אלי שאַרפֿשטיין
צוויי מאַריקן זײַנען געווען אויף דער וועלט…
איר מיינט, אַז מערער? אַדרבא, איך בין מסכּים. אַוודאי זײַנען געווען נאָך ייִדן, און ניט נאָר ייִדן, מערער באַוווּסטע און גאָר אומבאַוווּסטע, וועלכע האָבן זיך אויך אָפּגערופֿן אויף דעם נאָמען, „מאַרק, מאַריק‟: מאַרק טוויין, מאַרק שאַגאַל, מאַרקוס אורעליוס, און נאָך בכּבֿודיקע און חשובֿע פּאַרשוינען. אַפֿילו דער כּהן־גדול פֿון פּנים־בוך, צוקערבערג, הייסט אויך מאַרק. אָבער פֿאַר אונדזער משפּחה זײַנען געווען נאָר צוויי מאַרקן: מאַרק מויזעס, מיט אַ צונאָמען „מאַריק פּאָטשיניט‟, און מאַרק ברודני, וואָס פֿאַר מיר, אַ זיבן־יאָריק קינד, איז ער געווען מאַריק דער „בלינדער‟. ביידע מאַריקן זײַנען געווען אינזשענערן. מאַרק ברודני איז געווען אַ ראַציאָנאַליזאַטאָר אויכעט. און וואָס איז דאָס פֿאַר אַ „חיה‟, ראַציאָנאַליזאַטאָר? צו דערקלערן דעם לאַנגן רוסיש-סאָוועטישן באַגריף, האָב איך זיך געווענדט צו אַ פּאָר ווערטערביכער, און געפֿונען, אַז דער נאָענטסטער ייִדישער סינאָנים פֿאַר דעם וואָרט איז „אַ דערפֿידנער‟. און צוזאַמען — אינזשענער-דערפֿינדער. דאָס באַטײַט, אַז ער איז אַן אינזשענער אַ מומחה, איינער, וואָס דער קאָפּ טראָגט אים פֿאָרויס און פּלאַצט פֿון די געדאַנקען, פֿון נײַע אידעען, פֿון דערפֿינדן נײַע עלעקטראָנישע „מאַכאַרײַקעס‟. אין דעם זין איז מאַריק ברודני געווען אַן אויסטערלישער טאַלאַנט. זײַן קאָפּ האָט אים שטענדיק געפֿירט צו באַהערשן נײַע צילן, נײַע האָריזאָנטן. און אַמאָל אַוואַנטורעס אויכעט.
ביידע מאַריקן האָבן געאַרבעט אויף דער זעלבער פֿאַבריק — „עלפֿאַ‟, נאָר אין באַזונדערע אָפּטיילונגען. ביידע זײַנען זיי געווען ענטוזיאַסטן פֿון ייִדישער קולטור און פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט בײַם פֿאַרהיטן די ייִדישע שפּראַך אין דער נאָך־מלחמהדיקער ווילנע, ווען די סאָוועטן האָבן געהאַלטן אינעם פֿאַרניכטן די רעשטלעך, וואָס זײַנען נאָך געבליבן פֿון אונדזער גײַסט, אונדזער פֿאָלקלאָר און אַוודאי, פֿון אונדזער ייִדישן לשון. זיי האָבן אַפֿילו צעשמאָלצן די ייִדישע בלײַענע בוכשטאַבן אין אַלע ווילנער דרוקערײַען.
„עלפֿאַ‟ איז געווען אַ פֿאַבריק פֿון עלעקטראָניק, אפֿשר די גרעסטע פֿאַבריק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַר מאַגנעטאָפֿאָן־רעקאָרדירקעס. איך דערמאָן זיך וועגן אונדזער ערשטער רעקאָרדירקע, „ספּאַליס‟, וואָס האָט אונדז געבראַכט דער צווייטער מאַריק, „דער דערפֿינדער‟; און דער ערשטער מאַריק האָט אונדז באַגליקט מיט עטלעכע מאַגנעטישע טאַשמעס מיט ייִדישע לידער פֿון דוד עשת, טעאָדאָר ביקעל און די שוועסטער בערי.

