אין די טעג פֿון קאָראַנאַ־ווירוס (22)

יעווגעני קיסין


מײַ 22

אָנגעשריבן אַ טעקסט פֿאַר דעבין אין שײַכות מיט איר אַװעקגײן אױף פּענסיע. סאַראַ שאָד, װאָס זי גײט אַװעק… קאַרנעגי האָל װעט ניט זײַן דער זעלבער אָן איר. שפּילן אין אַזאַ זאַל איז אַװדאי גאַנץ אומרויִק — און אַלע מאָל פֿאַרן אַרױסגײן אױף דער בינע האָט מיר געהאָלפֿן די פּאָזיטיװע ענערגיע, װאָס דעבי האָט ממש אױסגעשטראַלט! דערמאָן איך זיך אין איר אַצינד, אין איר חנעװדיקן שמייכל, אין דער גוטסקײט און צערטלעכקײט, מיט װעלכע זי האָט זיך שטענדיק באַצױגן צו „אירע‟ אַרטיסטן, בתוכם מיר. כ׳געדענק, װי מיט אַ סך יאָר צוריק האָט דעבי מיר דערציילט, אַז נאָך יעדן קאָנצערט גײט זי אַרבעטן אין אַ מאָרג, און דערזעענדיק מײַן חידוש, האָט זי געזאָגט: „נו, עמעצער דאַרף עס דאָך טאָן.‟

דעבי קינג. פֿאָטאָ: סטיוו שערמאַן

אַ מאָל האָב איך בײַ איר אַ פֿרעג געטאָן, צי זי איז געװען מאַרטין לוטער קינגס אַ קרובֿה, האָט זי מיר געענטפֿערט: „ניין, נאָר איך האָב אים אַ מאָל באַגעגנט‟, — און דערציילט, אַז ס׳איז געשען, װען זי איז נאָך געװען אַ קינד, און קינג איז געקומען צו פּרײדיקן אַהין, װוּ זי האָט דעמאָלט געוווינט. זי האָט אױך געזאָגט, אַז מע פֿרעגט זי אָפֿט װעגן דעם… [1]

אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַ סך שפּײַז. ס׳האָט זיך צו איר אומגעקערט דער אַפּעטיט!

הײַנט האָט ניט גערעגנט, דעריבער בין איך געגאַנגען שפּאַצירן. געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. דערנאָך געאַרבעט.

אױסגעפֿרעגט בײַ אַנדרײען אײניקע פּרטים װעגן פּאַרטײ–פֿאַרזאַמלונגען אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד, װאָס איך האָב זײ געדאַרפֿט װיסן פֿאַר מײַן נײַער דערציילונג, — און אָנגעשריבן נאָך עטלעכע פּאַראַגראַפֿן. 

געלײענט בראָדעלס בוך. ער שרײַבט װעגן דעם, װאָס קאָן אפֿשר דערקלערן, הלמאַי האָט מען אין דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד „פֿאַראײניקט‟ געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿריִער, װי אױפֿן מערבֿ: „מאַרקס׳ זשעני, דער סוד פֿון זײַן לאַנגדױערנדיקער װירקונג, באַשטייט אין דעם, װאָס ער האָט דער ערשטער געשאַפֿן אמתדיקע געזעלשאַפֿטלעכע מאָדעלן, אױפֿן יסוד פֿון דער געשיכטלעכער longue durée.‟ אין דער זעלבער צײַט, פֿון דעם, װאָס ער שרײַבט פֿאַר און נאָך דעם, איז קלאָר, אַז קײן מאַרקסיסט איז בראָדעל ניט געװען (אין אונטערשײד, למשל, פֿון קאַרן און האָבסבאַומען): „זשאַן–פּאָל סאַרטר, אין זײַנע אַנומלטיקע אַרטיקלען, פֿאַרשטאַרקט זײער (היסטאָריקערס׳ — י. ק.) שטאַנדפּונקט, װען ער פּראָטעסטירט קעגן דעם, װאָס איז סײַ פֿאַראײנפֿאַכט, סײַ צו האַמעטנע אין מאַרקסיזם צוליב דעם ביאָגראַפֿישן, דער רײַכער װירקלעכקײט פֿון געשעענישן. מע האָט ניט געזאָגט אַלץ, װען מע האָט ׳אַװעקגעשטעלט׳ פֿלאָבערן װי ׳בורזשואַז׳ אָדער טינטאָרעטאָ װי ׳קליינבירגערלעך׳. איך בין פֿולשטענדיק מסכּים.‟; „מאַרקסיזם איז פֿול מיט מאָדעלן. סאַרטר װאָלט זיך געבונטעװעט קעגן דער פֿאַרגליװערטקײט, דער סכעמאַטישער נאַטור, דער ניט–עפֿעקטיװקײט פֿון דער מאָדעל, צוליב דעם באַזונדערן און דעם אינדיװידועלן. איך װאָלט זיך געבונטעװעט מיט אים (מיט געװיסע קלײנע אונטערשײדן אין די אַקצענטן) ניט קעגן דער מאָדעל, פֿון דעסטװעגן, נאָר קעגן דעם, װי אַזױ מע האָט זי אױסגענוצט…‟; „מע האָט פֿאַרגליװערט אָט די מאָדעלן אין זײער גאַנצער אײנפֿאַכקײט, װײַל מע האָט זײ געגעבן דעם סטאַטוס פֿון געזעצן, פֿון אַ פֿאָראױסבאַשטימטער, אױטאָמאַטישער דערקלערונג, װאָס איז גילטיק אין אַלע ערטער און פֿאַר אַלע געזעלשאַפֿטן. <…> צי זאָל איך צוגעבן, אַז דער הײַנטצײַטיקער מאַרקסיזם זעט מיר אױס װי דװקא דאָס געשטאַלט פֿונעם געפֿאַר, װאָס לאָקערט אױף יעדער געזעלשאַפֿטלעכער װיסנשאַפֿט, װעלכע איז אין גאַנצן פֿאַרנומען מיט דער מאָדעל, װי עס שטײט און גײט, מיט מאָדעלן צוליב מאָדעלן?‟

