, װער דאָס אָרט פֿאַרנעמט, װײַל ס׳איז גוט פֿאַר דעם לאַנדס אימידזש. אײן זאַך איז אָבער זיכער: עס װעט אים געװיס זײַן ניט גרינג, װײַל זײַן טאַטע איז שױן לאַנג אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל װי אַ לעגענדאַרער פּרעזידענט, אַזױ אַז מע װעט אומפֿאַרמײַדלעך פֿאַרגלײַכן דעם זון מיטן פֿאָטער. 

יצחק הערצאָג מיט זײַן פֿרוי בײַ דער מצבֿה פֿון זײַן פֿאָטער, פּרעזידענט חיים הערצאָג

װען די אונאָ האָט אָנגענומען די שענדלעכע רעזאָלוציע, װאָס האָט געשטעלט אויף איין ברעט ציוניזם און ראַסיזם, איז חיים הערצאָג אויפֿגעטראָטן דאָרטן מיט אַ פֿלאַמיקער רעדע, אין װעלכער ער האָט געזאָגט, צװישן אַנדערש: „איר דערװאַגט צו רײדן װעגן ראַסיזם, װען איך קאָן אָנװײַזן מיט שטאָלץ אױף די אַראַבישע מיניסטאָרן, װאָס האָבן געדינט אין מײַן רעגירונג; אױפֿן אַראַבישן װיצע–ספּיקער פֿון מײַן פּאַרלאַמענט; אױף אַראַבישע אָפֿיצערן און מענטשן, װאָס דינען פֿרײַװיליק אין אונדזערע באַװאָפֿנטע קרעפֿטן, גרענעץ–מיליטער און פּאָליציי און קאָמאַנדעװען אָפֿט איבער ייִדישע סאָלדאַטן <…> דאָס הייסט בײַ אײַך ראַסיזם? נײן. דאָס איז ציוניזם!‟ װען כאָרװאַטיע איז געװאָרן אומאָפּהענגיק, האָט הערצאָג זיך אָפּגעזאָגט צו דערלאַנגען די האַנט איר פּרעזידענט טודזשמאַן, צוליב יענעמס אַנטיסעמיטיזם. און װען כּהנה איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער כּנסת, האָט הערצאָג זיך אָפּגעזאָגט אים אױפֿצונעמען — דעם אײנציקן צווישן אַלע כּנסת–מיטגלידער! דאָס איז שטענדיק געװען מײַן אידעאַל: ניטאָ קײן קאָמפּראָמיסן ניט מיט אַנטיציוניזם, ניט מיט אַנטיסעמיטיזם, ניט מיטן ייִדישן שאָװיניזם. ציוניזם איז טאַקע אַזוי, װען די אַראַבישע מיניסטערס דינען אין דער רעגירונג פֿון דער ייִדישער מלוכה, װען דער װיצע–ספּיקער פֿון דער כּנסת איז אַן אַראַבער און װען די אַראַבישע אָפֿיצערן און מענטשן דינען פֿרײַװיליק אין די ישׂראלדיקע באַװאָפֿנטע קרעפֿטן, גרענעץ–מיליטער און פּאָליציי און קאָמאַנדעװען אָפֿט איבער ייִדישע סאָלדאַטן; און יענע, װאָס װילן אָפּנעמען בײַ די אַראַבער אָט די רעכט, אַרױסטרײַבן זײ פֿון אונדזער לאַנד, זײַנען פּונקט אַזעלכע שׂונאים פֿון אונדזער פֿאָלק, װי די אַנטיסעמיטן און די אַנטיציוניסטן.

צו מאָל, באַזונדערס אין די שלאָפֿלאָזיקע נעכט, האָב איך גענוג חוצפּה צו „האַלוצינירן‟ אױך װעגן זײַן ישׂראלס פּרעזידענט — געדענקענדיק, פֿון דעסטװעגן, אַז דער קלוגער אײנשטײן האָט זיך פֿון דעם אָפּגעזאָגט. פּרעטענדירן אױף דער שטעלע פֿון ישׂראלס פּרעמיער–מיניסטער, פֿעלט מיר אָבער פֿאָרט אױס פֿרעכקײט אַפֿילו אין די סאַמע פֿאַנטאַסטישע „האַלוצינאַציעס‟. 

