
אלי שאַרפֿשטיין
1
א צוועלף-יאָריקער בחור, דער ייִנגסטער זון בײַ אַ פּשוטן שוסטער האָב איך ליב געהאַט צו שפּילן פֿוטבאָל. ווען איך בין געווען נאָך אַ גאַנץ קליין קינד, האָב איך שוין געטרוימט צו שפּילן אין אונדזער ייִדישע קאָמאַנדע מיט די גרויסע ייִנגלעך. און בפֿרט, ווען זיי האָבן געשפּילט קעגן די שקאָצים, ווי מיר האָבן גערופֿן די קבֿוצה פֿון דער ניט ייִדישער געגנט אין אונדזער שטעטל.
דעם אמת גערעדט, האָב איך פֿוטבאָל נאָך קיינמאָל ניט געשפּילט, מע האָט מיר פּשוט ניט גענומען אין דער קאָמאַנדע. די חבֿרה פֿון אונדזער מאַנשאַפֿט זענען געווען עלטער פֿון מיר אויף צוויי-דרײַ יאָר, און זיי האָט ניט געפּאַסט צו „טרײַבן דעם באַל‟ מיט קליינע קינדער. אונדזער פֿוטבאָל־פֿעלד איז געווען אַ מין געמיש פֿון ערד, ליים, זאַמד און שטיינער. קיין גראָז האָט אין אונדזער שטעטל בכלל ניט געוואַקסן. ווען ס’האָט גערעגנט, האָט אונדזער סטאַדיאָן, מישטיינס געזאָגט, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ לויזער שמוציקער בלאָטע. דער באַל, מיט וועלכן מ׳האָט געשפּילט, איז אויך ניט געווען אַן אמתער: ניט קיין גומענער, ניט קיין לעדערנער און ניט קיין אָנגעבלאָזענער. אונדזער פֿוטבאָל-פּילקע איז געווען געמאַכט פֿון אַלטע שמאַטעס. דער עיקר, אַז מע האָט געקאָנט אים טרײַבן מיט די פֿיס איבערן פֿעלד!
די שפּיל צווישן אונדז און די גוייִשע קינדער האָט זיך זייער אָפֿט פֿאַרענדיקט מיט קללות און שלעגערײַ. נאָר אין א פּאָר טעג אַרום האָט מען זיך איבערגעבעטן, און מע האָט געשפּילט ווײַטער.
כ’האָב ליב געהאַט צו זען ווי מע שפּילט, ווי אונדזערע יאַטן האַקן אַרײַן אַ גאָל אין דעם שקאָצישן טויער. שטילערהייט האָב איך געהאָפֿט, אַז איין מאָל וועט עמעצער פֿון די שפּילערס ווערן קראַנק אָדער קריגן אַ האַק אין פֿוס, און מע וועט מיך אַרײַנלאָזן אויף זײַן אָרט. דאַן וועל איך שוין ווײַזן ווער איך בין און וואָס איך קען! אַפֿילו בײַ נאַכט האָב איך געחלומט ווי איך לויף, שפּרינג און האַק די פּילקע גלײַך אין טויער אַרײַן! גאַנצע טעג האָב איך זיך טרענירט לעבן אונדזער שטוב, איבערהויפּט וויאַזוי „אַרויסשיסן‟ דעם באַל שטאַרקער און העכער. בײַ אונדז אין שטעטל האָט מען געהאַלטן, אַז, ווער ס׳קאָן אַרויפֿהאַקן דעם באַל העכער פֿון אַלעמען, איז דער בעסטער שפּילער.
באַשוכט בין איך תּמיד געווען אין מײַנע „אײַזערנע‟ שיך, וואָס מײַן טאַטע, דער שוסטער, האָט מיר אַליין געמאַכט. פֿאַר וואָס עפּעס „אײַזערנע‟? די שיך זײַנען טאַקע געווען געמאַכט פֿון פּרעכטיק לעדער און מיט דיקע לעדערנע פּאָדעשוועס. פֿון הינטן, אויף די אָפּצאַסן און פֿון פֿאָרנט בײַ די נעז, זענען זיי געווען פֿאַרשטאַרקט מיט קליינע אײַזערנע פּאָדקעווקעס, מע זאָל די שיך קענען טראָגן יאָרן לאַנג — פֿון קינד צו קינד, פֿון דור צו דור. ווען איך האָב געהאַקט די פּילקע מיט מײַנע „אײַזערנע‟ שיך, פֿלעגט זי פֿליִען, ווי פֿון אַ האַרמאַט אויסגעשאָסן!
