פֿון אונדזער עזבֿון: ייִדישע פּאָעטן פֿון אוקראַיִנע

מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי (1908־1978) — אַ דיכטער, דראַמאַטורג, פּראָזאַיִקער איז געבוירן געוואָרן אין דאָרף מאַכנאַטשקע. אין 1919 איז די משפּחה אַריבערגעפֿאָרן אין קיִעוו. מאָטל, דעמאָלט אַן 11־יאָריק ייִנגעלע האָט פֿאַרדינט זײַן שטיקל פּרנסה בײַם פֿאַרקויפֿן פּאַפּיראָסן און ניסלעך אויף דער גאַס. אין 1927 איז ער אָנגעקומען זיך לערנען אינעם פּעדאַגאָגישן טעכניקום, שפּעטער געוואָרן אַ סטודענט אויפֿן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט בײַם קיִעווער אוניווערסיטעט. צום ערשטן מאָל האָבן זײַנע לידער זיך באַוויזן אינעם מאָסקווער זשורנאַל „יונגוואַלד‟; די ערשטע לידער־זאַמלונג, „געסלעך און גאַסן‟ (1930) איז ליריש באַפֿאַרבט און נאַיִוו־אויפֿריכטיק. מערסטנס פּרעוואַלירן דאָרט אויטאָביאָגראַפֿישע עפּיזאָדן און געפֿילן; נאָר אין די ווײַטערדיקע זאַמלונגען טוט ער זיך אַ קער צו דער לאָזונג־אַרטיקער פּאָעזיע — אַ סאָציאַלע באַשטעלונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. זײַנע לידער זײַנען פֿול מיט התפּעלות, פּוסטער רעטאָריק. טאַלאַלאַיעווסקי שרײַבט און דריקט זיך נישט בלויז אין ייִדיש, נאָר אויך אויף אוקראַיִניש און רוסיש. זײַנע פּיעסעס האָבן געשטעלט די ייִדישע, אוקראַיִנישע און רוסישע טעאַטערס. דאָס אויסניכטערן זיך פֿון דעם פֿאַלשן פּויקערײַ איז געקומען ערשט נאָך די 10 יאָר לאַגערן אין ווײַטן צפֿון. רעהאַביליטיר איז טאַלאַלאַיעווסקי געוואָרן נאָך סטאַלינס טויט. מיט פֿיל יאָרן שפּעטער קומט די מעגלעכקייט אָפּצודרוקן אַ ליד אויף מאַמע־לשון. כאַראַקטעריסטיש איז פֿאַר יענער צײַט זײַן ליד „פֿאַר וועמען שרײַב איך‟:

איך שרײַב פֿאַר די מיט וועמען ריידן אויף מײַן שפּראַך איז מיר באַשערט,
ניט וויכטיק איז — צי קליין, צי גרויס איז זייער צאָל, —
אין גרויסן מענטשן־כאָר וועט קלינגען אויך מײַן קול!

אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ זײַנע אָפּגעדרוקט געוואָרן זײַנע צוויי ראָמאַנען: „געקניפּט און געבונדן‟ (1974) און „יורשים‟ (1979). זײַן לעצטע פּאָעטישע זאַמלונג האָט טאַלאַלאַיעווסקי אָנגערופֿן „אין לעבן פֿאַרליבט‟.

מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי

דאָרפֿישע ליד

כ׳בין געבוירן, פּונקט אַזוי ווי אַלע,
נאָר געוואַקסן כ׳בין אָן פּעלישקעס און אָן אַ וויקלשנור,
כ׳האָב געוואַלגערט זיך אין קלוניעס און אין שטאַלן,
האָט אַ קאָרן־זאַנג צעוואַקסן זיך אין מיר.

און וווּ איך זאָל ניט זײַן פֿאַרוואָרפֿן
אין גרויסע שטעט אויף מײַלן־ווײַטער פֿרעמד,
איז אויף מיר אַ הויט אַ דאָרפֿישע,
איז אויף מיר אַ לײַוונטענע העמד.

איך בין געוואַקסן אויף די הענט בײַ פּויערים,
אויף קאַרטאָפֿליעס סיפּקע און אויף שוואַרצן ברויט.
זײַנען פֿרעמד געווען מיר גרויע מויערן, —
אייגענער דאָס פֿעלד, דער גאָרטן מיט זײַן קרויט.

און פֿאַר נאַכט בײַ קאָלוואָראָטן ברייטע,
ווען עס ווייט פֿון סטעפּ מיט פֿרישן ווינט,
ליגן שטיל די פֿעלדער די פֿאַרזייטע,
און איך שטיי לעם זיי, ווי זייער קינד.

זאַנגען שעפּטשען שטיל צו מיר אין אויער,
זיי ווייסן — איך פֿאַרשטיי זיי גוט.
ס׳שטייט אַצינד אין דאָרף אַ נײַער מויער
און אויף אים אַ שילדעלע — „סעלבוד‟ [1].

גרויס בין איך מיט מײַנע יונגע יאָרן,
אַנדערשט שמייכלט שוין דאָס דאָרף צו מיר,
אָט־אָ זײַנען זיי, די ווייצן און דער קאָרן,
און דער ברעג פֿון טײַך — מײַן אַלטער וויקלשנור.