יוני 3

די מאַמע פֿילט זיך הײַנט גאָר ניט שלעכט, טאַטיאַנאַ העלפֿט איר אױך אַ סך. אַנע פּאַװלאָװנען אָבער… דאָקטער זדענעק האָט געזאָגט, אַז הײַנט איז געװען דער ערגסטער טאָג, דער בלוטדרוק איז בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געשפּרונגען אַרױף און אַראָפּ עטלעכע מאָל, אין אײנעם אַ מאָמענט איז איר פּולס אַראָפּגעפֿאַלן אַזש ביז 45. זדענעק מיינט, אַז דאָס סאַמע ערגסטע קאָן געשען אין יעדער מינוט: עס קאָן זײַן אַ פֿראַגע פֿון יאָרן אָדער פֿון שעהען. װי טרױעריק…

שפּאַצירט העכער אָנדערטהאַלבן שעה. געאַרבעט. געלײענט בראָדעלס בוך. דערפֿילט (אָדער, פּינקטלעכער, אַרומגעטראַכט דאָס, װאָס כ׳האָב געפֿילט שױן לאַנג), אַז מיר איז ניט בלױז אינטערעסאַנט צו לײענען אָט דאָס בוך, נאָר זײַן אױטאָרס פּערזענלעכקײט רופֿט בײַ מיר אַרױס סימפּאַטיע; אַזאַ געפֿיל האָב איך געהאַט בײַם לײענען אױך בלאָקס און קאָברינס ביכער.

די לפּיד–בענעט רעגירונג איז טאַקע געשאַפֿן געװאָרן. װאָס זשע װעט זיך באַקומען פֿון אַזאַ „געמיש‟? װי אױפֿמערקזאַם איך זאָל ניט געווען נאָכשפּירן מײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן, װאָס עס קומט אין ישׂראל פֿאָר, כּדי זיך, װי געהעריק, פֿונאַנדערצוקלײַבן אין אײניקע אַספּעקטן פֿון דער ישׂראלדיקער אינערן–פּאָליטיק, װי אױך אין דעם, װאָס עס שטעלן מיט זיך פֿאָר אײניקע דאָרטיקע פּאָליטיקערס, — װאָלט איך פֿאָרט געדאַרפֿט אָפּלעבן דאָרטן כאָטשבי עטלעכע יאָר, פֿולקום באַהערשן עבֿריתּ און זיך אַרײַנטאָן אין גאַנצן אינעם דאָרטיקן לעבן. 

װען איך לײען, צום בײַשפּיל, װי אונדזערע אימיגראַנטן אין אַמעריקע לױבן מאַרגאַרעט טעטשער, װילט זיך מיר יעדעס מאָל בײַ זײ אַ פֿרעג טאָן: „און װאָס, אײגנטלעך, װײסט איר װעגן טעטשער?‟ איך האָב אָפּגעלעבט אין ענגלאַנד גאַנצע נײַן יאָר; איך האָב זײער פֿיל בריטישע פֿרײַנד און באַקאַנטע, װאָס האָבן מיר דערצײלט אַ סך װעגן טעטשער און איר פּאָליטיק; פֿון פֿאַרשײדענע מענטשן האָב איך געהערט סאַמע פֿאַרשײדענע, צו מאָל היפּוכדיקע מײנונגען; די מערהײט פֿון די „ניט–רוסישע‟ בריטאַניער, מיט װעמען איך בין באַקאַנט, האָבן זי פֿײַנט (לאָרד קיסין, אַשטײגער, װאָס איז מיר געװען אַזױ נאָענט און טײַער, פֿלעגט זי גלאַט ניט פֿאַרלײַדן), און צװישן די „אונדזעריקע‟ אין ענגלאַנד זײַנען װײַט ניט אַלע אירע פֿולשטענדיקע אָנהענגערס. צוליב דעם אַלעמען, כאָטש איך האָב גאָר אַ סך אינפֿאָרמאַציע, אײַל איך זיך פֿאָרט ניט צו מאַכן אױספֿירן אַרום אָט דער פֿראַגע, װײַל אַליין האָב איך ניט געלעבט אין בריטאַניע אין די 1980ער יאָרן, ניט געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן דאָס, װאָס דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אין יענער צײַט, און ניט געפֿילט מיט מײַן אײגענער הויט די רעזולטאַטן פֿון טעטשערס אינערן–פּאָליטיק. װען עס גײט די רײד װעגן די אַנטידעמאָקראַטישע לענדער, דאַן איז אַלץ אַבסאָלוט קלאָר: לױט דער דעפֿיניציע זײַנען זײ אַלע שלעכטע; דעריבער האַלט איך אין גאַנצן אונטער טעטשערס האַרבע פּאָליטיק בנוגע סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. װאָס שייך דער אינערן–פּאָליטיק אין אַ דעמאָקראַטישן לאַנד, דאַרף מען אָפּלעבן אין דעם לאַנג, באַהערשן זײַן שפּראַך, װי געהעריק, און פֿאַראײגענען זײַן מענטאַליטעט, כּדי זיך אין איר פֿונאַנדערצוקלײַבן און האָבן דאָס רעכט צו אורטײלן װעגן איר. די „אונדזעריקע‟ אין אַמעריקע אָבער װײסן בלױז, אַז טעטשער איז געװען זײער אַ רעכטע, — און דאָס איז פֿאַר זײ גענוג, זײ זאָלן זי ליב האָבן דאָס חיות! ס׳איז דאָ אַן אַמוזאַנטע אײנצלהײט: זײער באַליבטע טעטשער, אַן איבערצײַגטע קעגנערין פֿון סאָציאַליזם, האָט   פֿ אַ ר ק ל ע נ ע ר ט   די שטײַערן אין בריטאַניע ביז 40%, נאָר װען קלינטאָן און אָבאַמאַ האָבן געהעכערט די שטײַערן ביז 39.5%, פֿלעגן אונדזערע עם–הארצים נעמען שרײַען: געװאַלט! סאָציאַליזם!

