נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 61

דער טייטלעכער ווירוס פֿון רוסלאַנד

עס גייען אונטער די לעצטע טעג פֿונעם יאָר 5782. און ווי פֿאַראַיאָרן און מיט צוויי יאָר צוריק, צוליב דער משונה־ווילדער פּאַנדעמיע פֿון קאָראָנאַ־ווירוס, לעבן מיר ווײַטער איבער שווערע צײַטן — דער הײַנטיקער טייטלעכער ווירוס אין דער וועלט קומט אַרויס פֿון רוסלאַנד. זײַן נאָמען איז פּוטין ימח־שמו!

דער רוסישער דיקטאַטאָר און זײַן קליקע האָבן לעצטנס געמאָלדן אַ „טיילוואַזע מאָביליזאַציע‟, וואָס מיינט, צושטעלן דערווײַל צו דער שחיטה 300 טויזנט יונגע לעבנס. דערצו איז ווידער דערמאָנט געוואָרן, אַז דאָס „נוקלעאַרע קנעפּל‟ געפֿינט זיך יעדע סעקונדע אונטער דער האַנט פֿונעם דיקטאַטאָר. אין די לעצטע זיבן חדשים — פּונקט אַזוי פֿיל צײַט גייט אָן די בוינע אין אוקראַיִנע, — האָט די מערבֿ־וועלט זיך איבערצײַגט: דאָס וואָס נעכטן האָט אויסגעזען ווי שאַנטאַזש, ווערט אין גיכן פֿאַרווירקלעכט. דעריבער מוזן די פֿירער פֿון מערבֿ־לענדער, נעמען אין באַטראַכט, אַז אַ דריטע „נוקלעאַרע סטראַשונקע‟ קאָן זיך אויסלאָזן אויף אַן אופֿן, אַז די האַנט פֿונעם דיקטאַטאָר וועט אויפֿן קנעפּל אָנקוועטשן.

דער גורלדיקער אמת איז, אַז ס׳איז שוין מער ניטאָ קיין צײַט צו וואַרטן און זיך פֿאַרלאָזן אויף אוקראַיִנע: אָדער דער מערבֿ וועט די האַנט מיט כּוח אָפּפֿירן, אָדער זי וועט אויספֿירן איר טײַוולאָנישן שליחות.

מאָריץ קאַץ: צו תּשליך

תּשליך בײַם טײַך רעוט

דער מינהג איז, אַז דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה פֿאַר נאַכט גייען פֿרומע ייִדן צו אַ וואַסער און זאָגן תּפֿילות, אין וועלכע עס איז אויך פֿאַראַן דער פּסוק פֿון מיכה ז׳:
ותּשליך במצולות ים כּל חטאתם — און זאָלסט אַרײַנוואָרפֿן אין אַלע טיפֿענישן פֿון ים אַלע זייערע זינד.

כ׳בין געווען אַלט אַ יאָר זעקס־זיבן, ווען דער זיידע האָט מיך גענומען מיט זיך צו תּשליך. אויפֿן ברעג פֿונעם שמאָלן טײַכל רעוט זײַנען מיר געווען נישט די איינציקע. אַ היפּשע שורה ייִדן האָבן זיך דאָרט אויסגעשטעלט, זיך געשאָקלט, געמורמלט אונטער דער נאָז און… איבערגעקערט די קעשענעס פֿון זייערע רעקלעך און מאַנטלען און זיי אויסגעטרייסלט איבערן וואַסער.

שוין אויפֿן וועג אַהיים, האָב איך אַ פֿאַרחידושטער געפֿרעגט דעם זיידן: וואָס איז עס אַזוינס געווען?

— תּשליך! — איז דער זיידע אָפּגעקומען מיט איין וואָרט.

אָבער נישט מיט מיר קומט ער אַזוי גרינג אָפּ.

— וואָס זשע מיינט עס, דאָס וואָרט?
— ס׳איז נישט סתּם אַ וואָרט, — האָט דעם זיידנס שטילע שטים דערוואַרעמט די קילבלעכע פֿאַרנאַכטיקע לופֿט, — ס׳איז אַזאַ ייִדישער מינהג, וואָס מיינט, אַרײַנוואַרפֿן אין די טיפֿע טיפֿענישן פֿון ים די עבֿירות און זינד פֿון אַ גאַנץ יאָר…

מײַן חידוש איז געוואָרן נאָך גרעסער; כ׳האָב זיך דערמאָנט, ווי די חבֿרה פֿון אונדזער מאַהאָלע לאַכן, אַז רעוט איז אַזוי טיף, אַז מע קאָן אים אַריבערגיין און נישט אָננעצן די פֿיס. האָב איך עס געזאָגט דעם זיידן.

— רעוט פֿאַלט אַרײַן אינעם גרעסערן טײַך נעסטער, און דער נעסטער פֿאַלט אַרײַן אין שוואַרצן ים, און אַרום דעם שוואַרצן ים וווינען אַ סך פֿעלקער… — האָט דער זיידע אַראָפּגעקוקט צו מיר, און אין אַ גלעזל פֿון זײַנע ברילן האָט אַ בלישטש געטאָן דאָס ערשטע שטערנדל.

מער קיין קשיות האָב איך דעם זיידן אין יענעם אָוונט נישט געפֿרעגט, כאָטש אין מײַן קינדערשן מוח האָט נאָך עפּעס געעקבערט אַ פֿראַגע, כ׳האָב אָבער נישט געוווּסט ווי אַזוי מע פֿרעגט זי. הײַנט, ווען איך אַליין בין שוין אַ זיידע, שטעל איך זיך די פֿראַגע, וואָס איז גענוג אויסגערײַפֿט געוואָרן במשך פֿון מײַן לעבן: פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז מיר, ייִדן, וואַרפֿן אַרײַן די חטאָים פֿון דער וועלט אין די טיפֿע טיפֿענישן, און אַליין בלײַבן די שולדיקע?!

איך ווינטש אַלע אונדזערע לייענער, זייערע נאָענטע און ווײַטע קרובֿים, פֿרײַנד און סתּם שכנים אַ געזונט פֿרידלעך יאָר! און לאָמיר געדענקען וואָס דאָס פֿאָלק זאָגט:

בעסער פּיסנע ברויט אין פֿרידן איידער געשטאָפּטע קאַפּהענער אין קריג!

לשנה־טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s