2
נאָר לאָמיר זיך אומקערן מיט אַ זיבן-אַכט יאָר צוריק, וועט איר גלײַך פֿאַרשטיין, פֿון וואַנען ס׳האָט זיך גענומען בײַ אונדז אין שטעטל אַזאַ גרויסע ליבע צו פֿוטבאָל. „שולדיק‟ אין דעם איז געווען פֿײַפֿקע ריבאַק. איר האָט שוין אַמאָל געהערט וועגן אים? ניין? דערצייל איך אײַך גלײַך.
פֿײַפֿקע ריבאַק, דעם זייגערמאַכערס אַ זון, איז געווען אַ היגער טאַלאַנט, מע קען זאָגן, אַ סאַמעראָדנע טאַלאַנט. אַזוי ווי איך בין דאַן געווען נאָך גאָר קליין, דערצייל איך עס אײַך פּונקט ווי איך האָב עס געהערט פֿון אונדזערע אַלטגעזעסענע, וועלכע האָבן אים געקענט פּערזענלעך. פֿון זיי האָב איך געהערט וועגן פֿײַפֿקעס טאַלאַנט און זײַנע קונצן מיטן באַל. נאָר אויב איר וועט פֿרעגן וועגן פֿײַפֿקען אין אַן אַנדער שטעטל, אַן אַנדער מדינה, וועט קיינער ניט פֿאַרשטיין וועגן וועמען איר רעדט. בײַ אונדז האָט מען אים גערופֿן אויף זײַן ריכטיקן ייִדישן נאָמען. אין דער וועלט איז ער געווען באַקאַנט ווי פֿרעדי ריבֿקין. איך מיין, אַז דעם נײַעם נאָמען האָט אים געגעבן זײַן אַגענט. וואָסער אַגענט? שוין איין מאָל אַן אַגענט!
וועגן „הכּוח־ווין‟ האָט איר שוין געהערט אַמאָל? ניין? אָבער וועגן דער שטאָט ווין האָט איר געוויס יאָ געהערט. וויאַזוי באַשרײַבט שלום־עליכם די הויפּטשטאָט פֿון עסטרײַך אין „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟, האָט איר דאָך אַוודאי געלייענט. איז אָט: מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אומגעפֿער, האָט זיך אין ווין געשאַפֿן דער ייִדישער פֿוטבאָל־קלוב „הכּוח‟. אַלע ייִדן אין דער וועלט האָבן געהערט וועגן „הכּוח-ווין‟ און זענען געווען זייער שטאָלץ מיט אָט דער ייִדישער מאַנשאַפֿט. „הכּוח־ווין‟ איז געווען אַ שם־דבֿר ניט בלויז צווישן ייִדן, נאָר אויך צווישן די גוייִשע פֿוטבאָל-ליבהאָבערס. גאַנץ אייראָפּע האָט געקענט די באַרימטע ייִדישע מאַנשאַפֿט.
די אַלטגעזעסענע פֿון שטעטל געדענקען נאָך, אַז „הכּוח‟ האָט אַמאָל געוווּנען דעם אייראָפּעיִשן בעכער! מיר דאַכט זיך, אַז אונדזערע אַלטע־לײַט האָבן אַ ביסל פֿאַרביטן די יוצרות. פֿון מײַן פֿעטער, יאָסי־יענקל דעם קצבֿ, האָב איך אַליין געהערט, אַז „הכּוח־ווין‟ איז טאַקע געוואָרן אַ טשעמפּיאָן, אָבער ניט פֿון גאַנץ אייראָפּע, נאָר פֿון עסטרײַך. דאָס אַליין איז אויך נישט קיין קליינע הצלחה: אַ ייִדישע קבֿוצה, מיט אַ ייִדישן נאָמען איז מצליח געווען צו ווערן די בעסטע קאָמאַנדע אין גאַנץ עסטרײַך! פֿרעגט איר מיך, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער גרויסער „הכּוח‟ מיט אונדזער קליין שטעטל? ווײַזט זיך אַרויס אַז יאָ, עס האָט.