„מאַריק פּאָטשיניט‟ איז געווען בײַ אונדז אַ בן־בית. און זינט 1956, ווען עס האָט זיך געשאַפֿן אין ווילנע דער „ייִדישער קאָלעקטיוו פֿון קינסטלערישער זעלבסטעטיקײט‟, זײַנען מיר געווען אויסגעבונדן, ווי אַ גוף מיט אַ נשמה. מויזעס איז געווען איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער קינסטלערישער גרופּע און אַן אַקטיאָר אינעם ייִדישן פֿאָלקס-טעאַטער. נאָר לאָמיר זיך אומקערן צו דעם „מאַריק פּאָטשיניט‟. פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער צונאָמען, און וואָס באַטײַט עס? אין רוסיש מיינט דאָס וואָרט „פּאָטשיניט‟ — וועט פֿאַרריכטן. פֿאַרשטייט איר באַלד, אַז דער ערשטער מאַריק האָט געקענט אַלץ פֿאַרריכטן. דעם נאָמען האָט אים געגעבן מײַן ייִנגסטער ברודער באָריע. מאַריק האָט געוווינט אַנטקעגן אונדז, אויף פּילימאָ־גאַס. איין מאָל, ווען מיר האָבן אים באַזוכט, האָט מײַן ברודער „געפֿונען‟ בײַ אים אין שטוב נאָך איין „באַהאַלטענעם‟ צימער, פֿול מיט כּלים: העמערלעך, מעכאַנישע בויער-מאַשינען, שרויפֿנציִערס, צוואַנגען און אַנדערע מכשירים. באָריע האָט אים געפֿרעגט וועגן די כּלים און וואָס טוט ער מיט זיי. מאַריק האָט אים דערקלערט, אַז ער האָט ליב צו פֿאַרריכטן צעבראָכענע זאַכן, און טאָמער אַמאָל וועט בײַ אונדז אין שטוב עפּעס קאַליע ווערן, וועט ער גלײַך קומען מיט זײַנע כּלים און פֿאַרריכטן. כּמעט יעדעס מאָל, ווען ער האָט אונדז באַזוכט, פֿלעגט ער עפּעס פֿאַרריכטן. מײַן ברודער איז געווען נישט קיין קליינער מזיק און האָט צעבראָכן אַלץ וואָס עס ברעכט זיך. ווען מע האָט אים געזידלט, איז זײַן ענטפֿער תּמיד געווען דער זעלבער: „מאַריק פּאָטשיניט‟ — מאַריק וועט פֿאַרריכטן.

דעם צווייטן מאַריק האָב איך דערקענט, ווען איך בין געווען זעקס-זיבן יאָר אַלט. בײַ אונדז אינעם פֿאָלק־טעאַטער האָט מען געשפּילט שלום־עליכמס „צוויי הונדערט טויזנט‟, אַ פּיעסע וועגן אַן אָרעמען שנײַדער, וועלכער איז געוואָרן פּלוצעם רײַך. כ’וועל אײַך נישט פּויקן אין קאָפּ מיטן גאַנצן אינהאַלט, נאָר צום סוף, מאַכט דעם שנײַדערס טעכטערל ביילקעלע „ויברח‟ מיט צוויי יונגע יאַטן (איינעם פֿון זיי האָט געשפּילט דער ערשטער מאַריק). די גאַנצע שטאָט לאָזט זיך זוכן די אַנטלאָפֿענע. אַלע לויפֿן אַרום אויף דער בינע, און צווישן זיי אַ בלינדער ייִד מיט אַ פֿידל אין דער האַנט. דעם בלינדן האָט געפֿירט אַ באָרוועס ייִנגעלע. מאַריק ברודני איז געווען דער „בלינדער‟, און איך בין געווען דאָס „באָרוועסע ייִנגעלע‟, זײַן באַגלייטער. דאָס איז געווען מײַן ערשטע ראָלע אין אונדזער טעאַטער. איך געדענק, ווי איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען, הלמאַי טראָגט ניט דער „בלינדער‟ קיין שוואַרצע ברילן, ווי אַלע בלינדע. זײַנע ברילן זײַנען געווען טונקל־בלוי, און דורך זיי האָט מען געקענט זען גאַנץ גוט. און איך האָב געטראַכט: ער גלייבט ניט, אַז איך קען אים פֿירן דורך דער גאַנצער בינע און נישט ווערן פֿאַרבלאָנדזשעט?