אַהרן צייטלין

הײַנט איז אַהרן צײטלינס געבױרן–טאָג. אַן אמתער גאָון געװען! סאַראַ טיפֿער… פֿאַרן שלאָפֿן געלײענט קאַרינאָטשקען זײַנע צװײ לידער, װאָס איך קען זײ שױן יאָרן לאַנג אױף אױסנװײניק: „זײַן אַ ייִד‟ און „טעקסט‟. מיר דוכט זיך, אַז זײ אילוסטרירן זײער גוט די צװײ װיכטיקע זײַטן פֿון זײַן שאַפֿערישקײט: טיפֿע גײַסטיקײט און מאָדערניסטישקײט.

מײַ 23

אָנגעשריבן די דאַטע — און זיך דערמאָנט… מיט אַ סך יאָר צוריק האָב איך געשפּילט קאָנצערטן אין מאָסקװע דעם 23סטן מײַ דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד. דאָס ערשטע מאָל איז עס געװען אין 1984. מיט אַ דרײַ װאָכן פֿאַר דעם האָב איך זיך באַקענט מיט כרעניקאָװן, עליו–השלום, און ער האָט מיך תּיכּף אײַנגעלאַדן זיך צו באַטייליקן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיװאַל פֿון מאָדערנער מוזיק, װאָס ער האָט אָרגאַניזירט. ס׳איז געװען דאָס אײנציקע מאָל, װאָס איך האָב געשפּילט אינעם קלײנעם זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע. איך האָב געשפּילט די ערשטע אָפּטײלונג, װאַדיק רעפּין [2] — די צװײטע; דװקא דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט װאַדיקן. דעם קאָנצערט האָט מען רעקאָרדירט, און עס זײַנען דערשינען צװײ פּלאַטעס: מײַנע און װאַדיקס. כ׳געדענק, אַז נאָך יענעם קאָנצערט האָט כרעניקאָװס פֿרױ, קלאַרע אַרנאָלדאָװנע, מיר געזאָגט: „דו טראָגסט די בלומען אױף אַזאַ אַמוזאַנטן אופֿן!‟
  
מיט אַ יאָר שפּעטער האָב איך געשפּילט שאָפּענס 1טן קאָנצערט און פּראָקאָפֿיעװס 3טן אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקווער קאָנסערװאַטאָריע. דיריגירט האָט דעמאָלט אַנדרײ טשיסטיאַקאָװ, אַ גוטער דיריגענט און זײער אַ װױלער, אינטעליגענטער מענטש (ער איז געשטאָרבן זײער פֿרי, נעבעך). װען נאָכן לאַנגן אָרקעסטער–אַרײַנפֿיר האָב איך אָנגעהױבן שפּילן, בין איך צוליב עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכער סיבה פּלוצעם געװאָרן מסוכּן אומרויִק. מיר האָט זיך געדוכט, אַז איך שפּיל שרעקלעך, אַז ס׳איז אַן אמתע שאַנד, און צום סוף פֿונעם ערשטן טײל האָט זיך מיר ממש געװאָלט אױפֿשטײן און אַװעקגײן פֿון דער בינע. בשעתן אַנטראַקט האָט אַנע פּאַװלאָװנע מיך באַרויִקט, זאָגנדיק, אַז אַלץ איז געװען כּשורה, און די צװײטע אָפּטײלונג איז דורכגעגאַנגען גוט. אַצינד, װען איך זע די װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון דער ערשטער אָפּטײלונג פֿון יענעם קאָנצערט, צײַג איך זיך איבער, אַז איך האָב באמת געשפּילט גוט. יאָ, עס זײַנען געװען דאָ און דאָרט עטלעכע פֿאַלשע נאָטן, נאָר זײ װאַרפֿן זיך לחלוטין ניט אין די אױערן. װאָס איז דעמאָלט געשען מיט מיר? דער מענטש איז בפֿירוש אַ קאָמפּליצירטע בהמה…

יע. קיסין און זײַן לערערין אַנע פּאַוולאָוונע נאָכן קאָנצערט, מײַ 23, 1984

נו, און דעם 23סטן מײַ 1986 האָב איך געגעבן אַ סאָלאָ–קאָנצערט אינעם גרױסן זאַל פֿון דער קאָנסערװאַטאָריע. געשפּילט האָב איך דעמאָלט אַ רוסישע פּראָגראַם (ראַכמאַנינאָװ, סקריאַבין און פּראָקאָפֿיעװ), און דאָס איז געװען אַ געלונגענער קאָנצערט. שפּעטער האָט אַנע פּאַװלאָװנע מיר דערציילט, אַז װען מע האָט אַנאָנסירט פּראָקאָפֿיעװס 6טע סאָנאַטע, איז עפּעס אַ באַיאָרטע פֿרױ אַרױסגעגאַנגען דעמאָנסטראַטיוו פֿונעם זאַל. אין 1986! „אױ, ראָסײאַ, קױטיקע און מיסטיקע‟ [3]: פֿון אײן זײַט, האָט זי געגעבן דער װעלט פּראָקאָפֿיעװן — און פֿון דער אַנדערער… 


                           
הײַנט איז בײַ אַנע פּאַװלאָװנען און בײַ דער מאַמען װידער געװען אַ הױכער בלוטדרוק.
געפֿאָרן מיט אַלאָטשקען צו דער מאַמען, אָפּגעפֿירט איר אַ סך וואָס צו טרינקען און אַ ביסל שפּײַז.

