מערסטנס אַ רויִקער אָװנט

שלום בערגער

מיר זײַנען אַלע געװען אין מישעל און טאָמס דירה און גערעדט װעגן דעם, אַז מיר פֿילן זיך שױן מער װײניקער נאָרמאַל. נאָך די לעצטע אױפֿרודערונגען אױף דער גאַס, אין דער פּאָליטיק און מיט אונדזערע קינדער, מיטן בלײַבן אין דער הײם פֿון דער אַרבעט, מיטן אױפֿשװוּנג פֿון כּלערלײ קראַנקײטן אומעטום (און די דאָקטױרים זײַנען שױן אױך קראַנק), איז מען נישט געװען זיכער צי מע װעט אױפֿשטײן אױפֿן צװײטן טאָג. און דאָך, איז מען יאָ אױפֿגעשטאַנען, און צו ביסלעך, טאָג אײַן טאָג אױס, האָט מען פֿאַרגעסן אין יענע שרעקלעכע טעג.

יענע נאַכט איז געװען די ערשטע אינעם זומער. די קינדער זײַנען געװען אָדער מיט זײערע באָבע־זײדעס, אָדער אין זומער־לאַגער. מע האָט אַרומגערעדט די װאַקאַציעס, נײַע שטעלעס, נײַע פֿעטע פּאָסטנס, עלעקטרישע אױטאָס, קינאָ. אַרומגערעדט האָט מען אױך די אַלע געװײנטלעכע זאַכן: שטאָט־מאָרדן, די דורכגעפֿאַלענע פּאָליצײ, נאָר דאָס אַלץ איז געװען אױפֿן הינטערגרונט פֿון אַ נײַער שלווה. אַ פֿאַרדינטער שלווה, װײַל דער טױט איז געשטאַנען אױף די שװעלן, און מע האָט דעם טױט איגנאָרירט. 

מע האָט דערהערט דאָס גלעקל בײַ דער טיר. טאָם איז געװען פֿאַרנומען מיט עפּעס אין קיך. „האָני, קענסט דאָס טאָן?“ — האָט ער געבעטן מישעל, און מישעל האָט געגעבן אַ מאַך מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „יאָ, יאָ, שױן“, — און גערעדט װײַטער. 

לעצטנס, אין מיטן די אַלע אױפֿרודערונגען, האָט מען אָנגעהױבן אָנפֿאַלן אױף מענטשן אין די גאַסן. קײנער פֿון אונדז האָט נאָך נישט אַדורכגעמאַכט אַזאַ זאַך, נאָר עס האָט זיך געהאַנדלט אין גרופּעס צענערלינגען מיט גאָלע אָפּראַזירטע קעפּ, װאָס האָבן אױסגעשריגן זידלװערטער און דערנאָך באַגאָסן דעם אומשולדיקן פֿוסגײער מיט מילך. פֿאַר װאָס דװקא מילך? קײנער האָט נישט געװוּסס. „פֿאָרט בעסער װי בלוט“, — האָט עמעצער זיך געװיצלט. „אָדער סמען…“ — האָט אַ פֿיפֿציק־יאָריקער אַלטער בחור װאַגיק אָנגעבאָטן, און מע האָט געכיכקעט, נערװעז. 

ס׳איז פּלוצעם אָנגעפֿאַלן אױף אַלעמען אַ שטילשװײַגעניש. אפֿשר איז שױן געװאָרן שפּעט — מאָרגן אַ שולע־טאָג? — אָדער מ׳האָט זיך סתּם פֿאַרנודיעט מיט די אַלטע שמועס־טעמעס. 