ס׳איז טרױעריק צו טראַכטן װעגן דער הײַנטיקער בריטאַניע, װאָס אַ מאָל, מיט 20 יאַר צוריק, בין איך געװען אַזױ גליקלעך צו װערן איר בירגער. יאָ, עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשײדענע פּעריאָדן אין דער געשיכטע פֿון יעדן לאַנד, דאָס איז אומפֿאַרמײַדלעך, מיר אַלע װײסן עס זײער גוט — און דאָך… איך געדענק פֿיל בריטישע פּרעמיער–מיניסטאָרן, סײַ לײבאָריסטן, סײַ קאָנסערװאַטאָרן; קײן גרױסע פּאָליטיקערס זײַנען צװישן זײ ניט געװען (בײַם אָנהייב פֿלעגט בלער מיר געפֿעלן זײַן, נאָר שפּעטער האָט ער מיך אַנטױשט מיט זײַן פּאָליטיק אין באַצוג צו פּוטינען, װי אױך מיט אײניקע אַנדערע זאַכן), נאָר קײנער פֿון זײ איז ניט געװען אַזאַ קלאָון, װי דזשאָנסאָן, װאָס שטעלט זיך אַרויס אויף חוזק אַפֿילו פֿאַר דער מערהײט פֿון זײַנע אײגענע אָנהענגערס, שױן אָפּגערעדט פֿון די אַלע אַנדערע בריטאַניער. װען אונדזערע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, װאָס האָבן קײן אַנונג ניט, װאָס קומט דאָרט פֿאָר און װער איז װער אין בריטאַניע, שיקן מיר איבער מיט ענטוזיאַזם די װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון דזשאָנסאָנס פֿײַערדיקער פּראָ–ייִדישער רעדע אום חנוכּה, דערצײל איך זײ װעגן דעם, אַז װען דזשאָנסאָן איז געװען לאָנדאָנס מעיאָר, האָט ער אַ מאָל גערופֿן אַלע לאָנדאָנער זיי זאָלן פֿאַסטן בשעתן ראַמאַדאַן, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן די מוסולמענער. אַזױ אַרום איז ער גאָר ניט קײן ייִדן–פֿרײַנד, נאָר פּשוט אַ פּראָסטיטוטקע. אַזאַ סורפּריז צײַגט, פֿאַרשטייט זיך, די רוסישע אַמעריקאַנער מער איבער…