שפּאַצירט מיט אַנדרײען איבער ריגעראָװי סאַדי. געאַרבעט. אָנגעשריבן עטלעכע שורות פֿון מײַן נײַער דערצײלונג.
  
פֿאַרעפֿנטלעכט אױף דער אינטערנעץ מײַן אַרטיקל װעגן י. קריװעליאָװן, װאָס כ׳האָב אָנגעשריבן נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק. יאָ, אַ סתּירהדיקער פּאַרשױן געװען — און אַװדאי אַ מענטש פֿון זײַן צײַט. אינטערעסאַנט, װאָס פֿאַר אַ מענטש ער איז געװען אינעם טאָג–טעגלעכן לעבן… און אינטערעסאַנט, װאָס װעט מען זאָגן וועגן מיר ווי וועגן אַ מענטשן פֿון מײַן צײַט אין עטלעכע יאָרצענדליקער אַרום (אױב מע װעט דעמאָלט לײענען מײַנע שרײַבענישן).

מײַ 24

געגאַנגען מיט קאַרינאָטשקען אין מאַגאַזין נאָך שפּײַז. צװײ מאָל שפּאַצירט מיט אַנדרײען איבער ריגעראָװי סאַדי. פֿאַרענדיקט מײַן דערציילונג, קאַרינאָטשקע — דער סאַמע שטרענגסטער קריטיקער! — האָט זי באַגיטיקט.

די מאַמע האָט זיך הײַנט געפֿילט בעסער, נאָר בײַ אַנע פּאַװלאָװנען שפּעט אין אָװנט איז דער בלוטדרוק װידער געװען העכער 200…

הײַנט איז דיוק עלינגטאָנס יאָרצײַט. יאָ, זײַן קונסט איז ניט בלױז אַ שאַפֿונג פֿון אַ זשעני, נאָר אַ גאַנצע װעלט.

מיר איז זײער שװער ניט צו רעאַגירן עמאָציאָנעל אױף אומיושר און פּאַסקודסטװעס, נאָר אַצינד הײב איך אָן צו קלערן, אַז ס׳װאָלט געװען כּדאַי צו באַטראַכטן אונדזערע „רוסישע‟ ראַסיסטן, אַזױ צו זאָגן, פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט. כ׳דערמאָן זיך אינעם קלוגן יאַקאָװ מיכײַלאָװיטשן, ז״ל, און פּרוּװ זיך פֿאָרשטעלן: װי װאָלט ער אָפּגעשאַצט אָט דעם פֿענאָמען פֿונעם ראַסיזם און „רעכטיזם‟ בײַ אונדזערע אימיגראַנטן (באַזונדערס פֿונעם עלטערן דור)? צו מאָל בײַם לײענען זײערע שרײַבעכצן, פֿאַלט מיר אײַן אַ געדאַנק: אפֿשר װאָלט געװען בעסער, װען איך װאָלט געבױרן געװאָרן ניט אין רוסלאַנד, נאָר אָפּגעלעבט מײַן גאַנץ לעבן צװישן אױפֿגעקלערטע, ציװיליזירטע מענטשן, אַמעריקאַנער ייִדן און דער אַמעריקאַנער אינטעליגענץ בכלל; אָדער צווישן די אינטעליגענטע ישׂראלדיקע תּושבֿים? איצט אָבער, סטאַרענדיק זיך גובֿר זײַן מײַנע עמאָציעס מיטן שׂכל, טראַכט איך: פּונקט פֿאַרקערט, עס האָט מיר טאַקע זײער אָפּגעגליקט, װאָס איך בין געבױרן געװאָרן אינעם קאָמוניסטישן רוסלאַנד, אַז רוסיש איז געװאָרן מײַן ערשטע שפּראַך, װײַל צוליב דעם פֿאַרשטײ איך אָט די אַלע גזלנים און זײער פֿאַרדאָרבענע מענטאַליטעט אױסגעבונדן! 