3
אַלע גרויסע פֿוטבאָל־קלובן באַשעפֿטיקן אַגענטן, ספּעציעלע מומחים, וואָס פֿאָרן אַרום איבער לענדער און שטעט, און זוכן יונגע און פֿעיִקע צו ספּאָרט בחורים. האָט פּאַסירט אַמאָל, אַז איינער פֿון די־אָ אַגענטן איז דורכגעפֿאָרן דורך אונדזער שטעטל. איך ווייס ניט גענוי פֿון וואַנען און וווּהין איז ער געפֿאָרן, נאָר מע דערציילט, אַז ער איז געווען דער הויפּט־אַגענט פֿון דער באַוווּסטער ייִדישער קבֿוצה „הכּוח־ווין‟. אַ פֿאַרמאַטערטער פֿון זײַן לאַנגער רײַזע, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אינעם היגן אײַנפֿאָרהויז, זיך אָפּרוען אַ ביסל, און פֿאָרן ווײַטער.
אויף מאָרגן, בשעתן זוכן אַ וואָגן ממשיך צו זײַן זײַן נסיעה, האָט ער פּלוצעם דערזען אין גאַס אַ כאָפּטע ייִדישע בחורים, וואָס האָבן געשפּילט פֿוטבאָל. אַזוי ווי ער איז געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַגענט, האָט ער זיך פֿאַרהאַלטן אַ ווײַלע, קוקנדיק ווי זיי שפּילן. אים איז געוואָרן טשיקאַווע צו פֿאַרשטיין, צי קען עס טרעפֿן, אַז אין אַזאַ פֿאַרוואָרפֿן שטעטל, ווײַט פֿון דער גרויסער וועלט, קענען געבוירן ווערן געראָטענע קינדער, נאַטירלעכע פֿוטבאָליסטן? און דאָ האָט ער דערזען אַ הויכן, אַ שיינעם בחור, וואָס האָט אַרויסגעפּויטשט פֿון רעשט. ער איז געווען אַ ביסל עלטער פֿון די אַנדערע ייִנגלעך, און האָט געשפּילט פֿוטבאָל ווי אַן אמתער שפּילער. זײַן פֿעיִקײט האָט מען געזען אין יעדן צוריר צום באַל. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז דער אַגענט האָט דערזען פֿײַפֿקען.
אָנגעטאָן אין דרײַ־פֿערטל הויזן מיט אַ העמד אַ קאָסאָוואָראָטקע, און אַ באָרוועסער, האָט פֿײַפֿקע פֿאַרכּישופֿט דעם אַגענט. פֿײַפֿקע האָט געמאַכט מיטן באַל אַלץ וואָס ער האָט געוואָלט, און קיינער האָט אים ניט געשטערט צו ווײַזן זײַן „פֿוטבאָל־קאָנצערט‟. פֿײַפֿקעס וווּנדערלעכע באַציִונג מיטן באַל האָט געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אויפֿן אַגענט. ער איז גלײַך צוגעגאַנגען צו אים און געפֿרעגם וועגן זײַנע עלטערן און אַוווּ וווינען זיי. דעם אַדרעס האָט דער אַגענט פֿאַרשריבן אין זײַן טאַשן־ביכל, און מיט גיכע טריט פֿאַרלאָזט דאָס פּלאַץ.