אַן אַנדער אײראָפּעיִשער פּאָליטישער טוער, װאָס „די אונדזעריקע‟ זײַנען אַנטציקט פֿון אים, איז געערט װילדערס: װײַל ער איז קעגן איסלאַם (ניט בלױז קעגן די מוסולמענישע פֿאַנאַטיקערס, נאָר טאַקע קעגן איסלאַם אין אַלגעמײן, װי ער שטרײַכט עס אַלײן אונטער). צװישן זײַנע אָנהענגער זײַנען פֿאַראַן ניט װײניק מוזיקאַנטן און מוזיק–ליבהאָבערס. צוריק געשמועסט, ניט לעבנדיק אין האָלאַנד און ניט באַזוכנדיק דאָס לאַנד, הײבן זײ ניט אָן צו װיסן, אַז ווילדערס טרעט אויף ניט בלױז קעגן דעם מוסולמענישן גלױבן, נאָר אױך קעגן דער מלוכישער שטיצע פֿון קלאַסישער מוזיק, הלמאַי, לױט זײַן אױפֿגעקלערטער מײנונג, איז „די קלאַסישע מוזיק אַ פֿאַרװײַלונג פֿאַר די לינקע‟. װי אינטערעסאַנט און באַװײַזלעך: סײַ די מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן זײַנען קעגן דער קלאַסישער מוזיק, סײַ װילדערס — אַ פֿאַרביסענער קעמפֿער קעגן איסלאַם! װי אָפֿט טרעפֿט זיך פֿאַלן פֿון עקסטרעמקײטן צונױף!..

יאָ, צו אײניקע זאַכן בין איך אַבסאָלוט אומטאָלעראַנט — אַפֿילו ניט צו עם–הארצות (מיר אַלע זײַנען דאָך ניט–באַהאַװנט אין יענע אָדער אַנדערע געביטן, און עס זײַנען פֿאַראַן ניט װײניק זאַכן, װאָס זײַנען פֿאַר מיר „אינדיקזױמען צי קאַטשקעפּוטער‟), נאָר צו יענע מענטשן, װאָס ברײַען, דערצו נאָך עפֿנטלעך און מיט גאַווה, װעגן דעם, װאָס זײ װײסן ניט.

און, פֿאַרשטײט זיך, צו יענע „רוסן‟, װאָס לעבן שױן לאַנג אין אַמעריקע, האַלטן זיך פֿאַר אינטעלעקטואַלן און קעגנערס פֿון אַלץ, װאָס איז סאָװעטיש, נאָר האָבן נאָך אַלץ ניט פֿאַראײגנט די גרונט–פּרינציפּן פֿון דעמאָקראַטיע און זײַנען אַליין אין תּוך פֿאַרבליבן סאָװעטישע מענטשן אױף דורך און דורך, — צו אַזעלכע האָב איך אױך קײן טאָלעראַנץ ניט. אײניקע פֿון זײ, טראַמפּס אָנהענגערס, זײַנען פֿון דעסטװעגן אומצופֿרידן מיט דעם, װאָס זײער ליבלינג האָט ניט אױסגעפֿילט זײַן צוזאָג, געגעבן פֿאַר די וואַלן, אײַנצוזעצן הילאַרי קלינטאָן אין טורמע. אַ טראַכט טאָן נאָר: מע לעבט יאָרצענדליקער אין אַמעריקע — און מע װײסט ניט, אַז אײנער פֿון די גרונט–פּרינציפּן פֿון דעמאָקראַטיע איז די צעטײלונג פֿון די מאַכטן און אַז אין אַ דעמאָקראַטישן לאַנד האָט דער פּרעזידענט ניט קײן רעכט אײַנצוזעצן װעמען–ניט–איז אין טורמע! עס זײַנען פֿאַראַן אױך אַזױנע, װאָס באַהױפּטן, אַז „דער אױבער–געריכט האָט פֿאַרראַטן טראַמפּן‟. ס׳איז גלאַט אומגלייבלעך: צו לעבן אַזױ לאַנג אין דער פֿירנדיקער דעמאָקראַטיע פֿון דער װעלט, און ביז איצט ניט צו פֿאַרשטײן, אַז די פֿליכט פֿונעם אױבער–געריכט (װי אױך פֿון אַ װאָסערן–ניט–איז אַנדערן געריכט) איז ניט צו דינען דעם פּרעזידענט, נאָר   אָ פּ צ ו ה י ט ן   ד אָ ס   ג ע ז ע ץ! נײן, כאָטש אין פּרינציפּ זאָל מען זײַן טאָלעראַנט צו אַנדערע מײנונגען, האָב איך צו אַזעלכע נעאַנדערטאַלערס קײן טאָלעראַנץ ניט געקראָגן. איך מײן, אַז די ציװיליזירטע געבױרענע אַמעריקאַנער זאָלן זײ װײַזן, װוּ זײער אָרט איז: בײַ „מומע רײזל‟ אונטער פּוטינען!