יאָ, זײ דענערװירן אַ סך — נאָר אין תּוך גענומען, קאָן מען אױף זײ רחמנות האָבן: שױן זשע איז עס ניט קײן שאָד אָפּצולעבן אַ גאַנץ לעבן װי אַ ראַסיסט, אַ רעאַקציאָנער, אַן אָפּגעשטאַנענע בריאה, פֿול מיט פֿאָראורטײלן? און װער װעט זײ געדענקען אין דער צוקונפֿט? כ׳דערמאָן זיך אין דער צײַטונג „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ [4] און פּרוּװ זיך פֿאָרשטעלן, װי אַלע יענע קלײנע מענטשעלעך, גאָרע נישטיקײטן, פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען טאָג נאָך טאָג אין זײער רעדאַקציע און זיך קליגן אַרױסװײַזן װאָס מער רעאַקציאָנערישקײט, מאַכן „ניו–יאָרק טײַמס‟ מיט דער בלאָטע צו גלײַך (פּונקט װי קרילאָווס הינטעלע, װאָס האָט געהאַװקעט אױפֿן העלפֿאַנד) — און װוּ איז, פֿרעגט זיך, איצט „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟? און װוּ איז להבֿדיל „ניו–יאָרק טײַמס‟? פֿאַרשטײט זיך, האַלט איך לחלוטין ניט, אַז „ניו–יאָרק טײַמס‟ איז שטענדיק גערעכט אין אַלצדינג — און דאָך… עס האָט מיך באַזונדערס איבערראַשט, װען מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך איבערגעלײענט אין דער אינטערנעץ, אַז װען „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ האָט זיך געפֿונען אין געפֿאַר צו װערן געשלאָסן, האָט דער צײַטונגס הױפּט–רעדאַקטאָר װאַלערי װײַנבערג זיך געװאָנדן נאָך אַ שטיצע צו… „ניו–יאָרק טײַמס‟! װען נאָכן קראַך פֿונעם קאָמוניזם האָט אַהרן װערגעליס זיך געװאָנדן צו די מערבֿדיקע ייִדיש–טוערס, װעגן װעלכע ער פֿלעגט פֿריִער שרײַבן מיאוסקײטן, האָט מען דאָס פֿאָרט װי–ניט–איז געקאָנט פֿאַרשטײן: אין די סאָװעטישע צײַטן איז ער געװען געצװוּנגען (זאָל זײַן ניט אין אַזאַ גרױסער מאָס) שרײַבן דאָס, װאָס ער פֿלעגט דעמאָלט שרײַבן. װײַנבערגן אָבער האָט קײנער ניט געצװוּנגען, ער האָט געלעבט אין דער פֿרײַער אַמעריקע, ער האָט אַלײן, מיטן אײגענעם װילן, אױסגעקליבן די ריכטונג, דעם סטיל און די שפּראַך פֿאַר זײַן צײַטונג — און װען דער אױסגאַבע האָט געדראָט געשלאָסן צו װערן, האָט ער זיך ניט געשעמט צו װענדן זיך נאָך אַ שטיצע ניט צו װאָסערע–ניט–איז רײַכע רעספּובליקאַנערס (װי באַװוּסט, זײַנען פֿאַראַן ניט װײניק אַזעלכע), נאָר דװקא צו „ניו–יאָרק טײַמס‟. װאָס קאָן מען דאָ זאָגן — װען עס האַנדלט זיך װעגן אַזעלכע מענטשן, קאָן אַװדאי קײן רײד ניט גײן װעגן דעם געװיסן…

נאַום קאָרזשאַווין

 
יאָ, קרילאָװ [5] איז געװען קלוג — און ס׳איז ממש אומגלײבלעך, װי אײניקע מענטשן קומט ניט אױפֿן געדאַנק זיך צו פֿאַרטראַכטן כאָטש אַ ביסעלע װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ װערט זײ אַלײן האָבן. פֿאַר די לעצטע פּרעזידענט–װאַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַן האָבן אונדזערע „רוסן‟ דאָרטן געהאַלטן אין אײן איבערשיקן אײנער דעם אַנדערן נאַום קאָרזשאַװינס [6] אַלט ליד װעגן די „לינקע בונטן‟ אױפֿן מערבֿ סוף 1960ער־אָנהײב 1970ער יאָרן, װאָס דער „רעפֿרען‟ פֿון אָט דעם ליד איז געװען אַזאַ: „איך װיל צו זײ ניט פֿאָרן, זאָל די סאָװעטן–מאַכט פֿאָרן צו זײ‟, — און שרײַבן, אַז אָט דאָס ליד זאָל מען אױפֿהענגען אין אַלע װאַלפּונקטן: מיינען האָט עס געדאַרפֿט, אַז בײַדען איז די סאָװעטן–מאַכט. אין יענעם ליד האָט קאָרזשאַװין, אַ חוץ דעם אַלעם, צוליב עפּעס אָנגערופֿן זשאַן–פּאָל סאַרטרען „שרץ‟. אינטערעסאַנט: פֿאַר װאָס, אײגנטלעך, איז סאַרטר געװען אַ „שרץ‟? שױן זשע איז ער געװען אַ קאָמוניסט? אַבסאָלוט ניט. למשל, אין סאַמע אָנהייב פֿון זײַן באַרימטן עסײ „דער עקזיסטענציאַליזם איז אַ מין הומאַניזם‟ דערמאָנט ער די קאָמוניסטישע באַשולדיקונגען קעגן דעם עקזיסטענציאַליזם, װאָס ער האָט געפּרײדיקט זײַן גאַנץ לעבן. נאָך מער: סאַרטרען געהערן אײניקע פֿון די סאַמע שאַרפֿסטע אַרױסזאָגונגען קעגן אַנטיסעמיטיזם; עס װאָלט זיך געקאָנט דוכטן, אַז נאָר דערפֿאַר זאָלן „די אונדזעריקע‟, װאָס זײַנען אַזױ פֿילעוודיק צו דעם, װער ס׳האָט אונדז ליב און װער האָט אונדז פֿײַנט, ליב האָבן סאַרטרען דאָס חיות. נאָר נײן: זײ פֿלעגן איבערשיקן אײנער דעם אַנדערן אָט די טיפּשות קאָרזשאַװינס. און עס קומען אױף צװײ פֿראַגעס: 1. צי האָבן זײ אַ מאָל געלײענט סאַרטרען? 2. װאָס זשע האָט קאָרזשאַװין געהאַלטן פֿון זיך אַליין, אױב ער פֿלעגט אַזױ שרײַבן? 

