מאָטל גאָלבשטיין (1918־1993) איז געבוירן געוואָרן אין נאָוואָ־אוקראַיִנקאַ, אין אַ משפּחה פֿון ערד־אַרבעטער אין אַ ייִדישער לאַנדווירשאַפֿטלעכער קאָלאָניע. נאָכן פֿאַרענדיקן די אָרטיקע ייִדישע שול האָט ער זיך געלערנט אינעם כאַרקאָווער צײַטונגס־טעכניקום און געוואָרן אַ זשורנאַליסט. זײַן ערשטע לידער־פּובליקאַציע איז געווען אין דער כאַרקאָווער צײַטונג „יונגע גוואַרדיע‟ (1934), דערנאָך האָט ער זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס. אין 1940 איז אין מאָסקווע דערשינען זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג. גלײַך נאָך דעם, ווי ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה מיט דײַטשלאַנד, איז גאָלבשטיין פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט, וווּ ער האָט רעדאַגירט אַ מיליטערישע דיוויזיע־צײַטונג. נאָך דער דעמאָביליזאַציע האָט ער געאַרבעט אינעם מאָסקווער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟, זיך געדרוקט אין „אייניקײַט‟. מעגלעך, צוליב דעם, וואָס ער האָט מיט דער משפּחה פֿאַרלאָזט מאָסקווע איידער ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרעסטן אין שײַכות מיטן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט ער אויסגעמיטן צו זײַן אַרעסטירט. געוואָרן ווידער אַקטיוו ווי אַ פּאָעט אין גיכן נאָכן דערשײַנען פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ ער האָט אָפּגעדרוקט עטלעכע ציקלען לידער, באַלאַדעס. געשטאָרבן אין קיראָוואָגראַד.
אַנטקעגן דער זון פֿון פֿרימאָרגן
דעם אָנדענק פֿונעם סאָלדאַט ראָלען בערטינאָוו
מיט אַ וואָלקן זיך צוגעדעקט,
זיך אײַנגעוואַשן מיט טויען־טראָפּנס.
ער האָט רוען געלייגט זיך בײַם וועג,
האָט אַ באַרג זיך געלייגט צוקאָפּנס.
ער האָט אונטערגעבעט זיך דאָס פֿעלד,
געטראַכט — דאָס איז מײַנס, איך דערקען עס.
און פֿרישקייט געטרונקען דער וועלטס
פֿון זילבערנעם כּוס — דער לבֿנהס.
פֿאַרהייבט דעם פֿאָרהאַנג — די נאַכט
האָט צעעפֿנט די הימלישע שויבן.
און ס׳האָט דעם סאָלדאַט זיך געדאַכט,
ער ווערט ווי אַ שטערן דערהויבן.
אָט ווערט ער אַ וואָלקן שניי
און פֿאַלט איבער ערדישע פֿלאַכט.
פֿאַר פֿאַרגאַנגענעם וואָלקן טוט וויי…
נאָר עס ווילט זיך אים הויך צעלאַכן.
אָט איז ער — אַ יונגער בוים.
ניט קיין בוים — נאָר אַ גרינער פֿויגל.
אָט באַהעפֿט ער די ערד מיטן רוים
אַזוי ווי אַ רעגנבויגן.
אָט איז ער — אַ הויכער באַרג,
געשליפֿן דורך זומערס און ווינטערס,
און ער טראָגט אויף זײַן מעכטיקן קאַרק
אוראַלטע וועלער, ווי קינדער.
נאָר פּלוצלינג ער טוט זיך אַ הויב,
וואָס איז דאָס? אַ חלום מסתּמא,
עס רוט שוין אויף וועגן דער שטויב,
און ער גייט אַהיים פֿון מלחמה.
ער שפּאַנט איבער אייגענעם פֿעלד
אַנטקעגן דער זון פֿון פֿרימאָרגן.
די רו פֿון דער גאַנצער וועלט
ער טראָגט אין זײַן האַרצן פֿאַרבאָרגן.
1948
אַ מענטש איז געקומען צום בוים אינעם האַרבסט
און זעט: ס׳פֿאַלן בלעטער אויף דר׳ערד.
דאַן פֿריידט זיך דער מענטש און ס׳ליכטיקט זײַן האַרץ,
וואָס וועלקן איז אים ניט באַשערט.
נאָר פֿרילינג קומט מענטש צו דעם זעלביקן בוים
און זעט: עס וועט זײַן אויף אים פֿרוכט.
דאַן איז ער מקנא ניט זיך, נאָר דעם בוים
פֿאַר זײַן אייביקן איבערגעבורט…
1963
אין די בלויע וואַסערן פֿון הימלען
שווענקט לבֿנה בלוטיק־רויטן פֿליגל.
און עס שווײַגט שוין יעדעס גראָז און בלימל,
יעדעס זאַנגל אינעם פֿעלד שוין שווײַגט.
נאָר איך איינער קאָן נאָך אַלץ ניט פֿאָלגן
נאָך דער שטילקייט. אומרויִק איך שטוין:
ווי מיט אײַזערנע פּאָדקאָוועס, וואָלקנס
שלאָגן אויסעט פֿונקען אינעם רוים…
1963
פֿון אַ טראָפּן ווערט אַ קוואַל,
פֿון אַ קוואַל — אַ וואַסערפֿאַל.
פֿון אַ טײַך עס ווערט אַ ים.
פֿון אַ פֿונק — אַ העלער פֿלאַם.
פֿון אַ קערנדל אַ זאַנג,
פֿון אַ קלאַנג — אַ שיין געזאַנג!…
1963