[1] סעלבודאַ דאָרפֿישער קלוב

1927

אוי, דו טרויער

פֿון פֿאַר נאַכט און ביז באַגינען
שטייט אַ קעלבעלע בײַם טויער,
קומט אין פֿעלד אַרײַן אין גרינעם,
אין די אויגן — שרעק און טרויער.

ווען מע האָט די שטוב געצונדן,
ווען מע האָט די קו געשאָסן,
איז דאָס קעלבעלע דאָס בלינדע
אין אַ שטאַל געווען פֿאַרשלאָסן.

בלויז די שטאַל איז גאַנץ געבליבן,
אַלץ אַרום — פֿאַרברענט, פֿאַרשׂרפֿעט,
ס׳גאַנצע דאָרף אַרויסגעטריבן,
און דאָס קעלבל קיינער דאַרף ניט.

שטייט עס איינזאַם און דערשראָקן,
שטייט בײַם אויפֿגעפּראַלטן טויער,
לעם אַן אָפּגעברענטן פֿלאָקן,
לעם אַ הויפֿן קוילן גרויע.

אוי, דו טרויער,
גרויער טויער!..

1942

טויבן־פּאָרן

זינט כ׳געדענק זיך, בײַ מײַן פֿענצטער —
שוין אַ שאָק מיט יאָרן! —
פֿון גאַנץ פֿרי ביז שפּעט אין אָוונט
זיצן טויבן־פּאָרן.
זייער וואָרקען, זייער פּלאַפּלען,
זייער צאַרטע ליבע,
זייער שטילן שיר־השירים
כ׳האָב געטרײַ פֿאַרשריבן
אין מײַן האַרץ, אין מײַן זכּרון,
און ווען ס׳ווערט מיר ביטער,
איך דערמאָן די טויבן־פּאָרן,
זייער צאַרטן ציטער…
זייער ליבע איז באַשיידן.
ס׳איז קיין סוד פֿאַר קיינעם:
סײַ אין צרות, סײַ אין פֿריידן —
זײַנען זיי אין איינעם!
אַ פֿאַרגאַפֿטער שטילערהייט
כ׳קוק אויף טויבן־פּאָרן,
זייער ליבע, זייער פֿרייד —
אויף אונדז געלאָזט געוואָרן!

1963

רעגנבויגן

רעגנבויגן, רעגנבויגן,
ביז עס זעען מײַנע אויגן,
ביז עס פֿילן מײַנע חושים,
ביז איך אָטעם, ביז איך לעב, —
וועל איך מײַן געווער ניט וואַרפֿן.
כ׳וויל, מע זאָל מיך שטענדיק דאַרפֿן.
רעגנבויגן, רעגנבויגן.
אין די טרוימען כ׳בין אַ פֿויגל.
צו די הייכן דײַנע כ׳שטרעב.
רעגנבועגן, רעגנבויגן,
ביסט פֿון תּמיד אָן אַ סימן
פֿון גוטהאַרציקייט און שלום,
ביסט פֿון שטענדיק אָן אַן עדות
פֿון מײַן רויִקן געמיט.
רעגנבויגן, רעגנבויגן,
ווען דו קומסט מיר אָן צו חלום,
ווייס איך, אַז עס ווערט געבוירן
אין מײַן האַרץ אַ נײַע ליד.

זי איז פֿרײַ פֿון טונקלע פֿאַרבן,
זי איז פֿול מיט וווּנדערשײַן.
רעגנבויגן, רעגנבויגן,
איך פֿאַרבעט דיך צו מײַן אַרבעט
רעגנבויגן, רעגנבויגן,
אָפֿטער, אָפֿטער קום אַרײַן!

1964

פֿרייד

ווער קאָן אויסמעסטן די גרייס פֿון פֿרייד?
ווי אַ ים איר טיף איז, ווי די וועלט איר ברייט.
זי איז קורץ — אַן אויגנבליק און איז גרויס — אַ לעבן.
פֿרייד באַדאַרף מען פֿלאַנצן, שמידן, וועבן,
זוכן אין די הימלען, אין די טיפֿסטע היילן
און איר מינדסטן טראָפּן דאַרף מען קאָנען טיילן.
צוליב פֿרייד מיר גייען אינעם גרעסטן פֿײַער —
אָט פֿאַר וואָס זי אונדז אַזוי ליב און טײַער!

1944

באַגײַסטערונג

באַגײַסטערונג,
דו ביסט דער שענסטער גאָב,
די לויטערסטע פֿון אַלע וווּנדער־שטראַלן,
דאָס טײַערסטע פֿון דעם, וואָס איך פֿאַרמאָג,
מײַן אייביק יונגער טרוים, מײַן כּלה.

איך גיי נאָך דיר פֿוסטריט,
איך בין פֿאַרליבט אין דיר,
מער ווי אָטעלאָ בין איך אייפֿערזיכטיק…
דער גאָלדענער געוועב ביסט פֿון מײַן ליד,
ווען דו באַזוכסט מיך, ווערט מיר אַזוי ליכטיק.

אָ, קום וואָס אָפֿטער אין מײַן האַרץ אַרײַן,
באַצויבער מיך, און איך וועל אַלט ניט ווערן,
דו ביסט מײַן ליבע, ביסט מײַן קאָרנברויט, מײַן ווײַן,
דו ביסט די העלע מאָרגנדיקע שײַן.
באַגײַסטערונג!
מײַן לויכטנדיקער שטערן!

1964

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s