נו, דאָס, װאָס ער פֿלעגט האַלטן פֿון זיך אַ וועלט, האָט קאָרזשאַװין ניט אײן מאָל דעמאָנסטרירט. כ׳געדענק זײַן אַרטיקל װעגן יוסף בראָדסקין, אין װעלכן ער האָט געפּרוּװט דערװײַזן, אַז יענער איז געװען גאָר ניט קײן גרױסער פּאָעט. און װידער: װי זשע האָט קאָרזשאַװין געמוזט אָפּשאַצן זיך אַליין, אױב ער האָט זיך דערלױבט שרײַבן אַזױ װעגן בראָדסקין?! בראָדסקין קען די גאַנצע װעלט — און װער, מישטײנס געזאָגט, קען קאָרזשאַװינען, אױסער די רוסיש–רײדנדיקע? אין דער װיקיפּעדיע זײַנען פֿאַראַן אַרטיקלען װעגן בראָדסקין אױף 95 שפּראַכן, און װעגן קאָרזשאַװינען — בלױז אױף 7. איך האָב ליב פּאָעזיע דאָס חיות פֿון קינדשאַפֿט אָן; שױן אין די פֿריִע דערװאַקסלינג–יאָרן האָב איך געלײענט ניט בלױז אַ סך לידער, נאָר אױך אױסגעצייכנטע ביכער װעגן פּאָעזיע. איך האָב אַ היפּשע לייען–דערפֿאַרונג אין פּאָעזיע אױף עטלעכע שפּראַכן, דעריבער מײן איך, אַז איך קלײַב זיך ניט שלעכט פֿונאַנדער אין דער דאָזיקער קונסט–פֿאָרעם און קאָן מישפּטן װעגן איר. איז אָט: לױט מײַן באַשײדענער מיינונג, איז בראָדסקיס שאַפֿונג אַן אמתע הױכע פּאָעזיע, און קאָרזשאַװינס — פּשוט אַ געגראַמטע פּובליציסטיק, אַזױ אַז יעדערער פֿון זײ האָט באַקומען דװקא אַזאַ אָנערקענונג, װאָס ער האָט פֿאַרדינט. און יעדער מענטש זאָל װיסן זײַן אָרט.

און װאָס פֿאַר אַ נאַרישקײטן פֿלעגט קאָרזשאַװין שרײַבן װעגן דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק… כ׳געדענק, אַשטײגער, װי ער האָט אַ מאָל אױסגעדריקט זײַן אױפֿריכטיקע איבערראַשונג: סטײַטש, אײניקע אונדזערע אימיגראַנטן האָבן אָנגעהױבן צו שטימען פֿאַר די דעמאָקראַטן (און אָנגעשריבן האָט ער עס, װען בוש דער ייִנגערער איז געװען דער פּרעזידענט!) פֿאַר מיר אָבער איז די סיבה געװען לגמרי קלאָר: אַ נײַער דור אימיגראַנטן איז אױפֿגעקומען און די װעלט האָט זיך געענדערט, נאָר ער, אַן אַלטער קאַקער, איז אױף תּמיד פֿאַרבליבן אינעם סאָװעטישן נעכטן. בראָדסקי, אַגבֿ, זײַענדיק אַן אױפֿגעקלערטער מענטש, פֿלעגט זיך קײן מאָל ניט אַרױסזאָגן אַזױ [7]…

צום באַדױערן, װי איך צײַג זיך איבער אַלץ מער און מער, זײַנען אַזעלכע זאַכן ניט אָפּהענגיק ניט פֿון געבילדעטקײט, ניט פֿון ראַפֿינירטן געשמאַק אין קונסט, ניט פֿון דעם, װוּ מע איז געװען און װאָס מע האָט געזען. מיר איז זײער שװער צו באַגרײַפֿן סײַ װי מיכאַיִל באָטװיניק [8], װאָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער גאָרער װעלט, האָט געקאָנט בלײַבן אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן, סײַ װי אונדזערע עמיגראַנטן אין אַמעריקע, װאָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער גאַנץ אײראָפּע און יאַפּאַן, קאָנען זײַן קאָנסערװאַטיװע רעפּובליקאַנער און אַפֿילו טראַמפּיסטן, — נאָר איך פֿאַרשטײ, אַז מע קאָן עס דערקלערן מיטן משל װעגן די צװײ רבנים, װאָס האָבן באַזוכט אָדעס: אײנער האָט אָנגעשריבן נאָך דער רײַזע, אַז אָדעס איז געװען פֿול מיט שולן און ישיבֿות, און דער אַנדערער — אַז אָדעס איז געװען פֿול מיט שענק און שאַנד–הײַזער. יאָ, יעדערער זעט דאָס, װאָס ער װיל זען, — און זעט ניט דאָס, װאָס ער װיל ניט זען, װי קלאָר עס זאָל ניט זײַן. און, װי באַװוּסט, גלײבן אַ סך מענטשן אין דעם, אין װאָס זײ װילט זיך גלײבן. העכער זעכציק געריכטן (ניט אײן קאָמיסיע, װי מיולערס קאָמיסיע, נאָר העכער 60 געריכטן!), אַרײַנגערעכנט דעם אױבער–געריכט, װוּ ס׳רובֿ מיטגלידער זײַנען טראַמפּס אידעאָלאָגישע אָנהענגערס, האָבן אָנערקענט, אַז ער האָט געהאַט פֿאַרלױרן די װאַלן פֿאַר אַ יאָרן, — נאָר ניט געקוקט אױף דעם, זײַנען פֿאַראַן מענטשן, װאָס גלײבן, אַז „די דעמאָקראַטן האָבן צוגעגנבֿעט די װאַלן‟. נו, װיל זיך זײ אין דעם אַזױ שטאַרק גלײבן! — װאָס זשע קאָן מען דאָ טאָן? װײַזט אױס, טאַקע רחמנות האָבן אױף זײ. װי אױף יענע, װאָס גלײבן, אַז די ערד איז פֿלאַך.