װאָס שײך ישׂראל, איז מיר שטענדיק געװען קלאָר, אַז די מלוכה איז גערעכט: ניט װײַל איך בין אַ ייִד, נאָר װײַל ישׂראל, ניט געקוקט אױף אַלע אומפֿולקומקײטן, איז אַ דעמאָקראַטיע און די שׂונאים פֿון דער מדינה זײַנען אַנטידעמאָקראַטישע רעזשימען. ישׂראלס אינערן–פּאָליטיק אָבער איז עפּעס אַנדערש, און אין אײניקע אירע אַספּעקטן קלײַב איך זיך אין זיי פֿונאַנדער ניט גענוג גוט, װײַל איך האָב דאָרט קיין מאָל ניט געװױנט. און דאָ איז װידער פֿאַראַן זײער אַ גרױסער לעבנס–װידערשפּרוך: פֿון אײן זײַט, װאָלט איך שטאַרק געװאָלט לעבן אין ישׂראל אַ טײל צײַט (זינט לאַנג שױן טרױם איך צו לעבן אום זומער אין טשעכיע און אום װינטער — אין ישׂראל), און פֿון דער אַנדערער זײַט, װיל איך, אַז די מאַמע און די מומע מאַרינאַ זאָלן לעבן װאָס לענגער, — נאָר כּל–זמן זײ לעבן, ביז הונדערט און צוואָנציק, װעלן קאַרינאָטשקע און איך, פֿאַרשטײט זיך, ניט קאָנען זײ פֿאַרלאָזן, און קײן ישׂראל זײַנען זײ שױן ניט אימשטאַנד איבערצופֿאָרן…

נו, װוּ עס זאָל מיר ניט אױסקומען צו װױנען, װעל איך טאָן פֿאַר מײַן פֿאָלק אַלץ, װאָס כ׳װעל קאָנען טאָן (פֿאַר דער מענטשהײט אַרבעט איך סײַ–װי מײַן גאַנץ לעבן).

  יוני 4

אַנע פּאַװלאָװנע האָט זיך הײַנט געפֿילט בעסער.

געקױפֿט זיך זונען–ברילן און לאַנג שפּאַצירט. געאַרבעט. געלײענט אַ ביסעלע בראָדעלס בוך.

הײַנט װעל איך מוזן פֿאַרענדיקן אָט דאָס „טאָגבוך‟: אין 4 טעג אַרום פֿאָר איך אַװעק אױף גאַסטראָלן, אַזױ אַז אַצינד װעל איך דאַרפֿן אַרבעטן זײער אַ סך און מער ניט האָבן קײן צײַט צו שרײַבן. עס שטײען מיר פֿאָר סאָלאָ–קאָנצערטן (אַרײַנגערעכנט אין אָדעס!), קאַמער–מוזיק אױפֿטריטן (אַרײַנגערעכנט די ייִדישע פּראָגראַם מיט דזשאָשן און סטיװן), און מײַן ערשטער אױפֿטריט װי אַן אַקטיאָר: אין מאַריאַשעס פֿאָרשטעלונג פֿון „אַדרעס איז אומבאַקאַנט‟, אין װעלכער איך װעל שפּילן מאַקסן, טאָמאַס העמפּסאָן — מאַרטינען, און קאַרינאָטשקע — עלזאַ, מיסיס פֿלעשמאַן און גריזעל [1]. לײען איך איבער אָט דאָס קורצע װערק, אָנגעשריבן מיט העכער 80 יאָר צוריק, — און הער ניט אױף דערשטױנט צו װערן… דער פּאַסקודניאַק אָלביק אין זײַן ערשטן בריװ, אין װעלכן ער האָט מיר דערקלערט, פֿאַר װאָס ער איז פֿאַר פּוטינען, האָט אָנגעשריבן פֿאַקטיש דאָס זעלבע, װאָס מאַרטין שולזע פֿון „אַדרעס איז אומבאַקאַנט‟: קרעסמאַן טײלאָרס פּערסאָנאַזש זאָגט, אַז די ליבעראַלן זיצן, רײדן װעגן הױכע פּרינציפּן און טוען גאָרניט, נאָר װען אַ טוער קומט אױף, זײַנען זײ קעגן אים, — און אָלביק האָט מיר אין זײַן צײַט אָנגעשריבן, אַז די ליבעראַלן האָבן ליב לייענען ביכער און רײדן װעגן די מענטשנרעכט, נאָר זײַנען ניט פֿעיִק אָנצופֿירן ניט בלױז מיט אַ לאַנד, נאָר אַפֿילו מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן טואַלעט! װײַזט אױס, ער האָט די דאָזיקע דערצײלונג ניט געלײענט, כאָטש זי איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין דער רוסישער איבערזעצונג נאָך אין 2001 — אײן יאָר נאָך פּוטינס קומען צו דער מאַכט! אינטערעסאַנט: צי האָבן יענע, װאָס האָבן זי איבערגעזעצט און פּובליקירט, עס געטאָן אומישנע, זעענדיק די פּאַראַלעלן מיט דעם, װאָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד גראָד אין יענער צײַט, צי עס איז געװען בלױז אַ צונױפֿפֿאַל? װי עס זאָל ניט זײַן, קאָן מען איצט זען, אַז יענע פּובליקאַציע דעמאָלט איז געװען אַ סימבאָלישע…

