דער קער נאָך 70 יאָר
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אויגוסט האָבן מיר אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט נאָך די דערמאָרדעטע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. 70 יאָר זײַנען אַדורך זינט דעם מערדערישן אורטייל איבער די 13 געטרײַע בירגער פֿון זייער פֿאָטערלאַנד. דעם 12 אויגוסט 1952 איז עס געשען און אין אַ קנאַפּן האַלב יאָר אַרום, אין מאַרץ 1953 איז צום טיראַן־מיט־וואָנציעס געקומען אַ סוף. 70 יאָר האָט זיך די בלוטיקע ראָד פֿון דער רוסלענדישער געשיכטע געדרייט און געבראַכט אַ נײַעם טיראַן, פּוטין ימח־שמו.
פֿאַר וואָס איז אַזוינס געשען דווקא אין רוסלאַנד? צי שטעקט אין דעם אַ טראַגישע געזעצמעסיקייט? צי איז אַזאַ קער צום טאָטאַליטאַריזם נאָך מעגלעך, למשל, אין דײַטשלאַנד, אינעם לאַנד, וואָס האָט מיט 90 יאָר צוריק געבראַכט דעם מאָנסטער היטלער ימח־שמו? וואָס איז די נער־מאַסע פֿון אַזעלכע אויסטערלישע באַשעפֿענישן?
מעגלעך, אַז צוליב דעם אויך, וואָס אויף די דאָזיקע פֿראַגעס האָט מען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דערנאָך אינעם „באַנײַטן רוסלאַנד‟ נישט געזוכט קיין ענטפֿערס, איז דערמעגלעכט געוואָרן, אַז צו דער מאַכט זאָל קומען אַ נײַער דיקטאַטאָר. ער איז דאָך אַרויס פֿון דער יאַטרענדיקער סאָוועטישער טראַכט; קיין אַנדער פֿאַרקריפּלטן יורש איז די דאָזיקע מאַכט, נישט מסוגל געווען צו האָבן.

דעם צוועלפֿטן אַווגוסט…
אין יאָר 1984 איז אין מאָסקווע בײַם פֿאַרלאַג „רוסקי יאַזיק‟ (רוסישע שפּראַך) דערשינען דער רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך, וואָס האָט באַלד באַקומען דעם צונאָמעניש „רויטער‟, צוליב זײַן האַרטן רויטן אײַנבונד. דער גורל פֿונעם ווערטערבוך שפּיגלט אין אַ געוויסער מאָס אָפּ דעם גורל פֿון דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און וויסנשאַפֿט אין דעם נאָך־מלחמהדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָנגעהויבן האָט זיך דער וועג פֿונעם ווערטערבוך אין 1946 אין די ווענט פֿונעם קיִעווער „קאַבינעט פֿאַר סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך און פֿאָלקלאָר‟ בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. פֿיר זײַנען זיי געווען, וואָס האָבן טאָג־טעגלעך זיך אָפּגעגעבן מיט דער אַרבעט איבערן ווערטערבוך: משה שאַפּיראָ (1899־1973), חיים לויצקער (1898־1970), ראובֿן לערנער (1912־1972) און משה מײַדאַנסקי (1900־1973). בראָש פֿון דעם גרויסן פּראָיעקט איז געשטאַנען דער ייִדישער אַקאַדעמיקער־לינגוויסט אלי ספּיוואַק. צום יאָר 1949 איז דער ערשטער וואַריאַנט פֿונעם ווערטערבוך צונויפֿגעשטעלט געוואָרן. אָבער דאָ קומען אין באַוועג די מיטל־עלטערלעכע מילשטיינער פֿון דער סאָוועטישער אינקוויזיציע; דער „ייִדישער קאַבינעט‟ אין קיִעוו ווערט געשלאָסן, פּונקט ווי אַלע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס איבערן לאַנד, די מיטאַרבעטער — ווער אַרעסטירט און ווער געלאָזט דערווײַל אויף הפֿקר. דער כּתבֿ־יד פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך ווערט קאָנפֿיסקירט און פֿאַרשפּאַרט אין די קעלערן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען אָן אַ סימן ווען־עס־איז באַפֿרײַט צו ווערן.
אין די יאָרן פֿון מײַן לערנען זיך אויף די העכסטע ליטעראַטור־קורסן אין מאָסקווע, האָבן מיר, די פֿינף צוהערער, געהאַט די חוצפּה אַרויסצוזאָגן די דעה דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אַז ס׳וואָלט כּדאַי געווען צו שאַפֿן אַ רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך, כּל־זמן עס זײַנען נאָך דאָ מענטשן, וואָס וואָלטן עס געקאָנט טאָן. אַז אַזאַ ווערטערבוך קומט אָפּ אָנטערמיניקע שטראָף האָט אַוודאי קיינער פֿון אונדז נישט געוווּסט. אַהרן ווערגעליס פֿלעגט אָפּקומען מיט אַ כיטרעם שמייכל און אַ פֿאַרטושטן ענטפֿער, כּלומרש, אַז מע לעבט, דערלעבט מען… ער האָט גוט געוווּסט דעם ביטערן טײַטש פֿון דעם ווערטל.