מיר דוכט זיך, אַז דאָס אַלץ װענדט זיך פֿון געװיסע מענטשלעכע אײגנטימלעכקײטן: פֿון שׂכל–היושר און  א מ ת ע ר  אינטעליגענטישקײט. מע קאָן עס אױסדריקן אױך אַנדערש: כ׳געדענק, װי יעװטושענקאָ האָט אַ מאָל אָנגעשריבן, אַז אונטערהאַלטן אי דעם רײנעם סאָציאַליזם, אי דעם רײנעם קאַפּיטאַליזן איז אַ mauvais ton. מע קאָן אױך זאָגן, אַז פֿײַנט האָבן די ייִדן, די שװאַרצע און די האָמאָסעקסואַליסטן איז אַ mauvais ton, אַז ליב האָבן אַזעלכע טוערס, װי טראַמפּ אָדער כּהנא איז אַ mauvais ton, און אַזױ װײַטער.

ס׳איז דאָ אױך אַזאַ װיכטיקער און זײער טרױעריקער פֿאַקטאָר, װי דער שװאַרץ–װײַסער אַרט דענקען, װאָס, צום באַדױערן, פֿיל עקס–סאָװעטישע מענטשן, װוּ זײ זאָלן איצט ניט וווינען, האָבן אַ נטיה צו אים. אַ מאָל, װען איך האָב זיך אַרױסגעזאָגט קעגן רוסלאַנדס אָנפֿאַלן אױף גרוזיע אין אױגוסט 2008, האָבן אײניקע מענטשן צוליב עפּעס געמאַכט דערפֿון דעם אױספֿיר, אַז איך האָב ליב סאַאַקאַשװילי. פֿרעגט זיך: פֿאַר װאָס, אײגנטלעך, כּדי צו זײַן קעגן רוסלאַנדס אָנפֿאַלן אױף גרוזיע, מוז מען ליב האָבן סאַאַקאַשװילי? שױן זשע די פֿילצאָליקע מענטשן אין פֿאַרשײדענע דעמאָקראַטישע לענדער, װאָס זײַנען געװען קעגן אַרײַנרײַסן זיך אין איראַק אין 2003, האָבן ליב געהאַט סאַדאַם הוסײנען? אױף װיפֿל איך געדענק, איז אַזאַ מאָדנער געדאַנק דעמאָלט קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן (פֿאַרשטײט זיך, שטעל איך ניט אױף אײן ברעט — אין אונטערשײד פֿון פּוטינען — סאַאַקאַשװילי מיט סאַדאַם הוסײנען, ניט דאָס בין איך אױסן). נאָך דעם, װי איך האָב אָנגעשריבן אַן עפֿנטלעכן בריװ דעם דעמאָלטיקן גענעראַל–דירעקטאָר פֿון דער BBC, אין װעלכן איך האָב פּראָטעסטירט קעגן זײער באַהױפּטונג, אַז ישׂראל האָט כּלומרשט געהאַנדלט מיט אָרגאַנען פֿון די פּאַלעסטינער, האָבן אײניקע אונדזערע „רעכטיסטן‟ אין אַמעריקע און אין ישׂראל באַשלאָסן, אַז איך בין אַזאַ, װי זײ, און אָנגעהױבן מיר איבערשיקן אַלערלײ שרײַבעכצן, פֿון װעלכע עס האָט מיך גלאַט געאיבלט. און װידער קומט אױף די פֿראַגע: נו, פֿאַר װאָס, אײגנטלעך, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן רחילותן אױף ישׂראל (און בכלל אונטערצוהאַלטן עס), דאַרף מען אומבאַדינגט זײַן אַ רעכטער? קײן נאָרמאַלע לאָגיק אַװדאי אַרבעט דאָ ניט…

בקיצור, זאָלן זײ אַלע גײן קעבע–ני–מאַט! און איך װעל קאָמוניקירן מיט װאָס גרעסערער צאָל ציװיליזירטע מענטשן — און געניסן פֿון דיוק עלינגטאָנס רעקאָרדירונגען (װי אױך פֿון אַרט טײטומס, לעאָנטין פּרײַס׳, דזשעסי נאָרמאַנס, באָבי מאַקפֿערינס — ניט איבערצוצײלן!)

מײַ 25

די נאַכט איז בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געװען, װי געװײנטלעך, אַן אומרויִקע. נאָך מיטאָג איז איר בלוטדרוק געװען 142 אױף 76, אין אָװנט — 186 אױף 85.

געפֿאָרן מיט אַלאָטשקען צו מאַכן קאָװיד–טעסטן, כּדי צו באַזוכן מאָרגן די מאַמע. פֿאַרראָכטן די גרײַזן אין מײַן דערציילונג און אָפּגעשיקט זי באָריען. 
  