דניאל באַרענבוים

פֿאַר מיר פּערזענלעך איז די הױפּט–אידעע פֿון אָט דער דערצײלונג אַזאַ: דער, װאָס האַלט פֿרײַװיליק אונטער אַן אַנטידעמאָקראַטישן רעזשים, פֿאַרדינט צו װערן זײַן קרבן. אפֿשר װעלן אײניקע מענטשן זאָגן, אַז ס׳איז צו האַרט, נאָר איך בין איבערצײַגט, אַז ס׳איז יושרדיק, אַז טאַקע אַזױ זאָל זײַן. פֿאַר מיר איז דער יושר שטענדיק געװען ביז גאָר װיכטיק; מעגלעך, אַז אויף אַזאַ אופֿן דריקט זיך אויס מײַן ייִדישע נאַטור [2]. דניאל באַרענבױם [3] האָט אָנגעשריבן אין זײַן בוך מעמואַרן, אַז דער הױפּט–פּרינציפּ פֿון יודאַיִזם איז גערעכטיקײט, און אין קריסטלעכן גלױבן — ליבע. איך מײן, אַז די בײדע פּרינציפּן זײַנען ביז גאָר װיכטיק און נײטיק. פֿאַרשטײט זיך, אַז ליבע איז העכסט װיכטיק אינעם לעבן, אָן ליבע װאָלט דאָס לעבן געװען אוממעגלעך; נאָר גערעכטיקײט, לױט מײַן מײנונג, איז ניט װײניקער װיכטיק (צװישן דער גערעכטיקײט און דער מוטער קלײַב איך, װי קאַמיו, אױס די מוטער, נאָר דאָס איז, פֿאַרשטײט זיך, אַן אױסנאַם). פֿאַר די פֿעלערן, װאָס איך גופֿא בין באַגאַנגען אין מײַן לעבן, איז מיר אױסגעקומען אָפּצוצאָלן — און איך אָנערקען, אַז דאָס איז געװען גערעכטיק. אױב מע האַלט פֿרײַװיליק אונטער אַ רעזשים, װאָס שטעלט אױף קאָנצענטראַציע־לאַגערן, פֿאַרדינט מען אַליין צו װערן אַ קאַצעטלער: דאָס איז יושרדיק. 

אָנשטאָט אַן עפּילאָג

הײַנט איז דאָס אַלץ באַזונדערס אַקטועל אין רוסלאַנד. יאָ, װי מיר אַלע װײסן, זײַנען אײניקע אָנגעזעענע רוסלענדער, צום באַדױערן, געצװוּנגען אָפֿטלעך צו שטיצן פּוטינען אין אַ געװיסער מאָס, ווי באַלד זײ שטײען אין שפּיץ פֿון אָרקעסטערס, טעאַטערס אָדער פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס זײַנען אָפּהענגיק פֿון דער רעגירונגס פֿינאַנציעלער שטיצע: דאָס קאָן (און זאָל) מען פֿאַרשטײן. פֿון דעסטװעגן, זײַנען דאָרטן פֿאַראַן אױך אַזעלכע מענטשן, װאָס קײנער צװינגט זײ ניט, װאָס רײַזן אױפֿן מערבֿ, װאָס האָבן אַפֿילו געלעבט לאַנג אין דער פֿרײַער װעלט (פּונקט װי מאַרטין שולזע פֿון „אַדרעס איז אומבאַקאַנט‟!), — און ניט געקוקט אױף דעם אַלעם, האַלטן זײ עפֿנטלעך אונטער דעם דיקטאַטאָר און מאַסן–מערדער. װי די געשיכטע האָט שוין ניט אײן מאָל דעמאָנסטרירט, זײַנען אַזעלכע רעזשימען, װי פּוטינס, פֿריִער צי שפּעטער אַרױסגעשטעלט אױף אַ מיאוסן סוף — און איך האָף זײער, אַז װען די צײַט וועט קומען, װעלן יענע, װאָס האָבן אַ צוטריט צו דער אמתער אינפֿאָרמאַציע, נאָר שטיצן דעם רעזשים פֿרײַװיליק, אָן אַ װאָסערן–ניט–איז דרוק, װעלן באַקומען וואָס עס קומט זיי אין דער סאַמע פֿולער מאָס. אײניקע טוען עס צוליב זייער נאַרישקײט, אָבער אויך פֿאַר נאַרישקײט דאַרף מען אין געװיסע סיטואַציעס צאָלן, און גאַנץ טײַער. עמעצער טוט עס, װײַל עס געפֿעלט אים (אָדער איר) זיך האַלטן מעשׂה אָריגינעל, — װען עס גײט די רײד װעגן אַ מאַסן–מערדער, איז אַזאַ אױפֿפֿירונג לעסטערנדיק. דער, װאָס װײסט דעם אמת און האַלט פּוטינען פֿרײַװיליק אונטער, טיילט מיט פּוטינען די שולד פֿאַר די צענדליקער טױזנטער קרבנות: טשעטשענצעס, גרוזינער, אוקראַיִנער און אַנדערע, — דעריבער זאָל דאָס אים גלאַט ניט אָפּגײן. 