מאַריק, דער „דערפֿינדער‟, האָט זיך אויך פֿאַרחבֿרט מיט מײַן משפּחה, דאָס הייסט, געוואָרן אַ בן־בית. ער איז געווען אַ ייִד אַ חכם, מיט אַ שיינעם שמייכל און כּמעט תּמיד אַ ביסל בגילופֿינדיק. איך דערמאָן זיך, ווי ער איז געזעסן בײַ אונדז אין שטוב, אָנגעטאָן אין אַ פֿאַרקנעפּלט העמד מיט אַ קאָלירטן שניפּס. אין דער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ הונדערט־גראַמיק גלעזל אַמאָל מיט אַן אַרמענישן קאָניאַק, אַמאָל — מיט וואָדקע, און כאַפּנדיק אַ ביסן פֿון מײַן מאַמעס געקעכטסן. נאָך דעם האָט ער אָנגעצונדן אַ סיגאַרעט „פּרימאַ‟, און געזעסן פֿאַרטראַכט מיט פֿאַרוואָלקנטע בגילופֿינדיקע אויגן. וועגן וואָס האָט ער געטראַכט און געטרוימט? אפֿשר וועגן אַ נײַע דערפֿינדונג? און אפֿשר וועגן פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל?

ווען „מאַריק פּאָטשיניט‟ האָט חתונה געהאַט דאָס צווייטע מאָל, איז ער מיט זײַן „פֿרישער‟ פֿרוי רבֿקה, אַריבערגעפֿאָרן וווינען אין אַן אַנדער דירה, אויך נישט אַזוי ווײַט פֿון אונדז. מיר פֿלעגן באַזוכן איינער דעם צווייטן זייער אָפֿט. רבֿקה איז אויך געווען אַ שפּילערין אין אונדזער טעאַטער. זי איז געווען אַ סך ייִנגער פֿון מײַנע עלטערן, און מײַן מאַמע איז געוואָרן פֿאַר איר אַן „עלטערע שוועסטער‟, אַ העלפֿער און אַ לעבנס־וועגווײַזערין אין אַלץ, וואָס געהערט צו קאָכן און צו האָדעווען קינדער. מײַן מאַמע איז געווען די ערשטע, וואָס האָט געבאָדן זייער בכור מיישקע. אין זייער דירה אויף געדריאָ־גאַס, האָבן זיך געטראָפֿן קאָמפּאַניעס פֿון גוטע פֿרײַנד: ייִדן פֿון ווילנע און קאָוונע, ריגע און קעשענעוו. מע איז געזעסן אַרום דעם טיש, געטרונקען גלעזלעך מיט משקה, געגעסן ייִדישע מאכלים, גערעדט וועגן ייִדישער קולטור, וועגן ארץ־ישׂראל, געזונגען ייִדישע לידער און געטאַנצט אַ טאַנגאָ און אַ פֿאָקסטראָט. דאָס זײַנען געווען וווּנדערלעכע צײַטן!
דער צווייטער מאַריק האָט, אַ חוץ „עלפֿאַ‟, געאַרבעט אין אַ „פּראָיעקט- קאָנסטרוקטאָרישן ביוראָ‟ — אַ אינסטאַנץ פֿאַר אינזשענערן-דערפֿינדערס, „גרויסע קעפּ‟. דאָרט האָט מען געבויט פֿאַרשיידענע אַפּאַראַטן און געצײַגן, אַממערסטנס סודותדיקע. מיטן ביוראָ איז פֿאַרבונדן אַ גאָר אינטערעסאַנטע געשיכטע, וועלכע איך דערצייל אײַך תּיכּף־ומיד.