געאַרבעט. שפּאַצירט מיט אַנדרייען און אַנטאָשאַן איבער ריגעראָװי סאַדי; כ׳האַלט אין אײן איבערצײַגן אַנדרײען, ער זאָל שרײַבן מעמואַרן: ער האָט דאָך געהאַט אַזאַ אינטערעסאַנט לעבן און האָט אַזױ פֿיל צו דערצײלן! 

קיסין און אַנאַבעלע

אַנאַבעלע האָט מיר איבערגעשיקט טאָם טוגענדהאַטס [9] אַנומלטיקע רעדע אינעם פּאַרלאַמענט אין שײַכות מיט די אַכזריותן אין װײַסרוסלאַנד און איר איבערשרײַבונג מיט אים, אין װעלכער ער האָט באַטאָנט, אַז „מע רעדט װי טשערטשיל און מע האַנדלט װי טשעמבערלען‟. דװקא אַזױ…  סאַראַ בזיון איז דאָס אַלץ פֿאַרן מערבֿ! — נאָר, צום גרױסן באַדױערן, איז קיין נײַעס אין דעם ניטאָ! בוקאָװסקי האָט עס גאָר קלאָר דעמאָנסטרירט אין זײַן „דער מאָסקװער פּראָצעס‟.

אַנאַבעלע איז אַװדאי אַן אױסערגעװײנטלעכער מענטש: אַזאַ קלוגער, לײַטישער און אַזאַ געטרײַער פֿרײַנד! װי קאָן מען איר אָפּצאָלן פֿאַר אַלץ, װאָס זי האָט געטאָן (און האַלט אין אײן טאָן) פֿאַר אונדזער משפּחה אָט די אַלע יאָרן?! אַרטור רובינשטײן איז געװיס געװען ניט קײן נאַר, װאָס ער האָט איר פֿאַרטרױט די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן; נאָך זײַן 90–יאָריקער לעבנס–דערפֿאַרונג פֿלעגט ער זיך בפֿירוש גוט פֿונאַנדערקלײַבן אין מענטשן. 

אַרטור רובינשטיין

כ׳געדענק, װי מיט אַ סך יאָר צוריק, װען איך בין איבערגעפֿאָרן פֿון מאָסקװע קײן ניו–יאָרק און האָב זיך באַקענט מיט רובינשטײנס עלטסטער טאָכטער עװע, האָט זי, דערציילנדיק מיר װעגן דעם, װי איר פֿאָטער האָט געהאַט פֿאַרלאָזט איר מוטער און איז אַװעק צו אַנאַבעלען, געזאָגט דערבײַ: „איך האָף, אַז אױב דו װעסט זי טרעפֿן װען–ניט–איז, װעסטו איר אַ גוטן זעץ געבן אין דער קני אונטערן טיש!‟. אַװדאי, זײַנען עװעס געפֿילן אַבסאָלוט פֿאַרשטענדלעך — נאָר נאָך דעם פֿלעגט דער װױלער יאַשע ביסטריצקי [10], װעמען איך האָב זײער ליב געהאַט און רעספּעקטירט, מיר אױך דערצײלן װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ שלעכטע פֿרױ אַנאַבעלע איז געװען: אַװעקגעפֿירט דעם גרױסן רובינשטײן פֿון זײַן פֿרױ און אַזױ װײַטער. און אָט איין מאָל, בשעת אַ טרעפֿונג מיט קריסטאָפֿער ניופּענען, װעמען איך האָב אױך תּמיד ליב געהאַט און רעספּעקטירט, איז אַרױפֿגעקומען אינעם שמועס צו דערמאָנען אַנאַבעלען (ער האָט זי געקענט פּערזענלעך), און װען איך האָב דערמאָנט, װאָס מע זאָגט װעגן איר, האָט קריסטאָפֿער מיר תּיכּף געענטפֿערט: „אָט די מענטשן רײדן װעגן דעם, װאָס זײ װײסן ניט: זי האָט אים באמת ליב געהאַט!‟ נאָך עטלעכע יאָר זײַנען פֿאַרבײַ — און איך האָב זיך אַלײן באַקענט מיט אַנאַבעלען. הגם זי איז זײער צוריקגעהאַלטן מיט פֿרעמדע מענטשן, איז מיר גאַנץ גיך געװאָרן קלאָר, אַז קריסטאָפֿער איז געװען לגמרי גערעכט. נאָך מער: ניט בלױז האָט זי ליב געהאַט רובינשטײנען, װען זײ זײַנען געװען צוזאַמען, נאָר ער איז בפֿירוש געבליבן אײַנגעבאַקן אין איר האַרץ אױך מיט צװאַנציק יאָר נאָך זײַן טױט, װען זי איז שױן געװען אַ חתונה–געהאַטע פֿאַר דזשאָרדזשן. בהדרגה האָבן מיר זיך באַפֿרײַנדעט — און װאָס פֿאַר אַ פּרעכטיקער פֿרײַנד פֿאַר אונדז אַלעמען האָט זי זיך אַרױסגעװיזן… יאָ, דאָס לעבן איז פֿול מיט סורפּריזן!

מײַ 26

אַנע פּאַװלאָװנע האָט הײַנט געהאַט אַ האַרץ–װײטיק, טאַטיאַנאַ האָט איר געגעבן קאַרנילאַנד.

אַלאָטשקע און איך זײַנען געװען בײַ דער מאַמען, געבראַכט איר אַ סך שפּײַז און װאַסער. דערנאָך האָב איך געאַרבעט.

