לאַפּסוס־קאַקטוס — 60 (4)

אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקע ווערטער אין מאַמע־לשון (4)

ווי באַוווּסט, האָבן די ייִדן, געבוירן אין פֿאַרשידענע מקומות פֿון אייראָפּע, אָפֿט איבערגענומען די נעמען פֿון די געוויקסן בײַ די אָרטיקע פֿעלקער. דעריבער פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז דאָס זעלבע געוויקס, למשל, „טאָמאַט‟ האָט בײַ די ייִדן פֿון אוקראַיִנע זיך גערופֿן „פּאַטלעזשאַן‟ (פֿון אוקראַיִנישן נאָמען „באַקלאַזשאַן‟), און בײַ אונדז אין בעסאַראַביע דער זעלבער „פּאַטלעזשאַן‟ האָט געמיינט „בלאָווער פּאָמידאָר‟ די אָפּגעבראָטענע פּאַטלעזשאַנען פֿלעגט די מאַמע אָפּשיילן, גוט צעפּלעטשן, אַרײַנבראָקן אַ ציבעלע און פֿאַרפּראַוועט מיט בוימל. ס׳האָט טאַקע געהאַט אַ טעם־גן־עדן!

ס׳איז ברייט פֿאַרשפּרייט אויך דער נאָמען „פּאָמידאָר‟.

אָדער אַן אַנדער געוויקס — „טרוסקאַווקע‟. מײַן מאַמע האָט עס גערופֿן „קאַפּשונע‟, ווי מע רופֿט עס אויף רומעניש, און דער טאַטע, אַ געבוירענער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט די יאַגדע גערופֿן „קלובניקע‟, ווי מע רופֿט עס אויף רוסיש. אין ייִדיש באַניצט מען סײַ „טרוסקאַווקע‟ און סײַ „קלובניק‟.

וועגן אַ בעסאַראַבער ייִד איז פֿאַרשפּרייט געווען צו זאָגן, אַז „ער האָט אַ ברייטן נאַקן‟, ווי אַ באַווײַז פֿון אַ פּראָסטן ייִד — אַ באַלעגאָלע, אַ טרעגער, אַן ערדאַרבעטער. ווען מ׳האָט אָבער געוואָלט זאָגן, אַז דער מענטש איז אַ דיקער, האָט מען געהערט: „ער האָט זיך אָנגעלייגט אַ גוטן קאַרק!‟ די אוקראַיִנישע ייִדן פֿלעגן אויך באַניצן דאָס וואָרט „פּאָטעלניצע‟, וואָס אויף אוקראַיִניש קלינגט עס ווי „פּאָטעליציאַ‟. שוין גאָר זעלטן איז מיר אויסגעקומען צו טרעפֿן דאָס וואָרט „געניק‟ — אַ דײַטש־אָפּשטאַמיק וואָרט, פּונקט ווי „נאַקן‟.

אין אונדזערע מקומות פֿלעגט מען אַן אָנגעריבנקייט אָדער אויף אַ פֿוס, אָדער אויף די דלאָניעס, רופֿן „מאַזאָליע(ס)‟. די זעלבע מאַזאָליע האָבן די אוקראַיִנישע ייִדן גערופֿן „נאַגניאָטקע‟ פֿונעם אוקראַיִנישן וואָרט „נאַגניטקאַ‟.

רײַפֿע קאַטשענעס פּאַפּשויעס פֿלעגט מען לושטשען (לושטשיטי — אוקר.).

און אַז מ׳האָט געוואָלט זאָגן, אַז טאָג־טעגלעך טוט מען די זעלבע אַרבעט אָן חשק, איז אויף דעם געווען אַ ספּעציעלער אויסדרוק: „ציִען די ליאַמקע‟ (ליאַמקאַ — אוקר.).

און איצט לאָמיר אַרײַנקוקן אין עטלעכע לידער פֿונעם ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם גאָנטאַר (1908־1981). ער איז געבוירן געוואָרן אין באַרדיטשעוו, וואָס האָט געשמט ווי אַ ייִדישע שטאָט. פֿון דעסטוועגן, טרעפֿן זיך אין זײַנע לידער, באַזונדערס סטיליזירט ווי פֿאָלקסמאָטיוון, אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקע ווערטער.

פּוישט(ן) — (פּאָווסט — אוקר.)
סליאַד (סליד — אוקר.)

דער שניי האָט צוגעדעקט, פֿאַרווישט
דעם סליאַד פֿון דײַנע פּוישטן.

גאַנעק — (גאַנאָק — אוקר.)
כיטרע — (כיטריִי — אוקר.)

איינער [וועג] צו דײַן שטיבל פֿירט —
צום געשניצטן גאַנעק.
פֿלעג איך קומען אומגעריכט
כיטרע, ווי אַ גנבֿ.

טיאָכקען — (טיאָכקאַיע — אוקר.)

אוי, עס קלאַפּט! וואָס שרעקסטו מיך,
ס׳טיאָכקעט אָט אָ־דאָ,
כ׳זאָג דאָך „יאָ‟, וואָס פֿרעגסטו מיך?
כ׳זאָג דאָך דיר, אַז „יאָ‟!

סומנע [אומעטיק] — (סומניִי — אוקר.)

האָסט געזאָגט, אַז איך זאָל וואַרטן —
וועסט צוריק זיך קערן.
אין די סומנע אויפֿדערנאַכטן
קומסטו ניט, מײַן שטערן.

לאָנקע — (לוקאַ — אוקר.)

אויף אַ וועלכן פֿעלד צי לאָנקע
רוען דײַנע ביינער?

ראַבע — (ריאַביִי — אוקר.)
פּאַשע [פֿיטערן] — (פּאַשאַ — אוקר.)

עס רוישט דער ווייץ אין פֿעלד,
די ערד איז הייס,
און שעפֿטל טרײַבט די ראַבע קו אויף פּאַשע

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s