אױב מע װעט מיך פֿרעגן װעגן דעם אין אינטערװיוען, װעל איך אומבאַדינגט זאָגן, װאָס פֿאַר מיר איז די הױפּט–אידעע פֿון דער דאָזיקער דערצײלונג. מאַקס אײַזנשטײן, װאָס כ׳װעל שפּילן זײַן ראָלע, איז ניט פּשוט אַ נקמא–נעמער (דאָס װאָלט געװען צו קלײנלעך פֿאַר אַ װערק, װאָס באַרירט אַזעלכע פּראָבלעמען): ער איז  אַ   ג ע ו ו ע ר   פֿ ו ן    ג ע ר ע כ ט י ק י י ט — און איך בין זײער צופֿרידן, װאָס כ׳װעל שפּילן זײַן ראָלע, באַזונדערס אַצינד, אין דער הײַנטיקער אומרויִקער צײַט, װאָס דערמאָנט אַזױ שטאַרק די 1930ער יאָרן.

„דו ביסט אַ ליבעראַל, מאַרטין,‟ — האָט מאַקס אָנגעשריבן זײַן אַלטן פֿרײַנד און באַקומען אַן ענטפֿער: „איך בין אַן אַמעריקאַנער ליבעראַל? ניין! איך בין אַ דײַטשישער פּאַטריאָט.‟ שױן דעמאָלט אין 1938סטן יאָר, װען „אַדרעס איז אומבאַקאַנט‟ איז אָנגעשריבן געװאָרן, איז פֿאַר נאָרמאַלע מענטשן געװען אַן אַקסיאָם, אַז   ל י ב ע ר אַ ל י ז ם   א י ז   ד ע ר   א מ ת. די װײַטערדיקע געשעענישן פֿון דער מענטשהײטס געשיכטע איבער גאָר דער װעלט האָבן עס באַשטעטיקט װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל. װען איך, אַ קינד און אַ דערװאַקסלינג, האָב געלעבט הינטערן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג אין דער „אימפּעריע פֿון שלעכטס‟, איז אָט די אַקסיאָם געװען קלאָר, װי דער טאָג, פֿאַר אַלע מענטשן פֿון מײַן קרײַז. געװיס האָבן מיר ניט געטראַכט אין אַזעלכע טערמינען, נאָר מיר האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען, אַז מיר לעבן אין דרעק, אין אַ פּאַסקודנעם לאַנד, אַז אַלץ, װאָס מע שרײַבט אין די סאַװעטישע צײַטונגען און מע זאָגט אויף דעם סאָװעטישן ראַדיאָ און אין דער טעלעװיזיע, איז אַ ליגן, און אַז אױפֿן מערבֿ איז דאָס לעבן אומפֿאַרגלײַכלעך בעסער, װײַל דאָרטן איז פֿאַראַן די ריכטיקע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סיסטעם. נאָך מער: אונדז אַלעמען איז אױך געװען קלאָר, װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר, אַז יענע, װאָס פֿאַרשטײען עס ניט און גלײבן די אָפֿיציעלע מאַסן–מעדיאַ, זײַנען פֿולע אידיאָטן, פֿון װעלכע ס׳איז בעסער זיך צו האַלטן װאָס װײַטער, — אַזױ האָבן מיר טאַקע געטאָן. הײַנט, שױן 30 יאָר נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניזם, אין דער עפּאָכע פֿון דער אינטערנעץ און אָפֿענע גרענעצן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטײן אָט דעם אמת, דאַרף מען זײַן אָדער אַ פֿולשטענדיקער באָלװאַן, אָדער אַ פֿולשטענדיקער אױסװוּרף — אָדער סײַ דאָס און סײַ יענץ. די געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט זײער פֿיל מאָל ביז גאָר קלאָר און בלוטיק דעמאָנסטרירט, צו װאָס עס ברענגט דאָס אָפּטריט פֿון ליבעראַליזם אין אַ װאָסערער–ניט–איז ריכטונג: קאָמוניזם, נאַציזם, פֿאַשיזם, קלעריקאַליזם און אַזױ װײַטער. דעריבער, װען אַצינד װאַגן אַלערליי באַנדיטן אין פֿאַרשײדענע לענדער װידער זיך צו פֿאַרמעסטן אומצוברענגען ליבעראַליזם און זײַנע הייליקע פּרינציפּן (אין רוסלאַנד האָט מען שױן יאָרן לאַנג צוגעטראַכט דאָס עקלדיקע װערטל „ליבעראַסט‟ — און אײניקע פֿון אונדזערע „רוסן‟, װאָס לעבן אין דער פֿרײַער װעלט, פּאַסקודניאַקעס אײנע, האָבן עס אױפֿגעכאַפּט), — דאַרף מען זיך שלאָגן פֿאַר זײ מיט די הענט און מיט די צײן, אױף לעבן און טױט; מע דאַרף זיך װערן ניט בלױז די דיקטאַטאָרס און מערדערס, ניט בלױז די היגע פּאָליטיקערס, קעגנערס פֿון ליבעראַליזם, נאָר אױך מאַרטינס שולזעס פֿון אַלע לענדער און פֿעלקער, װי באַלד אָן אַזעלכע װי מאַרטין שולזע װאָלט אַדאָלף היטלער ניט געװען מסוגל אױפֿצוטאָן דאָס, װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן.