ניט גרינג… ס׳איז גוט כאָטש, װאָס פֿאַר די דרײַסיק יאָר, װאָס איך גיב קאָנצערטן איבער דער גאָרער װעלט און מאַך רעקאָרדירונגען, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן פֿאַרדינען גענוג געלט, כּדי איבערצולעבן די פּאַנדעמיע, אױסצוהאַלטן אונדזער גאַנצע משפּחה און דערצו נאָך צו העלפֿן אַנדערע מענטשן. דאָס געזונט אָבער קאָן מען קױפֿן פֿאַר געלט בלױז אין גאָר אַ קלײנער מאָס. און בײַ קאַרינאָטשקען און מיר איז דאָס געזונט אַצינד אױך כּלל ניט קײן אידעאַלס, און װער װײסט, װאָס װעט זײַן װײַטער: קײנער, װי באַװוּסט, װערט ניט ייִנגער… נאָר איך דערמאָן זיך און האַלט אין אײן זאָגן זיך אַלײן: „כּל–זמן שהנשמה בקרבי, איז פֿאָר װײַטער, טבֿיה!‟
 
בײַדען װעט פֿאַרקױפֿן װאָפֿן צו ישׂראל, ניט געקוקט אױף דער אָפּאָזיציע פֿון די אַנטי–ישׂראל לינקיסטן אינעם קאָנגרעס. די פּאַלעסטינער האָבן באַגעגנט בלינקענען מיט אַ פּלאַקאַט: Blinken, you are not welcome. צי װעלן אונדזערע „רוסישע‟ רעכטיסטן אין ישׂראל און אַמעריקע באַמערקן דאָס אַלץ? פֿאַרשטײט זיך, איך אידעאַליזיר לחלוטין ניט בײַדענען (ניט קײן אַנדערע אַמעריקאַנער פּאָליטיקערס נאָך הענרי דזשעקסאָנען), נאָר װען „די אונדזעריקע‟ טענהן, אַז ער איז אַ שׂונא פֿון ישׂראל, פֿעלט אויף זיי ממש אַ בײז האַרץ!

דער קאָשמאַר אין װײַסרוסלאַנד גײט אָן װײַטער. אין אױגוסט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט זיך געדוכט, אַז אָט–אָט — און מע װעט אַראָפּװאַרפֿן דעם „טאַראַקאַן‟; דער בטחון איז דעמאָלט געװען אַזױ גרױס און האָט באַפֿליגלט! — נאָר באַקומען האָט זיך פֿון דעם טאַקע גאָרנישט מיט נישט… פֿאַר װאָס?! װײַזט אױס, װײַל ניט װײניק פֿאַבריקן האָבן געהאַלטן אין אײן אַרבעטן. מע קאָן פּראָטעסטירן װיפֿל מע װיל, נאָר כּל–זמן די פֿאַבריקן לאָזן אַרױס זייער פּראָדוקציע, װעט דער רעזשים ניט קראַכן. טרױעריק און ביטער!

הײַנט איז פּושקינס געבױרן–טאָג. יאָ, נאָר צוליב קאָנען לײענען זײַן פּאָעזיע אינעם אָריגינאַל און זי פֿאַרשטײן, צו פֿילן אַלע אירע גענױקײטן, איז פֿאָרט כּדאַי געווען געבױרן צו װערן און אױפֿוואַקסן אין רוסלאַנד, ניט געקוקט אױף די אַלע דאָרטיקע פּאַסקודסטװעס!


[1] פֿיר חדשים נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, איז דעבי קינג, צום טרױער, אַװעק אין דער אײביקײט. זי איז געװען אַלט בלױז 71 יאָר. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט זי געקעמפֿט קעגן דעם קאַנצער. אַ ליכטיקן איר גן–עדן.
[2] רעפּין, וואַדים (1971) — רוסלענדישער פֿידלער
[3] אין דער סאָװעטישער אױסגאַבע פֿון 1975 (26 יאָר נאָך קושניראָװס טױט) זײַנען אָט די װערטער פֿאַרביטן געװאָרן אױף „אָרעמע און װיסטיקע‟! נו, דאָס איז אױך אמת — ניט געקוקט אױף די אַלע רוסלענדישע נאַטור–עשירות, גרױסע שרײַבערס, מוזיקאַנטן און אַזױ װײַטער.
[4] „נאָוואָיע רוססקאָיע סלאָוואָ‟ (נײַ רוסיש וואָרט) — אַ פּעריאָדישע אויסגאַבע אויף רוסיש, וועלכע פֿלעגט אַרויסגיין אין ניו־יאָרק פֿון 1910 ביז 2010
[5] קרילאָוו, איוואַן (1769־1844) — רוסישער משלים־שרײַבער, פּאָעט
[6] קאָרזשאַװין, נאַום (פֿון דער היים מאַנדעל, 1925־2018) — רוסישער סאָוועטישער און אַמעריקאַנער פּאָעט, איבערזעצער
[7] כאָטש אין זײַן ליד „אױף אוקראַיִנעס אומאָפּהענגיקײט‟ האָט ער זיך אַרױסגעװיזן װי אַן אמתער אױסװוּרף. מילא — דער מענטש (באַזונדערס דער מענטש פֿון קונסט) איז טאַקע אַ קאָמפּליצירטע בהמה.
[8] באָטוויניק, מיכאַיִל (1911־1995) — סאָוועטישער שאַכמאַטיסט, פֿילמאָליקער וועלט־טשעמפּיאָן
[9] טוגענדהאַט, טאָם (1973) — בריטישער פּאָליטיקער
[10] ביסטריצקי, יאַשע (1920־2008) — ישׂראלדיקער מוזיק־פּראָדוצירער

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s