ווײַטער איז דאָס שוין געווען אַן ענין פֿון אַ משׂא־מתּן און אַ סך ריידערײַ צווישן דעם אַגענט און פֿײַפֿקעס טאַטן. אַזוי האָבן זיי זיך געדונגען אפֿשר אַ גאַנצע שעה מיט אַ פֿערטל. נאָך דעם האָבן זיי זיך געדריקט די הענט, אונטערגעשריבן דעם קאָנטראַקט און „פֿאַרשטאַרקט‟ די חתימה מיט אַ גלעזל פֿון היימישן בראָנפֿן און מיט אַ „שהחיינו והגיענו‟. פֿײַפֿקע האָט געקראָגן פֿון זײַן טאַטע-מאַמע אַ ברכת-דרך, און איז אַוועקגעפֿאָרן מיטן אַגענט קיין ווין. פֿײַפֿקעס עלטערן זענען געשטאַנען אין דרויסן מיט פֿײַכטע אויגן, און געקוקט ווי דער וואָגן מיט זייער מעזיניק ווערט פֿאַרשוווּנדן אינעם שטויב פֿון דער שטעטלדיקער הויפּט־גאַס.
4
אַוועק איז אַ יאָר צי עטוואָס מער, און מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז פֿײַפֿקע שפּילט פֿוטבאָל אין עסטרײַך, אין „הכּוח‟. איצט הייסט ער ניט מער „פֿײַפֿקע ריבאַק‟, נאָר מע רופֿט אים שוין פֿרעדי ריבֿקין. איר האָט שוין געהערט אַזאַ מעשׂה? מע זאָל נעמען אַ מענטשן און בײַטן זײַן נאָמען, דעם זעלבן נאָמען, וועלכן זײַנע עלטערן האָבן אים געגעבן; אָבער מע האָט זיי אַוודאי ניט געפֿרעגט, ס׳איז גענוג געווען אַ הסכּם! און דער „נײַ־געבוירענער‟ פֿרעדי ריבקין איז שוין געוואָרן אַ פֿולשטענדיקער שפּילער פֿון דער באַוווּסטער קבֿוצה. פֿאַר אונדזערע ייִדעלעך איז עס געווען אַ גרויסע איבערראַשונג. וואָס הייסט, אונדזער אַ שטעטלדיק בחורל, פֿײַפֿקע, דעם זייגערמאַכערס אַ זינדל, שפּילט אין דער בעסטער ייִדישער קבֿוצה אין דער וועלט! און ווי עס פֿירט זיך, האָבן זיך שוין געפֿונען יעניקע, וועלכע האָבן אָנגעהויבן „ציילן‟ פֿײַפֿקעס מיליאָנען. „ער פֿאַרדינט דאָך אַ באַרג מיט דאָלאַרן!‟ — האָבן געטענהט און געטומלט די היגע רכילות־טרײַבער. בקיצור, פֿון איין זײַט שטאָלץ, און פֿון דער צווייטער זײַט — קינאה.
מײַנע בני־עיר זענען שטענדיק געווען פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿון די ייִדישע מאַנשאַפֿטן, בפֿרט איצט, האָבנדיק „אַן אייגענעם‟ טשעמפּיאָן, זענען זיי געוואָרן ממש משוגע. אַלץ וואָס מע האָט געשריבן אין די צײַטונגען וועגן „הכּוח־ווין‟, איז געווען דורכגעלייענט, פֿאַרבעסערט, איבערגעחזרט און איבערגעגעבן פֿון מויל צו מויל. אונדזערע גרויסע פֿוטבאָל־„מומחים‟ האָבן דערציילט נסים־ונפֿלאָות פֿון פֿײַפֿקען און פֿון „הכּוח‟. מע האָט אים געלויבט און געבענטשט, און מע האָט פּינקטלעך געוווּסט, וויפֿל באַלן האָט פֿײַפֿקע אַרײַנגעהאַקט און מיט וועלכן פֿוס, וויפֿל „עבֿירות‟ איז ער באַגאַנגען צו ראַטעווען זײַן מאַנשאַפֿטס טויער; אַלע זײַנע קונצן, וועלכע ער האָט דורכגעמאַכט פֿון טויער צום טויער, וואָס גאַנץ אייראָפּע האָט נאָך אַזוינס ניט געזען. בקיצור, די מעשׂיות זענען געפֿאַלן אויף אונדזערע קעפּ, ווי אַ בלעטער־פֿאַל אין האַרבסט.