„װאָס זשע װעט זײַן?“ — האָט עמעצער אַ פֿרעג געטאָן. דאָס איז געװען, קען זײַן, די שטילסטע פֿון אונדז אַלעמען, אַ קלײנװוּקסיקע פֿרױ פֿון אַ יאָר פֿינף און דרײַסיק, דאַכט זיך, אַן אַדמיניסטראַטאָרשע בײַם היגן קונסט־מוזײ. אָפֿט מאָל גערעדט פֿילאָסאָפֿיש,  אומגעדולדיק. אַלע מאָל אַלײן. מע שמועס, אַז זי האָט אַ חבֿר, אַ חבֿרטע, אַ צאָל, קײנעם נישט. 

„װאָס הײסט, װאָס ס׳װעט זײַן?“ — האָט אַן אַלטער זײדע, הוסטנדיק, זיך אָפּגערופֿן. 

„פֿון אונדז…“ — האָט זי אַ מאַך געטאָן מיט אַ דינער האַנט, אָנגעװיזן אױף די װענט, די געמעלן, די געסט, דעם אױסקוק דורך די שױבן. 

װידער איז מען אַנטשװיגן געװאָרן, און װידער, װי אַ תּשובֿה, איז געקומען אַ קלינג אין דעם טיר־גלעקל, און, בײַנאַנד, אַ קלאַפּ אין דער טיר. 

דער בעל־הבית איז צוגעגאַנגען צו דער טיר. אַ פּאָר געסט האָבן עפּעס געמורמלט אונטער דער נאָז, װי אײנער זאָגט: „ביסט משוגע? מאַך זיך נישט װיסנדיק! מיר פֿאַרברענגנען! װאָס לאָזסטו אַרײַן הײמלאָזע פֿון דער גאַס?“

די געסט האָבן געהערט װי דער בעל־הבית עפֿנט די טיר און מע אָט זיך צעװערטלט. דער בעל־הבית האָט גערעדט הױך, אױפֿגערעגט, גיך, גראָב. דער צװײטער, די צװײטע? דער מענטש בײַ דער טיר, אױב אַ מענטש איז אַזאַ געװען, האָט גערעדט אַזױ נידעריק, קױם װאָס די געסט האָבן דערהערן.

קײנער איז נישט אַרײַנגעקומען. די טיר איז געבליבן אָפֿן. 

פּלוצעם האָבן זיך די צװײ אַ לאָז געטאָן אין דעם זאַל אַרײַן דאָרט, װוּ די חבֿרה איז זיך צונױפֿגעקומען. זײ זײַנען געװען אין גאַנצן אײן בינטל פֿאַרפּלאָנטערטע גלידער און ברומענישן, שװײס און טראָפּעלעך בלוט. יעדער בײַם צונױפֿקום האָט זיך אָפּגערופֿן אַנדערש — װער מיט אַ שאָקירטער שטילשװײַגעניש, װער מיט אַ געשרײ, װער מיט אַ געלױף אין דער קיך אַרײַן, זוכן… װאָס? אַ מעסער? אַ ביקס? אַ שנעפּסל? אַ פּען? אַ טעלעפֿאָן?

יעדער צד האָט זיך גוט צעקלאַפּט. די חבֿרה איז זיך צעגאַנגען. 

אין דער שטילקײט האָט עמערצער זיך געכאַפּט, אַז קײנער האָט נישט גערופֿן די פּאָליצײ. אַז ס׳איז שױן נאָך אַלעמען, און יענער טשודאַק איז שױן געהאַט אַװעק, און די שׂימחה איז אױס שׂימחהדיק, און די בעלי־ביתּים האָבן אַלץ אױפֿעראַמט, איז איצט זיכער גענוג צו רופֿן די פּאָליצײ. 

נאָר קײנער האָט גאָר נישט געטאָן, די פֿענצער האָט מען געעפֿנט אַדורכצולופֿטערן די דירה, מע האָט געשטעלט שטילע מוזיק, און יעדער האָט זיך אַרױסגעשאַרט. 

מע האָט געזען, אױף דער גאַס, װי אַ שלעפּער שטופּט אַ װעגעלע, נישט געװוּסט, װער ער איז, איז דאָס שױן מסתּמא אַן אַנדער מעשׂה. 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s