לעװ טאָלסטױ האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז גוטע מענטשן זאָלן זיך פֿאַראײניקן. כ׳װײס ניט, װי אַזױ מע קאָן עס איצט דערגרײכן פּראַקטיש און װאָס וואָלט איך פּערזענלעך געקאָנט טאָן פֿאַר דעם, נאָר װי עס זאָל ניט זײַן, דוכט זיך מיר, אַז הײַנט איז עס װיכטיק, װי קײן מאָל פֿריִער… [4]


 
[1] צום באַדױערן, האָבן מיר געמוזט אָפּשאַפֿן אָט די פֿאָרשטעלונג יענעם זומער צוליב אַנע פּאַװלאָװנעס טױט. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אױפֿן פֿעסטיװאַל אין װערביע מיט אַ יאָר שפּעטער, אין יולי 2022, מיט גרױס דערפֿאָלג, די פּאַראַלעלן זײַנען אַלעמען געװען אין גאַנצן קלאָר, און מע האָט אונדז גלײַך אײַנגעלאַדן אױסשפּילן אָט דעם ספּעקטאַקל אינעם ייִדישן צענטער אין לאָנדאָן, װי אױך אינעם שלאָס עלמאַו אין דײַטשלאַנד. 
[2] כ׳געדענק, אַשטײגער, װי בײַם לײענען „דײװיד קאָפּערפֿילד‟ צום ערשטן מאָל, אין דער רוסישער איבערזעצונג, האָב איך, דעמאָלט נאָך אַ קינד, געקאָכט פֿון צאָרן װעגן דעם, װאָס דער קלײנער דײװיד נעבעך האָט איבערגעליטן, וויינען. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז װען ער װעט אױפֿװאַקסן, װעט ער לאָקערן אױף זײַן בײזן שטיפֿפֿאָטער ערגעץ–װוּ אין אַ װאַלד און שלאָגן אים שיִער ניט צום טויט. 
[3] באַרענבוים, דניאל (1942) — ישׂראלדיקער פּיאַניסט און דיריגענט
[4] מיט קנאַפּע 8 חדשים נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, האָט פּוטין אַליין עס דערגרײכט (אַלנפֿאַלס, אין אַ באַדײַטנדיקער מאָס) דורך זײַן אַרײַנרײַסן זיך אין אוקראַיִנע. סאַראַ איראָניע פֿון דער געשיכטע…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s