אַרבעטנדיק אין דעם ביוראָ, האָט מאַריק אויסגעטראַכט און אויספּראָיעקטירט עפּעס אַן עלעקטראָנישע „צאַצקע‟, אַן אַפּאַראַטל. וואָס און ווען, ווייס איך נישט גענוי, נאָר ער האָט געזאָגט, אַז ס’איז אַ גרויסע זאַך, אַ נאָווענע, אַ וויכטיקע אויסקלערעניש. מע האָט צו אים „צוגעקלעפּט‟ אַן אַנדער אינזשענער, אַ גוי, עס זאָל נישט אויסזען, אַז אַ ייִדישער קאָפּ האָט איינער אַליין אויסגעטראַכט אַזאַ דערפֿינדונג. ווען דער פּראָיעקט איז געווען שוין כּמעט פֿאַרטיק, האָט מען עס געשיקט קיין מאָסקווע, קריגן אַ „גוטהייסן‟, אַ ברכת־דרך, פֿון די „הויכע פֿענצטער‟. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, האָט זיך מאַריק דערוווּסט, אַז אין מאָסקווע האָט מען באַשלאָסן איבערצוגעבן זײַן פּראָיעקט צו דער מיליטערישער אינדוסטריע, ס׳וועט ברענגען אַ סך נוץ פֿאַר די נײַע סטראַטעגישע ראַקעטן פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. מאַריק איז געוואָרן זייער אין כּעס און האָט געשאָטן „פּעך און שוועבל‟ אויף מאָסקווע און די סאָוועטן. ער האָט נישט געוואָלט ווערן אַ שרײַפֿל אין דער מיליטער-מאַשין פֿון דער מדינה, וועלכע ער האָט שטענדיק פֿײַנט געהאַט. און ער האָט אויך געוווּסט, אַז ראַטן־פֿאַרבאַנד באַשיט מיט געווער די אַראַבישע לענדער, וועלכע ווילן פֿאַרניכטן די איינציקע ייִדישע מדינה אין דער וועלט.
נאָר ניין! דאָס וועט ער נישט דערלאָזן. מאַריק האָט פּשוט גענומען אַלע פּאַפּירן, פּלענער, צײכענונגען און סקיצעס, און האָט זיי פֿאַרברענט, עס זאָל פֿון זיי קיין זכר, קיין סימן נישט בלײַבן! מאַריק האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם פּראָיעקט זײַן גאַנצן טאַלאַנט, כּוחות, ענערגיע, צײַט. נאָר קיין אַנדער ברירה האָט ער פּשוט נישט געזען.

דער לייענער, וועלכער איז נישט באַהאַוונט אין דער סאָוועטישער ווירקלעכקײט פֿון די 1960סטע יאָרן, קען זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַר אַ סכּנת-נפֿש איז דאָס געווען. מע האָט אים געקענט אַרעסטירן, מישפּטן, אַרײַנזעצן אין „כודער-מודער‟, אין שטײַג, הייסט עס. אָדער אַפֿילו נאָך ערגער — ער האָט געקענט פּלוצעם נעלם ווערן. צו זײַן מזל, האָט די פֿאַרוואַנדלונג פֿונעם ביוראָ געטראַכט אַנדערש, און זיי האָבן אים בלויז באַפֿרײַט פֿון דער אַרבעט. נאָך דעם, מיט דער הילף פֿון מאַריקס גוייִשן שותּף, האָבן זיי פּרובירט ענדיקן דעם פּראָיעקט. מאַריק האָט אָבער געטענהט, אַז אַ גרויסער חלק פֿון זײַן אידעע האָט ער „באַהאַלטן‟ אין זײַן קאָפּ, און ס’וועט זיך בײַ זיי קיין זאַך נישט באַקומען. נאָך דער גאַנצער מעשׂה, האָט זיך מאַריק אומגעקערט קיין „עלפֿאַ‟, וווּ ער האָט געאַרבעט ביז זײַן אַוועקפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל אין 1971.
ווען איך בין געוואָרן אַ בר־מיצווה, האָט דער ערשטער מאַריק געענדערט מײַן לעבן. ווי אַזוי? ער האָט עפּעס פֿאַרראָכטן? ניין. ער האָט מיר געבראַכט אַ מתּנה, און נאָך וואָס פֿאַר אַ מתּנה! מאַריק מיט זײַן בעסטן חבֿר מישע פּיאַנקאָ, האָבן צוזאַמען געקויפֿט מיר אַ פֿאַרגרעסערונג-אַפּאַראַט, איך זאָל קענען דרוקן פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין יענע צײַטן האָט מען דאָך פֿאָטאָגראַפֿירט אויף אַ פֿילם־טאַשמע פֿון 35 מ”מ. דעם פֿילם האָט מען באַדאַרפֿט אַנטוויקלען, באַאַרבעטן און צום סוף אָפּדרוקן אויף אַ ספּעציעל פּאַפּיר אין אַ פֿינצטערן צימער בײַ אַ רויטן לאָמפּ. אַ „גאַנצע קאַטאַוואַסיע‟, ווי ס׳פֿלעגט זאָגן מײַן פֿאָטער, עליו־השלום. פֿון קינדשאַפֿט האָב איך ליב געהאַט צו פֿאָטאָגראַפֿירן און מײַן טאַטע פֿלעגט מיר אַרויסהעלפֿן.
