אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקע ווערטער אין מאַמע־לשון
צום באַדויערן, ווערט אַלץ ווייניקער מענטשן פֿון מײַן דור, אָדער ווי מע רופֿט עס וויסנשאַפֿטלעך, רעספּאָנדענטן, וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים. שוין אָפּגערעדט, אַז נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בכלל און בפֿרט נאָך דער גרויסער עמיגראַציע אין די אָנהייב 1990ער יאָרן האָבן די ייִדן פֿאַרלוירן זייער ביסל היימישן דיאַלעקטיש־באַפֿאַרבטן מאַמע־לשון, אַרײַנפֿאַלנדיק אינעם שמעלצטאָפּ פֿון עבֿריתּ, ענגליש אָדער דײַטש.
איך וועל זיך באַמיִען ווײַטער צו באַטראַכטן די רשימה ווערטער, אויסגעקליבן פֿאַרן הײַנטיקן נומער, אויפֿן סמך פֿון מײַן סבֿיבֿה און מײַן טאַטע־מאַמעס היים.
איך האָב ביז אַהער קיין מאָל נישט געהערט און נישט געטראָפֿן בשעתן לייענען דאָס וואָרט „באַגנע‟. אין בעלץ, באַרימט מיט בלאָטעס, האָט מען געניצט — „בלאָטע‟, נישט באַגנע. פֿון דעסטוועגן, קאָן מען אינעם ייִדישן וואָקאַבולאַר געפֿינען דאָס אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיק וואָרט באַגנע (אויף אוקראַיִניש — באַגנאָ), וואָס מיינט, „בלאָטע‟.
איך געדענק פֿון די קינדער־יאָרן, אַז מײַן מאַמע פֿלעגט זייער שיין אויסנייען גאַנצע בילדער מיט פֿאַרשיידנקאָליריקן באַוול „מולינע‟. אַזוי האָט זי די באַוולען גערופֿן מיטן פֿראַנצייזישן וואָרט mouline. מעגלעך, דאָס ערשטע פֿראַצייזישע וואָרט, וואָס כ׳האָב אויסגעלערנט, נישט וויסנדיק, אַז ס׳איז פֿראַנצייזיש. און נאָך: אויף אונדזער ייִדיש האָט מען דאָס וואָרט „באַוול‟ אַרויסגערעדט מיט אַ „מ‟ אין מיטן — באַמוול, ווי דעם ייִדישן נאָמען זאַמוול. אויף אוקראַיִניש קלינגט עס ווי „באַוואָווניאַ‟.
פֿון אוקראַיִניש איז אין ייִדיש אַרײַן דאָס מאכל און דער נאָמען פֿונעם מאכל — באָטווינע (באָטווינאַ, אוקר.), — אַזוי רופֿט מען אין אוקראַיִנע אַ קאַלטן באָרשט. בײַ אונדז אין מאָלדאַוויע האָט מען אַזאַ באָרשט געמאַכט פֿון שטשאַוו(יי), קאַרטאָפֿל, רײַז, האַרטע אייער און געקאָכט אויף קלײַען־קוואַס. זומער־צײַט, אין די הייסע טעג איז קיין בעסער מאַכן ווי אַ קאַלטער גרינער באָרשט — נישטאָ.

דעם גרויסן ווײַסן פֿויגל מיט שוואַרצע פֿעדערן אויף די פֿליגלען איז זייער גרינג צו דערקענען. אין די דערפֿער פֿון אוקראַיִנע און אין מאָלדאָווע קאָן מען זען זײַן נעסט, געמאַכט אויף אַ טעלעגראַף־סלופּ, אָדער אויף אַ דאַך. אין ייִדיש רופֿט מען דעם פֿויגל „באָטשאַן‟, ווי אויף אוקראַיִניש, זעלטענער, „שטאָרק‟ — פֿון דײַטש. בײַ אונדז אין דער היים האָט מען דעם פֿויגל גערופֿן „קוקעסטירקע‟, ווי די בעסאַראַבער פּויערים האָבן אים גערופֿן.
אין פֿאָלקלאָר בײַ פֿאַרשיידענע פֿעלקער איז פֿאַרשפּרייט די מעשׂה, אַז דעם ערשט־געבוירן קינד געפֿינט מען אין קרויט, וואָס דער באָטשאַן האָט אַהין געבראַכט מיט זײַן לאַנגן שנאָבל.
און איצט לאָמיר אַ בלעטער טאָן די לידערזאַמלונג „דאָס אייביקע פֿײַער‟ פֿונעם פּאָעט מאָטל גרוביאַן (1909־1972), אַ געבוירענער אינעם אוקראַיִנישן שטעטל סאָקאָליווקאַ.
מאָטל גרוביאַן
קוימען — קאָמאַן (אוקר.)
שפּרינג איך איין מאָל אויף איין פֿיסל
צו מײַן זיידן שלמהן,
און פֿאַרקוק זיך, ווי דער רויך
גייט פֿונעם קוימען…
סטויג/ן — סטיג (אוקר.)
פֿי און פֿערד און פֿײַכטע סטויגן —
כ׳לעבן, אַז סע וואָלט ניט טויגן…
כוואַליע/ס — כוויליאַ (אוקר.)
וויפֿל מאָל איז די זון פֿאַרגאַנגען,
אין בלוטיקע כוואַליעס דערברענט?
טשײַניק — טשײַניק (אוקר.)
פֿאַרפּאַרען — זאַפּאַריוּוואַטי (אוקר.)
אין מײַן מלוכה, וווּ איך קיניג,
ניטאָ איז קיין אַרמיי, —
כ׳האָב אַ גענעראַל אַ טשײַניק,
פֿאַרפּאַרע איך אין אים טיי.
בידנע — בידניִי (אוקר.)
פּאַסטעך — פּאַסטוך (אוקר.)
פּאָלע — פּאָלאַ (אוקר.)
פּערל — פּערלי (אוקר.)
שרײַב איך, שרײַב איך, שרײַב —
וויינט זי אָפֿט, מײַן בידנע מוזע,
ווי אַ פּאַסטעך. אין דער פּאָלע
אירע שיינע פּערל איך קלײַב.
המשך קומט