5
עס איז אַוועק נאָך אַ צוויי-דרײַ יאָר, און פֿײַפֿקע-פֿרעדי איז געקומען מיט אַ באַזוך אין אונדזער שטעטל. מסתּמא האָט ער זיך פֿאַרבענקט נאָך זײַנע עלטערן, נאָך זײַן משפּחה. איר קענט זיך שוין פֿאָרשטעלן, וואָס ס׳האָט זיך בײַ אונדז אָפּגעטאָן! דאָס גאַנצע שטעטל איז געגאַנגען כאָדאָראָם, אַלץ האָט געטומלט און גערודלט! קינדער זענען געלאָפֿן איבער די גאַסן מיט אַ געשריי: „פֿײַפֿקע איז אין שטאָט! פֿרעדי ריבקין איז געקומען מיט אַ באַזוך!‟ אַלע האָבן געוואָלט אים זען און אַ טאַפּ טאָן. נאָר פײַפֿקע האָט געטראַכט אַנדערש. כאָטש ער איז געווען זייער נתפּעל פֿון דעם גרויסן טאַראַראַם, האָט ער זיך באַהאַלטן אין זײַן מאַמעס הויז און נישט אַרויסגעשטעקט די נאָז פֿון שטוב. דער סוף איז געווען, אַז נאָך אַ פּאָר טעג, האָט פֿײַפֿקע פֿאַרלאָזט דאָס שטעטל. ער איז אַוועקגעפֿאָרן שפּעט בײַ נאַכט, מע זאָל אים ניט כאַפּן און ניט טאַפּן. נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן איז די פֿוטבאָל-שפּיל געוואָרן נאָך מער פּאָפּולער אין אונדזער שטעטל. אַ קלייניקייט — דאָס שטעטל האָט דאָך געגעבן דער וועלט אַזאַ זעלטענעם שפּילער!
6
בשעת־מעשׂה האָב איך זיך טרענירט ווײַטער און ביסלעכווײַז זיך אויסגעלערנט אַרויפֿהאַקן דעם שמאַטענעם באַל אַזוי הויך, אַז ניט תּמיד בין איך געווען זיכער, אַז ער וועט צוריק פֿאַלן.
און איך האָב זיך דערוואַרט. ס’איז געקומען מײַן געבענטשטער טאָג, און מע האָט מיר אַרײַנגענומען אין דער שפּיל. איינער פֿון אונדזערע בעסטע שפּילערס איז פּלוצעם געוואָרן קראַנק. דאַן האָט דער פֿירער פֿון אונדזער קבֿוצה, פּסחקע דער גראָבער, אויסגעשריִען צו מיר: „נו, אַדוני שוסטערס ייִנגל, גיי שוין אַרײַן און ווײַז וואָס דו קענסט‟. צוויי מאָל האָט מען מיר ניט באַדאַרפֿט בעטן. מיט איין שפּרונג בין איך שוין געווען אויפֿן פֿעלד. די שפּיל האָט זיך באַנײַט, און איך האָב אָנגעהויבן לויפֿן און זוכן דעם באַל, כּדי טאַקע זיך באַרימען מיט מײַן קונסט. פּלוצעם האָב איך באַמערקט ווי אַ לאַנגער און שטאַרקער גוי טרײַבט דעם באַל צו אונדזער טויער. כ’האָב אָנגעהויבן לויפֿן אים אַנטקעגן, אָפּצושטעלן די אַטאַקע פֿון די שקאָצים. דער פּאַרשוין איז געווען העכער פֿון מיך אויף אַ גאַנצן קאָפּ, נאָר מיך האָט עס ניט געאַרט. כ’האָב אַפֿילו ניט געקוקט אויף אים, נאָר אויפֿן באַל, ווי געמיינט דערמיט צו זאָגן: „דו וועסט פּגרן, נאָר דער באַל וועט זײַן מײַנער!‟
ווען ער איז שוין געווען נאָענט צו מיר, האָב איך אויפֿגעהויבן מײַן רעכטן פֿוס, און געגעבן אַ קלאַפּ דעם באַל. דאָס איז געווען שוין איין מאָל אַ קלאַפּ! איך האָב אַרײַנגעלייגט אין אָט דעם קלאַפּ מײַן גאַנצע נשמה, מײַן גאַנצן כּוח. איך בין זיכער, אַז ווען איך טרעף אין דעם באַל, וואָלט ער אַוועקגעפֿלויגן אויף יענער זײַט שטאָט!