מאַריק מויזעס איז תּמיד געווען אַן אָנפֿירער. אין דעצעמבער 1970, בעת אין לענינגראַד איז דורכגעגאַנגען דער מישפּט איבער דער גרופּע פֿון דימשיץ־קוזנעצאָוו, וועלכע האָבן פּרובירט צו פֿאַרכאַפּן אַן עראָפּלאַן און אַנטלויפֿן פֿון דעם סאָוועטישן „גן־עדן‟, האָט די מאַכט געוואָלט אויסנוצן אונדזער ייִדישן קאָלעקטיוו צו מאַכן אַן אַנטי-ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע. מאַריק האָט אָרגאַניזירט אַן עקסטרע אַסיפֿה פֿון אַלע מיטגלידער, און מע האָט באַשלאָסן צעלאָזן דעם ייִדישן טעאַטער און דעם ייִדישן פֿאָלקס־אַנסאַמבל, כּדי נישט זײַן קיין אונטערדעקל פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט. איך געדענק נאָך דעם צער און די פֿאַרוויינטע אויגן פֿון מײַנע עלטערן, פֿאַר וועלכע דער קאָלעקטיוו איז געווען זייער גאַנץ לעבן. נאָר אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז קיין אַנדער אויסוועג איז נישטאָ. יעצט האָבן מיר אָפּגעגעבן אַלע כּוחות צו אַ נײַעם ציל — דעם קאַמף פֿאַרן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל, אונדזער היסטאָריש היימלאַנד.
דער צווייטער מאַריק איז אויך געווען אַ הייסער ייִד און אַ גרויסער ציוניסט. ער איז געווען פֿאַרבונדן מיט די ציוניסטן פֿון ריגע און לענינגראַד און מיטן „סאַמאיזדאַט‟ — אַ נישט קיין לעגאַלער פֿאַרלאַג, וואָס האָט געדרוקט און פֿאַרשפּרייט פֿאַרבאָטענע ביכער, ווי אויך ציוניסטישע נײַעס־בלעטער. אַז איך האָב זיך באַפֿרײַט פֿון דער אַרמיי, איז מאַריק געקומען צו אונדז דעם זעלבן טאָג אין אָוונט מיט אַ באַזוך. נאָך עטלעכע באַגריסונג־ווערטער האָט ער פּלוצעם געגעבן אַ שלײַדער אויפֿן טיש צוויי ביכער מיטן נאָמען „עבֿריתּ קלה‟ און האָט עס באַגלייט מיט אַ באַפֿעל: „פֿון הײַנט אָן הייב אָן זיך לערנען עבֿריתּ!‟. כ’האָב אים טאַקע געפֿאָלגט און אַ גאַנץ יאָר, ביז אונדזער עליה, האָב איך שטודירט העברעיִש. אַז דער ערשטער מאַריק האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז ער געווען זייער צעפֿרידן און האָט דערלייגט מיט אַ משל: „שוין צײַט צו פֿאָרן קיין ווײַטן מיזרח!‟ — „פֿאַר וואָס עפּעס קיין ווײַטן?‟ — האָב איך אים געפֿרעגט. „דאָס רופֿט זיך טאַקע דער נאָנטער מיזרח, נאָר פֿאַר אונדז איז ער נאָך ווײַט‟, — האָט ער געענטפֿערט מיט אַ געלעכטער.

אַז מיר אַלע — מויזעס, פּיאַנקאָ און שאַרפֿשטיין — זײַנען געווען פֿאַרבונדן, האָט מען געוווּסט אַפֿילו אין ישׂראל. ווען מיר זײַנען געקומען קיין ווין (דאַן האָט מען געקענט פֿליִען נאָר דורך עסטרײַך), האָט אונדז באַגעגנט אַ נישט קײן יונגער ייִד, אַ געוועזענער שין־ביתּניק, און זיך געווענדט צו מײַנע עלטערן: „זײַט איר עס די שאַרפֿשטיינס… זייער גוט. פּיאַנקאָ איז שוין אין ישׂראל, איר זײַט שוין אין ווין, און מויזעס וועט מירטשעם קומען אינגיכן. זיי האָבן שוין געקראָגן די דערלויבעניש‟.