מעגלעך, אַז ווערגעליס האָט אויך צוגעלייגט אַ האַנט, כּדי דער אָנגעפּלאָגטער כּתבֿ־יד פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך זאָל נאָך צענדליקער יאָר פֿאַרשפּאַרטקייט באַפֿרײַט ווערן. די אַלטע „בריגאַדע‟ מחברים, אין שפּיץ מיט משה שאַפּיראָ זײַנען סײַ פֿיזיש און סײַ מאָראַליש אויסגעשעפּט געווען. אין די אָנהייב 1970ער האָבן זיי איינער נאָכן אַנדערן פֿאַרלאָזט די וועלט.
און דאָ קומט צום טיש מויני שולמאַן. ער האָט געהאַט אַ שם פֿון דעם בעסטן סטיליסטישן רעדאַקטאָר. דערצויגן אין דער סאָוועטישער ייִדישער שפּראַך־סיסטעם, האָט ער דורכגעמאַכט דעם וועג פֿון אַ ייִדישן רעדאַקטאָר, אָנהייבנדיק פֿון דער כאַרקאָווער צײַטונג „יונגע גוואַרדיע‟ ביז דער מאָסקווער „אייניקײַט‟, און נאָך די רדיפֿות ממשיך געווען זײַן אַרבעט אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אין דעם פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟.
ווען ס׳איז געקומען צום אַרויסלאָזן דעם רוסיש־ייִדשן ווערטערבוך, האָט שולמאַן נישט באַלד מסכּים געווען. גראָד צו יענער צײַט האָבן מיר זיך דערנענטערט, און ס׳איז מיר אויסגעקומען צו הערן זײַנע קווענקלענישן „אויף אַ קול‟. אין תּוך איז ער גערעכט געווען: נאָך צענדליקער יאָרן זיך שטויבן אין די קעלערן, איז דער ערשטער וואַריאָנט שוין פֿאַרעלטערט געוואָרן. עס האָבן זיך באַוויזן אַ סך נײַע ווערטער, אויסדרוקן. עס איז פֿאַרעלטערט געוואָרן דער צוגאַנג און די שיטה אַליין פֿון שאַפֿן אַ מאָדערנעם ווערטערבוך. ס׳האָט אָבער אין שולמאַנען געקאָכט די פּראָפֿעסיאָנעלע אַמביציע, ווי אויך די אָבידע פֿאַר יענע, וואָס האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַרן זײַן אַ ייִדישער שרײַבער, אַ ייִדישער פֿאָרשער, אַ ייִדישער דינער פֿון מאַמע־לשון…
אינעם אַרײַנפֿיר צום ווערטערבוך איז אָנגעוויזן, אַז „דער טויט פֿונעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן רעדאַקטאָר, פּראָפֿעסאָר אלי ספּיוואַק האָט איבערגעריסן די ווײַטערדיקע אַרבעט איבער דער אויסגאַבע‟. אַפֿילו אין די אָנהייב 1980ער האָט מען נישט געוואַגט אָנרופֿן די אמתע סיבות סײַ פֿון ספּיוואַקס טויט און סײַ פֿון אָפּשטעלן די אַרבעט איבערן ווערטערבוך.
הײַנט ווייסן מיר שוין דעם שרעקלעכן אמת: אלי ספּיוואַק איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 13טן יאַנואַר 1949 אין קיִעוו און איז איבערגעשיקט געוואָרן קיין מאָסקווע, ווי אַ באַשולדיקטער אין מיטאַרבעטן מיטן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די פֿאַרהערן האָבן געפֿירט די אויספֿאָרשער ריומין און מערקולאָוו, וואָס האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייערע סאַדיסטישע מעטאָדן: שאַנטאַזש, פּײַניקונג, שלאָגן אין פּנים און אין דיכווינקל מיט די פֿיס. זיי האָבן געהאָדעוועט די אַרעסטירטע מיט געזאַלצענע פֿיש און פֿאַרווערט צו געבן זיי וואַסער. נאָך איינעם אַזאַ מערדערישן פֿאַרהער איז אלי ספּיוואַק געשטאָרבן פֿון אַ בלוט־שטורץ אין די געהירן.
דער רויטער אײַנבונד פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך איז בפֿירוש באַרעכטיקט. ער איז אײַנגעטונקען אינעם ייִדישן בלוט.
אין גיכן נאָך דעם ווי דער ווערטערבוך האָט סוף כּל סוף דערזען די ליכטיקע שײַן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מויני שולמאַנען בײַ אים אין דער היים. ער האָט אויפֿגעבלעטערט דעם רויטן בוך אויף דער זײַט 121 און זיך אָנגעשפּאַרט מיטן פֿינגער אינעם רוסישן וואָרט двенадцатый — צוועלפֿטער. ווי אַ בײַשפּיל, איז ווײַטער געשטאַנען שוין נאָר אין ייִדיש: „דעם צוועלפֿטן אַווגוסט…‟ — מיר האָבן זיך שטיל איבערגעקוקט. יאָ, דעם צוועלפֿטן אויגוסט 1952 איז אין די קאַזעמאַטן פֿון „לוביאַנקאַ‟ אויסגעפֿירט געוואָרן דער לעצטער בלוטיקער פּסק אינעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט…
אויף אַזאַ שטילן אופֿן האָט דער ייִדישער רעדאַקטאָר מויני שולמאַן זיך נוקם געווען אין די תּלינים פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.
אויגוסט 26, 2022, ברוקלין, ניו־יאָרק