נאָר… כ’האָב ניט געטראָפֿן אין באַל. מײַן אײַזערנער שוך מיט די אײַזערנע פּאָדקעווקעס, האָט אויסגעמײַדט די פֿוטבאָל־פּילקע, און געטראָפֿן גלײַך אינעם לינקן פֿוס פֿונעם דאָזיקן שייגעץ. ער האָט אָנגעהויבן אַזוי שרײַען און רעווען, ווי מע וואָלט אים געקוילעט. ער האָט זיך געקײַקלט אויף דער ערד, געזידלט מיט די ערגסטע קללות מיך און אַלע ייִדן אין דער וועלט. זײַן פּנים האָט זיך געביטן אין פֿאַרב: פֿון בלאַס דורך גרוי־גרין ביז רויט, ווי אַן אוקראַיִנעשער באָרשט. זײַנע אויגן זענען כּמעט אַרויס פֿון די לעכער און געקוקט אויף מיר מיט אַן אָנבליק פֿון אַ גזלן, פֿון אַ רוצח.
כ’האָב גיך פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז שלעכט, קיין גוטס וועט פֿון דעם ניט אַרויס. עמעצער האָט מיר א שרײַ געטאָן: „הירשקע, נעם די פֿיס אין די הענט און מאַך אַ ויברחל! און איך האָב זיך געלאָזט אין אַ געלויף, וואָס מ׳האָט נאָך אַזאַ אין אונדזער שטעטל ניט געזען. לויפֿן האָב איך אַלע מאָל געקאָנט בעסער ווי שפּילן פֿוטבאָל. לויפֿנדיק, האָב איך דערזען ווי דער פֿאַרוווּנדעטער שייגעץ לויפֿט נאָך מיר. זײַנע לאַנגע פֿיס האָבן שוין געהאַלטן בײַם אָניאָגן מיך, און כ׳האָב געשפּירט די סכּנה מיט מײַן נאַקן. כ’האָב אָנגעהויבן לויפֿן נאָך גיכער. דער פּחד האָט מיך געטריבן. פּלוצעם איז דער שייגעץ געפֿאַלן אויף דער ערד. זעט אויס, אַז זײַן צעקאַליעטשעטער און פֿאַרבלוטיקטער פֿוס האָט אים נישט געלאָזט לויפֿן נאָך מיר ווײַטער. אָבער איך האָב זיך סײַ־ווי ניט אָפּגעשטעלט און געלאָפֿן, ביז איך בין אַרײַנגעפֿאַלן אין מײַן טאַטנס הויז, ווײַט פֿון דער סכּנה; אַרײַנגעלאָפֿן און זיך באַהאַלטן אונטער דער בעט. ס’האָט מיר גענומען אַ גאַנצע שעה כ׳זאָל זיך באַרויִקן און אָפּכאַפּן דעם אָטעם…
די ליבע צו פֿוטבאָל האָט מיך קיינמאָל נישט פֿאַרלאָזט. ווען מײַן עלטערער זון האָט שוין באַדאַרפֿט געבוירן ווערן, ממש אַ טאָג פֿאַר דעם, זענען מיר, איך און מײַן פֿרוי, געזעסן אויף אַ פֿוטבאָל־מאַטש און אונטערגעהאַלטן אונדזער ווילנער קאָמאַנדע „ספּאַרטאַק‟.
אַליין צו שפּילן און אַרויפֿהאַקן דעם באַל צום הימל האָב איך זיך אומגעקערט, ווען איך בין שוין געווען אַ טאַטע און אַ זיידע, ווײַל וואָס קאָן זײַן ליבער און טײַערער פֿון שפּילן פֿוטבאָל מיט די קינדער און אייניקלעך?
יולי, 2022