מע קען נישט דערציילן וועגן דעם צווייטן מאַריק, און נישט דערמאָנען זײַן ליבע צום „ביטערן טראָפּן‟. כּמעט שטענדיק איז ער געווען נאָך אַ גלעזל ווײַן, קאָניאַק, אָדער אַ בעכער ביר. זײַן פֿאָטער האָט אַמאָל געזאָגט אויף אים, אַז ער קען נישט פֿאַרשטיין, ”ווי נעמט עס אַ ייִד און טרינק אויס אין מיטן העלן טאָג אַ גאַנצע פֿלאַש ביר?‟. פֿאַר זײַן אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל מיט אַ האַלב יאָר פֿריִער פֿון אונדז, האָט מײַן פֿאָטער געגעבן אים אַ בריוו צו זײַן ברודער כאָנקע (חנן) אין ישׂראל. איך געדענק, ווי מאַריק האָט גלײַך געמאַכט אַ „דעקלאַראַציע‟: „כ’וועל קומען צו דײַן ברודער, אָנגיסן אַ גאַנצע גלאָז בראָנפֿן און כ’וועל אים זאָגן, אַז אַזוי טרינקט מען אין רוסלאַנד. און דאָס וועט זײַן מײַן לעצטע כּוסע!‟. און כּמעט אַזוי איז דאָס געווען. דאָס הייסט, מאַריק איז טאַקע געקומען צו מײַן אָנקל חנן, אויסגעטרונקען אַ גלאָז רוסישע וואָדקע, און האָט טאַקע געמאָלדן: „אַזוי טרינקט מען אין רוסלאַנד!‟. נאָר קײן לעצטע כּוסע איז עס נישט געווען. אין ישׂראל איז מאַריק געוואָרן אַ פּאָליטיקער, אַ חבֿר אין דער אַרבעטער־פּאַרטיי, נאָר טרינקען האָט ער קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט. מאַריק איז אַוועק אין דער אייביקײט אין 1984. ער איז געווען אינגאַנצן אַלט 58 יאָר. זײַנע לעצטע יאָרן איז ער געווען קראַנק אויפֿן האַרץ און געליטן פֿון אַ שטאַרקער דעפּרעסיע. פֿאַר מיר וועט ער אייביק בלײַבן אַ מענטש מיט אַן „אָפֿענעם קאָפּ‟, אַ ייִד מיט גרויסע חלומות, אַ וווילער יאַט, און אַ לײַבלעכער חבֿר פֿון אונדזער פֿאַמיליע.
„מאַריק פּאָטשיניט‟ איז געווען אויך אַ דיכטער און אַן איבערזעצער, מע קען זאָגן אַ היימישער דיכטער פֿון אונדזער קינסטלערישער גרופּע. נישט איין מאָל האָט מײַן מאַמע דעקלאַמירט פֿון דער בינע זײַנע לידער און איבערזעצונגען:
„וויינט ניט בײַם קבֿר פֿון מוטיקע פֿרײַנט,
די העלדן, וואָס זײַנען געפֿאַלן…
דערמאָנט ניט דעם טרויער, דעם טויט, דאָס געוויין,
פֿאַר זייערע קעמפֿט אידעאַלן.
און דאָס בלויז דער דענקמאָל דער שענסטער וועט זײַן
נאָך די, וועלכע זײַנען געפֿאַלן.‟
(פֿון יוליוס יאַנאָניס)
אין ישׂראל איז ער געווען איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דעם אַנסאַמבל „מיר זײַנען דאָ! — אַנחנו כּאַן‟, וואָס איז געווען אַ המשך פֿון ייִדישע קינסטלערישע קאָלעקטיוון פֿון ווילנע, קאָוונע, קעשענעוו און ריגע. ער האָט געוווינט אין באר-שבֿע, געאַרבעט אין דעם בן-גוריון אוניווערסיטעט און געווען אויך אַ מיטגליד פֿון דעם שטאָט-ראַט. ווען ער איז אַרויס אויף פּענסיע, האָט מען אים מכבד געווען מיטן טיטל „יקיר באר-שבֿע”. נאָר פֿאַר מיר וועט ער בלײַבן אויף שטענדיק „מאַריק פּאָטשיניט‟.
